נייע סידי "א סקולענער פארברענג"

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 10:17 am

איך זאג אז דער רבי ז"ל האט נישט צוגעלייגט קיין קנייטשן ביי אסאך ניגונים, ער האט אויך כמעט נישט געטוישט קיין ניגונים נאר אויב עפעס האט ער צוגעלייגט פעלער אדער אראפגענומען.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2917
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 10:29 am

טישטוך האט געשריבן:איך זאג אז דער רבי ז"ל האט נישט צוגעלייגט קיין קנייטשן ביי אסאך ניגונים, ער האט אויך כמעט נישט געטוישט קיין ניגונים נאר אויב עפעס האט ער צוגעלייגט פעלער אדער אראפגענומען.

נא פון די פעלער רעד איך, פראביר אױסציהערן אלטע סקולענע טעיפס װי למשל ר׳ דוד װערדיגער׳ס אדער השיבה לי אין אלע אנדערע סקולענע טעיפס איך זאג אײך אז איר װעט נישט דערקענען א גרױס חוליק נגונים סײ מיט די פעלער אין סײ מיט די קנייטשן

אוועטאר
חנוך
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 11:03 am

wow
אזא לעכטיג אור פון ניגונים. א טרייסט יעצט אינעם יאר פונעם פטירה. טענק יו השם! אדער ווי מ'זאגט אין סקולען בעזהשי"ת אדון כל. מתוק! מתוק! מתוק!

אוועטאר
חנוך
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 11:29 am

איך זע די קאפירייט איז דורך skulen noam. איז עס א פרודוקציע דורך די סקולענער הויף'ס נועם סעריע?

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 12:17 pm

עס איז דא א אינגערמאן אין סקולען וואס הייסט ר' אורי קלוגהויפט, ער איז אן אייניקל פון דעם רבי'ן ז"ל און נועם סקולען איז זיין פריוואטער פראיעקט, דעריבער לייגט זיך אויפן שכל אז דאס איז אויך זיין געדאנק געווען.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:33 am

כ׳האב מיר איינגעהאנדעלט דעם סידי עס איז הערליך. אבער עס מאכט מיר זייער נערוועז די וועג וויאזוי עס שפרינגט פון איין ניגון צום צווייטען זייער נישט סמוד, עס האקט זיך עפעס. איך שפיל עס אין מיין קאר. איז יעדעמ׳ס אזוי? אדער מיין איז געדעמעדש׳ט?

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:34 am

איך מיין אז די טרעק'ס זענען פשוט נישט גוט אויסגעשטעלט לויט די נאמבער'ס
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:36 am

abeg האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:איך זאג אז דער רבי ז"ל האט נישט צוגעלייגט קיין קנייטשן ביי אסאך ניגונים, ער האט אויך כמעט נישט געטוישט קיין ניגונים נאר אויב עפעס האט ער צוגעלייגט פעלער אדער אראפגענומען.

נא פון די פעלער רעד איך, פראביר אױסציהערן אלטע סקולענע טעיפס װי למשל ר׳ דוד װערדיגער׳ס אדער השיבה לי אין אלע אנדערע סקולענע טעיפס איך זאג אײך אז איר װעט נישט דערקענען א גרױס חוליק נגונים סײ מיט די פעלער אין סײ מיט די קנייטשן

טאקע אויף די ביידע טעיפס פון ר' דוד ווערדיגער האט דער רבי געפרעגט וועמענס ניגונים עס איז... השיבה לי איז יא אביסל מער געלייגט געווארן א דגוש אז עס זאל זיין מער אויסגעהאלטן לפי קנייטשיי סקולען אבער ר' אביש בראדט קען מען דאך נישט איבערמאכן...
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 12:52 am

הלשון האט געשריבן:ווען עס גייט אריבער פון איין ניגון צום צווייטן, גיבט עס עפעס א מאדנע האק אפ (PAUSE בלע"ז) עטליכע סעקונדעס איידער די ניגון איז פארטיג.

נאך די קורצע הפסקה ענדיגט עס די פאריגע ניגון און בלענדט אריין די קומענדיגע ניגון

איז עס ביי יעדעם אזוי אדער נאר ביי מיר?

איצל פיצל האט געשריבן:כ׳האב מיר איינגעהאנדעלט דעם סידי עס איז הערליך. אבער עס מאכט מיר זייער נערוועז די וועג וויאזוי עס שפרינגט פון איין ניגון צום צווייטען זייער נישט סמוד, עס האקט זיך עפעס. איך שפיל עס אין מיין קאר. איז יעדעמ׳ס אזוי? אדער מיין איז געדעמעדש׳ט?

יעצט זעה איך אז הלשון האט זיך שוין אפגערעדט אויף דעם. דער עולם קען ענפערן צו עס איז ביי יעדעם אזוי?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 7:26 am

געדענק א שמועס ערגעץ אז די פראבלעם פון נישט צוענדיגן די טרעק האט צו טאן מיט די codex.

קען אויך פאסירן ביים זיפן און עקסטרעקטן.

כבר הי' לעולמים מיט א סידי וואס מ'האט פאראכטן צוליב די סיבה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
ציגעלע
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm

תגובהדורך ציגעלע » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 10:04 am

איצל פיצל האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:ווען עס גייט אריבער פון איין ניגון צום צווייטן, גיבט עס עפעס א מאדנע האק אפ (PAUSE בלע"ז) עטליכע סעקונדעס איידער די ניגון איז פארטיג.

נאך די קורצע הפסקה ענדיגט עס די פאריגע ניגון און בלענדט אריין די קומענדיגע ניגון

איז עס ביי יעדעם אזוי אדער נאר ביי מיר?

איצל פיצל האט געשריבן:כ׳האב מיר איינגעהאנדעלט דעם סידי עס איז הערליך. אבער עס מאכט מיר זייער נערוועז די וועג וויאזוי עס שפרינגט פון איין ניגון צום צווייטען זייער נישט סמוד, עס האקט זיך עפעס. איך שפיל עס אין מיין קאר. איז יעדעמ׳ס אזוי? אדער מיין איז געדעמעדש׳ט?

יעצט זעה איך אז הלשון האט זיך שוין אפגערעדט אויף דעם. דער עולם קען ענפערן צו עס איז ביי יעדעם אזוי?

יא ביי מר איז עס אויך אזוי

פעשען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

תגובהדורך פעשען » זונטאג אוגוסט 25, 2019 5:53 pm

ציגעלע האט געשריבן:
איצל פיצל האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:ווען עס גייט אריבער פון איין ניגון צום צווייטן, גיבט עס עפעס א מאדנע האק אפ (PAUSE בלע"ז) עטליכע סעקונדעס איידער די ניגון איז פארטיג.

נאך די קורצע הפסקה ענדיגט עס די פאריגע ניגון און בלענדט אריין די קומענדיגע ניגון

איז עס ביי יעדעם אזוי אדער נאר ביי מיר?

איצל פיצל האט געשריבן:כ׳האב מיר איינגעהאנדעלט דעם סידי עס איז הערליך. אבער עס מאכט מיר זייער נערוועז די וועג וויאזוי עס שפרינגט פון איין ניגון צום צווייטען זייער נישט סמוד, עס האקט זיך עפעס. איך שפיל עס אין מיין קאר. איז יעדעמ׳ס אזוי? אדער מיין איז געדעמעדש׳ט?

יעצט זעה איך אז הלשון האט זיך שוין אפגערעדט אויף דעם. דער עולם קען ענפערן צו עס איז ביי יעדעם אזוי?

יא ביי מר איז עס אויך אזוי

גרעסער האט געשריבן:
פארצייטישער שטריימל האט געשריבן:ביי יעדעם

ווי איך פארשטיי פון זיין שאלה איז אז ביי אים מאכט עס א הפסקה פארן נעקסטן טרעק
די סוף פון די ניגון גייט אויפן נעקסטן טרעק אבער ס'דארף זיך נישט אפהאקן, ביי מיר פארט עס אריין אינעם נעקסטן ניגון

דא האסטו די ענטפער:
פארצייטישער שטריימל האט געשריבן:עס איז א MP3
ווענדט זיך אינעם פלעיער מאשין

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג אוגוסט 25, 2019 6:29 pm

יאפס, האמיר יעצט אנגעצינדעם דעם סידי אויפ'ן קאמפיוטער - ספארט א מחי'. האקט זיך נישט אפ צווישן די טרעקס.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג אוגוסט 25, 2019 8:27 pm

הלשון האט געשריבן:יאפס, האמיר יעצט אנגעצינדעם דעם סידי אויפ'ן קאמפיוטער - ספארט א מחי'. האקט זיך נישט אפ צווישן די טרעקס.

אין מיין ארימזעליגע אפיניען איז עס אן אומיושר צו פארקויפן אזוי א סידי. א סידי וואס קען נישט ארבייטן נארמאל אין א קאר - ווי יעדע אנדערע MP3 ארבייט אמחי׳ - ווערט אנגעריפן א געדעמעדזשטע סידי. עט ליעסט זאל ער זיך אנטשולדיגן.
(דאך שפילט עס ביי מיר אין די קאר נאן סטאפ)

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג אוגוסט 25, 2019 8:29 pm

איצל פיצל האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:יאפס, האמיר יעצט אנגעצינדעם דעם סידי אויפ'ן קאמפיוטער - ספארט א מחי'. האקט זיך נישט אפ צווישן די טרעקס.

אין מיין ארימזעליגע אפיניען איז עס אן אומיושר צו פארקויפן אזוי א סידי. א סידי וואס קען נישט ארבייטן נארמאל אין א קאר - ווי יעדע אנדערע MP3 ארבייט אמחי׳ - ווערט אנגעריפן א געדעמעדזשטע סידי. עט ליעסט זאל ער זיך אנטשולדיגן.
(דאך שפילט עס ביי מיר אין די קאר נאן סטאפ)

על כל פשעים תכסה אהבה.

שדה ורוד
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 5:07 pm

תגובהדורך שדה ורוד » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 4:38 pm

ר' מאיר אומר איז מוירא'דיג

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 4:44 pm

שיינע אלבום! זייער אנגענעם צו הערן!
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 7:40 pm

אינגאנצן איבערגענומען
viewtopic.php?f=18&t=40384

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

תגובהדורך הרב יואל קליין » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 11:33 pm

כהאב זייער הנאה אז דער עולם האט הנאה פינעם סקולענע אלבום.
איך האב פערצופאל היפש געשוויצט דערפאר, און ווען כהאב געהערט די פיינעל מיקס האט עס מיר פאדראסן פארוואס עס הערט זיך ווי איין גרויסע וואש מאשין, א ווידער קול - אדער ווי מען רופט עס Reverb וואשט אויס די גאנצע מעשה. קוים וואס מ׳הערט די קינדער, און בכלל האט עס נישט קיין איין אינגל סאלא וואס וואלט א געוואַלט צוגעגעבן צום שיינקייט.
נו וואס זאלעך טאן, כבין נישט געווען דער דעסישן מאכער. נאר געהאט א זכיה צו זיין געדינגען צו צולייגן א האנט מיט די אידיש נחת קווייער. די קינדער האבן אריינגעלייגט די מאקסימום טאלאנט צו געבן יעדן ״קנייטש און קוועטש״ פאר אט די הייליגע ניגונים. און אויפן פיינעל מיקס איז עס ממש פארוואשן. כ׳ווייס נישט ווער ס׳האט דאס געמיקסט אבער ס׳איז א מעסס פון א מיקס. מ׳קען עס מאכן אויסזעהן ווי א טיש און ס׳זאל נאך אלץ זיין שיין קלאָר, נישט אזא געמויזעכטס.

כהאב שטארק צער סאו איך שרייב עס.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 12:45 am

הרב יואל קליין האט געשריבן:כהאב זייער הנאה אז דער עולם האט הנאה פינעם סקולענע אלבום.
איך האב פערצופאל היפש געשוויצט דערפאר, און ווען כהאב געהערט די פיינעל מיקס האט עס מיר פאדראסן פארוואס עס הערט זיך ווי איין גרויסע וואש מאשין, א ווידער קול - אדער ווי מען רופט עס Reverb וואשט אויס די גאנצע מעשה. קוים וואס מ׳הערט די קינדער, און בכלל האט עס נישט קיין איין אינגל סאלא וואס וואלט א געוואַלט צוגעגעבן צום שיינקייט.
נו וואס זאלעך טאן, כבין נישט געווען דער דעסישן מאכער. נאר געהאט א זכיה צו זיין געדינגען צו צולייגן א האנט מיט די אידיש נחת קווייער. די קינדער האבן אריינגעלייגט די מאקסימום טאלאנט צו געבן יעדן ״קנייטש און קוועטש״ פאר אט די הייליגע ניגונים. און אויפן פיינעל מיקס איז עס ממש פארוואשן. כ׳ווייס נישט ווער ס׳האט דאס געמיקסט אבער ס׳איז א מעסס פון א מיקס. מ׳קען עס מאכן אויסזעהן ווי א טיש און ס׳זאל נאך אלץ זיין שיין קלאָר, נישט אזא געמויזעכטס.

כהאב שטארק צער סאו איך שרייב עס.


איך האב געטראכט די זעלבע, מ'הערט כמעט נישט די קינדער קווייער, א שאד. אבער די ניגונים זענען זייער הארציג אראפגעזונגען (ס'איז די ערשטע מאל איך הער די ניגונים).
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 2:40 am

הרב יואל קליין האט געשריבן:כהאב זייער הנאה אז דער עולם האט הנאה פינעם סקולענע אלבום.
איך האב פערצופאל היפש געשוויצט דערפאר, און ווען כהאב געהערט די פיינעל מיקס האט עס מיר פאדראסן פארוואס עס הערט זיך ווי איין גרויסע וואש מאשין, א ווידער קול - אדער ווי מען רופט עס Reverb וואשט אויס די גאנצע מעשה. קוים וואס מ׳הערט די קינדער, און בכלל האט עס נישט קיין איין אינגל סאלא וואס וואלט א געוואַלט צוגעגעבן צום שיינקייט.
נו וואס זאלעך טאן, כבין נישט געווען דער דעסישן מאכער. נאר געהאט א זכיה צו זיין געדינגען צו צולייגן א האנט מיט די אידיש נחת קווייער. די קינדער האבן אריינגעלייגט די מאקסימום טאלאנט צו געבן יעדן ״קנייטש און קוועטש״ פאר אט די הייליגע ניגונים. און אויפן פיינעל מיקס איז עס ממש פארוואשן. כ׳ווייס נישט ווער ס׳האט דאס געמיקסט אבער ס׳איז א מעסס פון א מיקס. מ׳קען עס מאכן אויסזעהן ווי א טיש און ס׳זאל נאך אלץ זיין שיין קלאָר, נישט אזא געמויזעכטס.

כהאב שטארק צער סאו איך שרייב עס.

פשיהא ווי די קינדער שרייען זיך אויס ביי רבי מאיר אומר...
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אשורר שירה
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 5:04 am

תגובהדורך אשורר שירה » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 8:26 am

לדעתי, האט דאס עפעס א חן פון א פארברענג, דעע אלע אפקט'ס למיניהם געט צו א ווארעמקייט,
און דע קינדער הערצעיך גאנץ געשמאק, א חלק פון דו זאך,

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

תגובהדורך הרב יואל קליין » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:50 am

טישטוך האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:כהאב זייער הנאה אז דער עולם האט הנאה פינעם סקולענע אלבום.
איך האב פערצופאל היפש געשוויצט דערפאר, און ווען כהאב געהערט די פיינעל מיקס האט עס מיר פאדראסן פארוואס עס הערט זיך ווי איין גרויסע וואש מאשין, א ווידער קול - אדער ווי מען רופט עס Reverb וואשט אויס די גאנצע מעשה. קוים וואס מ׳הערט די קינדער, און בכלל האט עס נישט קיין איין אינגל סאלא וואס וואלט א געוואַלט צוגעגעבן צום שיינקייט.
נו וואס זאלעך טאן, כבין נישט געווען דער דעסישן מאכער. נאר געהאט א זכיה צו זיין געדינגען צו צולייגן א האנט מיט די אידיש נחת קווייער. די קינדער האבן אריינגעלייגט די מאקסימום טאלאנט צו געבן יעדן ״קנייטש און קוועטש״ פאר אט די הייליגע ניגונים. און אויפן פיינעל מיקס איז עס ממש פארוואשן. כ׳ווייס נישט ווער ס׳האט דאס געמיקסט אבער ס׳איז א מעסס פון א מיקס. מ׳קען עס מאכן אויסזעהן ווי א טיש און ס׳זאל נאך אלץ זיין שיין קלאָר, נישט אזא געמויזעכטס.

כהאב שטארק צער סאו איך שרייב עס.

פשיהא ווי די קינדער שרייען זיך אויס ביי רבי מאיר אומר...


ווילסט א בילד ווי זיי היטן דעם נאוט?!

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:21 am

די סקולענער פארברענג איז - אין מיינע אויגן - די שענסטע סקולענע אלבום וואס איז נאר-אמאל-ווען-אימער ארויסגעקומען. פינטל.

איך פארמאג אלע סקולענע טעיפס/אלבומס פון די לעצטע 40 יאר כולם שוין לטובה - אבער די אלבום איז עפעס נישט נארמאל שיין, ווארעם, רייך און און פאכמאניש אהערגעשטעלט.

די ניגונים אין דעם אלבום וואס האט מיר ספעציעל געכאפט איז
טרעק 6
טרעק 7

תנועות / וואלצן וועלכע קענען גיין אין גאלאפ/קאנטיניוס איבער און איבער.

גלות איד
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

תגובהדורך גלות איד » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:43 am

א הערליכע סידי, עס שפילט נאכאמאל און נאכאמאל.

מיר איז געווען אינטערסאנט די ערשטע שירו לו, איך בין געווען געוואוינט ביי די הייליגע לעכטיגע טישן פלעגט מען זינגן די צווייטע פאל נאר איין מאל. ד.ה. אז מ'איז נישט איבעבערגעגאנגען די גאנצע פאל, הגם עס פילט ווי עס וואלט יא געדארפט איבערגייין, ישמח לב מבקשי השעעעעם (ארויף, מיט די באקאנטע סקולענע תנועה פון איבערגיין גי פעלער).
דא אויף די סידי הער איך אז זיי גייען יא איבער.

ווער ס'האט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן זאל אויפהייבן די האנט.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט