נייע סידי "א סקולענער פארברענג"

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג אוגוסט 18, 2019 6:56 pm

מיין וואונטש איז ערפולט געווארן ב"ה, כ' פלעג פרעגן דעם און יענעם צו מ'קען דעם שירו לו (2), וואס איז פול מיט געפיהל און הארץ, און מ'האט עס נישט געקענט, אזוי וועט מען זיך קענען דאס אויסלערנען.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג אוגוסט 18, 2019 6:59 pm

ווען גייט עס זיין אין קרית יואל???
עס געהערט ביי איינעם. נישט געקענט בעסער ארויסברענגען די ניגונים

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג אוגוסט 18, 2019 6:59 pm

קענסט עס דאונלאודן, דערנאך קאפיען צו א סידי.

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:57 pm

שוין אויסגעהערט עטליכע מאל
מחי' נפשות
פיינעלי ארויסגעגעבן סקולענע ניגונים מיט די ארגינאלע חן

גרעסער
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 8:22 pm

תגובהדורך גרעסער » זונטאג אוגוסט 18, 2019 8:01 pm

פארצייטישער שטריימל האט געשריבן:שוין אויסגעהערט עטליכע מאל

מיר ווארטן אויף די נעקסטע סידי
ס'נאך דא אסאך ניגונים וואס איך קען נאכנישט

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג אוגוסט 18, 2019 8:07 pm

פארצייטישער שטריימל האט געשריבן:שוין אויסגעהערט עטליכע מאל
מחי' נפשות
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג אוגוסט 18, 2019 8:08 pm

אויב איז דא דא איינער פון די מוציאים לאור פונעם סידי. וויל איך זיך קודם באדאנקען פאר אאזא הערליכע הייליגע סידי.
און איך וויל פארשלאגען און בעטען אז מזאל ארויסגעבען אויפן זעלבן אויפן דעם גאנצען סקולענער סדר השבת. ד''ה פון שלום עליכם. אשת חיל. אזמר בשבחין. ויהא רעוא. כל מקדש. וכו'
איך ווייס מהאט שוין אסאך מאל אנגעהויבען צו ארבעטען אויף אזא זאך. אבער לא אסתייע.
אבער מיט דעם זינגער און אויסשטעל פון קווייער וכדומ' מיין איך אז מקען עס הערליך אראפלייגען.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג אוגוסט 18, 2019 8:12 pm

אויף טעיפ איז דא.
א יונגערמאן האט אריינגעזונגען די גאנצע זאך.
ס'שווער ארויסצוגעבן אויף פארקויפן ווייל ס'מער תנועות און נוסח ווי ניגון.
מלך אביר, באם באם באם, בא בא בא בא באם... מלך ברוך, באם באם באם, בא בא בא בא באם...

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג אוגוסט 18, 2019 8:19 pm

אדער יא האט געשריבן:אויף טעיפ איז דא.
א יונגערמאן האט אריינגעזונגען די גאנצע זאך.
ס'שווער ארויסצוגעבן אויף פארקויפן ווייל ס'מער תנועות און נוסח ווי ניגון.
מלך אביר, באם באם באם, בא בא בא בא באם... מלך ברוך, באם באם באם, בא בא בא בא באם...

קאטאגאריש מחולק
כל מקדש איז א מעסטערפיעס א געמיש פון נוסח און ניגונים.
אזמר בשבחין איז א שיינע ניגון.
אפילו די בום בוםס קען מען אראפלייגען זייער שיין.

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » זונטאג אוגוסט 18, 2019 8:19 pm

אדער יא האט געשריבן:אויף טעיפ איז דא.
א יונגערמאן האט אריינגעזונגען די גאנצע זאך.
ס'שווער ארויסצוגעבן אויף פארקויפן ווייל ס'מער תנועות און נוסח ווי ניגון.
מלך אביר, באם באם באם, בא בא בא בא באם... מלך ברוך, באם באם באם, בא בא בא בא באם...

מען האט שוין אמאל אנגעהויבן ארבעטן אויף אזא פראיעקט, וועלכע קען זיין א זעלטענעם אוצר פאר מסתופפי חצר סקולען פנימי
איך האב אין באזיס ערשטע דרעפט פון ארבעט, עס איז הערליך תנועות וועלכע דרינגען דורך די נשמה.
אין פאקט איז אין די שעה פון שלום עליכם ביז קידוש פארהאן א צאל פון באזונדערע ניגונים, וועלכע זענען לכשעצמם ראוי לעלות על שולחן...

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג אוגוסט 18, 2019 9:51 pm

ווען עס גייט אריבער פון איין ניגון צום צווייטן, גיבט עס עפעס א מאדנע האק אפ (PAUSE בלע"ז) עטליכע סעקונדעס איידער די ניגון איז פארטיג.

נאך די קורצע הפסקה ענדיגט עס די פאריגע ניגון און בלענדט אריין די קומענדיגע ניגון

איז עס ביי יעדעם אזוי אדער נאר ביי מיר?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:01 pm

ביי יעדעם

גרעסער
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 8:22 pm

תגובהדורך גרעסער » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:34 pm

פארצייטישער שטריימל האט געשריבן:ביי יעדעם

ווי איך פארשטיי פון זיין שאלה איז אז ביי אים מאכט עס א הפסקה פארן נעקסטן טרעק
די סוף פון די ניגון גייט אויפן נעקסטן טרעק אבער ס'דארף זיך נישט אפהאקן, ביי מיר פארט עס אריין אינעם נעקסטן ניגון

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » זונטאג אוגוסט 18, 2019 10:39 pm

עס איז א MP3
ווענדט זיך אינעם פלעיער מאשין

געטראכט
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

תגובהדורך געטראכט » זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:37 pm

א אוצר נפלא פשוט א מחיה נפשות, געלויבט השי''ת אז עס קען נאך ארויסקימען אין אזעלכע צייטען אזא ארגינאלע חסידישע ווארימע דיסק אהן קיין שום מאדערנע שטותים, אין נאך דערצו פין א בעל מנגן וואס גייט בדרכיו של אותו צדיק אין באניצט זיך נישט מיט די כלים טמאים וכו'.

יישר כח, אין מ'בעט שוין אויף נאך א דיסק, .

ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:31 am

תגובהדורך ישראל אברהם » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:50 am

הפלא ופלא!
The real thing

למדן וחסיד
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

תגובהדורך למדן וחסיד » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 6:37 am

ממש הערליך

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2268
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 10:42 am

סארקאזי האט געשריבן:אויב איז דא דא איינער פון די מוציאים לאור פונעם סידי. וויל איך זיך קודם באדאנקען פאר אאזא הערליכע הייליגע סידי.
און איך וויל פארשלאגען און בעטען אז מזאל ארויסגעבען אויפן זעלבן אויפן דעם גאנצען סקולענער סדר השבת. ד''ה פון שלום עליכם. אשת חיל. אזמר בשבחין. ויהא רעוא. כל מקדש. וכו'
איך ווייס מהאט שוין אסאך מאל אנגעהויבען צו ארבעטען אויף אזא זאך. אבער לא אסתייע.
אבער מיט דעם זינגער און אויסשטעל פון קווייער וכדומ' מיין איך אז מקען עס הערליך אראפלייגען.

קול מבשר האט א אינטערוויו מיט דעם ראובן פויערשטיין, ווי ער זאגט אז ער ארבעט אויף דעם כל מקדש, און אז האפט עס ארויסצוגעבן איין טאג, און בכלל טאמער דער עולם וועט אריינקומען קלאר מיט פידבעק און קויפן די סידי וויל ער גיין ווייטער בעזר השם.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22090
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:27 am

אראפגעלאדענט פון מאוסטלי.

הערליך, הארציג, און אריגינעל.

ארבייט נאנ-סטאפ.

we want more
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:48 am

כהאב געמיינט אז איי וועלט איז נעגעטיוו.?
ווי זענען די נעגעטיווע אידען וואס טרעפן עפעס אלץ זיך אפצורעדען?
קומטס אריין.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2160
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 12:32 pm

סארקאזי האט געשריבן:כהאב געמיינט אז איי וועלט איז נעגעטיוו.?
ווי זענען די נעגעטיווע אידען וואס טרעפן עפעס אלץ זיך אפצורעדען?
קומטס אריין.


אז די ווילסט טאקע הערן,
מיר קריצלט און די אויערן אז די סידי הערט זיך ווי סכות און וויזניץ,
ווי מען הערט דער עולם האפקעט אריין, און די בעקראנד ווי טויזענטער זינגען מיט,
די לעכטיגע טישן אויף וואס מיר בענקען אזוי איך געווען מיט קארגע 2 מינינים מענטשן,
אסאך קענען נאר סוקלען פון מצש נחמו, אדער א חתנה, חסד לאברהם דינר, וכדומה,
די הייליגע טישן איז אבער געווען גאר עפעס אנדיש,
איך זאג עס נישט אז מען זאל זיך אפשטעלן פון די ארבעט, נאר אויב קען מען עס אויסבעסערן אויף די קימעדיגע, וואלט איך שטארק הנאה געהאט,
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 12:37 pm

farshlufen האט געשריבן:אראפגעלאדענט פון מאוסטלי.

הערליך, הארציג, און אריגינעל.

ארבייט נאנ-סטאפ.

we want more

כ'טרעף עס נישט דארט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22090
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 12:43 pm

ביסט נישט מער ווי גערעכט, פון ניגון האב איך עס גענומען.
https://www.nigunmusic.com/a-skulen-farbreng.html
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2908
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:03 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:כהאב געמיינט אז איי וועלט איז נעגעטיוו.?
ווי זענען די נעגעטיווע אידען וואס טרעפן עפעס אלץ זיך אפצורעדען?
קומטס אריין.


אז די ווילסט טאקע הערן,
מיר קריצלט און די אויערן אז די סידי הערט זיך ווי סכות און וויזניץ,
ווי מען הערט דער עולם האפקעט אריין, און די בעקראנד ווי טויזענטער זינגען מיט,
די לעכטיגע טישן אויף וואס מיר בענקען אזוי איך געווען מיט קארגע 2 מינינים מענטשן,
אסאך קענען נאר סוקלען פון מצש נחמו, אדער א חתנה, חסד לאברהם דינר, וכדומה,
די הייליגע טישן איז אבער געווען גאר עפעס אנדיש,
איך זאג עס נישט אז מען זאל זיך אפשטעלן פון די ארבעט, נאר אויב קען מען עס אויסבעסערן אויף די קימעדיגע, וואלט איך שטארק הנאה געהאט,

אױב איז דאס װאס איר זיכט קענט איר הערן ר׳ אהרן עקשטײן אױף קול סקולען

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

תגובהדורך שלמה מולכו » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 1:52 pm

לענ״ד די ניגון נכספה איז פון די שענסטע סקולענע ניגונים, אזוינע בענקעדיגע תנועות, סרייסט..
עס קימט מיר טרערן ווען מ׳דערמאנט זיך אין די לעכטיגע חנוכה נעכט, ווי די רבי זיצט מיט די קאלפיק, און ס׳צורה לייכט כשמש בצהרים,
און בעט זיך ביי די ניינציג יאר, אוי נכספה....
איך וואלט זייער הנאה געהאט צו הערן די ניגון אראפגעלייגט פראפעשענל.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חלה לכבוד שבת, יסוד ארי און 23 געסט