מענדי ווייס נייע אלבוים ~אלע אלע~

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

24/7
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 01, 2016 3:47 pm

תגובהדורך 24/7 » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 3:17 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:בענצי האט אויך געמאכט דעם פאפולערער 'אבא' ניגון פון אברהם פריעד און ארי הילל.

ארי, אברהם און בענצי

אויך קערעסטיר... פון בערי מיט אהרלה סאמעט
אויך הנרות הללו פון ארי הילל

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6511
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 10:21 am

א גראם מיט טעם האט געשריבן:וואס איז פשט פין די מאדנע נאמען " אלע אלע " ?

דער וואס איז אמאל געווען אין א"י ביי א חתונה, וועט פארשטיין די אויסדריק "אלע אלע".. א בחינה ווי פרישע פרישע...

איך מיין אז די נעקסטע סידי זאל הייסן 'יאללא'..
אויך א באקאנטע אויסדרוק אין א״י..

alle alle.jpg
alle alle.jpg (63.91 KiB) געזעהן 516 מאל

אדם הראשון
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

תגובהדורך אדם הראשון » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 1:25 pm

איינער הערט נאך די סידי ? ס'קריכט שוין פון די נאז לעכער
#דיספויזעביל סטאף

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 3:16 pm

דיין תגובה האט מורדיג אויסגעפעלט
אין פאר דיין שאלה יא ביי מיך שפילט עס נאך יעדן טאג
דער סידי האט פונקט אזוינע שיינע אדער נאך שענערע ניגונים ווי אלע סידי'ס אין דער שע''ת יארן און נאך דערצו הערליכע מוזיק, הערליגע זינגער, אל תסתכל באלע אלע (אויפ'ן קאווער) אלא במה שיש בו
איך גלייך בכלל נישט דער היינטיגער נגינה אבער לפי דער היינטיגער סטייל איז דער סידי מיט גארנישט אנדערש בכלליות ווי אלע אנדערע.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 17 געסט