מענדי ווייס נייע אלבוים ~אלע אלע~

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

אלע אלע הללו את 'אלע אלע'

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 2:48 pm

האביך זיך אוועקגעלייגט אביסל צייט באשרייבן און ארויסברענגען מיינע ווארעמע געפילן אויף די נייע סידי 'אלע אלע' פון דער 'ניי-וועלט בארומטער' זינגער מענדי ווייס.
איך זעה אז כינור האט שוין געכינור'ט ווי סי' דארף צו זיין, דאך וועל איך צולייגן מיינע מיינונגען און געפילן, על טעם וריח איז דאך נישט שייך להתבדח.
איי פארוואס איז מענדי פאר שלוימי און דודי?, וועל איך ענק פרעגן פארוואס האבן ענק אויסגעהערט מנדי'ס סידי פאר די אנדערע? (זייט'ס מודה), די תירוץ דערפאר איז די נאמען פון די סידי און די מאדנע קאווער וכו' וכו', וואס האט אונז געמאכט געשפאנט און אנגערייצט ווי סי'דארף צו זיין. א חלק האבן געשריגן, דער עיקר איז אז מ'האט גערעדט דערפון און דעס איז געווען די מטרה... (גראדע איז דא נאך סיבות, אבער כ'ביניש דא צו בארעדן אנדערע).
איז אזוי, צום ערשטן, דער מענדי האט באקומען משמיא א זעלטענע חידוש פון א שטימע, זייער פעסט און שטארק – געירש'נט פון זיין טאטן דער בארומטער בעל תפילה-זינגער ר' אברומי ווייס, און דערצו איז איינגעטונקען זיין שטומע אין די ציקער פון זיין מאמע'ס פאמיליע-דאסקאל, נישט צו זיס אזוי אז ס'קראצט אביסל אין די אויער, נאר אביסל אנגעשמירט מיטדעם. און דערצו זינגט ער 'גוט', ער ציהט ארויף צו טענער וואס די האר פון קאפ שטעלט'צעך אויף...,און ער זינגט אויפן סידי כזקן ורגיל, זעהט נישט אויס ווי ס'איז זיין ערשטע.
'מכירו הייתי לשעבר אבל עכשיו ביותר', איך האב זיך באקענט מיט איהם דורך אפאר שיינע זאכן וואס ער האט געהאט ארויסגעגעבן, די ניגון 'הכל הבו גודל' פון משולם גרינבערגער, עפעס א ניגון 'שמחה', אזוי אויך אפאר שיינע קליפ'ס, שים שלום פון וויז'ניץ, כי עם קדוש פון יוסי גרין און נאך, און דערצו האב איך מיטגעהאלטן א שמחה מיט איהם, ווי ער האט'צעך ארויסגעשטעלט אלץ געלונגענער חתונה זינגער.
אבער דא האט ער (צו נפתלי משה) אהערגעשטעלט א סידי, אך ווי שיין!!! כ'הער'עס שוין צענדליגע מאל, ממש יעדע ניגון איז צו זיך באלעקן..., בקיצור לאמיר צוגיין צו באשרייבן די ניגונים אן קיין לאנגע אריכות...

אלע אלע
די'ע ניגון איז טאקע נישט פארן צו-חסידישן עוילעם, אבער די ניגון פאר זיך איז אויסנאם שיין, די ערשטע צוויי פעלער איז א שטיק חידוש און כ'האב עס זייער ליב, שפעטער קומט די צולאזטע שטיקל וואס 'אלע אלע' הייבן אויף די הענט מיט די פיס און מ'ציווילדעוועט'צעך ווי סי'דארף צו זיין, אזוי ווי די בילד ווייזט טאקע די הענט ארויף. פאר די ליטווישע אדער חסידישע-ליטווישע אידן איז די'ע ניגון די קנאק פון די סידי, און דערפאר האט ער טאקע אהערגעשטעלט דעם ניגון, צושטעלן עפעס פאר די'ע חיידער.
די ארעינדזשמענט פון נפתלי משה איז משוגע צו ווערן, יעדע שטיקל איז מלא חידוש, א צווייטער וואלט דא אהערגעשטעלט טרוקענע מוזיק וואס באמבעט, אבער נמ"ש האט דא אהערגעשטעלט פיל תוכן און אינטרעסאנטע שטיקלעך אזוי ווי נאר ער קען.
ס'מיר געפאלן די 'ווערטער פון די ניגון' אויף די ביכל: הערט'ס חברה, זאגט'ס מיר נאך אלע הללו –הללו... אלע אלע אלע אלע הללו הללו אלעלו אלעלו, עפעס אזוי...
איך טראכט אז קודם האט ער געמאכט אנשטאט אלע אלע "הללוקה", און שפעטער געטוישט אויף אלע אלע, קען זיין.
און פארשטייט'צעך –אזוי ווי יעדער האט שוין געשריגן- די'ע ניגון איז א צווייטע 'מאך א ברכה', טאקע א צווייטע ניגון און אנדערע חידושים, אבער פארט די זעלבע קבוצה זענען אריינגעמישט אין דעם בילד, און די זעלבע געבויעכט'ס, מיט די קינדער קווייער, און פארשטייט'צעך צוגעשטעלט פאר די זעלבע פאלק...
פון דא און ווייטער הייבט'זיך אן א כולו חסידישע סידי. (וואס ברענט ביי מיר אין שטוב אן קיין בושה).

מוציא אסירים
א יוסי גרין ניגון ווי סי'דארף צו זיין, זייער מוזיקאליש, פיל מיט רגש און פירוש המילות. ר' משה גאלדמאן ז"ל איז אויך דא אין בילד, די שטיקל 'ועונה לעמו ישראל...' דערמאנט אביסל די הרגשה פון זיינע ניגונים.
די ערשטע מאל וואס כ'האב געהערט דעם ניגון האביך נישט פארשטאנען וואס ער וויל, אבער נאך אפאר מאל בין איך אינגאנצן באנומען געווארן.
די קווייער איז דא עפעס אויסנאם שיין, אביסל יוסי'ס סטייל. די מוזיק איז אויך זייער גוט.
איך האב זייער ליב וויזוי הערשי זינגט, (טוה מיר עפעס...), ער האט עפעס א געשמאק און א פרישקייט אין זיין זינגען, ער לייגט אריין זיין גאנצע 'הערשיוויינבערגער' אין דעם.

יום זה מכובד
וואס איך דארף איך צולייגן, א פינקי הורה ניגון ווי סי'דארף צו זיין מיט די גאנצע קנאק.
דער מענדי זינגט מיט די גאנצע פרישקייט, איך האב זייער ליב געהאט ווי ער שמירט אזוי: שאבעז גוידעז' ז'אבעז גוידעז', זייער זיס. אזוי אויך די שטיקל: 'לאאאאאאאאאאוי-תעשהבומלאכה', און אזוי ווייטער אלע שטיקעס (נישט נאר ביי דעם ניגון, נאר דא האביך זיך דערמאנט...).

הבן יקיר
און דא קומט דער בן יחיד, דער בן יקיר.
וויאזוי האט שוין יענער געשריבן?: 'ווען די סידי קומט ווען ארויס אויף דעם ניגון דיינו'. און ווען איך שרייב ווען נאר דעם טיטל אויפן ניגון דיינו...
איך האב זייער ליב אזא ניגון וואס דערקענט'צעך 'פינקי כמו שהוא', און בפרט ווען די ניגון ווערט אונז געפיטערט גלייך פון פינקי'ס הארץ ארויס דורך מענדי'ס מויל גראד אין אונזער הארץ אריין. מענדי זינגט עס מיט אזא פעסטקייט און הארציגקייט. און ווער רעדט נאך פון פינקי'ס סאלא - אזוי ווי שטענדיג.
משה לאופר לייגט אריין א שטארקע ארבעט ווי שטענדיג, די אנהייב פונעם ניגון איז א שטארקע חידוש.
די ווערטער אויף אידיש טוישט די טייטש פון די ניגון און הייבט עס אויף א העכערן לעוול.

נעשה ונשמע
פינקי וועבער צום דריטן מאל..., א לעבעדיגע קנאק ניגון וואס נאר פינקי קען, איך בין נתפעל געווארן פון די פירוש המילות, ער טייטש ממש אפ די ווערטער. יעדע שטיקל פון די ניגון האב איך ליב.
די אינטרא מיט די גאנצע ארעינדזשמענט איז געוואלדיג, מענדי זינגט עס (ווי אויבנדערמאנט) מיט א פעסטקייט ווי עס קנאקט צו זיין.

שמע בני
איך ווייס נישט פארוואס די ניגון רעדט די שוואכסטע צו מיר, אפשר נאר דערווייל.
איך האב זייער הנאה געהאט די שטיקל ווי מענדי זאגט אזוי רוהיג: בני וכו' וגו' וכו', אינמיטן גיבט ער זיך א צושריי: 'שמע בני מוסר אביך', און ער גיבט אזא צו ארויף ביז די לבנה, האב איך מיך דערשראקן...., ער שטעלט פאר א סצענע פון א טאטע וואס רופט זיין קינד און גיבט איהם א מוסר שמועס, ער איז איהם מסביר רוהיג "איך בעט דיר, גיי נישט בדרך איתם", אינמיטן - ווען ער זעהט אז מיט גוטנ'ס וועט שוין נישט גיין... – לאזט ער פליהען א קלינדיגע פראסק אויפן קינד'ס פנים און דער טאטע נעמט'זיך שרייען און קוויטשען....
אבער נאך אלעס, א שיינע אנגענעמע ניגון איז דעס.

מנאן
זייער אלטע באוואוסטע תנועות, אבער די חידוש איז אז צוואנציג יאר הערט מען שוין נישט פון די'ע סארט, איז עס פארט אלט-ניי. די סטייל פון מונה'ס אלטע ניגונים, און אזוי ווי ביי די גאנצע סידי, מענדי מיט זיין פרישקייט און שטארקייט, און דא איז ער דאך מיט יואלי דיקמן וואס לייגט אריין א שטיקל מונה ארבעט, אזוי אז איך האב זייער ענדז'ויט דעם ניגון.
ווער רעדט נאך אז דאס האט פארפאסט א אינגעלע פון ניין יאר, דעס איז שוין א חידוש עצום.
די מעסעדזש פון די ניגון קען איך נאכנישט כאפן, אבער גאנץ גוט איז דעס, מ'קען עס נאך הערן ביי חתונות ביים סעודה.

טובות ונחמות
און דא קומט אריין נפתלי משה מיט זיין געוואלדיגע וכו' וכו' ניגון. ער זעהט אז סי'פעלט פאר מענדי עפעס א מער געבויעטע ניגון, זאגט ער מענדי'ן: 'ווארט א מינוט', און ער גיבט א שיס ארויס פון ארבל אזא יצירה...
דאכט'זיך מער אז נמ"ש האט אזיינס נאכנישט געמאכט. נאך א חידוש, אז נמ"ש גיבט איבער די ארבעט פאר משה לאופר, כ'מיין סי' נאכנישט געווען.
די שטארקע שטיקלעך פון דעם איז: די ערשטע גאנצע פאל, די לעצטע טייל פון די צווייטע פאל, און די אנהייב פון די הויעכע פאל, און ווען ער קומט צוריק אראפ מיט אזא זיסקייט 'ווייל כל מה דעביד ראחמאנע'. נישט אז איך מאך אפ די אנדערע טיילן, אזוי קומט עס טאקע, אבער די'ע שטיקלעך איז פשוט 'די זאך'.

קה זכות אבות
די'ע ניגון קנאקט שוין ביי חתונות, זייער א חסידי'שע לעבעדיגע געשמאקע ניגון, גוט אראפגעזינגען, א היט איז דאס שוין, און שוין.
(אנטקעגן עין הרע, האט מען אריינגעלייגט 'יענעם שטיקל' נאך די ערשטע מאל די ניגון, א גוטן 'גימיק' צו מאכן אינטרעסאנט)
עס דערקענט'צעך דא זיין וויז'ניצע ברען, איך האב זייער ליב געהאט אינמיטן דעם ניגון ווי ער זינגט: ומבור גלות דעליינע, דעליינע והעאליינע...., נוסח יענקי דאסקאל/וויז'ניץ.

וארשתיך
דער הערשי וויינבערגער ווערט נישט זאט פון חידושים. די 'אוי יוי יוי' ביים צווייטן פאל האט געמאכט מענדי נעמען די ניגון. אבער די גאנצע ניגון איז אויך זייער שיין. דערצו די ארבעט פון פריילעך מיט שירה, בקיצור, א שיינעם ניגון.
אנא עבדא
דער הערשי ראטנבערג איז א זיסער אידל. יואלי דיקמאן איז צושפילט אינגאנצן....
זייער א אינטרעסאנטע ניגון פארשטייט'צעך, אזוי ווי הערשי'ס אלע ניגונים. זייער גוט אראפגעזינגען, און שוין.
דא האט מענדי אויך געגעבן פאר די ליטווישטע'חסידיש'ע אידן הנאה צו האבן. עפעס קומט'צעך זיי אויך, ניין?

כי לא ידח
זייער א שיינעם קומזיץ ניגון, די אנהייב דערמאנט די 'אוצר של יר"ש' ניגון פון אברהמ'ל, גראדע אויך אין די זינגען פון דעם שטיקל דערמאנט אברהמ'ל. די הויכע פאל איז געוואלדיג, א דאסקאל הארץ.
ווען די ניגון גיבט ארויס א זינגר אלץ א סינגל וואלט עס געווען זיכער א היט, קען זיין סי'וועט נאך זיין, עוד חזון למועד.

צום שלוס: סי' מיר זייער שווער צו רעיטן (איינער האטעך געבעטן?), אלע ניגונים האביך זייער זייער זייער וכו' וכו' ליב, אבער טאמער מוז איך וואלט איך עס געמאכט אזוי:

הבן יקיר
מוציא אסורים
קה זכות אבות
טובות ונחמות
יום זה מכובד
נעשה ונשמע
אנא עבדא
אלע אלע
מנאן
וארשתיך
כי לא ידח
שמע בני

'אלע אלע' האט'ס מיך און זאט'ס מיך געזונט.

טערקישער_סולטאן
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:15 am

תגובהדורך טערקישער_סולטאן » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:34 pm

שיינע סידי
פארוואס מוז הערשי וויינבערגער זינגען? ער איז זייער גוט אין קאמפאזן אבער אין זינגען נו
איין טאג האט זיך דער סולטאן אנגעטון פשוטע קליידער און זיך ארויס געשלייכט פון דעם פאלאץ זיך אויסגעמושט מיט דער המון עם צו הערן וואס דער באפעלקערונג רעדט

אור
שר האלף
תגובות: 1889
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 3:43 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:קה זכות אבות (אנטקעגן עין הרע, האט מען אריינגעלייגט 'יענעם שטיקל' נאך די ערשטע מאל די ניגון, א גוטן 'גימיק' צו מאכן אינטרעסאנט)
וואס מורמעלט דארט מאיר ?

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 10:13 pm

טערקישער_סולטאן האט געשריבן:שיינע סידי
פארוואס מוז הערשי וויינבערגער זינגען? ער איז זייער גוט אין קאמפאזן אבער אין זינגען נו

גיט גאר שטארק צו גראדע, נאר יאסי גרין מעג?
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 7:14 pm

יישר כח באשעפער האט געשריבן:נישט יעדע מענטש וואס קען מאכן ניגונים מיינט אז ער קען זינגען! דאס אז וויינבערגער זינגט איז נאכגעמאכט פון יוסי גרין אין פינקי ער וואלט געדארפט אליין פארשטיין אז זינגען קען ער נישט א חכם איז דער וואס איז מכיר את מקומו יעדער האט זיין פלאץ אין זיין טאלאנט מש"כ יוסי אין פינקי ווען זיי זינגען הערט זיך עס זייער שיין מיט זייערע תנועות איך גלייך זייער שטארק צו הערן יוסי אדער פינקי ביי זייערס א ניגון
עס איז נישט קיין חסרון אז מען קען נישט זינגען די חסרון איז דער וואס זינגט אין ער קען נישט...

מסתם, פשוט ווייל איר זענט נאכנישט צוגעוואוינט.
בעצם א שטארקער חן אויב דער קאמפעזיטאר לאזט זיינע קוועטשעס, קיין חילוק אויב קען ער אדער נישט.
מיט יאסי גרין זענט איר אויפגעוואקסן, און הערשי וויינבערגער ברויך נאך אין דיין מח אריינוואקסן.
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 7:52 pm

אין זיין מוח גייט עס נישט אריינוואקסן, חוץ אויב נמ"ש וועט אים יא מסכים זיין צו געבן א שטיקל זשאב...
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

שנלר
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

תגובהדורך שנלר » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 8:42 pm

דער וואס וועט לאזן אריינוואקסן אין מח, ברויך א מח דאקטאר

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 10:33 pm

אינטערסאנט ביי מיר הערט זיך וויינבערגער אויך היפש מאדנע ווייט אזוי גוט ווי יוסי גרין אין פינקי אבער קען טאקע זיין אז עס וועט נעמען צייט זיך צוצוגעוואנען צו זיין שטימע

ברוך פון מאנסי
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 7:37 pm

תגובהדורך ברוך פון מאנסי » דינסטאג אוגוסט 20, 2019 10:51 pm

איך ווער משוגע פאר וויינבערגערס זינגען, טיף און געשמאק!
אפגערעדט פון זיינע ניגונים, וארשתיך איז עפעס א מין ניגון, באנעמט מיר יעדע מאל פון פריש, און די עררעינדזשמענטס פון צבי בלומענפעלד פרייליך בענד, א הערליכע ארבעט
און די גאנצע דיסק איז מוראדיג!

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:37 am

ברוך פון מאנסי האט געשריבן:איך ווער משוגע פאר וויינבערגערס זינגען, טיף און געשמאק!
אפגערעדט פון זיינע ניגונים, וארשתיך איז עפעס א מין ניגון, באנעמט מיר יעדע מאל פון פריש, און די עררעינדזשמענטס פון צבי בלומענפעלד פרייליך בענד, א הערליכע ארבעט
און די גאנצע דיסק איז מוראדיג!

ביזט א פען פון הערשי כל הכבוד.
איך וויל אפילו נישט דיבעיטען צו ער זינגט שיין צו נישט
אבער דא אויפן סידי קומט ער נישט גיט אריין. פארשטאפט. קינדעריש. כוויס נישט וואס. אזוי ווי די גראמערס מייק אין ויואל משה זאל. :lol:

טערקישער_סולטאן
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:15 am

תגובהדורך טערקישער_סולטאן » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 8:36 am

טראמבאן האט געשריבן:
טערקישער_סולטאן האט געשריבן:שיינע סידי
פארוואס מוז הערשי וויינבערגער זינגען? ער איז זייער גוט אין קאמפאזן אבער אין זינגען נו

גיט גאר שטארק צו גראדע, נאר יאסי גרין מעג?

איך קען נישט קאמפאזן איך קען נישט זינגען
און איך רעספעקט הערשי פאר קאמפאזן
אבער מען דארף וויסן ווי מען באלאנגט און ווי נישט
איין טאג האט זיך דער סולטאן אנגעטון פשוטע קליידער און זיך ארויס געשלייכט פון דעם פאלאץ זיך אויסגעמושט מיט דער המון עם צו הערן וואס דער באפעלקערונג רעדט

שנלר
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

תגובהדורך שנלר » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 10:39 am

יאפ, יעצט געהערט, הערשי פאקט איין מרדכי אין לינקע זאק

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 11:24 am

פאר דער וואס פארשטיין עברית און האבן נישט הנאה פון דער נייע סידי אלע אלע וועלן הנאה האבן פון דאס!!
https://t.co/9weVS8W6Hn

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:03 pm

הערשי זינגט גראדע נישט שלעכט, נאר ער מעג שוין קויפן א נייע היט. אויך די פלעסטיק פון זיין טלית בייטל איז שוין גוט צופליקט. איך ווייס אז מיכאל'ס פלעסטיק איז אויך צוריסן, אבער ער איז נישט מיכאל! פעיס איט!

קינדערליך, די מאס שנאה (מעגליך קנאה) וואס מען שיסט אין דעם אשכול איז נישט נארמאל. ס'האט נישט קיין שום פשט. מ'קען מיינען כאילו ער האט אריינגעזינגען אין א ראבא קאל... סקיפ די טרעק און גיי ווייטער. סתם באשמיצן און מבזה זיין א איד פארן זינגען אפאר סקונדעס איז נישט מענטשליך.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2863
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:46 pm

גראדע האט ער א לעדערנע טלית בייטל װאס האט נישט קײן פלעסטיק

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:02 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:הערשי זינגט גראדע נישט שלעכט, נאר ער מעג שוין קויפן א נייע היט. אויך די פלעסטיק פון זיין טלית בייטל איז שוין גוט צופליקט. איך ווייס אז מיכאל'ס פלעסטיק איז אויך צוריסן, אבער ער איז נישט מיכאל! פעיס איט!

קינדערליך, די מאס שנאה (מעגליך קנאה) וואס מען שיסט אין דעם אשכול איז נישט נארמאל. ס'האט נישט קיין שום פשט. מ'קען מיינען כאילו ער האט אריינגעזינגען אין א ראבא קאל... סקיפ די טרעק און גיי ווייטער. סתם באשמיצן און מבזה זיין א איד פארן זינגען אפאר סקונדעס איז נישט מענטשליך.

איך זעה נישט קיין שנאה קנאה תחרות.
בארואיגט אייך. ממעג דיבעיטען זיין זינגען. טשיל
מען דיסקאסירט אויף א פאבליק פארום א פאבליק פיגור. נישט יעדע נעגעטיוו ווארט איז שנאה

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:04 pm

ס'איז דא נעגאטיוו, און ס'איז דא מבזה זיין.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:12 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
שמע בני
איך ווייס נישט פארוואס די ניגון רעדט די שוואכסטע צו מיר, אפשר נאר דערווייל.
איך האב זייער הנאה געהאט די שטיקל ווי מענדי זאגט אזוי רוהיג: בני וכו' וגו' וכו', אינמיטן גיבט ער זיך א צושריי: 'שמע בני מוסר אביך', און ער גיבט אזא צו ארויף ביז די לבנה, האב איך מיך דערשראקן...., ער שטעלט פאר א סצענע פון א טאטע וואס רופט זיין קינד און גיבט איהם א מוסר שמועס, ער איז איהם מסביר רוהיג "איך בעט דיר, גיי נישט בדרך איתם", אינמיטן - ווען ער זעהט אז מיט גוטנ'ס וועט שוין נישט גיין... – לאזט ער פליהען א קלינדיגע פראסק אויפן קינד'ס פנים און דער טאטע נעמט'זיך שרייען און קוויטשען....
אבער נאך אלעס, א שיינע אנגענעמע ניגון איז דעס.

איך האב גראדע זייער ליב די ניגון, בעיקר די חלק: "פון מיין קינד מיין קינד גיי נישט בדרך אתתתתתם...."
אויך די אינטראו איז זייער שיין.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4724
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:25 pm

איך האב זייער ליב הערשי'ס זינגען. ער זינגט סאך שענער ווי יוסי גרין.

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 4:45 pm

איך האלט נאכן הערן די אלבוים איין אהאלב מאל... סוי סאיז נאך צי שנעל פאר א רעוויא.. האבעך אבער איבערגעהערט הערשי׳ס ניגון מוציא אסירים א שיינע פאר מאל אין סאיז א ביוטיפאל ווארימע ניגון אין הערשי׳ס זינגען איז אויסערגעווענליך!!!!!!!!! די קנייטשען, די דעליווערי, די שטימע, די ווארעמקייט, סהאט מיך נאר געבאדערט אז ער זינגט נישט אויך די הויכע פאל.... איך בין שאקט אז דער עולם דא רייסט עס אזוי אראפ..??? איי דוינט געט איט....איך קאמענט נאר אויף דעם יעצט ווייל איך זעה דעס איז די דיסקאשען דא.
איך האף אויב די נערווען עלען ערלויבען וועל איך שרייבען א רעוויא.

פעשען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

תגובהדורך פעשען » זונטאג אוגוסט 25, 2019 5:32 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:יעצט באקומען אין אישי פון איינער פון די גאר חשובע ניקים


איך ווייס נישט צו די האסט געכאפט אז די אנהויב פון די הויכע פאל איז די זעלבע פון תפלין בזרועותיהם פון אידיש נחת וועלכע איז געווען די זעלבע ווי שבת הוא מלזעוק פונעם זעלבן קאמפאזיטאר..)

הערט זיך היפש ענליך, אבער לויט'ן חשבון האטער געמאכט די ניגון נאך פאר דעי ביידע זענען ארויסגעקומען..

לפנות בוקר
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 9:50 am

פעשען האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:יעצט באקומען אין אישי פון איינער פון די גאר חשובע ניקים


איך ווייס נישט צו די האסט געכאפט אז די אנהויב פון די הויכע פאל איז די זעלבע פון תפלין בזרועותיהם פון אידיש נחת וועלכע איז געווען די זעלבע ווי שבת הוא מלזעוק פונעם זעלבן קאמפאזיטאר..)

הערט זיך היפש ענליך, אבער לויט'ן חשבון האטער געמאכט די ניגון נאך פאר דעי ביידע זענען ארויסגעקומען..

אפשר יא און אפשר ניין!.
מיר קענסטע אלעס זאגן איך בין "נישט" קיין וויסעל בלאוער

אמאל געווען
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 11, 2019 2:47 pm

תגובהדורך אמאל געווען » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 2:26 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:
פעשען האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:יעצט באקומען אין אישי פון איינער פון די גאר חשובע ניקים


איך ווייס נישט צו די האסט געכאפט אז די אנהויב פון די הויכע פאל איז די זעלבע פון תפלין בזרועותיהם פון אידיש נחת וועלכע איז געווען די זעלבע ווי שבת הוא מלזעוק פונעם זעלבן קאמפאזיטאר..)

הערט זיך היפש ענליך, אבער לויט'ן חשבון האטער געמאכט די ניגון נאך פאר דעי ביידע זענען ארויסגעקומען..

אפשר יא און אפשר ניין!.


אויפגעוואקסן מעט הערשי'ן, איך קען שוין די ניגון פון חדר. קאנספערירן קאסט נישט קיין געלט...

#אינפארגינער

לפנות בוקר
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 2:32 pm

אמאל געווען האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
פעשען האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:יעצט באקומען אין אישי פון איינער פון די גאר חשובע ניקים


איך ווייס נישט צו די האסט געכאפט אז די אנהויב פון די הויכע פאל איז די זעלבע פון תפלין בזרועותיהם פון אידיש נחת וועלכע איז געווען די זעלבע ווי שבת הוא מלזעוק פונעם זעלבן קאמפאזיטאר..)

הערט זיך היפש ענליך, אבער לויט'ן חשבון האטער געמאכט די ניגון נאך פאר דעי ביידע זענען ארויסגעקומען..

אפשר יא און אפשר ניין!.


אויפגעוואקסן מעט הערשי'ן, איך קען שוין די ניגון פון חדר. קאנספערירן קאסט נישט קיין געלט...

#אינפארגינער

א מאסיווע קאנספיראציע ווערט געוועבט נאך דעם וואס א נייע אויפקומענדע קאמפאזיטער האט געמאכט א פאל פון א ניגון קאפי פעיסט פונעם לעגענדארן יוסי גרין
אינז פשוטע אנשים האבן געהאלטן אז..
למעשה האט מען אויפגעדעקט אז די נייע קאמפאזיטער האט עס שוין געמאכט אין ביי די 9 יאר.
איינער אויף אייוועלט איז געווען מסופק צו די אויפדעקונג איז קראנט
איז ער געווארן אפגעסטעמפעלט אלטס "אינפארגינער"
מיר קענסטע אלעס זאגן איך בין "נישט" קיין וויסעל בלאוער

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 8:46 pm

זיך קריגן ווי קליינע קינדער...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פראהביטש און 21 געסט