טעיפ: בקול

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

טעיפ: בקול

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג מארטש 02, 2008 3:06 am

ארויסגעגבען דורך חסידי'שע אידן, מ'הערט דארט

חזן שטארק, זינגט א קוסעוויצקי

חיים אדלער, זינגט אן אייגנס. געפעלט מיר גאנץ גוט.

מאיר ברוך קאהן, זינגט א יאסעלע. (נאר וואדען)

יעקב אונגאר, דענק איך נישט...

יעקב יצחק ראזענפעלד, זינגט יאסעלעס יהי רצון פון מאנטאג און דאנערשטאג.

דענק איך נישט, זינגט טיהר פון קווארטין.

מאיר ברוך'ן מיט יעקב אונגער, און יעקב יצחק ראזענפעלד, האבעך שוין אסאך געהערט, סיי לייוו, און ווי אויך אויף קאסעטעס אדער סידי'ס, כ'וואונדער זיך פארוואס זייער שטימע איז אזוי טרוקן אויף דעם טעיפ, כ'מיין אז מ'האט דאס געמאכט דיגיטואליש, און כ'אלט אז מ'האט געטוהן א מורא'דיגע עוולה.

ווער עס האט קאמענטארן אויף דעם טעיפ, זאל זיך אנרופן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג מארטש 02, 2008 9:32 pm

ס'איז כדי אנצומערקן:

ר' מאיר ברוך זינגט דא דער ערשטער מאל אויף א פובלעצירטער טעיפ, ער האט דאס נאך קיינמאל נישט געטוען.

וויפיל איך האב דארט געהערט אז עס זייער שיין.

מער קאמענטארן א צווייט מאל אי"ה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » מאנטאג מארטש 03, 2008 12:40 pm

איך האב געהערט דעם סי די, און איך בין זייער אנטוישט.
די מוזיק און די נגינה איז אויסנאם פלאך און DULL. עס טוט מיר לייד אז אזעלכע גוטע און קוואליפיצירטע טיעם פון חזנים, און דאך אזא שוואכע ארעינזשמענט ארבעט.

עס איז נישט דאס שולד פון די חזנים נאר פון דעם מיקסער און אראנזשירער.
איך גיב עס איין שטערן מיט א מינוס.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מאנטאג מארטש 03, 2008 3:18 pm

אלץ ווייסער, אמת! אבער,
חזנות ליעבהאבער קוקען מער אויף די חזנות ווי די ארעינזשמענט ארבעט, אזוי מיין עך.
חזן שטארק לייגט אראפ א געוואלדיג שטיקעל, יאנקעל אונגער איז אויך גאנץ גיט. די אנדערע איז ניטאמאל דא וואס צו רעדען.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג מארטש 03, 2008 3:43 pm

נאטי, חזן שטארק איז ווי אויבנדערמאנט געוואלדיג. אבער אלץ-ווייסער זאגט א געוואלדיגע נקודה, די ארענדזשמענט איז נישט גוט, און עס קלאפט ארויס אויפן ניגון.

די חזנים זענען בעסער ווי גוט, כ'דענק נישט ווען מאיר ברוך זאל אזוי שלעכט אויסנעמען, כ'רעדט דאך אז אלע איבריגע פון איהם איז נישט פראפעשענאל ארויסגעגעגעבן, איז אזא זאך א גרויס ווייטאג.

כ'מיין אז כ'קען ווערן פארעכנט צווישן חזנות ליבהאבער, און דער טעיפ איז א שטארקער אנטוישונג. מיין נישט, עס דרייט זיך שוין אין אויטא צענדליגער מאל..

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג מארטש 03, 2008 9:36 pm

יא, די אלע אויבנדערמאנטע זאכן זענען פינאטס. קלייניקייטן.

די CD פאר זיך איז גאנץ שיין, ס'איז נאר דא איין קליינע אנטוישונג.
(חזן)ר' יעקב אונגאר זינגט א שטיקל(ניגון) אויף זייער א נידריגע טאן, אין גיט נישט ארויס ניטאמאל זיין האלבע שטימע, אין דאס אויך, נישט לענגער ווי גאנצע צוויי 2 מינוט!
ממילא שלעפט ער אראפ זיינע ארומיגע אויך.

שטארק זינגט זייער שיין, כ'מיין אז ס'איז זיין שענסטע שטיקל אויף קאסעטע. אדלער האב איך יעצט דאס ערשטע מאל געהערט, אבער ער איז אויך זייער פיין. מאיר ברוך האב איך נאך קיינמאל נישט געהערט אזוי הויעך ארויף-ציען, אין אזוי פינקטליך זינגען, כאטש נישט דאס ארויפציען איז מכריע, ווייזט ער אבער אז ער קען דאס אויך.
ר' יעקב ברויך מען זיך אנשטרענגען געוואר צי ווערן אז ער זינגט עפעס בכלל, ווי אויבן געשריבן.

אין הרב רויזענפעלד האב איך שוין אסאך מאל געהערט, ער האט אזא געוויסע טעאריע, נישט קיין חילוק וועמעס ניגון ער זינגט, וועט ער דאס אויסארבייטן אויף זיין אייגן שניט אין געפוהל. וואס געווענליך הארגעט עס מער ווי ס'לייגט צו. כל המוסף גריע.
ווי כ'האב געהערט דאס ערשטע מאל זיין שטימע, ווען מ'האט מיר אויפגעשפיעלט ווי ער זינגט "לעולם יהא אדם" פון ר' יהושע ווידער ע"ה. די ערשטע מינוט האב איך מיר זייער געווינדערט, ער האט דאך אזא גיטן קאלאראטור, פארוואס זאל ער נישט קענען נאךזינגען ווי ס'קימט? דערנאך איז מיר קלאר געווארן אז דאס איז זיין שיטה. אבער וואס זאל איך אייך זאגן, ער איז זיך שטארק טועה.
דער כלל איז, "ווען מ'זינגט אנדערשט א יאסעלע שטיקל, קען עס נאר זיין ארגער" . אין דאס איז וואס ס'האט אויך דא פאסירט.

יעקב לעמער ביי זיין מרדכי הרשמאן'ס זרים אומרים, איז זייער פיין, כ'האב אים שוין עטליכע מאל געהערט לייו, געווענליך הערשמאנס קאמפאזישאנס, ער זינגט זייער לייכט אין שיין. כ'מיין אז ער איז דער אינגסטער אויפן CD דיכט זיך נאך נישט קיין 22.
אין בנציון ווייס, זינגט א גרינג אבער ווארעם שטיקל, זיין שטימע אין אבער א חידוש.

ס"ה איז די קאסעטע גאנץ פיין, נאר פאר דעם געלט וואלט עס געמעיגט זיין אביסעלע לענגער.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג מארטש 24, 2008 11:57 pm

נאך א היבשע מאל אויסהערן, שפירט מען עס בעסער אין די ביינער.
היינט ציטאג קלאפ כ'שוין נישט אוועק, אפי' די וואס כ'האב אויבן יא.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: רעבישע און 25 געסט