אנאליזן - שירים ושיעורים - חהמ״פ תשע״ט

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

yes yes
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:01 pm

תגובהדורך yes yes » דאנארשטאג אפריל 25, 2019 11:02 am

מצלמה האט געשריבן:
yes yes האט געשריבן:איך זעה אז מען ווייסט נישט
אבער כ''א כסלו איז דא יעדע יאר א שבע ברכות ביים דינער כדי עס זאל הייסען שמחת חתן וכלה


אמת. לכתחילה האט זיך עס אנגעהויבן מיט א שבע ברכות פאר החתן הרב מאיר שפיץ שליט״א חתן המשב״ק רבי יוסף אשכנזי ע״ה

היינט איז די שבע ברכות חלק אין כ״א פראגראם א ליצנות אחת גדולה.

קען זיין אז עס איז א ליצנות, גיי ווייס פארוואס
אבער די תירוץ פארוואס עס איז מותר מיוזיק כ''א כסלו בלייבט נאך אלס וועגן שמחת חתן וכלה

yes yes
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:01 pm

תגובהדורך yes yes » דאנארשטאג אפריל 25, 2019 11:05 am

שמערלער האט געשריבן:
yes yes האט געשריבן:איך זעה אז מען ווייסט נישט
אבער כ''א כסלו איז דא יעדע יאר א שבע ברכות ביים דינער כדי עס זאל הייסען שמחת חתן וכלה

נייע מעשה
וואס טוט זיך מיט מאנטריאל לאנדאן אנטווערפן בני ברק וכו'. דארט איז אויך דא שבע ברכות ?

אנטוורפען גראדע ווייס איך אז דער דיין חיד''א ווייס פארלאנגט יעדע יאר אז מען זאל דארט מאכן א סיום אויב עס איז נישט דא א שבע ברכות

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג אפריל 25, 2019 12:46 pm

הארמאניע האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:נישט קיין פארגלייך צו א קאנצערט. א קאנצערט (מאָנאַ מיט א בענד ביי כ"א כסלו, אדער לייוו פּערפֿאָרמענסעס ביי אנדערע פאנדרעיזינג עווענטס) איז לשם אינטערטעינמענט; יענער זינגט און שפילט און דער עולם אינדזשויט די שאוי.
'שירים ושיעורים איז געווען שירים לשם התעוררות, ענליך צו א חסידישע פארברענגען, וואס אויף דעם איז פארהאן שטארקע היתרים.
איך בין ווייט פון א פוסק, אבער אויף דעם ענין פון שיר ומוזיק כבר דשו בה כמה מגדולי האחרונים.

איך מוש מיך נישט אריין אין דעם נושא, נאר סתם פאר די נייגעריגקייט צו פארשטיין דיין סברא.... א קאנצערט מיט שוועקי, ברוך לעווין און מיאמי בויס קווייער, אבער יעדער זינגט מיט, איז מותר?


א קאנצערט איז די זינגען אַפּשינעל אין די מעין אינטערטעינמענט איז קוקען די שאו. משא"כ דא אויב האסטו נישט געזינגען ביסטו נישט געבליבן פאר מער ווי 5 מינוט ווייל דאס איז נאר געווען געמאכט להודות ולהלל


בכלל, ווי פארגלייכסטו די פראגראם פון א צוזאמקום דורך שוועקי, מיאמי יונגלעך קאור אז״ג, צו די פראגראם וואס שירים ושיעורים האט אהערגעשטעלט?.. די קאלעקשן פון ניגונים, די בעלי מנגנים, און בכלל די וועג וויזוי מ׳האט געזינגען. כרחוק מזרח ומעריב! קיין פארגלייך!
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג אפריל 25, 2019 12:46 pm

אהן אריינגיין אין די מוזיק פארברעגען מותר/אסור דיבאטע, פאר א חסידישער אינגערמאן וואס גלייכט צו הערן זינגעריי און זיכט ארויסצוגיין איין נאכט חוה״מ נאכן לייגן די קינדער שלאפן, איז אזא פראגראם איז געווען א געוואלדיגע זאך.

די לא זו הדרך, אמאל איז דאס נישט געווען, אזאנע זאכן קען פותח שערים זיין פאר ערגערע זאכן, אא״וו די בארעכטיגטע טענות.. אלעס איז הונדערט פארצענט ריכטיג. ס׳הייבט זיך אבער נישט אן דא. שׁאַבּאַטאָנס [די אויסגעהאלטענע] איז אמאל אויך נישט געווען, 20 יאר צוריק האט הצלה נישט געהאט קיין סליידס ביי די מענער פארטי׳ס, חסד געבט ארויס DVD מאוויס, אא״וו די אלע לא זו הדרך וואס איז אמאל נישט געווען. לכאורה זענען די זאכן פי כמה מער אומאויסגעהאלטן, און קען אסאך מער פותח שערים זיין פאר פיל ערגערע זאכן ווי דאס וואס איז געווען ביי די שירים ושיעורים פראגראם. איך רעד ניטאמאל פון די פראגראם פארלאפענעם זינטאג אין ברוקלין, ווי מ׳האט גענומען הייליגע מנהגים און תשמישי קדושה און געמאכט פון זיי לצי לצנות.. ח״ו, פון אזאנע פראגראמען רעד איך נישט בכלל.

נאכמער, איך רעד דייקא פון חוה״מ. ווען דאס וואלט פארקומען אין א גרינעם דינסטאג פאר ויצא וואלט איך עס אנגעקוקט קאמפליטלי דיפרענט! און די תירוץ איז די זעלבע. טאקע ווייל ס׳האט זיך געהאנדלט פון היימישע נארמאלע אינגעלייט, וואס האבן געזיכט צוצושטעלן עפעס וואס זאל זיין אין ליין מיט נארמאלקייט אויף א נארמאלע אויפן, האבן זיי געקליבן דעם דאטום.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג אפריל 25, 2019 1:06 pm

yes yes האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:
yes yes האט געשריבן:איך זעה אז מען ווייסט נישט
אבער כ''א כסלו איז דא יעדע יאר א שבע ברכות ביים דינער כדי עס זאל הייסען שמחת חתן וכלה


אמת. לכתחילה האט זיך עס אנגעהויבן מיט א שבע ברכות פאר החתן הרב מאיר שפיץ שליט״א חתן המשב״ק רבי יוסף אשכנזי ע״ה

היינט איז די שבע ברכות חלק אין כ״א פראגראם א ליצנות אחת גדולה.

קען זיין אז עס איז א ליצנות, גיי ווייס פארוואס
אבער די תירוץ פארוואס עס איז מותר מיוזיק כ''א כסלו בלייבט נאך אלס וועגן שמחת חתן וכלה


שבע ברכות מתיר צו זיין מוזיק ביי כ"א כסליו, איז בערך אזוי:
א רעסטאראנט איז אפען די גאנצע 9 טעג כאילו לא היה, יעדער אכל'ט בשר אויף כח, ווייל ערגעץ 11 ביינאכט מאכט איינער א סיום אויף מסכת הוריות...

אין אידיש הייסט דאס: גענומען דעם שלחן ערוך און געמאכט דערפון פאטאש.

יא, ס'דא א שבע ברכות... דער חתן קומט אן 11 ביינאכט און מ'טאנצט 8'טע.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3400
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג אפריל 25, 2019 3:28 pm

אפשר קען מען אויפהערן דעבאטירן די הלכה'דיגע חלק פון מוזיק?
די אנפירער און באטייליגער האבן אנגענומען די דעה אז ביי די פאל איז מוזיק מותר, משום איזה סיבה שהוא, און ווער ס'וויל דן זיין איבער דעם זאל עפענען א באזינדערע אשכול. דא שמיעסט מען אויס after the fact וויאזוי ס'איז געווען.

הארמאניע
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » דאנארשטאג אפריל 25, 2019 4:45 pm

דריידל האט געשריבן:אפשר קען מען אויפהערן דעבאטירן די הלכה'דיגע חלק פון מוזיק?
די אנפירער און באטייליגער האבן אנגענומען די דעה אז ביי די פאל איז מוזיק מותר, משום איזה סיבה שהוא, און ווער ס'וויל דן זיין איבער דעם זאל עפענען א באזינדערע אשכול. דא שמיעסט מען אויס after the fact וויאזוי ס'איז געווען.

שכוח פארן צירוק"דרייען" די אשכול.

ווי געזאגט פריער, ס'לוינט אריינצוקומען מיט פידבעק - פאזיטיוו - פירסט אף אלל ווייל ווי סקוקט אויס זענען נאך דא מאנכע וואס פארשטייען בכלל נישט די באדייט פין שירים ושיעורים, אויכעט וועט עס שטארק מחזק זיין די ארגאניזירער אויף אנצוגיין ווייטער - נעגאטיוו - ווי געשריבן פריער און ווי מ'קען קאָמפּערן די זומערדיגע ווס. די איצטיגן און ווי מ'קען זען אין די אשכול זעלבסט אז ס'שוין אריינגעקומען אפאר זאכן וואס מ'קען בעסער מאכן קומענדיגע מאל.

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דאנארשטאג אפריל 25, 2019 5:29 pm

@הארמאני אז דו ווילסט אזוי שטארק.
קודם עס איז געווען א הערליכע געלונגענע פארברענג, אריין און אן אנדערע וועלט. זיך געלוינט יעדע דאללאר.
איך האב שטארק הנאה געהאט אז עס איז נישט למעשה געקומען קיין סאלאס ווייל יעצט ווייס איך שוין בערך וועלעכע ניגונים זיי וואלטן אוועקגענומען פונעם עולם. עס איז געווען הערליך באצויבערנד די געזאנג פונעם עולם! ווער דארף סאלאס?

איך האלט מען וואלט געדארפט לאזן דעם עולם מער זינגען אליין, עס איז דאך די ציל פונעם מעמד.

און בשעת מעשה ווען דער עולם זינגט אליין זאל נאר זיין אויפן סקרין איינער וואס זינגט מיט, (לאו דוקא אין זיין מייק) מען זאל קלאר זעהן און מיטהאלטן דער גאנצער עולם בענעזאם, נישט ווי דא איז געווען אז ווען דער עולם האט געזונגען האט יואל האראוויץ אסאך מאל נישט מיט געזונגען, נאר געמאכט מיט די הענט, און ער איז נישט געווען אגאנצן צייט אויפן סקרין, און דער עולם האט זיך טאקע געציילטע מאל אביסל פארלוירן, און הערשט דעמאלטס האט ער געכאפט דעם מייק און פאראכטן.

איך כלשעצמי ווען עס האט זיך אויפגעשריבן אויפן סקרין אני מאמין האב געהאפט עס גייט זיין ר' משה גאלדמאן'ס וועלט'ס באקאנטע אני מאמין פון די אם אשכחך טעיפ. איך האלט די זאל וואלט געדינערט. (אפשר נעקסט טיים)

קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

תגובהדורך קעניגליך » דאנארשטאג אפריל 25, 2019 5:41 pm

זייער הנאה געהאט - פרייליך אין שירה די סאמע לייבן אין די חסידישע מיוזיק וועלט, א קנאק - הרב מלאך מיט אטעם פארכאפנדע הומאריסטישע רעינות, א קנאק -
איך האב אבער יא געפילט א שטארקע חלל אן די סאולאס ווי אויך די אלטע נגינום וואס כ'האב בכלל נישט געקענט, ווואלט איך ווען געוויסט פארדעים וואלט איך נישט געצאלט 140 אבער ביז 80 זיכער.

דובי'ס א פען
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 10:38 pm

תגובהדורך דובי'ס א פען » זונטאג אפריל 28, 2019 3:00 pm

Anyone in contact with the organizers ?
Can ask them to give out a recording for the hundreds of people who didn't have the zechiye to join.....
Please...

אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

תגובהדורך בריוועלע » זונטאג אפריל 28, 2019 3:04 pm

דובי'ס א פען האט געשריבן:Anyone in contact with the organizers ?
Can ask them to give out a recording for the hundreds of people who didn't have the zechiye to join.....
Please...

א "שירה" מעמבער האט מיר געזאגט אז עס גייט בעז''ה ארויסקומען די קלארע ריקארדינג פונעם מעמד, אבער אזוי ווי די פראגראם איז געווען באגלייט מיט כלי זמר, וועט עס מסתמא ארויסקומען נאך די ימי הספירה לאור עולם.
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג אפריל 28, 2019 3:42 pm

דובי'ס א פען האט געשריבן:Anyone in contact with the organizers ?
Can ask them to give out a recording for the hundreds of people who didn't have the zechiye to join.....
Please...

Mr Adler of Eagle Productions did the sound

Ask Eagle Productions regarding the recordings
732.833.2453
http://eagleproductionco.com/

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג אפריל 28, 2019 4:14 pm

מצלמה האט געשריבן:רבותי:
כ״א כסליו איז אנהייב געווען אן קיין מוזיק!

הרה״ח ר׳ שלמה אהרן פריעדמאן ואחיו ר׳ שמעון פריעדמאן האבן אראנזשירן מוזיק אין תשי״ט.

למרן הק׳ מסאקמיר לא ניחא דעתיה.
מ׳האט טאקע אויפגעהערט.

בשנת תשכ״ו - בעת שבע ברכות של הרב מאיר שפיץ שחל בכ״א כסליו, האט דער מחותן והמשב״ק רבי יוסף אשכנזי געזאגט אז לכבוד די שבע ברכות - איז אנדערש.

הקיצור, כ״א כסליו איז אויך נישטא קיין געהעריגע היתר.

אין די סוף כ' און ל'יארן איז נישט געווען קיין מיוזיק???

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » זונטאג אפריל 28, 2019 5:23 pm

די קומענדיגע שירים ושיעורים גייט אי״ה פארקומען אין ב״פ.

אוועטאר
די אויכעט
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

תגובהדורך די אויכעט » זונטאג אפריל 28, 2019 5:41 pm

קרית יואל?

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » זונטאג מאי 05, 2019 3:42 am

דער בלאט
צוגעלייגטע
D3151953-5BD3-4410-874E-64DE2BA9F433.jpeg
D3151953-5BD3-4410-874E-64DE2BA9F433.jpeg (259.92 KiB) געזעהן 2268 מאל

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » זונטאג מאי 05, 2019 9:21 am

קיסריה האט געשריבן:די קומענדיגע שירים ושיעורים גייט אי״ה פארקומען אין ב״פ.

‏ר׳ אברהם מרדכי מלאך זאגט, אז קומענדיגע שירים ושיעורים וועט נישט פארקומען אין וויליאמסבורג כדי נישט צו מאכן התגרות באומות

בבל
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מוצ"ש מאי 11, 2019 11:23 pm

nmi האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:רבותי:
כ״א כסליו איז אנהייב געווען אן קיין מוזיק!

הרה״ח ר׳ שלמה אהרן פריעדמאן ואחיו ר׳ שמעון פריעדמאן האבן אראנזשירן מוזיק אין תשי״ט.

למרן הק׳ מסאקמיר לא ניחא דעתיה.
מ׳האט טאקע אויפגעהערט.

בשנת תשכ״ו - בעת שבע ברכות של הרב מאיר שפיץ שחל בכ״א כסליו, האט דער מחותן והמשב״ק רבי יוסף אשכנזי געזאגט אז לכבוד די שבע ברכות - איז אנדערש.

הקיצור, כ״א כסליו איז אויך נישטא קיין געהעריגע היתר.

אין די סוף כ' און ל'יארן איז נישט געווען קיין מיוזיק???

וועגן דעם ברענגט מען חתנים כא כסלו צי בענטשן שבע ברכות צי קענען ניצן מוזיק. אגב מוסדות ויאמ'ש אין ק' י פלעגט קיינמאל נישט האבן מוזיק ביים דינער היי יאר האט די נייע אדמיניסטראטער געזען אז די זכרו סיום זאל אויסקומען די צייט פון דינער מיט מוזיק לכבוד התורה
לעצט פאראכטן דורך בבל אום מוצ"ש מאי 11, 2019 11:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בבל
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מוצ"ש מאי 11, 2019 11:37 pm

איז דא ערגעץ אויפן וועלטל דא א אשכול וועגן הערן מוזיק בזמן הזה?
אויב נישט דארף מען עפענען ביי ידיעות התורה

אוועטאר
יסוד ארי
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

תגובהדורך יסוד ארי » מאנטאג יוני 03, 2019 9:51 pm

58bdf983b88647e48cb9fc53ed169064.jpg
58bdf983b88647e48cb9fc53ed169064.jpg (288.67 KiB) געזעהן 1049 מאל

מחזור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » מאנטאג יוני 03, 2019 11:32 pm

אינטערעסאנטע קול קורא פון עטליכע יאר צוריק וועגן קעסיאו'ס
צוגעלייגטע
YiddishSite-3-18-19-11-28-02-AM.jpg
YiddishSite-3-18-19-11-28-02-AM.jpg (59.74 KiB) געזעהן 927 מאל

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג יוני 04, 2019 6:37 am

לויט די פרייזן פון די זיצן, גייט דאס מסתמא קאסטן אזא זעקס מאות. און די תירוץ וועט זיין אז נאר ווער ס'וויל באמת מיטזינגען זאל עס קויפן, נישט סתם איינער וואס וויל עס אויסהערן פאר אינדזשוימענט...

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג יוני 04, 2019 11:37 am

:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:לויט די פרייזן פון די זיצן, גייט דאס מסתמא קאסטן אזא זעקס מאות. און די תירוץ וועט זיין אז נאר ווער ס'וויל באמת מיטזינגען זאל עס קויפן, נישט סתם איינער וואס וויל עס אויסהערן פאר אינדזשוימענט...


:lol: :lol: :lol:

יוסיף דעת
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

תגובהדורך יוסיף דעת » דינסטאג יוני 04, 2019 3:21 pm

מצלמה האט געשריבן:רבותי:
כ״א כסליו איז אנהייב געווען אן קיין מוזיק!

הרה״ח ר׳ שלמה אהרן פריעדמאן ואחיו ר׳ שמעון פריעדמאן האבן אראנזשירן מוזיק אין תשי״ט.

למרן הק׳ מסאקמיר לא ניחא דעתיה.
מ׳האט טאקע אויפגעהערט.


איך האב מיך נאך געפרעגט ביי די משפחת פריעדמאן שיחיו זיי זאגן זיי סאיז קיינמאל נישט געווען אזא מעשה!!!!!!! זיי האבן קיינמאל נישט אראנשירט מוזיק ביי קיין שום מסיבה בכלל!!!
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן משנה יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג יוני 04, 2019 4:06 pm

ווען?
פרייז?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט