בלאט 1 פון 3

ניגון ירקרק אדמדם - ליצנות פון וועמען?

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 2:37 am
דורך ווייזער
ניגון ירקרק אדמדם - ליצנות פון וועמען?

דאס געפאלנקייט האט דערגרייכט א נייע שטופע, מיט דאס פארשפרייטן א נייע סארט היפ-האפ טאנץ ניגון אויף די ווערטער ירקרק אדמדם

ירקרק - ירוק שבירוקין.
אדמדם - אדום שבאדומים

איך ווייס נישט גענוי וואס דער מאן דהו האט געוואלט, צי ער יימו גוטס און בלא יודעים יצא העגל הזה, צי עפעס אנדערש

מיר שמעקט נישט צו נעמען א פסוק אין די תורה הקדושה רון מאכן דערויף א ליצנות ניגון.

אדרבה וואס זאגן דער ציבור צו דעם?

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 2:48 am
דורך בראשית ברא
א נייע זאך?

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 2:52 am
דורך קלאָצקאָפּ
אנגעבליך איז עס ליצנות פון די היינטיגע מוזיק. א פראפעסיאנעלע ווערסיע פון קעפעטש'נס ניגון.

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 2:55 am
דורך nmi
אז ס'איז פון קעפעטש לוינט זיך עס צו הערן... קען עס איינער ארויפלייגן?

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 3:07 am
דורך קלאָצקאָפּ
ס'איז נישט פון קעפעטש. ס'איז נאכגעמאכט דער געדאנק פראפעסיאנעל, אבער ווייט נישט אזוי גוט...
viewtopic.php?p=1907340#p1907340

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 3:17 am
דורך ווייזער
וואס איז דא פון קעפעטש?
ווער איז קעפעטש?

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 3:17 am
דורך nmi
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ס'איז נישט פון קעפעטש. ס'איז נאכגעמאכט דער געדאנק פראפעסיאנעל, אבער ווייט נישט אזוי גוט...
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 0#p1907340

דאס איז גוט...

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 3:19 am
דורך nmi
ווייזער האט געשריבן:וואס איז דא פון קעפעטש?
ווער איז קעפעטש?

ר' אייזיק קעפעטש'ס זון. א בדחן איינס אין דער וועלט. ער איז ביזי צו מאכן ליצנות פון די היינטיגע זינגערס און ער מאכט עס פיין.

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 3:25 am
דורך קלאָצקאָפּ
ווייזער האט געשריבן:וואס איז דא פון קעפעטש?
ווער איז קעפעטש?

https://www.dropbox.com/s/efo32948ecuv6 ... 7.wma?dl=0

גענומען פון דא.

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 3:39 am
דורך nmi
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:וואס איז דא פון קעפעטש?
ווער איז קעפעטש?

https://www.dropbox.com/s/efo32948ecuv6 ... 7.wma?dl=0

גענומען פון דא.

אז דו קענסט שאפן א קליפ ווי זיינע מאושענס וואלט בעסער געווען...

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 4:09 am
דורך חושב מחשבות...
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:וואס איז דא פון קעפעטש?
ווער איז קעפעטש?

https://www.dropbox.com/s/efo32948ecuv6 ... 7.wma?dl=0

גענומען פון דא.

וויפיל מ'הערט עס איבער איז אלס מלא חן

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 9:41 am
דורך וואס עפעס?
געוואלדיגע איידיע
שאלה איז נאר צו עס גייט אנקומען וואו עס דארף

ווען וועלט איז באשטאנען פון מערסטס געזעצטע מענטשן איז א ניגון געווען אדער א ענין פון שבח והודי׳ אדער א ענין פון תפילה ובקשה

ווען א איד האט זיך גענומען זינגען אדער טאנצען האט מען געוויסט אז עס איז אן עבודה צו ווערן נאנט מיטן אייבערשטען

מיט די יארן איז צוגעקומען א נייע מין זינגען - גארנישט מיט אידישקייט , סתם א איד וויל טאנצען הארא וכדומה
שוין מהיכא תיתא....

אין די לעצטע יארן איז ארויסגעקומען א פערדע מין נגינה, און דאס איז דאס נעמען א פסוק/ מימרא און מזינגט עס מיטן פארקערטן ביעט, לאמיר זאגן אז מען זינגט מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די מיט א הארא...

אדער ווען מען זינגט א צוזאמשטעל פון ווערטער און א גרופע פון ——— טוהן עס נאכזינגען

עטליכע משלים לענ״ד
לאמיר מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט ......
עה וואס?? וואס צעפייערסטו דיך מיט ווערטער וואס מאכט ניטאמאל סענס?!

אויב מעג מען זאגען... די ניגונים וואס גייט לעצטענס ארום איבערן צדיק ר׳ ישעי ב״ר משה איז אויכעט אריבער אלע גבילות

וכהנה וכהנה כי רבות
די מעסידש איז סימפל, נגינה איז בקשה והודי׳ און אז די האסט נישט קיין ווערטער דיין מיש נישט אריין אידישע ווערטער און דיין תניעה

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 9:53 am
דורך ישוב הדעת
וואס עפעס? האט געשריבן:עטליכע משלים לענ״ד
לאמיר מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט ......
עה וואס?? וואס צעפייערסטו דיך מיט ווערטער וואס מאכט ניטאמאל סענס?!

סענס? ביסט געווען אמאל ביי ר' הערשעלע קרעטשניפער זי''ע אדער ביי ר' מעכעלע זי''ע? איי מגייט מאכן קידוש מגייט מאכן קידוש מגייט מגייט מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט...

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 9:55 am
דורך farshlufen
אנשולדיגט, וועמען שטעלסטו צו צו די געהויבענע אידן וואס כל מעשיהם היו לשם שמים?

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 10:05 am
דורך ווישוואש
כ'זע נישט אז ער זאל צושטעלן, ער זאגט אז די פזמון קומט פון ערגעץ.

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 11:18 am
דורך פעטער יעקל
שבת קודש פאר קידוש מהיכי תיתי,
אבער יעצט אינמיטן א חתונה מאכט עס נישט קיין שום סענס.

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 11:26 am
דורך ישוב הדעת
ווען דער בדחן זאגט גוט שבת מאכט עס סענס?

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 11:28 am
דורך צעגראדזשעט
ישוב הדעת האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:עטליכע משלים לענ״ד
לאמיר מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט ......
עה וואס?? וואס צעפייערסטו דיך מיט ווערטער וואס מאכט ניטאמאל סענס?!

סענס? ביסט געווען אמאל ביי ר' הערשעלע קרעטשניפער זי''ע אדער ביי ר' מעכעלע זי''ע? איי מגייט מאכן קידוש מגייט מאכן קידוש מגייט מגייט מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט...

איך גלייב שווער אז אין א פשוטע דינסטאג האבן זיי זיך געזעצט מיט פארמאכטע אויגן און זיך צופייערט [?] אויף די ווערטער...

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 11:30 am
דורך הענדימען
ישוב הדעת האט געשריבן:ווען דער בדחן זאגט גוט שבת מאכט עס סענס?

איך ווייס נישט וואו אהין דו צילסט מיט דיין פראגע אבער ס'איז א מנהג צו זאגן "שבת" ביי די מצוה טאנץ

דאס צולייגן דעם "גוט" ווייסעך נישט פון וואו ס'קומט. מסתמא פון אומוויסען

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 11:31 am
דורך יעקל אלטמאן
ישוב הדעת האט געשריבן:ווען דער בדחן זאגט גוט שבת מאכט עס סענס?

פנחס מרדכי (פינקי) וועבער האט מיר אמאל געזאגט אז דאס איז געבויט אויף א מאור ושמש (זוי מיין איך), אז זאגן דע ווארט "שבת" איז מסוגל קעגן מחשבות זרות, ממילא אז מ'זיצט צוזאמען מיט פרויען האלט מען אין איין זאגן "גוט שבת".

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 11:32 am
דורך nmi
ישוב הדעת האט געשריבן:ווען דער בדחן זאגט גוט שבת מאכט עס סענס?

דאס האט מקור. צדיקים האבן עס איינגעפירט מיט העכערע כוונות דערביי

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 11:37 am
דורך וואס עפעס?
ישוב הדעת האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:עטליכע משלים לענ״ד
לאמיר מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט ......
עה וואס?? וואס צעפייערסטו דיך מיט ווערטער וואס מאכט ניטאמאל סענס?!

סענס? ביסט געווען אמאל ביי ר' הערשעלע קרעטשניפער זי''ע אדער ביי ר' מעכעלע זי''ע? איי מגייט מאכן קידוש מגייט מאכן קידוש מגייט מגייט מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט...

איך האב נישט זוכה געווען צו זיין ביי דעם צדיק
אבער .. די טויזענטע אידן וואס זינגען נאך די ניגון זענען אויך נישט געווען און האבן נישט קיין אנונג וואס זיי זינגען ארויס פון מויל

יא, איך האב שוין אפגעשטעלט עטליכע מענטשן וואס האבן געזינגען די ניגון מיט פארמאכטע אויגן מיט די גאנצע התלהבות און כהאב זיי געפרעגט וואס זיי האבן אינזינען ביים זינגען די ניגון :lol:

די ליצנות איז ריזיג
און אדאנק דעם זינגט מען ווייניגער אמת׳ע ווארימע ניגונים וואס זענען באמת מעורר אידישע הערצער צום באשעפער!

זאג נאר, די סידור איז צו קליין?! האסט נישט געטראפן אפאר ווארימע פסוקים פון וואס צו מאכן א ניגון?!

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 11:57 am
דורך אמת ויציב
וואס עפעס? האט געשריבן:

פאר די פסקענסט אפ מיטן פולסטן קאנפערענס
לערן דורך קודם דעם ספר סידורו שבת
אדער בני יששכר מאמרי השבת

איך האב עס געטוהן,
און איך טרעף דעם ניגון
לאמיר מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט
אלס א גאר תוכנדיגער ניגון
יא די רעיון ווערט דערמאנט אז ווען א יוד מאכט קידוש פרייטאג צונאכטס, איז ער מקדש דעם שבת אויף אלע מעשה בראשית

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 12:10 pm
דורך רחש לבי
אמת ויציב האט געשריבן:

100% גערעכט. ווי מ׳זעהט טאקע אז די יודן וואס צופייערן זיך (קאננעקטען בלע״ז) ביי די ווערטער קאכען זיך כסדר אין די הייליגע חסידישע ספרים ווי סש״ש און אין בנ״י, משא״כ די יודן וואס שטעלן א פני תם ביי דעם ניגון איז עס פשוט ווייל זיי האבען קיינמאל קיין חסידיש ספר נאך גע׳עפענט.

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 12:25 pm
דורך אמת ויציב
רחש לבי האט געשריבן:

ווען מזינגט א ניגון אן ווערטער ביזטו אויך בוחן כליות ולב, וואס יעדער טראכט?
למעשה איז עס א ניגון מיט תוכן
סיי די ווערטער און סיי די תנועה