ישוב הדעת האט געשריבן: סענס? ביסט געווען אמאל ביי ר' הערשעלע קרעטשניפער זי''ע אדער ביי ר' מעכעלע זי''ע? איי מגייט מאכן קידוש מגייט מאכן קידוש מגייט מגייט מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט...
איך האב נישט זוכה געווען צו זיין ביי דעם צדיק אבער .. די טויזענטע אידן וואס זינגען נאך די ניגון זענען אויך נישט געווען און האבן נישט קיין אנונג וואס זיי זינגען ארויס פון מויל
יא, איך האב שוין אפגעשטעלט עטליכע מענטשן וואס האבן געזינגען די ניגון מיט פארמאכטע אויגן מיט די גאנצע התלהבות און כהאב זיי געפרעגט וואס זיי האבן אינזינען ביים זינגען די ניגון
זאג נאר, די סידור איז צו קליין?! האסט נישט געטראפן אפאר ווארימע פסוקים פון וואס צו מאכן א ניגון?!
פאר די פסקענסט אפ מיטן פולסטן קאנפערענס לערן דורך קודם דעם ספר סידורו שבת אדער בני יששכר מאמרי השבת
איך האב עס געטוהן, און איך טרעף דעם ניגון לאמיר מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט אלס א גאר תוכנדיגער ניגון יא די רעיון ווערט דערמאנט אז ווען א יוד מאכט קידוש פרייטאג צונאכטס, איז ער מקדש דעם שבת אויף אלע מעשה בראשית
100% גערעכט. ווי מ׳זעהט טאקע אז די יודן וואס צופייערן זיך (קאננעקטען בלע״ז) ביי די ווערטער קאכען זיך כסדר אין די הייליגע חסידישע ספרים ווי סש״ש און אין בנ״י, משא״כ די יודן וואס שטעלן א פני תם ביי דעם ניגון איז עס פשוט ווייל זיי האבען קיינמאל קיין חסידיש ספר נאך גע׳עפענט.
ווען מזינגט א ניגון אן ווערטער ביזטו אויך בוחן כליות ולב, וואס יעדער טראכט? למעשה איז עס א ניגון מיט תוכן סיי די ווערטער און סיי די תנועה
די עולם פאקריכען פונעם עיקר די נקודה איז פשוט פארוואס מאכט מען ניגונים וואס 99 פראצענט מענטשן האבן נישט קיין אנונג וואס די באדייט פון די ווערטער איז כדוגמת השיר ״לאמיר מאכן קידוש״ עם על הכבוד פאר די מחבר און זיין כוונה אבער חוץ פון א מיעוט שבמיעוט פארשטייט קיינער נישט די באדייט און עס ברענגט נישט נענטער צום אייבערשטען
ענדערש מאך א ניגון אויף די ווערטער צמאה לך נפשי צו השבת נועם הנשמות וכדומה וואס א יעדער איד באשר הוא פארשטייט די טייטש און פילט דערהויבן מיטן זינגען א ניגון
סענס? ביסט געווען אמאל ביי ר' הערשעלע קרעטשניפער זי''ע אדער ביי ר' מעכעלע זי''ע? איי מגייט מאכן קידוש מגייט מאכן קידוש מגייט מגייט מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט...
איך האב נישט זוכה געווען צו זיין ביי דעם צדיק אבער .. די טויזענטע אידן וואס זינגען נאך די ניגון זענען אויך נישט געווען און האבן נישט קיין אנונג וואס זיי זינגען ארויס פון מויל
יא, איך האב שוין אפגעשטעלט עטליכע מענטשן וואס האבן געזינגען די ניגון מיט פארמאכטע אויגן מיט די גאנצע התלהבות און כהאב זיי געפרעגט וואס זיי האבן אינזינען ביים זינגען די ניגון
זאג נאר, די סידור איז צו קליין?! האסט נישט געטראפן אפאר ווארימע פסוקים פון וואס צו מאכן א ניגון?!
פאר די פסקענסט אפ מיטן פולסטן קאנפערענס לערן דורך קודם דעם ספר סידורו שבת אדער בני יששכר מאמרי השבת
איך האב עס געטוהן, און איך טרעף דעם ניגון לאמיר מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט אלס א גאר תוכנדיגער ניגון יא די רעיון ווערט דערמאנט אז ווען א יוד מאכט קידוש פרייטאג צונאכטס, איז ער מקדש דעם שבת אויף אלע מעשה בראשית
רט
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
וואס עפעס? האט געשריבן:די עולם פאקריכען פונעם עיקר די נקודה איז פשוט פארוואס מאכט מען ניגונים וואס 99 פראצענט מענטשן האבן נישט קיין אנונג וואס די באדייט פון די ווערטער איז כדוגמת השיר ״לאמיר מאכן קידוש״ עם על הכבוד פאר די מחבר און זיין כוונה אבער חוץ פון א מיעוט שבמיעוט פארשטייט קיינער נישט די באדייט און עס ברענגט נישט נענטער צום אייבערשטען
ענדערש מאך א ניגון אויף די ווערטער צמאה לך נפשי צו השבת נועם הנשמות וכדומה וואס א יעדער איד באשר הוא פארשטייט די טייטש און פילט דערהויבן מיטן זינגען א ניגון
ופשוט הוא
או אפשר להיפך אנשטאט מזאל האקען שיך אויף א הייליגע פסוק און זיך גארגלען וואס סגייט אריין און אן ערנסטען חשש ,זאל מען זיך ליבערשט מאכען אייגענע ווערטער יא געשטויגען נישט געפלויגען אבער דער עיקר אז דער פסוק לאזט מען לעבן.
יעצט געזעהן דעם אשכול, מיט די קראך פון די אדמדם.. יוי..
ס׳איז דאך אזוי אמת. די חידוש איז מיר אבער, פארוואס איז דאס מאל איינעם בייגעפאלן אז ס׳איז א לצנות. און ביי די קרוץ מחומר ניגון אויף וואס מ׳האפקעט אזוי לעבעדיג איז יענעם נישט בייגעפאלן אז דער לחן מאכט סתם פורים פונעם עולם גולם. [?]
און לאו דוקא שנעלע ניגונים, אפילו שטייטע ניגונים וואס כ׳קען נישט אויסהערן פשוט ווייל אויפן שטומע פונעם בעל מנגן הער איך אז ער פארגיסט דמעות שליש ווען ער ווייסט ניטאמאל די טייטש פון די ווערטער וואס ער זינגט.
און דאס איז נאר די ניגון און דאס אראפ זינגען, וואס טוצעך אבער ווען ס׳קומט צו די ווידיאו?.. מ׳טיילט טשולענט ביים פראפארמען יומם יומם יצוה ה׳ חסדו.. אא״וו. או מיי גאד.
דער קעפעטש גייט אסאך ארום אין די ישובות רעדן וועגן נגינה און מאכט אסאך חוזק פון די היינטיגע 2019 נגינה און ביעטס ווי ראק און ראול וכדו׳ און וואס דאס ברענגט צו
גאלדענע פעדער האט געשריבן:דער קעפעטש גייט אסאך ארום אין די ישובות רעדן וועגן נגינה און מאכט אסאך חוזק פון די היינטיגע 2019 נגינה און ביעטס ווי ראק און ראול וכדו׳ און וואס דאס ברענגט צו
ער האט אפאר טאלאנטען ער איז א מנהל און א ישיבה און מאנסי ער איז א גראמער ( רוב גראמען פון די רעבישע חתונות מאכט ער) ער קען אויך זייער גוט צילייגן נגינה פון 2019 עס איז פון איין שורש בעצם
מענין לענין שלא באותו ענין אין לשון קודש קומט די דאפלען דעם ווארט צו פארשטערקערן (ירקרק = ירוק שבירוקין, אדמדם = אדום שבאדומים) אבער אין די "טמא'נע" עברית האבן זיי פאדרייט אז ס'קומט שוואך מאכן (כלב = א הונט, כלבלב = א הונטל).
נ.ב. דאס איז פון די איינציגסטע ווערטער וואס עברית האט פאדרייט פון לשון קודש... (פארשטייט זיך אויסער חשמל וואס זיי האבן פאדרייט, כאטש וואס אין מצודות שטייט אז חשמל הוא הזך אשר באש המנוקה מן העשן ..)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
איינס האט געשריבן:מענין לענין שלא באותו ענין אין לשון קודש קומט די דאפלען דעם ווארט צו פארשטערקערן (ירקרק = ירוק שבירוקין, אדמדם = אדום שבאדומים) אבער אין די "טמא'נע" עברית האבן זיי פאדרייט אז ס'קומט שוואך מאכן (כלב = א הונט, כלבלב = א הונטל).
ר' מיכאל בער זצ"ל באט אויף דעם געמאכט ליצנותא דע"ז, ווען די ציונים וועלן גרינדן א מדינה אין א"י וואס וועט זיין א קליינע מדינה, וועט דער פריים מיניסטער זיין מלך אויף א קליינע מדינה'לע, קומט אויס אז ער וועט זיין אנשטאט מלך, מלוכלך...

עס איז שוין צייט אז די חתונה זאלן זאלן האבן א ליסט פון ניגונים וואס מען קען דארט זינגען, ולא זולת, אפשר גייט דאס צוריקברענגען די פינטעלע נערמאלקייט ביי חתונות אנשטאט'ס דאס זאל פארוואנדלט ווערן אין ווערצהייזער ווי שיכורים טאנצן.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
געזעהן אמאל א ענליכע ספר "לעגי שפה" פון הג"ר אמיתי בן דוד, לויט ווי איך דענק האט ער אן אנעליז אויף יעדע ווארט די אמת'ע מקור און די שורש. ווייסט איינער פון וואס איך רעד, און אויב יא וואו איך קען עס האבן.
ווייסעכנישט גארנישט האט געשריבן:געזעהן אמאל א ענליכע ספר "לעגי שפה" פון הג"ר אמיתי בן דוד, לויט ווי איך דענק האט ער אן אנעליז אויף יעדע ווארט די אמת'ע מקור און די שורש. ווייסט איינער פון וואס איך רעד, און אויב יא וואו איך קען עס האבן.
האב איך עס יעצט אפירגעזיכט דא, אויב עס אינטערסירט איינעם (די ספר לעגי שפה קוקט אויס מער פוקטליכער, עיין כאן)