בלאט 1 פון 11

פארברענג דורך אברהם מרדכי שווארץ און שירה

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 12:54 am
דורך די דיזיינער
היי יאר מאכט א זעלטענע הכנה צום ליל התקדש החג קומט און פארברענגט צוזאמען ביי א חסידי’שע פארברענגן מלא דביקות ורגש אינאיינעם מיט’ן וועלטס בארימטער שטערן אין עולם הנגינה ר’ אברהם מרדכי שווארץ הי”ו אין באגלייטונג פון די טאלאנטפולע שירה כאר

הערליכע שירה וזמרה מיט ניגוני ליל הסדר וחג הפסח

דערהויבענע פרקי התעוררות און הכנה צום סדר

טעימה קלה אין א געשמאקע אטמאספערע

שעות של תענוג וקורת רוח געאייגנט פאר בחורי הישיבות אוןיונגעלייטקומט צום יום טוב פסח און שפירט א טעם ווי קיינמאל פריער!

א נאכט ווי פילע תלמידי הישיבות בחורים און יונגעלייט וועלן קומען און הנאה האבן פון א רייכע פראגראם

https://chasidusproductions.com/reserve-seats/

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 1:06 am
דורך נעכטן
טעימה קלה נאר? אויפן אנדערן צעטל האט אויסגעזען ס'קומט העווי פרעס

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 1:08 am
דורך שטאלצער יוד
אוי באשעפער!

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 1:09 am
דורך בנציון יאזעפאוויטש
ל.א.ל. דביקות. הכנה צו ליל התקדש חג- מיט שירה קווייער...


איך רייס נישט אונטער. ס'א געשמאקע זאך. לאז אבער אויס די הייליגע פראזן..

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 1:18 am
דורך די דיזיינער
41C66CF7-D89B-44D1-A4CD-49ACF299E952.jpeg
41C66CF7-D89B-44D1-A4CD-49ACF299E952.jpeg (190.69 KiB) געזעהן 5176 מאל
41C66CF7-D89B-44D1-A4CD-49ACF299E952.jpeg
41C66CF7-D89B-44D1-A4CD-49ACF299E952.jpeg (190.69 KiB) געזעהן 5176 מאל

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 1:22 am
דורך בנציון יאזעפאוויטש
וואף. A new low high

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 1:27 am
דורך נעכטן
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:ל.א.ל. דביקות. הכנה צו ליל התקדש חג- מיט שירה קווייער...


איך רייס נישט אונטער. ס'א געשמאקע זאך. לאז אבער אויס די הייליגע פראזן..

;l;p-

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 1:31 am
דורך שטאלצער יוד
איך וואלט מציע געווען אז מ'זאל שוין אויך זאגן סליחות דארט...

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 1:41 am
דורך Goodmorning
ד' כוסות?

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 1:41 am
דורך Goodmorning
גייט זיין אויך מצה?

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 1:42 am
דורך די דיזיינער
Goodmorning האט געשריבן:ד' כוסות?

וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט?

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 1:43 am
דורך די דיזיינער
Goodmorning האט געשריבן:גייט זיין אויך מצה?

מצה נישט, קרבן פסח מיט זויער פיקל

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 1:46 am
דורך Goodmorning
די דיזיינער האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:ד' כוסות?

וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט?

וויאזוי מען וועט קענען אהיימדרייוון.... דערפאר טרונקט מען נאר פסח, ווען מען טאר נישט דרייוון.

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 1:49 am
דורך שמאטע
ווי וואלט זיך דער הייליגער בארדיטשובער אויסגעדריקט: "רבוש"ע! קוק ווי דיינע קינדערלעך קענען שוין נישט אויסווארטן זיך צו פרייען מיט דיין יו"ט!... נון בוי דיין טעמפל "שירה"..."

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 7:37 am
דורך מצלמה
וויפיל קאסט אריינצוגיין?

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 8:14 am
דורך א פיינע מענטש
די קעפל איז MISLEADING
חסידיש ? דביקות ? אפשר רגש, ספיציעל נאך די ד' כוסות...

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 8:48 am
דורך ממה נפשך
שטאלצער יוד האט געשריבן:איך וואלט מציע געווען אז מ'זאל שוין אויך זאגן סליחות דארט...


דאנט ווארי, ס'הייבט זיך נאר אן אין פסח...

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 8:49 am
דורך א נייער
שמאטע האט געשריבן:ווי וואלט זיך דער הייליגער בארדיטשובער אויסגעדריקט: "רבוש"ע! קוק ווי דיינע קינדערלעך קענען שוין נישט אויסווארטן זיך צו פרייען מיט דיין יו"ט!... נון בוי דיין טעמפל "שירה"..."
;l;p-

שיק אריין אז זיי זאלן זינגען דעם ניגון.

---
די זינגען האט גארנישט מיט א הכנה צו פסח.

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 9:28 am
דורך ארויף
איך בין א אינגער טאטער פראבעבלי סאמווער אין די עוורידש רענטש.
איך זאג אייך בפה מלא :cry: אז דאס גרוילט מיר. אה איר פרעגט וואס טאקע אויך דאס אז ס'דא וואס גייען פרעגן וואס. אין אזוי ווי בנציון האט שוין געשריבן.

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 9:37 am
דורך אסדר לסעודתא
מ'דארף קומען מיט ווייסע קיטלען?

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 9:38 am
דורך שטאלצער יוד
איז דא עפעס א דיקאונט פאר יודן וואס האבן נאך נישט אויף צרכי יום טוב?

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 10:05 am
דורך מי יודע
איך זעה נישט די מלער דא, אין שערי חמלה אין קרית יואל מאכט מען יעדע יאר א סדר טיש פאר די ספעציעלע קינדער פאר פסח, ס'איז דא אידן וואס קענען נישט צוגיין צום פסח אן א פרי סדר

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 10:09 am
דורך שרייזשע
רבונו דעלמא...
דער עולם ווערט מער און מער פאריקט

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 10:10 am
דורך בנציון יאזעפאוויטש
שטאלצער יוד האט געשריבן:איז דא עפעס א דיקאונט פאר יודן וואס האבן נאך נישט אויף צרכי יום טוב?

מ'מעג עס זיכער נעמען פון מעות מעשר. אזא הייליגע מעמד מלא דביקות איז א 'חוב קדוש' זיך משתתף צו זיין. איש בל יעדער כי לעולם חסדו

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 10:11 am
דורך בנציון יאזעפאוויטש
מי יודע האט געשריבן:איך זעה נישט די מלער דא, אין שערי חמלה אין קרית יואל מאכט מען יעדע יאר א סדר טיש פאר די ספעציעלע קינדער פאר פסח, ס'איז דא אידן וואס קענען נישט צוגיין צום פסח אן א פרי סדר


;l;p- ;l;p-

מ'קען עס מסתמא באצאלן מיט מעדיקעיד....