בלאט 10 פון 11

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 11:13 am
דורך טעאריע וואס לעבט
איש פשוט אני האט געשריבן:דער אשכול איז איין שטיק נעגעטיוועטי פון אנהייב ביזן סוף
איך ווייס נישט פארוואס מען ערט נישט אויף צו האקן און שרייען, אז די ווילסט נישט גיין גיי נישט וואס ווילסטו פון א צווייטען וואס טראכט אנדערש ווי דיר, און ער גייט קלאר נישט טוישן זיין מהלך המחשבה ווייל די שרייסט,
און אז די ביסט זייער באזארגט וועגן דיינע דורות מאך זיכער צו אריין ברענגען לעכטיגע אידישע געפילן ביי דיר אין שטוב, יעדער איז דאך מודה אז העיט ארבעט שוין נישט היינט צוטאגס, אבער מענשטן קענען זיך נישט ארויסזעהן פון זייער אנגעגעסנקייט
stop the hate
מעט אור דוחה הרבה מן החושך


דו ווייסט וויאזוי מ'זאגט "פשוט" אין אידיש? "פראסט"!

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 11:25 am
דורך כהאב נישט קיין ניק
איך דענק נישט נאך א אשכול ווי מרייסט אינטער א מענטעש אזוי ווי דא.
די בחורות אשכול איז שענער געשריובען

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 11:57 am
דורך צעגראדזשעט
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:איך דענק נישט נאך א אשכול ווי מרייסט אינטער א מענטעש אזוי ווי דא.
די בחורות אשכול איז שענער געשריובען

ווייל בחורות רעדט מען פון אידן אין א"י, און דא רעדט מען פון מיך און מיינע קינדער...
און א פערזענליכע זאך טוט מער וויי...

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 12:03 pm
דורך צעגראדזשעט
איך מיין אז געוויסע האבן א קליינע טעות,
קיינעם ארט נישט אז אידן גייען מאכן געלט און אז אידן ווילן האבן אביסל אינטערטעימענט...
געזונטערהייט האטס הנאה אומגעשטערט!
די זאך וואס באדערט איז די לבוש... וואס ביזטו מלבש דיינע גשמיות'דיגע תאוות מיט רוחניות'דיגע מושגים... וואו איז דיין געפיל צו אידישקייט פארלוירן געווארן אז די נעמסט עקרי הדת [ווי צדיקים האבן געזאגט אז די סדר נאכט איז א סדר אויף א גאנץ יאר] און דו ניצט דאס פאר דיינע פערזענליכע מגושמ'דיגע אינטערעסן.... [און ער איז נאך מקרב אידן צו אידישקייט.... בעת וואס זיין געפיל צו אידישקייט באשטייט פון מרגיל זיין די סיסטעם..
ממילא קומט נישט אריין די ענין פון מלוה מלכה'ס מיט דינערס מיט פלעיס... ווייל אלעס איז אקעי ווילאנג דו ביזט עס נישט מלבש מיט א שלייער פון תורה וחסידות...
און שוין!

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 12:54 pm
דורך דערבארומדיג'ער
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:איך דענק נישט נאך א אשכול ווי מרייסט אינטער א מענטעש אזוי ווי דא.
די בחורות אשכול איז שענער געשריובען

זאג, וואס דריקט דיר? וואס בייזערסטו זיך אזוי ?

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 12:57 pm
דורך כהאב נישט קיין ניק
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:איך דענק נישט נאך א אשכול ווי מרייסט אינטער א מענטעש אזוי ווי דא.
די בחורות אשכול איז שענער געשריובען

זאג, וואס דריקט דיר? וואס בייזערסטו זיך אזוי ?

סדריקט מיר גארנישט ב"ה.
כפארשטיי נישט די אלע פאר וועם סדריקט יא
אז זיי האלטען אז סאיז וויכטיג ארפקלאפען א יוד

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 12:58 pm
דורך nmi
כ'מיין אז מ'קען שוין סטאפן דעם אשכול. יעדער ווייסט שוין וואס ס'איז די מיינונג און דעת תורה דערפון. און דעי פאר וואס האלטן פארקערט ווייסן דאס אויךאון זיי ווילן פשוט קריכן אריינציר און אקיינציר אילי וועט ווייסעך וואס געשען. אז יעדער איז סייווי אויף איין זייט איז עס קיין דיבעיט אויך נישט. טא וואס זאל מען זיך סתם נאריש מאכן.

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 1:04 pm
דורך דריידל
צעגראדזשעט האט געשריבן:איך מיין אז געוויסע האבן א קליינע טעות,
קיינעם ארט נישט אז אידן גייען מאכן געלט און אז אידן ווילן האבן אביסל אינטערטעימענט...
געזונטערהייט האטס הנאה אומגעשטערט!
די זאך וואס באדערט איז די לבוש... וואס ביזטו מלבש דיינע גשמיות'דיגע תאוות מיט רוחניות'דיגע מושגים... וואו איז דיין געפיל צו אידישקייט פארלוירן געווארן אז די נעמסט עקרי הדת [ווי צדיקים האבן געזאגט אז די סדר נאכט איז א סדר אויף א גאנץ יאר] און דו ניצט דאס פאר דיינע פערזענליכע מגושמ'דיגע אינטערעסן.... [און ער איז נאך מקרב אידן צו אידישקייט.... בעת וואס זיין געפיל צו אידישקייט באשטייט פון מרגיל זיין די סיסטעם..

מעשים בכל יום. קוקט אויס האסט שוין לאנג נישט געבליקט אין "די וואך" אדער "א בליק"

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 1:14 pm
דורך דערבארומדיג'ער
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:איך דענק נישט נאך א אשכול ווי מרייסט אינטער א מענטעש אזוי ווי דא.
די בחורות אשכול איז שענער געשריובען

זאג, וואס דריקט דיר? וואס בייזערסטו זיך אזוי ?

סדריקט מיר גארנישט ב"ה.
כפארשטיי נישט די אלע פאר וועם סדריקט יא
אז זיי האלטען אז סאיז וויכטיג ארפקלאפען א יוד

אההה, פון דיינע פילע תגובות האט מיר אויסגעזען ווי עפעס דריקט דיר, זאגסטו אז איך קען זיין רואיג, ברוך השם.

עס זעט נישט אויס ווי דו וועסט עס אזוי שנעל פארשטיין, איך האף אז דו קענסט שלאפן רואיג אויב דו האסט אומפארענטפערטע שאלות.

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 1:33 pm
דורך צעגראדזשעט
דריידל האט געשריבן:
צעגראדזשעט האט געשריבן:איך מיין אז געוויסע האבן א קליינע טעות,
קיינעם ארט נישט אז אידן גייען מאכן געלט און אז אידן ווילן האבן אביסל אינטערטעימענט...
געזונטערהייט האטס הנאה אומגעשטערט!
די זאך וואס באדערט איז די לבוש... וואס ביזטו מלבש דיינע גשמיות'דיגע תאוות מיט רוחניות'דיגע מושגים... וואו איז דיין געפיל צו אידישקייט פארלוירן געווארן אז די נעמסט עקרי הדת [ווי צדיקים האבן געזאגט אז די סדר נאכט איז א סדר אויף א גאנץ יאר] און דו ניצט דאס פאר דיינע פערזענליכע מגושמ'דיגע אינטערעסן.... [און ער איז נאך מקרב אידן צו אידישקייט.... בעת וואס זיין געפיל צו אידישקייט באשטייט פון מרגיל זיין די סיסטעם..

מעשים בכל יום. קוקט אויס האסט שוין לאנג נישט געבליקט אין "די וואך" אדער "א בליק"

איך זע איך זע... נאר יעצט רעדט מען דערפון רעד איך אויך...

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 1:43 pm
דורך כהאב נישט קיין ניק
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
כהאב נישט קיין ניק האט געשריבן:איך דענק נישט נאך א אשכול ווי מרייסט אינטער א מענטעש אזוי ווי דא.
די בחורות אשכול איז שענער געשריובען

זאג, וואס דריקט דיר? וואס בייזערסטו זיך אזוי ?

סדריקט מיר גארנישט ב"ה.
כפארשטיי נישט די אלע פאר וועם סדריקט יא
אז זיי האלטען אז סאיז וויכטיג ארפקלאפען א יוד

אההה, פון דיינע פילע תגובות האט מיר אויסגעזען ווי עפעס דריקט דיר, זאגסטו אז איך קען זיין רואיג, ברוך השם.

עס זעט נישט אויס ווי דו וועסט עס אזוי שנעל פארשטיין, איך האף אז דו קענסט שלאפן רואיג אויב דו האסט אומפארענטפערטע שאלות.

Thanks for looking out

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 2:02 pm
דורך דערבארומדיג'ער
@כ'האב נישט קיין ניק, זעלטן וואס מען פארשטייט אנדערע...
שוין, זוי גייט דאס לעבן.

כ'האף אז דו נעמסט נישט אן מיינע ווערטער ווי א פערזענליכע שטאך, אויב יא בעט איך דיר ברבים מחילה.

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 2:25 pm
דורך הר גריזים
נאך אלעמען.. איז דא עפעס קליפס פונם דערהויבענעם מעמד?

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 2:42 pm
דורך שטיגליץ
איך בין ביים פארברענג נישט געווען, איך האב אריינגעוואנדערט אין דעם אשכול נעכטן און עס דערפרייט מיר דאס הארץ.

ב"ה לא אלמן ישראל, כלל ישראל איז פעלזן פעסט, אפילו שטייענדיג אין די גאר דערהויבענע טעג ווען מען דארף זיך צוגרייטן צום פסח, העלפן רייניגן אין שטוב, מאכן די ריכטיגע הכנה צום ליל הסדר דורך גיין צו שיעורים, דרשות און לערנען חסידישע ספרים, דאך האבן אזוי פיל אנשי שלומינו אראפגענומען פון זייער פארנומענע צייט ארויפצוגיין אויף די אינטערנעט טראץ עס איז שלא לצורך פרנסה דאך עת לעשות לה' הפרו תורתיך און אנגעפילט צען ווירטואלע בלעטער צו פארשרייען די יעניגע וועלכע גרייטן זיך צו צו זייער אזויגערופענע סדר דורך זינגען אנדערע ניגונים ווי וואס אונז זינגען, הערן דרשות פון אנדערע רעדנער, און טרינקען וויין וואס אונזער מקוה איד פארקויפט נישט.

לתועלת הציבור קען מען פראבירן צו איבערטייטשן א שפרעך ווארט עס גייט בערך אזוי "פארמשפט נישט יענעם בלויז ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר"

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 2:49 pm
דורך נתן בן ופסי
הלשון האט געשריבן:"מרגיל זיין די סיסטעם צו די ד' כוסות"

פוי!! גרויל און עקל!!

ביליגע ליצנות פון כל הקודש לנו!

איך ווייס נישט פון וועלעכע ''ליצנות מכל הקודש לנו'' מען רעדט דא. די גמרא אין פסחים דף קז ע''ב זאגט רבא הוה שתי חמרא כולי מעלי יומא דפסחא כי היכי דנגרריא לליביה וכו'. יעצט טייטש איבער די גמרא אין יודיש אדער ענגליש

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 3:04 pm
דורך nmi
נתן בן ופסי האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:"מרגיל זיין די סיסטעם צו די ד' כוסות"

פוי!! גרויל און עקל!!

ביליגע ליצנות פון כל הקודש לנו!

איך ווייס נישט פון וועלעכע ''ליצנות מכל הקודש לנו'' מען רעדט דא. די גמרא אין פסחים דף קז ע''ב זאגט רבא הוה שתי חמרא כולי מעלי יומא דפסחא כי היכי דנגרריא לליביה וכו'. יעצט טייטש איבער די גמרא אין יודיש אדער ענגליש

איינער האט שוין אויבן געפרעגט צו דעי וואס גייען דארט טרינקען נישט איבערן יאר אזש זיי ברויכן זיך יעצט צוגעוויינען... בד"וו יעצט איז שוין צו שפעט זיך צוצוגעוויינען צו טרינקען.

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 3:11 pm
דורך בעל דמיון
כ'וואלט געוואלט גיין ביים סדר נאכט אונטערען פענסטער פון די יודן וואס האבן זיך אנגעווארעמט ביים גרויסן פארברענג...

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 3:13 pm
דורך חושב מחשבות...
בעל דמיון האט געשריבן:כ'וואלט געוואלט גיין ביים סדר נאכט אונטערען פענסטער פון די יודן וואס האבן זיך אנגעווארעמט ביים גרויסן פארברענג...

:P

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 3:25 pm
דורך nmi
בעל דמיון האט געשריבן:כ'וואלט געוואלט גיין ביים סדר נאכט אונטערען פענסטער פון די יודן וואס האבן זיך אנגעווארעמט ביים גרויסן פארברענג...

דו ווילסט נאכגיין די דרך פון די צדיקים?...

מעמד הכנה לליל הסדר - בא"י

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 4:51 pm
דורך טעיפ רעקארדער
מעמד הכנה לליל הסדר.jpg
מעמד הכנה לליל הסדר.jpg (172.19 KiB) געזען 1957 מאל

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 5:00 pm
דורך דובי'ס א פען
זייער שוואכע עוילם געווען.... באיכות ובכמות

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 5:14 pm
דורך נעכטן
דובי'ס א פען האט געשריבן:זייער שוואכע עוילם געווען.... באיכות ובכמות

יא אזוי זעט אויס פון די קליפס

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 5:20 pm
דורך יוחנן בוקסבוים
דובי'ס א פען האט געשריבן:זייער שוואכע עוילם געווען.... באיכות ובכמות

סאי'ז דא בילדער?

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 5:21 pm
דורך יוחנן בוקסבוים
נעכטן האט געשריבן:
דובי'ס א פען האט געשריבן:זייער שוואכע עוילם געווען.... באיכות ובכמות

יא אזוי זעט אויס פון די קליפס

קענס'ט ארויף ברענגען

געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 5:34 pm
דורך דובי'ס א פען
Yes there's a lot.... don't know how to upload