אסדר לסעודתא האט געשריבן:קאנסילמאן האט געשריבן:איך זע די נאכט אלץ א פיינע אינטערהאלטונג, און איך כאפ נישט פון מענטשן נעמען די רעכט עס צו קריטעקירען.
עס איז א גרויסע וועלט און יעדער שאפט זיינע הנאות דיפרענדלי, איינער דורוך האקען בשר, א צווייטער דורוך פארען צו רבי שמעון בן יוחאי מיט ר מייליך בידערמאן דורוך האטעל כנען, א דריטער מיט אברהם מרדכי שווארטץ און שירה, א פערטער מיט א נסיעה לימינוב רב שליט"א, א פיפטער מיט......, הצד השווה שבהן אז עס איז 2019, און מענטשן ווילן לעבן א הנאה'דיג לעבן, און געבן אויס געלט פאר די זאכען.
אידן און אידשקייט איז גרויס, יעדער האט זיך זיינע עצבים און מהלכים, לאזט אייך אפ פון מחנך זיין אנדערע און קלאגען אויפן דור.
די איווענט פאסט אפשר נישט פאר סענדז סטרירט, אבער פאר די מענטשן וואס גייען איז עס גוט.
אלעס פיין און וואויל, גארנישט ראונג פון דעם מעמד. אבער ווי איינער האט שוין ערווענט האט דער דעזיינער געטון אן עולה מיטן מאכן ליצי ליצנות פון די סדר נאכט.
ער וואלט געמעגט שרייבן אז וויבאלד אין שטוב איז נישטא קיין עסן שטעלן מיר צו... אבער מאכן ד' כוסות, שולחן עורך, וכו', א חסידישע פארברענג און הכנה צום ליל התקדש החג מיט בדחנים און כוסות, איז נישט אידישליך.
איך האב אויך נישט געוואלט ארויף ברענגען די אלע משלים וואס דו האסט געשריבן. אבער דער אמת איז אז די אלע משלים וואס די שרייבסט זענען
"איין שטיק גשמי!" פון אנהויב ביזן סוף. עס האט נישט קיין שום אפעקט אויף די אלע משתתפים, עס טוישט נישט גארנישט אין זייער מהלך החיים און עס איז זיי נישט מחייב צו טוהן עפעס מיט די אלע מאמרים און שיינע ווערטער וואס מען הערט זיך אן.
איך קום נישט דא קרעטיקירן ח"ו די אלע חשובע מגידים. איך קען אויך אידן וואס האבן געטוישט זייער לעבן דורך די שיעורים פון רבי אלימלך בידערמאן ועוד. אבער די אידן זענען נישט געפארן קיין כנען און שטייען נישט און זינגען ביי ציונים הק' ניגונים וואס א היינטיגע "2019" מוח האט אויפגערטאכט נאכן זיך אנהערן מיט ווער ווייסט וואס. די אידן וואס האבן אנגעהויבן לעבן מער מיט אמונה און בטחון א דאנק ר' מיילעך זענען די וואס גרייטן זיך צום יום טוב מיט א חסידיש ספר, מיטן לערנען הלכות החג, פארשטיין די טייטש פון "פקודא בתר דא" ועוד.
קאנסילמאן האט געשריבן:...און איך כאפ נישט פון מענטשן נעמען די רעכט עס צו קריטעקירען....
איך כאפ יא. איך מוז נישט מסכים זיין צו יעדע נייע משוגעת וואס עס פאלט איין א זינגער - וואס עס דאכט זיך אים אז ער גייט באקומען נאך אפאר פענס... - אז דאס איז חסידיש און אידיש. איך האב רעכט זיך צו זארגן אויף די עתיד פון מיינע קינדער ווען דאס "ווערט נארמאל"
קאנסילמאן האט געשריבן:...הצד השווה שבהן אז עס איז 2019, און מענטשן ווילן לעבן א הנאה'דיג לעבן, און געבן אויס געלט פאר די זאכען....
אמת. אבער מאך עס נישט פאר די "חסידישע ווארימע פארברענג"!!! און די פאקט אז מענטשן טוהן עס, מאכט עס נאכנישט ריכטיג!!!
קאנסילמאן האט געשריבן:....אידן און אידשקייט איז גרויס, יעדער האט זיך זיינע עצבים און מהלכים....
אפשר זאגסטו מיר וועלכע "מהלך" דאס איז? א סעמפל פון די פריערדיגע גדולים וואס האבן זיך געגרייט צום סדר מיטן פרעסן פלייש און זויפן וויין...... איך האב נישט געהערט פון אזא גדול פון די פריערדיגע דור...
קאנסילמאן האט געשריבן:...די איווענט פאסט אפשר נישט פאר סענדז סטרירט, אבער פאר די מענטשן וואס גייען איז עס גוט.
איך בין נישט פון סענדז סטריט און רוב מענטשן וואס גייען גיין האלטן נישט דארט. וואס איך מיין צו זאגן איז אזוי: איך קען א בחור'ל, 16.5 יאר אלט, שוואך אין לערנען, בין הזמנים העלפט ער זיין טאטע ביי די ארבעט. בעצם איז די שטוב א פיינע ווארימע חסידישע שטוב, מען פארברענגט שיין סעודות שבת, דער טאטע פראבירט וויפיל ער קען אריינצולייגן א חיות אין זיינע קינדער. למעשה, היינט אין די "סענסא קליפ" דעי ענד עידזש איז אים זייער שווער אוועקצורייסן זיין בחור פו יעדע נייע סידי וואס קומט ארויס, וויפיל ער פראבירט אוועק-צו-ריקן זיין בחור'ס אינטערעסן, אלץ פאלט ער צוריק צו מוזיק.
יעצט די בחור, ווען ער זעהט די "עד" אז מען גייט מאכן א "הכנה צום ליל הסדר" קומט ער צו לויפן, טאטי, קוק. איך מוז גיין! די טאטע פון זיין זייט כאפט נישט פונקליך וואס גייט זיין דארט, און טראכט זאך איך יא לאזן אדער נישט. פון איין זייט, ס'איז פאר פסח, מען דארף העלפן אין שטוב, מען דארף לערנען מיט די קינדער, מען דארף מאכן א הכנה כדבעי'. אבער פון די צווייטע זייט, מיין זוהן איז נישט מצליח אין ישיבה, ער קען ניצן די "אויטינג" מען דארף זיך דאך אמאל אויס'דזשוכען, אפשר וועט עס אים אביסל מחזק זיין.
יעצט, ווען די וועסט באמת פרעגן ביידע פון זיי וועסטו זעהן אז נישט די בחור און נישט די טאטע האלטן ביי די דרגה אז עס "פעלט אויס". ביידע זענען איינשטימיג אז "עס איז נישט אין פלאץ און נישט אין צייט". נאר וואס דען, אז מען מאכט שוין, עס קומט ממילא פאר, איז פארוואס זאל מען נישט גיין. מען דארף דאך געבן פארן בחור אביסל "2019 פאזיטיוו", וואס קען דען שאדן. און מיין נישט אז עס וועט זיין גענוג, איך בין זיכער אז דער "16.5 יעריגע - כיתה ה' אינגל" האט שוין זיין טיקעט צום "א-ו-נ-ט-ע-ן פ-ל-ע-י ......... און רעד דיך אפי' נישט איין אז עס גייט אים מאכן אויפשטיין אין צייט צו זמן קרי"ש און עס גייט אים נישט העלפן מאכן א סיום ערב פסח, ווי אויך נישט העלפן מיטזאגן די הגדה בעסער. אפשר וועט ער זינגען די הגדה..... די מעמד אדיר ומרומם פונעם הכנה גייט נישט אריינברענגען ערענסטקייט אין דעם בחור - כ'האב נישט קיין שום ספק און דעם. אפשר וועט ער העלפן פאר נאך צוויי שעה מאכן פסח'דיג די ספרים, אבער די "לאנג טערם אפפעקט" וועט עס ברענגען מער שאדן ווי ריווח.
און האק נישט אוין קאפ אז די "עולה איז נאר די דעזיינער" - קוק אויף די קליפ וואס איז פריער געברענגט געווארן, הערסטו די זעלבע "טאלקינג פוינטס"..........
און פון די אלע "שנאת חינם" "אהבת ישראל" אידן וויל איך פרעגן, פארוואס קענסטו אלעמאל טרעפן א תירוץ אויף די לינקע און קיינמאל אויף די רעכטע? פארוואס מוז איז ליב האבן דעם פראסטן איד און זיך צו שטעלן צו אים, און ער קען עס קיינמאל נישט טוהן פאר מיר??? פאר וואס מוז איך אלעמאל פארשטיין די שוואכע איד? פארוואס קען ער נישט אמאל מיך פארשטיין?