תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג אפריל 15, 2019 12:51 am
ס'פעילט אביסעל בעקראונד.
ר' אברהם מרדכי שווארץ און ר' משה יענקעל האראוויץ האבן שוין א אלטע קשר וואס גייט צוריק א שיינע פאר יאר פון ר' אברהם מרדכי איז נאך געווען א בחור און זיך געדרייעט ביי זיי טאטע ר' אייזיק שליט''א, שפעטער איז ר' משה יענקעל געווארן א ברסלב'ר און ערגעץ ווי איז ר' אברהם מרדכי נאכגעקומען און אויך געווארן א ברסלב'ר.
די יאר ליל זכור ברית אין אומאן האבן די 2 אידן אנגעהויבן ארבעטן אויף א מיסיע אריינצושיינען חיות אין די צובראכענע נשמות וואס שטייען ביים צווייטן זייט שוועל פון אידישקייט, דארט אין אומאן אויפן דאך פונעם בנין פון די 'חסידישע קיבוץ' (וואס ווערט געפירט דורך הנגיד ר' חיים ווייס מיט די הילף פון ר' משה יענקעל) זענען זיך צאמגעקומען אידישע נשמות וואס לעכטצען נאך אביסעל אור, און מ'האט געזיצן צוזאמען ר' אברהם מרדכי און ר' משה יענקעל און פארברענגט מיט די אידן ביז אין די שפעטע שעות.
דעמאלטס איז נולד געווארן דעם רעיון, און נאך יו''ט האט ר' אברהם מרדכי ממשיך געווען און אנגעהויבן פירן ליל שישי'ס מיט די אידן זיי צו מחזק זיין אויף זייער שטייגער, און ר' משה יענקעל האט דא דארט פערזענדליך מיטגעהאלטן, און בכלל האט ער זייער געברענט דערפאר מריחוק מקום אבער דאך בקירוב הלב.
שפעטער אין יאר איז געווען א ברסלב'ר שבת אין די ראלי ווי עס זענען זיך צאמגעקומען מער די היימישע עולם חסידישע ברסלב'ע חסידים און ר' משה יענקעל איז געווען די ראש המדברים משך'ן שב''ק, און מוצ''ש האט ר' אברהם מרדכי אויפגעטרעטן מיט הארציגע חרוזים אין משך פון איבער א האלבע שעה אנווארעמנדיג דעם עולם זיך צו דערהאלטן דורך די הייליגע חיזוק רייד פון הרה''ק רבי נחמן מברסלב זי''ע ותלמידיו אחריו.
עכ''פ די צוויי אידן האבן פאר זיך א ציל אויפצופלאמען דעם אידישן פונק אין די הערצער פון אידן, צומאל ביי די מער שוואכערע עולם און צומאל ביים היימישן עולם, אבער די ציל איז די זעלבע.
יעצט לענינינו, די סדר פארברענג שרייעט פון די צעטליך אז מ'רעדט דא בס''ה פון א המשך פון זייערע פריערדיגע ליל שישי'ס וואס איז מער געווידמעט פאר יענע סארט, און אדער האבן זיי עס נאר עדווערטייזט כדי די ספאנסערס זאלן עס וועלן ספאנסערן, אדער האבן די ספאנסערס געוואלט עפעס מאכן און זיי האבן עס געדרייעט צו זייער אלטע אגענדע.
אבער דאס איז אמאל זיכער אז ס'האט זיך נישט היינט אנגעהויבן און ס'וועט זיך נישט דא ענדיגן, זיי ווילן עפעס אבער זיי מיינען בכלל נישט אונז. לענ''ד עדווערטייזן זיי צווישן די היימישע ציבור פשוט אז ס'זאל זיך דעקן די הוצאות.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!