החודש הזה לכם

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
ברכי נפשי
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

החודש הזה לכם

תגובהדורך ברכי נפשי » פרייטאג אפריל 05, 2019 11:25 am

ביים נילוס ברעג דער טייך לויפט אין גאלאפ
רוט דאס פאלק אין שאטן פונעם פיראמיד
דער פיין און קנעכטשאפט הערשט געלאזט אפ
און דער יאך פון גאט אפלאזן ניט

און אט קומט ער מיט גאט'ס לערע
א קרבן פאר מיין נאמען'ס וועגן געבן
אן ענדע צו די טעג די שווערע
א נייער צוקונפט א נייער לעבן

איידער דעם באפעל דו גיבסט איבער
נאך א מצוה איך שענק א מתנה
זיי אויסלערנען דעם סוד העיבור
און דער מצוה פון קידוש לבנה

פארוואס פונקט איצטערט אין צייט פון גאולה
אונזער גואל מיט אט דעם באפעל ער קומט
צו האט דאס יעצט אנגעהערשאפט אפילו
פארוואס האט דאס גאט אזוי באשטימט

נאר דאס איז דאס ווארט פון דער פון אויבן
קוקט נאר ווי איך טו אייך איצט באפרייען
ווען עס וועט ווידער שמערצן זאלט איר גלויבן
אז פונקט ווי די לבנה וועל איך אייך באנייען

א לאנגער צוקונפט און אויך א שווערער
וועט קומען אויף דעם גלות איד
און ווען די צרות שטארקן זיך וואס מערער
שטייט ער פון דער הויעך און ער היט

ניט אלץ וועט ער פאר אייך זיין אנטפלעקט
ניט אלץ וועט איר פון אים זען זיין באווייז
דערפאר האט ער פאר'ן מיסטישן העלזעער אויפגעדעקט
דער באנייאונג פון די לבנה פון שווארץ צו ווייס

צאנקען פלאמען פינקלען שטערן
און פארשיינט דעם פארכמורעטן געזיכט
אט גייט פארביי די קנעכטשאפט דעם שווערן
עס שיינט שוין אויף א נייער ליכט

און נאכאמאל וועט דער זבח ווערן אפגעבראט
און אויך דאן וועלן מיר גיין אין וועג
נאר דאסמאל צוריק צו אונזער שטאט
וואו בלייענע וואלקנס פארשווינד פאר בלויע טעג

ווייל מיר זענען די פידלער פון דעם אייביקן ניגון
ווייל מיר זענען קינדער פון אן אייביקן פאלק
מיר וועלן די צרות אין בעטל פון האפענונג פארוויגן
לאמיר שפאנען מיט אמונה צום נאנטן ערפאלג!
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2966
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » פרייטאג אפריל 05, 2019 12:12 pm

הערליך!!!

אייגענס? די אויסדרוקן שמעקט פון ר' יו"ט ערליך
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » פרייטאג אפריל 05, 2019 2:15 pm

ביוטיפעל. יישר כח.

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » זונטאג אפריל 07, 2019 11:44 am

הערליך
פאעטיש געשריבן מיטן ארגינאלן שניט

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11848
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אפריל 07, 2019 1:07 pm

זייער זייער גוט! פאעטיש און שיין

אוועטאר
ברכי נפשי
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

תגובהדורך ברכי נפשי » זונטאג אפריל 07, 2019 1:44 pm

הלשון האט געשריבן:הערליך!!!

אייגענס? די אויסדרוקן שמעקט פון ר' יו"ט ערליך

ב"ה עס איז אייגנס.
עס וואלט געמעגט ארויסקומען מער פון די סארט שניט אין פאעזיע.
עס קומט כסדר ארויס שיינע "היינטיגע זאכן" אבער די אמאליגע טעם הערט מען שוין נישט... גיי ווייס פארוואס...
די אלע היינטיגע קענען זיך באגראבן פאר איין ריין שטיקל פאעזיע פון ר' יו"ט עהרליך ז"ל
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג אפריל 07, 2019 1:50 pm

בס"ד
ברכי נפשי האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:הערליך!!!

אייגענס? די אויסדרוקן שמעקט פון ר' יו"ט ערליך

ב"ה עס איז אייגנס.
עס וואלט געמעגט ארויסקומען מער פון די סארט שניט אין פאעזיע.
עס קומט כסדר ארויס שיינע "היינטיגע זאכן" אבער די אמאליגע טעם הערט מען שוין נישט... גיי ווייס פארוואס...
די אלע היינטיגע קענען זיך באגראבן פאר איין ריין שטיקל פאעזיע פון ר' יו"ט עהרליך ז"ל

נישט געזארגט, מיט נאך אפאר אזעלכע תגובות וועט שוין עפעס קיצלען ביי די אויסגאבעס, הלואי!
די פאעזיע שטיקל, ווידערמאל הערליך כמו שכתוב, די ריכטיגע סחורה.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

ראש חדשים
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

תגובהדורך ראש חדשים » זונטאג אפריל 07, 2019 3:49 pm

החודש הזה לכם
ראש חדשים


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט