נייע הערליכע סידי! ״ל״ג בעומר אין קרית יואל״

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

נייע הערליכע סידי! ״ל״ג בעומר אין קרית יואל״

תגובהדורך נועם סטאדיאו » דינסטאג מארטש 26, 2019 2:40 pm

אי״ה קומענדיגע וואך קומט ארויס א נייע דאבעל הערליכע סידי ״ל״ג בעומר אין קרית יואל״.

פאריאר האבן מיר באשטעלט טרעק ריקארדינג, דאס מיינט מ׳זאל ריקארדן יעדע זינגער און יעדע שפילער עקסטער,
און מיר האבן הערליך איבער געמיקסט די גאנצע מעמד,

חברה!! איך זאג ענק ס׳קומט א סידי איינס און דער וועלט! איבער 3 שעה פון דביקות הותעוררת און שמחה,

הערליכע קווייער, מיט הערליכע קינדער קווייער, באגלייט מיט רייכע מוזיק, אוי די הארציגע פידל וואס מ׳קען ציגיין פון מתיקות.. און שפעטער די לעבעדיגע וואס מ׳קען דשאמפן ביזן דאך...

גוט פאר א גאנץ יאר. סיי ווען איר זענט און א ווארעמע גיסטע און סיי ווען איר ווילט אריינבלאזן אביסל שמחה.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג מארטש 26, 2019 2:44 pm

גוטע איידיע.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » דינסטאג מארטש 26, 2019 2:44 pm

Lag Buomer in Kiryas Yoel Cover (1).jpg
דא האט איר די דעקל
Lag Buomer in Kiryas Yoel Cover (1).jpg (581.57 KiB) געזעהן 2311 מאל

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » דינסטאג מארטש 26, 2019 2:46 pm

און דא קענט איר הערן א פריוויא
https://www.dropbox.com/s/3qnyuqhzj7iq4 ... w.mp3?dl=0

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1010
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דינסטאג מארטש 26, 2019 5:02 pm

מיטהאלטענטיג אביסל פון דערנאנט קען איך אייך זאגן איין זאך...
רבותי!!! דאס מאל איז עס א גוטס!!!

׳ל״ג בעומר אין קרית יואל׳ איז היינט א ווארט וואס איז גענצליך איבעריג מסביר צו זיין פון וואס מ׳רעדט, ווערענדיג אין די לעצטערע יאהרן פארוואנדעלט און א כמו ״מירון באמריקא״ וואס ברענגט צוזאם יעדעס יאהר א מספר פון אלפי אלפים יודן, אנשים נשים וטף, וואס קומען מיטהאלטן די אויסטערליש רייכע, ווארימע, דערהויבענע, מעמד וואס ווערט אפגעראכטן בחוצות העיר. אנגעפאנגען מיט די ניגוני התעוררת פון אנפאנג, און ווערט נאכגעפאלגט מיט די געהויבענע הדלקה ורקודי קודש בחוצות העיר לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.

די נייעס פון דאס יאהר איז:
נאך די געהויבענע מעמד ההדלקה ל״ג בעומר פאריאהר שנת תשע״ח העעל״ט, האבן זיך די ׳נועם ברידער׳ - ר׳ עמרם און ר׳ יודל אקער אראפגעזעצט איבערארבעטן די רעקארדינג. און נאך לאנגע לאנגע ארבעט האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס ליגט זיי אין די הענט א ׳גאר רייכע זעלטענע אוצר׳ וואס איז גוט פאר סיי וועם אין סיי ווען.

א גאר רייכע פילע קווייער פון אריבער א מנין זינגערס, עטליכע יונגלעך מיט זייער גאר שיינע שטימעס, די לעבעדיגע רייכע מוזיק דורך ר׳ יודל אקער, אין באגלייטונג פון עטליכע גאר שיינע אינסטרומענטן - און בעיקר די גאר הארציגע פידל וואס צונעמט די נשמה, מייסטערהאפטיג אנגעפירט און פארגעזינגען דורך ר׳ עמרם אקער - ראש המשוררים בחצרות סאטמאר.
אראפגעלייגט אין א זעלטען רייכע הערליכע מיקס דורך ׳נועם סטודיאו׳ וואס נעמט איבער די גאנצע מענטש, אזש איר וועט מוזן מיטזינגען און מיטטאנצען….

גלייבטס מיר איר וועט דאס נישט קענען אויסלעשן… פון ווען ס׳הייבט זיך אן אזוי רייך און שיין... ״אויהוי אך לאלקים דומי נפשי״…. דערנאך ווערט איר אריבער געפירט צו… ״אבינו מלכינו אבינו אתה״…. און אזוי ווייטער די גאנצע ליסטע מיט געקליבענע גאר ווארימע ניגונים וואס ווארעמט אן ביז די טיפענישן פון די נשמה, אריינגעווארפן עטליכע סאלאס פונעם גאר הארציגען פידעלע. און ווער רעדט ווען מקומט אן צום ׳קה אכסוף ניגון׳ אוי ווי שיין… אוי ווי דערהויבן… נאגעפאלגט מיט די הארציגע קינדערישע קלאנגען… ״אוי ריבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדעלעך״…
ווי נאר איר הערט דעם שטאטען ״לכבוד התנא האלקי״…. טרעפט איר זיך שטיין צנויפגעדריקט מיט טויזענטער אידן אין טיפן שפאנונג, זיך גרייטענדיג אט אט אויפן ׳הדלקת המאורות׳….
און דאן….
עס לויפט אדורך א עלעקטעריזעטי דעם גאנצען גוף פון אינטן ביז ארויף מיטן אויסברעך ״לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי״…….. איר וועט זיך טרעפן שפרינען פון בענקל….
דערנאך קומט די גאנצע זמירות אראפגעזינגען אין א מורא׳דיגע פייער און ברען. און דאן קומט די לאנגע ריקודים פון א לאנגע רייע מיט גאר פאסיגע פריילכע ניגונים, אזוי שיין, ווארעם, און לעבעדיג. וכו׳ וכו׳…..

אויב וועט איר פרעגן ס׳איז נאך נישט ערב ל״ג בעומר? וואס איז יעצט?
איז די תירוץ צוויי פאכיג.
ערשטענס ערב ל״ג בעומר וועט איר דאס נישט קענען הערן… צוליב ספירה…
און בעיקר ווילן מיר אייך מעלדן: עס איז בכלל נישט קיין ׳ל״ג בעומר סידי׳…. עס איז א סידי וואס איר וועט ניצן אין יעדע צייט פון יאהר! סיי די ווארימע ניגונים, און סיי די ריקודים.

חברה!! ס'לוינט זיך צו ווארטן!!
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

לשמע
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 8:22 pm

תגובהדורך לשמע » מיטוואך מארטש 27, 2019 12:38 am

היצט געהערט פריוויא, מיר קענען קוים ווארטן!!!!!

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מיטוואך מארטש 27, 2019 10:11 am

זייער שיין כ'מיין דאס יא פאר איך אויף ק״י

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 11:45 am

אויף וויפיל מען קען אפלערנען פון א פריוויו קוקט עס אויס ווארעם הארציג און געשמאק.

א שאד אז דער ל"ג בעומר איז נאר 24 שעה... מיינע קליינע קענען עס נוצן אינמיטן יאר אויך, זיי פראווען מעמדי הדלקות א גאנץ יאר נישט נאר ל"ג בעומר.

עס ליגט שוין אין די געשעפטן?
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 11:50 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:גוטע איידיע.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 11:55 am

פיינע איידע
אויב איך מעג זאגן, א שאד ס'איז נישט דא געווען פאר פורים!

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » מוצ"ש מארטש 30, 2019 9:46 pm

קוקט אויס געוואלדיג!!די געפילן פון ל"ג קומען מיר ארויף נאכן הערן די פריוויא
ווען וועט עס זיין אין די געשעפטן?
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1010
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג מארטש 31, 2019 6:34 pm

זאגט מיר איינער אז ער האט עס שוין געזען אין די סיטי.
קען איינער קאנפירמען?
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

תגובהדורך חסידישער קאך » זונטאג מארטש 31, 2019 7:16 pm

ווער גיט דאס ארויס?

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1010
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מאנטאג אפריל 01, 2019 2:02 pm

ס'ליגט שוין ביי מרמ פאר $9.99
http://www.mrmmusic.net/products/amram- ... iryas-yoel
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1010
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מאנטאג אפריל 01, 2019 2:03 pm

חסידישער קאך האט געשריבן:ווער גיט דאס ארויס?

MRM
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג אפריל 01, 2019 3:49 pm

מאסרי.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » מאנטאג אפריל 01, 2019 4:49 pm

Great News! Amram Aker is proud to be releasing this new Lag Baomer Album Recorded on site at Kiryas Yoel. Throughout the CD you can hear not only your favorite Lag Baomer songs, but you can feel the energy at the Kiryas Yoel Hadlaka with thousands of people celebrating, singing, and dancing together in honor or Rabi Shimon Bar Yochai! This album features a full choir with 10+ singers along with amazing child soloists. Music by master keyboardist R' Yidel Aker along with a full brass section and talented violinist R' Reuven Danenberg.
*Digital Download Available @ https://www.mrmmusic.net/products/amram ... iryas-yoel *

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » מאנטאג אפריל 01, 2019 5:38 pm

פאוסטער.
צוגעלייגטע
IMG_0206.JPG
IMG_0206.JPG (703.79 KiB) געזעהן 821 מאל

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » דינסטאג אפריל 02, 2019 1:59 pm

נאכ'ן זיך איינהאנדלען דעם סידי, וועל איך מיך נעמען די פאר מינוט צו באדאנקען פאר ידידי ר' עמרם וועלכער האט אונז דאסמאל אויך נישט אנטוישט, און געברענגט צום טיש נאך א געשמאקע ווארימע און לעבעדיגע סידי, וואס מ'קען אריינברענגען אין א אידישע שטוב, אין א אידישע אפיס און אין א אידישע קאר.

איך זאל מיך נעמען אויסרעכענען וואס מ'הערט דארט? יעדער ווייסט דאך בעיסיקלי פון וואס די רעדע איז, עס האט אבער יא גאר שטארקע חידושים וואס זייענדיג בשעת מעשה ביים הדלקה אין קרית יואל האט דער סאונד סיסטעם נישט ערלויבט דאס צו הערן.

דער יודל אקער קומט אריין געשמאק מיט די מוזיק אווי אלעמאל, די זיסע קול'עכלעך פון די צאן קדשים ילדי הפלא ולעפעלע, וואס צוגיסן זיך אין די הארציגע מעלאדיעס פון ונהי' אנחנו וצאצאינו, רבוש"ע דו ביסט דאך אונזער פאטער און מיר זענען דיינע קינדער אא"וו. אבינו מלכינו אין לנו מלך אלא אתה.

פון די לעבעדיגע חלק וועל איך יעצט נישט רעדן, ווייל יעצט אונטערוועגנס צו די לוי' פון דעם סקולענער רבי זצוק"ל האט מען נאר איבערגעשפילט די ניגוני התעוררות דא אין קאר, איי ווי דער עולם דא אין קאר האט מיטגעזינגען די פאסיגע ווערטער, ווען טרערן רינען פון די אויגן. אוי רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערלעך, און די אנדערע ניגוני התעוררות וואס האבן עפעס אזוי מיטגעשפילט מיט'ן מצב דא.

איך האף נאך צוריקצוקומען מיט א באריכט איבער דעם לעבעדיגן חלק
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
זאקן
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 10:48 am

תגובהדורך זאקן » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 8:17 pm

וואס מיינט איבער געמיקסט, אז ס׳הערט זיך ווי א עמטליכע פראפעשענעל סידי וואס א זינגער גיט ארויס?

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:42 pm

זאקן האט געשריבן

וואס מיינט איבער געמיקסט, אז ס׳הערט זיך ווי א עמטליכע פראפעשענעל סידי וואס א זינגער גיט ארויס?

אז עס זעהט אויס ווי זיי וואלטן ווען עס געזינגען און א סטאדיאו
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1010
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » פרייטאג אפריל 05, 2019 10:03 am

געשמאקע ווינטל האט געשריבן:
זאקן האט געשריבן

וואס מיינט איבער געמיקסט, אז ס׳הערט זיך ווי א עמטליכע פראפעשענעל סידי וואס א זינגער גיט ארויס?

אז עס זעהט אויס ווי זיי וואלטן ווען עס געזינגען און א סטאדיאו

איך וואלט עס ענדערש מסביר געווען, בערך אזוי ווי וויזניץ געבט ארויס זייערע טישן, ווי למשל סוכות אין וויזניץ צו זייערע אנדערע טישן וואס זיי האבן שוין ארויס געגעבן. וואס ס'הערט זיך לייוו און דאך זייער פראפעשענעל.

אבער דא איז עס מיט א שמוץ אריבער, ווייל דא איז הערט מען אויך א הערליכע קינדער קווייער וואס געט זייער אסאך צי, און פלאס די אלע זייטיגע אינסטרעמענטס.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » זונטאג אפריל 07, 2019 10:25 pm

הערשל פריעדמאן איבער די ל"ג בעומר סידי
https://drive.google.com/file/d/1aTKtvk ... sp=sharing
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט