וויליאמסבורג: ״שירים ושיעורים״ פראגראם חוה״מ פסח תשע״ט

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » מיטוואך אפריל 03, 2019 2:51 pm

Crazy prices
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2966
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך אפריל 03, 2019 3:38 pm

וואסי פשט פון די איבערגעטריבענע פרייזן???

בלית ברירה:
העליך מוזן איין טאג חוה"מ אויסשאלטערן מיין היים טעלעפאן, און זיך זעצן זינגן מיט די בחורים אויפ'ן קאוטש

(נאכנישט באשלאסן צו איך וועל אריינלאזן מיינע קינדער אונטער די בר/בת מצוה)
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אפריל 03, 2019 4:00 pm

הלשון האט געשריבן:וואסי פשט פון די איבערגעטריבענע פרייזן???


אז נארמאלע פשוט'ע מענטשן וואס טראכטן א מינוט פאר זיי פאטשקענען אויס 120$ 'פער פערזאן' זאלן נישט קענען גיין, און ס'זאל זיין די ריכטיגע קראוד און געשמאקע אטמאספער.
הוי מחשב...

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2251
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך אפריל 03, 2019 4:06 pm

די ריכטיגע קראוד פארמאגן צוויי טעלעפאנען...
איך מאך א קומזיץ כמעט יעדע פרייטאג צונאכטס...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

פארנימען
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:43 pm

תגובהדורך פארנימען » מיטוואך אפריל 03, 2019 4:27 pm

אז ד'רעולם גייט זיין כווייער דאן וואס גייט שירה טוהן?

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך אפריל 03, 2019 5:50 pm

הלשון האט געשריבן:וואסי פשט פון די איבערגעטריבענע פרייזן???

בלית ברירה:
העליך מוזן איין טאג חוה"מ אויסשאלטערן מיין היים טעלעפאן, און זיך זעצן זינגן מיט די בחורים אויפ'ן קאוטש

(נאכנישט באשלאסן צו איך וועל אריינלאזן מיינע קינדער אונטער די בר/בת מצוה)

א פאר פון מיינע חברה קענען ב"ה שפילן פיאנא, און דאס איז טאקע וואס מיר טוהן חנוכה ביי די נרות -- מען קומזיצט מיט נגוני שמחה והתעוררות עד שבא הבני בית ואומרת הגיע זמן ארוחת של ערבית.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך אפריל 03, 2019 6:04 pm

נו ווער גייט?

Working
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

תגובהדורך Working » מיטוואך אפריל 03, 2019 8:15 pm

ווי איך פארשטיי איז דאס 'בלויז' פאר אזעלכע וואס האבן באמת א שוארקע געפיל צו מוזיק.
זיי זיכן נישט אז יעדע שמויגער פון שטאט זאל דארט קומען.

פארנימען
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:43 pm

תגובהדורך פארנימען » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 10:55 am

בארעכטיגט נאך אלס נישט דע פרייזן

Working
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

תגובהדורך Working » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:01 am

בפשטות ווילן זיי נאר ערנסט פאראינטערסירטע זאלן קויפן.
אויב איז די טיקעטס ביליג וועט יעדער קויפן און ס'וועט זיין כאדאראם.

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:03 am

איך האב גארנישט מיט דעם פראגראם - און איך פלאן אי״ה נישט צו גיין - (אפילו פאר בחנם)

אבער מיין מיינונג איז פארקערט: די פרייז איז יא אויסגעהאלטן.

1) די זאל קאסט געלט
2) מוזיק קאסט געלט
3) די בעלי דרשנים קאסטן א הון תועפות.

זיי האבן נישט קיין נדבן - אויב דו ווילסט אנטיילנעמען אין א שיינע ערליכע קומזיץ פאר דיר און דיינע בחורים - זיי מוחל באצאל.

איך וואלט נישט געגאנגען כאמור לעיל - אבער אז מיין בחור וויל גיין - אדרבה, וועל איך געבן בכסף מלא.

א כשרע פארברענגען דרשות און שירה איז ווערט געלט - און די הנאה איז אויף יעצט און בלייבט אויף שפעטער.

(נישט קיין באצאלטע אנאנס)

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:07 am

פאר דעם אישי, וואס פרעגט מיר פארוואס איך וויל נישט גיין אפילו פאר בחנם:

אויב ווייס איך אז מ׳זינגט דארט נאר אמאליגע ניגונים פון 100 יאר און העכער, וואלט איך געגאנגען אפילו פאר 200 מאות.

היינטיגע ניגונים האב איך גענוג.

פארפאלן - אמאליגע ניגונים האבן א ספעציעלע געשמאק. היינטיגע ניגונים פארמאג איך לרחצה.

אוועטאר
ברעטל
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:08 am

גייט זיין אין מאנסי אזא סטייל פארברענג?
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:20 am

ברעטל האט געשריבן:גייט זיין אין מאנסי אזא סטייל פארברענג?


אפשר הירשפעלד קומזיצן.
(בחנם)

אזא סארט קאמערשל פארברענג איז א נייע זאך דערווייל - נאר אין ווילי.

פארנימען
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:43 pm

תגובהדורך פארנימען » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:28 am

שטאטלעך, וואסערע גרויסע קאסטן רעדסטו פון,
וויפיל מיינסטו קאסט א 'טייערע' חתונה,
מער פון אן אינטערן פלעי?

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:03 pm

פארנימען האט געשריבן:שטאטלעך, וואסערע גרויסע קאסטן רעדסטו פון,
וויפיל מיינסטו קאסט א 'טייערע' חתונה,
מער פון אן אינטערן פלעי?


דער פראגראם איז ווארשיינליך נישט געמאכט פאר מענטשן וואס "זוכן ווי צו גיין כאלעמועד האלטן".
סארי, WRONG אשכול.

דאס איז געמאכט פאר מענטשן וועלכע האבן א געפיל צו דעם. א געקליבענע הייפעלע מענטשן מיט א דעליקאטע אינטערעס צו נגינה - אויב קאסט אריינצוגיין 10 דאלער, האט ער 1000 מענטשן, און ס'איז קאפוט. ער וויל עס נישט. ער וויל - ווארשיינליך - האבן מערנסטס 150 פערזאן, וועלכע זענען ערנסט דערביי.

נאכאמאל, ער איז 100 פראצענט אויסגעהאלטן מיט זיין פרייז. - פארקערט גאר - אויב קאסט אריינצוגיין ביליג אדער אומזיסט, איז א שאד די גאנצע זאך.

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:07 pm

איך פארשטיי נישט וואס אברהם מרדכי מלאך האט דארט צו זוכן. ס'איז לא קרב זה אל זה, און קלעפט זיך ווי ארבעס צו די וואנט.
נישט מילכיג / נישט פליישיג, נישט הייס / נישט קאלט. ווער עס קומט הערן דרשות - קומט נישט זינגען. ווער ס'קומט זינגען - קומט נישט הערן קיין דרשות.

דאס איז די איינציגע זאך וואס איך פארשטיי נישט דא. איך האב גארנישט קעגן אברהם מרדכי מלאך, אבער רבונא דעלמא כולא, וואו קומט ער אריין אין א קומזיץ?
ער ברענגט ער א דזשאגלער אויך?

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:21 pm

איך מיין אז הרב אברהם מרדכי מלאך קלעבט מער מיט ברוקלינער נגינה, ווי מיט א שובבים דרשה אין ירושלים עיה"ק.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

פארנימען
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:43 pm

תגובהדורך פארנימען » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 3:03 pm

קיסריה האט געשריבן:
פארנימען האט געשריבן:שטאטלעך, וואסערע גרויסע קאסטן רעדסטו פון,
וויפיל מיינסטו קאסט א 'טייערע' חתונה,
מער פון אן אינטערן פלעי?


דער פראגראם איז ווארשיינליך נישט געמאכט פאר מענטשן וואס "זוכן ווי צו גיין כאלעמועד האלטן".
סארי, WRONG אשכול.

דאס איז געמאכט פאר מענטשן וועלכע האבן א געפיל צו דעם. א געקליבענע הייפעלע מענטשן מיט א דעליקאטע אינטערעס צו נגינה - אויב קאסט אריינצוגיין 10 דאלער, האט ער 1000 מענטשן, און ס'איז קאפוט. ער וויל עס נישט. ער וויל - ווארשיינליך - האבן מערנסטס 150 פערזאן, וועלכע זענען ערנסט דערביי.

נאכאמאל, ער איז 100 פראצענט אויסגעהאלטן מיט זיין פרייז. - פארקערט גאר - אויב קאסט אריינצוגיין ביליג אדער אומזיסט, איז א שאד די גאנצע זאך.


ווער האט גערעדט פון 10 דאלער?
זאג דאס פאלט דיר נישט איין אז אסאך ערנסטע מוזיק ליבהאבער וועלן בלייבן אינדערהיים
צוליב די הויכע פרייזן?

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 3:10 pm

יעדער ביזנעסמאן האט רעכט צו בעטן וויפיל ער פארשטייט אז עס איז ווערט.

אויב דעליווערט ער די ווערט?
איז דאך גוט, אויב נישט, וועט מען מער נישט גיין, און אויב איז עס ווערט ווייניגער, וועט זיין אנדערע וואס וועלן עס טון פאר ווייניגער, דא אין אמעריקע איז דא א אפען מארקעט, מ'קען טון וואס מ'פארשטייט.

די סיבה פאר'ן ברענגן רעדנער איז עס זאל נישט געאסר'ט ווערן אלץ הולטייאישער פלאץ, נאר זאל זיין אין גדר פון אנדערע שמחה בית השואבה אין רבי'ש הויפן, צו ס'וועט ארבעטן? ווייס איך נישט, ונזכה ונחי' ונראה.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

לייבקע יענטע'ס
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 28, 2010 1:59 pm

תגובהדורך לייבקע יענטע'ס » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 3:13 pm

מונאוויטש האט געשריבן:איך מיין אז הרב אברהם מרדכי מלאך קלעבט מער מיט ברוקלינער נגינה, ווי מיט א שובבים דרשה אין ירושלים עיה"ק.

;l;p-

פארנימען
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:43 pm

תגובהדורך פארנימען » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 3:20 pm

;l;p-
זאל ער קומען האט געשריבן:יעדער ביזנעסמאן האט רעכט צו בעטן וויפיל ער פארשטייט אז עס איז ווערט.

אויב דעליווערט ער די ווערט?
איז דאך גוט, אויב נישט, וועט מען מער נישט גיין, און אויב איז עס ווערט ווייניגער, וועט זיין אנדערע וואס וועלן עס טון פאר ווייניגער, דא אין אמעריקע איז דא א אפען מארקעט, מ'קען טון וואס מ'פארשטייט.

די סיבה פאר'ן ברענגן רעדנער איז עס זאל נישט געאסר'ט ווערן אלץ הולטייאישער פלאץ, נאר זאל זיין אין גדר פון אנדערע שמחה בית השואבה אין רבי'ש הויפן, צו ס'וועט ארבעטן? ווייס איך נישט, ונזכה ונחי' ונראה.

הייליג
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

תגובהדורך הייליג » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 3:24 pm

גייט יעדער קענען זעהן מיטהאלטן געהעריג?
סדאך נישט קיין סטעידזש אדער די אודיטאריום וואס גייט שיעף אויף אראפ אז יעדער זאל מיטהאלטן?

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » פרייטאג אפריל 05, 2019 6:44 pm

ס'איז טאקע נאר פאר וויליאמסבורגער?
מ'קען נישט קויפן ערגעץ טיקעטס אנליין?
איך מוז אריינקומען אין שטאט צו קויפן א זיץ?
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג אפריל 07, 2019 4:33 pm

וואלט געווען א גלייכע זאך אויב זיי לייגן ארויס שטיקל מער פונקטליכע בילד פונעם מעמד. מען זאל קענען זעהן וואס עס לוינט צו קויפן.
אפילו די בערך'דיגע ליסט פון ניגונים וואלט געווען א גוטע זאך אויב זיי לייגן ארויס. מענטשן זאלן וויסן פון וואס מען רעדט דא.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט