אלטע ליד געזיכט שטארק

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

יפה
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2018 7:03 am

אלטע ליד געזיכט שטארק

תגובהדורך יפה » מיטוואך פאברואר 06, 2019 10:14 am

אנטשולדיקט אויב איך עפען אן ניי אשכול אויף א נושא באשריבען
איך דארף דאס פשוט וויכטיג און איך האב נישט געטראפן דערווייל א פאסיגע אשכול
איך האב געהערט אויף אן אלטע קאסעטע דעם אלטן פוילישע ליד. איך האב מיך פאשריבען דאס וואס איך האב מצליח געווען צי הערן
איך בעט ווער סע ווייסט פון דעם ניגון און די ווערטער זאל מיר ביטע דרינגענד העלפן
יישר כח

אלע אידן פון דער....
דער בורא עולם און נאר ער אליין
לאמיר אלע זיין צופרידן
אז מיר קענען וואוילע אידן זיין *2

צדקה געבט מען
חלה נעמט מען
און לולב בענטשט מען
ווייל אזוי דארף זיין
צי תשליך גייט מען
שמונה עשרה שטייט מען
נו זאגט אליין ווער קען מוותר זיין

לאמיר אלע ? ?
דער בורא עולם און נאר ער אליין
לאמיר אלע זיין צופרידן
אז מיר קענען וואוילע אידן זיין *2


לכה דודי זינגט מען
לחיים טרינקט מען
און כלים טינקט מען
דארט און מקווה דארט אריין
תורה זאגט מען
כפרות שלאגט מען
נו זאגט אליין ווער קען מוותר זיין

און סוכה גייט מען
לחיים שרייט מען
ציצית נייט מען
ווייל אזוי דארף זיין

שיריים כאפט מען
הושענות קלאפט מען
נו זאגט אליין ווער קען מוותר זיין

אלע אידן ? ?
דער בורא עולם און נאר ער אליין
לאמיר אלע זיין צופרידן
אז מיר קענען וואוילע אידן זיין *2

א תיקון געט מען
און שלום נעמט מען
א דרשה האלט מען
ווייל אזוי דארף זיין
א מזוזה קישט מען
מים שלנו מישט מען
נו זאגט אליין ווער קען מוותר זיין
??????????????
א קידוש שטעלט מען
???????????
ווייל אזוי דארף זיין
א כזית עסט מען
ד' אמות מעסט מען
נו זאגט אליין ווער קען מוותר זיין


לאמיר אלע ? ?
דער בורא עולם און נאר ער אליין
לאמיר אלע זיין צופרידן
אז מיר קענען וואוילע אידן זיין *2
אין תורה ליינט מען
ביי א תהילים וויינט מען
דעם המן ? קלאפט מען
ווייל אז
בארשט אויף פסח שטעלט מען
???
נו זאגט אליין ווער קען מוותר זיין
אן עירוב לייגט מען
?? פארוויקט מען
שבת קומט דאך ווייל אזוי דארף זיין
?? שארט מען
אויף משיח ווארט מען
אוי געוואלד באשעפער שאל שוין אמת זיין


אלע אידן ? ?
דער בורא עולם און נאר ער אליין
לאמיר אלע זיין צופרידן
אז מיר קענען וואוילע אידן זיין *2


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט