"א היימישע שמחה" מיט עמרם אקער.

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20960
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

"א היימישע שמחה" מיט עמרם אקער.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג ינואר 27, 2019 2:51 am

א דאפעלט לשון, הא? וואדען? א מאדערענע שמחה מיט עמרם אקער וואלט איינער אפילו אדווערטייזד?!

אבער הו קעירס וויפיל לשונות מ'נוצט, דער עיקר אידעך די אינהאלט...

לויט ווי די חברה גיבן איבער האלט עמרם אקער שוין אין די לעצטע שטאפלען פון ארויסגיבן א סידי מיטן נאמען א "היימישע שמחה" מיט די אקער ברודער...

פאר רוב עולם פעהלט נישט אויס קיין שום אינטרעדאקשן איבער עמרם אקער, די נאמען גייט אינאיינעם מיט די גרויסע סאטמערע הדלקה אין קרית יואל ל"ג בעומר, יעדע שמחה אדער סתם טישן אין סאטמאר( מהר"א) קומט אטאמאטיש ארויף ווען מ'דערמאנט דעם נאמען...

אבער נישט נאר דארט קען מען הערן עמרם'ן זינגן, נאר ווי באקאנט זינגט ער היינט אויך אויף חתונות, ער ספעציעלעזירט זיך אין זינגן נאר היימישע ניגונים, אבער געזינגן... ער איז א מומחה און טרעפן גוטע ניגונים און ווער ס'איז נאר געווען ביי א שמחה ווי ער זינגט וועט מעיד זיין, ער נעמט פשוטע ניגונים און מאכט עס פאר א "היט"! אסאך ניגונים האבן מחיה מתים געווען נאכדעם וואס עמרם האטעס אויפגעפיקט פון א פארשטויבטן קאסעט...

און זוכענדיג איבער זיין ערשטע סידי האבעכמעך אנגעשטויסן אין דעם אשכול ווי מ'זעהט דארט טאקע אז קרעמער פרעגט איבער א ניגון וואס ער האט געהערט זינגן ביי א חתונה אין סאטמאר... און צייטליך ענטפערט אים דארט:

צייטליך האט געשריבן:די זינגער'ס זענען די "סאטמאר קאפעליע" וועלעכע זינגען ביי אלע שמחות און טישן בחצרות סאטמאר (מהר"א) אנגעפירט דורך ר' עמרם אקער פון קר"י.

ר' עמרם האט א מנהג פאר יעדע שמחה אפירצוזיכן עטליכע אלטע לעבעדיגע ניגונים און שיקט דאס ארום פאר די גרופע זינגער'ס עטליכע וואכן בעפאר זיך דאס אויסצולערנען. ער האט שוין אריינגעברענגט אסאך שיינע אלטע לעבעדיגע ניגונים אזוי. ביי די חתונה פארגאנגענע וואך אין וויליאמסבורג האט מען געזונגען א נייער/אלטער ניגון אויף די ווערטער "אני מאמין" זייער א לעבעדיגער ניגון.

איך וועל עס ארויפלייגן שעפעטער.


מיט אפאר יאר צוריק איז עמרם ארויס געקומען מיט א סידי, און סאט געהאט א שטארקע אפקלאנג ביים היימישן עולם... און איך כאפמעך יעצט אז איך האב געמאכט א מיסטעיק... א שאד יעדעס ווארט! ס'איז דאך דא אן אשכול פון יענע סידי, כ' קענעס פשוט אהערלינקן און פטר אן עסק...

אקעי, קודם דא איז די אשכול איבער זיין סידי... אוי, ווי ברענגט מען צוריק די חברה...

אזוי אויך האבעך געטראפען אן אינטערוויא פון צייטליך מיט עמרם אקער... נישטא קיין סאך מוסיף צו זיין...

נאר וואס יא, איינס אז ס'קומט פרישע סחורה מיט פרישע-אלטע ניגונים, און בעיקר אז דאס מאל האט עמרם מיטגענומען זיין ברודער ערעב יודל... יודל אקער איז טאקע נישט אזוי באקאנט ווי זיין ברודער עמרם, אבער זיין מוזיק איז יא באקאנט, ער שפיהלט לעצטענס ביי אסאך סאטמארע איווענטס, און בעיקר ביים גרויסן הדלקה ל"ג בעומר אין קר"י... לויט ווי עמרם האט מיר דערציילט מיט א צייט צוריק הייבט יודל אן שפיהלן אויף חתונות, איי געסס אז דאס איז די ציהל פון די יעצטיגע סידי, צו גיבן פארן עולם צו שפיהרן דעם טעם פון א "היימישע שמחה - מיט די אקער ברודער"...

כ'גלייב נישט אז דאס ארויסקומען די וואך מיינט לכבוד די גרויסע סאטמארע חתונה (אב"ד סאטמאר וומ"ס בן כ"ק רבינו שליט"א מהר"א) ס'איז מער לכבוד חודש אדר, אבער ס'איז פונקט גוט אויסגעקומען...

פאר מער פרטים העמער ווארטן אז צייטליך זאל אריינבעקן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1800
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג ינואר 27, 2019 3:31 am

עמרם איז א חידוש (הגם איך האב באשטעלט ביי מיין חתונה און למעשה איז ער נישט אנגעקומען...)

איך קוק שטארק ארויס אז אזעלכע אידן זאלן ארויסקומען מער און מער אין די עפענטליכקייט מיט אטענטישע חסידישע ווערק, וואס מיין מאגן זאל קענען פארדייען (בפרט מוצ''ש)


די קאווער פון די סידי?
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2696
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג ינואר 27, 2019 6:54 am

העמיר בעטן עמרם זאל דא ארויפלייגן די דעקל
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג ינואר 27, 2019 11:03 am

פיינע נייעס!
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג ינואר 27, 2019 12:15 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:א דאפעלט לשון, הא? וואדען? א מאדערענע שמחה מיט עמרם אקער וואלט איינער אפילו אדווערטייזד?!

אבער הו קעירס וויפיל לשונות מ'נוצט, דער עיקר אידעך די אינהאלט...

לויט ווי די חברה גיבן איבער האלט עמרם אקער שוין אין די לעצטע שטאפלען פון ארויסגיבן א סידי מיטן נאמען א "היימישע שמחה" מיט די אקער ברודער...

פאר רוב עולם פעהלט נישט אויס קיין שום אינטרעדאקשן איבער עמרם אקער, די נאמען גייט אינאיינעם מיט די גרויסע סאטמערע הדלקה אין קרית יואל ל"ג בעומר, יעדע שמחה אדער סתם טישן אין סאטמאר( מהר"א) קומט אטאמאטיש ארויף ווען מ'דערמאנט דעם נאמען...

אבער נישט נאר דארט קען מען הערן עמרם'ן זינגן, נאר ווי באקאנט זינגט ער היינט אויך אויף חתונות, ער ספעציעלעזירט זיך אין זינגן נאר היימישע ניגונים, אבער געזינגן... ער איז א מומחה און טרעפן גוטע ניגונים און ווער ס'איז נאר געווען ביי א שמחה ווי ער זינגט וועט מעיד זיין, ער נעמט פשוטע ניגונים און מאכט עס פאר א "היט"! אסאך ניגונים האבן מחיה מתים געווען נאכדעם וואס עמרם האטעס אויפגעפיקט פון א פארשטויבטן קאסעט...

און זוכענדיג איבער זיין ערשטע סידי האבעכמעך אנגעשטויסן אין דעם אשכול ווי מ'זעהט דארט טאקע אז קרעמער פרעגט איבער א ניגון וואס ער האט געהערט זינגן ביי א חתונה אין סאטמאר... און צייטליך ענטפערט אים דארט:

צייטליך האט געשריבן:די זינגער'ס זענען די "סאטמאר קאפעליע" וועלעכע זינגען ביי אלע שמחות און טישן בחצרות סאטמאר (מהר"א) אנגעפירט דורך ר' עמרם אקער פון קר"י.

ר' עמרם האט א מנהג פאר יעדע שמחה אפירצוזיכן עטליכע אלטע לעבעדיגע ניגונים און שיקט דאס ארום פאר די גרופע זינגער'ס עטליכע וואכן בעפאר זיך דאס אויסצולערנען. ער האט שוין אריינגעברענגט אסאך שיינע אלטע לעבעדיגע ניגונים אזוי. ביי די חתונה פארגאנגענע וואך אין וויליאמסבורג האט מען געזונגען א נייער/אלטער ניגון אויף די ווערטער "אני מאמין" זייער א לעבעדיגער ניגון.

איך וועל עס ארויפלייגן שעפעטער.


מיט אפאר יאר צוריק איז עמרם ארויס געקומען מיט א סידי, און סאט געהאט א שטארקע אפקלאנג ביים היימישן עולם... און איך כאפמעך יעצט אז איך האב געמאכט א מיסטעיק... א שאד יעדעס ווארט! ס'איז דאך דא אן אשכול פון יענע סידי, כ' קענעס פשוט אהערלינקן און פטר אן עסק...

אקעי, קודם דא איז די אשכול איבער זיין סידי... אוי, ווי ברענגט מען צוריק די חברה...

אזוי אויך האבעך געטראפען אן אינטערוויא פון צייטליך מיט עמרם אקער... נישטא קיין סאך מוסיף צו זיין...

נאר וואס יא, איינס אז ס'קומט פרישע סחורה מיט פרישע-אלטע ניגונים, און בעיקר אז דאס מאל האט עמרם מיטגענומען זיין ברודער ערעב יודל... יודל אקער איז טאקע נישט אזוי באקאנט ווי זיין ברודער עמרם, אבער זיין מוזיק איז יא באקאנט, ער שפיהלט לעצטענס ביי אסאך סאטמארע איווענטס, און בעיקר ביים גרויסן הדלקה ל"ג בעומר אין קר"י... לויט ווי עמרם האט מיר דערציילט מיט א צייט צוריק הייבט יודל אן שפיהלן אויף חתונות, איי געסס אז דאס איז די ציהל פון די יעצטיגע סידי, צו גיבן פארן עולם צו שפיהרן דעם טעם פון א "היימישע שמחה - מיט די אקער ברודער"...

כ'גלייב נישט אז דאס ארויסקומען די וואך מיינט לכבוד די גרויסע סאטמארע חתונה (אב"ד סאטמאר וומ"ס בן כ"ק רבינו שליט"א מהר"א) ס'איז מער לכבוד חודש אדר, אבער ס'איז פונקט גוט אויסגעקומען...

פאר מער פרטים העמער ווארטן אז צייטליך זאל אריינבעקן...


אינטערסאנט. איך האב נארוואס איינגעהאנדלט א נייעם פאון, אבער די Notification settings איז געבליבן די זעלבע. איך באקום נאך אלץ אן אלערט ווען מדערמאנט דא עמרם אקער..

לענינינו. איך פלאן אי"ה צו טרעפן ר' עמרם שפעטער אויפדערנאכט, אפשר העמיר קענען האבן נאך א אינטערוויו...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1980
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג ינואר 27, 2019 12:45 pm

צייטליך האט געשריבן:אינטערסאנט. איך האב נארוואס איינגעהאנדלט א נייעם פאון, אבער די Notification settings איז געבליבן די זעלבע. איך באקום נאך אלץ אן אלערט ווען מדערמאנט דא עמרם אקער..

לענינינו. איך פלאן אי"ה צו טרעפן ר' עמרם שפעטער אויפדערנאכט, אפשר העמיר קענען האבן נאך א אינטערוויו...

וווווואאאאאאאסססססס

צייטלין איז דא צוריק........ טאטע וואו בינעך...
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2701
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג ינואר 27, 2019 12:49 pm

פיינע נייעס!

צייטליך האט געשריבן:לענינינו. איך פלאן אי"ה צו טרעפן ר' עמרם שפעטער אויפדערנאכט, אפשר העמיר קענען האבן נאך א אינטערוויו...

צייטליך,
מאך נאר זיכער אז ער דארף נישט לויפן צו א חתונה אינמיטן די אינטערוויו. אווי ער האט געטוען מיט דיר ביים פאריגן אינטערוויו

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג ינואר 27, 2019 1:25 pm

קודאס עמרם פאר'ן אהערברענגען צייטליכן

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » זונטאג ינואר 27, 2019 1:44 pm

יוראפ האט געשריבן:קודאס עמרם פאר'ן אהערברענגען צייטליכן

;l;p-
זעה, אז ער זאל נאר דא בלייבן.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » זונטאג ינואר 27, 2019 10:15 pm

האב איך שטארק הנאה דעס צו הערן,ס'איז דא אסאך ניגונים וואס איז שטארק אריינגעקומען דורך ר' עמרם'ען. איך גלייב אז יעצט וועט ער אונז אויך נישט אנטוישן.
דאס איז שוין אבער א גרעסערן חידוש, אז ער שלעפט מיט זיין ברודער, וואס ער איז לעצטנס טאקע זייער גוט אריינגעקומען מיט זיין חסיד'יש-זעציגע דיפרענט סטייל.
אויב זיי צוויי קומען טאקע אריין צוזאמען, וועט זיך די סטאקס פון חסיד'ישע חתונות טאקע הייבן

אגב, לעצטנס האב איך געהערט פון אים א געזונטע הארא ניגון, עפעס 'מלך קדוש... מודה אני לפניך' (פון פרייטאג צונאכטס). פרעגנדיג עמרם דערוועגן, האט ער מיר שאקירט אז ס'איז זיין אייגנטום... כ'האף ס'גייט אויך זיין אויפ'ן סידי, ווייל אויסגעקוקט האט עס זייער גוט.
וועלן מיר ווארטן אויף מער אינפא.
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » מאנטאג ינואר 28, 2019 10:50 am

צוגעלייגטע
0.jpg
0.jpg (221.09 KiB) געזעהן 1446 מאל

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » מאנטאג ינואר 28, 2019 10:52 am

ליסטע פון ניגונים
צוגעלייגטע
0-1.jpg
0-1.jpg (239.74 KiB) געזעהן 1444 מאל

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5337
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג ינואר 28, 2019 11:33 am

וואו טרעפט מען נאך די פאנטס?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מאנטאג ינואר 28, 2019 11:43 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:וואו טרעפט מען נאך די פאנטס?

ער זינגט דאך מילא נאר אלטע ניגונים.,..
קען ער אויך נוצן אלטע פאנדס...
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

מוכר ספרים
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » מאנטאג ינואר 28, 2019 12:17 pm

וואו קען מען זיך איינהאנדלען ס'קאסעטע

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1990
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג ינואר 28, 2019 12:28 pm

מ'האט דאך נאכנישט פארענדיגט אלע שטאפלען (עי' תגובה א')

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » דינסטאג ינואר 29, 2019 11:37 pm

מאנטאג נאכט ביים גרויסן שבע ברכות אין במדר"ש הגדול אין קרית יואל (אב"ד סאטמאר וומ"ס בן כ"ק רבינו שליט"א מהר"א) האבן די אקער ברידער'ס והמשרתיו אראפגעלייגט א ארבעט ווי ס'ברויך צו זיין.
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5271
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך ינואר 30, 2019 7:52 am


guar
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2008 6:58 pm

תגובהדורך guar » מיטוואך ינואר 30, 2019 7:18 pm

געשמאקע ווינטל האט געשריבן:מאנטאג נאכט ביים גרויסן שבע ברכות אין במדר"ש הגדול אין קרית יואל (אב"ד סאטמאר וומ"ס בן כ"ק רבינו שליט"א מהר"א) האבן די אקער ברידער'ס והמשרתיו אראפגעלייגט א ארבעט ווי ס'ברויך צו זיין.


בפרט די ניגון מודים אנחנו לך טאטע איך דאנק דיך טאטע איך לויב דיך
געווען ממש סקיי ראקעטינג בפרט נאכן זינגען עס א 10 15 מינוט און א צו, סאיז מיר ממש גערינען טרערן, ווער עס האט א ריקאדינג דערפון זאל עס ביטע ארויף לייגן און מהנה זיין דעם עולם.

מוכר ספרים
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:22 am

guar האט געשריבן:
געשמאקע ווינטל האט געשריבן:מאנטאג נאכט ביים גרויסן שבע ברכות אין במדר"ש הגדול אין קרית יואל (אב"ד סאטמאר וומ"ס בן כ"ק רבינו שליט"א מהר"א) האבן די אקער ברידער'ס והמשרתיו אראפגעלייגט א ארבעט ווי ס'ברויך צו זיין.


בפרט די ניגון מודים אנחנו לך טאטע איך דאנק דיך טאטע איך לויב דיך
געווען ממש סקיי ראקעטינג בפרט נאכן זינגען עס א 10 15 מינוט און א צו, סאיז מיר ממש גערינען טרערן, ווער עס האט א ריקאדינג דערפון זאל עס ביטע ארויף לייגן און מהנה זיין דעם עולם.

ווער האט טאקע געמאכט דעם ניגון?

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 4:36 pm

מוכר ספרים האט געשריבן:
guar האט געשריבן:
געשמאקע ווינטל האט געשריבן:מאנטאג נאכט ביים גרויסן שבע ברכות אין במדר"ש הגדול אין קרית יואל (אב"ד סאטמאר וומ"ס בן כ"ק רבינו שליט"א מהר"א) האבן די אקער ברידער'ס והמשרתיו אראפגעלייגט א ארבעט ווי ס'ברויך צו זיין.


בפרט די ניגון מודים אנחנו לך טאטע איך דאנק דיך טאטע איך לויב דיך
געווען ממש סקיי ראקעטינג בפרט נאכן זינגען עס א 10 15 מינוט און א צו, סאיז מיר ממש גערינען טרערן, ווער עס האט א ריקאדינג דערפון זאל עס ביטע ארויף לייגן און מהנה זיין דעם עולם.

ווער האט טאקע געמאכט דעם ניגון?

ס'שמעקט פון יאנקי דאסקאל, יחד יחד יחד לבבי
און די לעבעדיגע איז פון ר' יושע מענדלאוויטש
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2701
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג פאברואר 05, 2019 2:50 pm

דא האמיר לייוו א היימישע שמחה מיט ר' עמרם. צוזאמען מיט זיין קאפעליע
יעצט באמערק איך. אז די קאפעלע ווערט געפירט דאס מאל דורך ר' יואל גאנדל, ס'פשט?
צוגעלייגטע
unnamed.jpg
unnamed.jpg (84.93 KiB) געזעהן 468 מאל

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דינסטאג פאברואר 05, 2019 3:28 pm

דאס איז נישט שירה

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » דינסטאג פאברואר 05, 2019 4:13 pm

דא זעה איך גאר א היימישע שמחה מיט ר' עמרם און ר' יששכר גוטמאן
Amrom-Aker-Wedding-28.jpg
Amrom-Aker-Wedding-28.jpg (384.56 KiB) געזעהן 369 מאל
הלא תדעו הלא תבינו-
שיותר ממה שקריתי לפניכם נשאר בקולמוסי,
אי מחמת תקנת המקום אי מחמת חשש גילוי!

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2701
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג פאברואר 10, 2019 4:28 pm

מוכר ספרים האט געשריבן:וואו קען מען זיך איינהאנדלען ס'קאסעטע

געזען פריער אין א געשעפט


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: צפנת פענח, רבי משה און 25 געסט