קול מבשר: כשרונות-גראמען תשע"ט - צווייטע שטאפל

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

קלויבט אויס דעם שענסטן ניגון:

די וואלן האבן זיך פארמאכט דינסטאג ינואר 29, 2019 10:28 am

ניגון #1 גרשון בן אמינדב
1
5%
ניגון #2 רבי שמעון בר יוחאי
1
5%
ניגון #3 זמן קרי"ש
1
5%
ניגון #4 שמייכל
5
24%
ניגון #5 מלחמת היצר
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
ניגון #6 כי באו מים
1
5%
ניגון #7 הזן את העולם
5
24%
ניגון #8 רבי זצ"ל
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
ניגון #9 צדקה
7
33%
 
סך הכול שטימען: 21

מהיכי תיתי
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 22, 2019 5:39 am

קול מבשר: כשרונות-גראמען תשע"ט - צווייטע שטאפל

תגובהדורך מהיכי תיתי » דינסטאג ינואר 22, 2019 10:28 am

שטייענדיג אצינד ביים צווייטן שטאפל אין די גראמען פארמעסט,
ווען די ניגונים זענען שוין געקליבענע סחורה - אוכל מתוך הפסולת... ראוי א ברכה צו מאכן.
קומט אריין אין וועלט אויס וועלכע ניגון איז אייך דאס מערסטע געפאלן. ירא הקהל וישפוט!

מהיכי תיתי
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 22, 2019 5:39 am

תגובהדורך מהיכי תיתי » דינסטאג ינואר 22, 2019 12:03 pm

צו קענען הערן די ניגונים געהעריג קלאר, דארף מען האבן א 4G טעלעפאון

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17036
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג ינואר 22, 2019 12:33 pm

אפשר ברענגט איר אהער אויך די ניגונים

דענק און דאנק
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm

תגובהדורך דענק און דאנק » דינסטאג ינואר 22, 2019 6:20 pm


eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4743
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג ינואר 22, 2019 6:28 pm

מיינע בעסטע זענען 2-6-9
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג ינואר 22, 2019 6:29 pm

מיינע פעיוואריט'ס זענען, (לויטן סדר), די ראפעל ניגון, די גרשון בן עמינדב ניגון, די יצר הרע ניגון, די שמייכל ניגון.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

דער רואיגער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 4:40 pm

תגובהדורך דער רואיגער » דינסטאג ינואר 22, 2019 6:31 pm

פעיק נוז האט געשריבן:מיינע פעיוואריט'ס זענען, (לויטן סדר), די ראפעל ניגון, די גרשון בן עמינדב ניגון, די יצר הרע ניגון, די שמייכל ניגון.

..
לעצט פאראכטן דורך דער רואיגער אום דינסטאג ינואר 22, 2019 6:44 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג ינואר 22, 2019 6:37 pm

.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

טאלאנטי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 06, 2017 12:37 am

כשרונות-גראמען תשע"ט - שמייכל!

תגובהדורך טאלאנטי » דינסטאג ינואר 22, 2019 7:03 pm


eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4743
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 10:16 am


אה !! קוק וועם אונז האב מיר דא טאלאנטי...
שוין אפאר וואכן שפעט, באט עניוועי... מ'האט שוין גערעדט פון דיר אין דיין אלטע אשכול.
אבער אפשר זאגסטו אונז פארוואס האסטו איבערגעניצט די זעלבע ניגון ? כ'פארשטיי אז ס'איז זייער א שווערע. אבער דאך פאר כשרונות דארף קומען עפעס פריש...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

טאלאנטי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 06, 2017 12:37 am

תגובהדורך טאלאנטי » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 1:08 pm

eller האט געשריבן:

אה !! קוק וועם אונז האב מיר דא טאלאנטי...
שוין אפאר וואכן שפעט, באט עניוועי... מ'האט שוין גערעדט פון דיר אין דיין אלטע אשכול.
אבער אפשר זאגסטו אונז פארוואס האסטו איבערגעניצט די זעלבע ניגון ? כ'פארשטיי אז ס'איז זייער א שווערע. אבער דאך פאר כשרונות דארף קומען עפעס פריש...

וויפיל מאל קען מען איבערהערן די זעלבע שאלה?...
די תירוץ איז פשוט, כ'ווייס נישט פון נאך א ניגון וואס די פעלער פארן אויף אזא מהלך, דהיינו, ארויף, אראפ, צוריק ארויף און צוריק אראפ, וחוזר חלילה, אן דארפן אנהייבן די ניגון נאכאמאל. ממילא פאר אזא נושא וואס איז צעטיילט אין 11 חלקים, מיט א פזמון, איז עס געווען די בעסטע אפציע. וק"ל.

טאלאנטי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 06, 2017 12:37 am

ראפעל ניגון - טעקסט

תגובהדורך טאלאנטי » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 1:09 pm

בס"ד
אויפ'ן פאטעל איך זיץ א מידער,
אויסרוען איך וועל מיינע גלידער,
פלוצלינג די בעל קלינגט מיט א גערודער.

א טאג פון מאטער אויסרוען איך מיז מיך,
פון ארבעט א זאטער ווער דארט ברום איך,
דער בעל נישט מוותר צום טיר קום איך,
א אינגעל שטייט צדקה ער שרייט.

אין זיינע הענט א ראפעל טוט ווייזען,
א געווינער איר זענט תשמע ותאזין,
פאר בלויז אפאר סענט געווינט צוויי ווערדפולע פרייזן.

נאמער one איר קענט פליען,
קיין מירון צו ר' שמעון'ס ציון,
צוויינטנ'ס מ'קאן זיך אויסרוען,
די ביינער אויף א ריקליינער.

א דאלאר געט צדקה עשה,
מעגליך איר וועט געווינען דערביי,
אבער א פאקט איז אן אסתפקתא,
צדקה אלע מקטריגים צוהאקט ער,
ס'איז לא על אינש צו יא צו איך געווין נישט,
אז שכר נצחי וועט קיינמאל נישט finished.

זיין צייט עס ברענט ער בעט זיך גע' שוי' מיר,
איך לייג די הענט אין אלע קעשענע
איך זיך דעם גרינעם קאלאר א פארפירענעם דאלאר,
דאס יונגעלע באקומען זאל ער,
אבער כאטש איך וויל עם געבן אן איין דאלאר ביל,
נאר מיט צענער'ס מיין בערזל איז פול.

דאס קינד ביים טיר אומגעדולדיגט שטייט נאך דארט,
פון איהם די פושקע איך נעם זאפארט,
איך גיס עס אויס אויפ'ן ארט,
איך האב פלענער.
דאלארען אין מיין הענט איך נעם אריין,
איך פאנג און אפציילען ביז ניין,
ס'איז זייער פשוט מיין פלאן,
פאר איהם די צענער.
דאס קינד קוקט מיר אן פארדעכטיגט,
ווער האט דיר בארעכטיגט,
צו זיין אזוי פארשלעכטיגט,
ער הייבט די טענער.

די אלע גאנצע געלט,
האב איך צוזאמגעשטעלט,
אינוועסטירט כחות א וועלט,
ניין דו פארשלעפסט נאר איין פאר מיר דו געבסט.

איך זאג די צענער האלט עס,
אויף טויבע אויערען פאלט עס,
ער שרייט די ניין איז דאך אין מיין באזיץ,
שעפעלע איך מיין דאך דיין גוטס,
ער קען מער נישט געדולדען,
געטון א שריט א ווילדען,
צו ראטעווען זיינע ניין גילדען,
איך בין עס מוחל 'נעם עס'
דאס קינד באפרייט פון זיין קלעם איז
ופרח לו איש האמת.

נאך דארט ביים טיר אנגעלאנט
מיט'ן גרינעם פאפיר אין מיין האנט,
איך טראכט און שפיר דאס קינד אזוי מאדנע אינטערסאנט.
אזא מוח קט נישט קיין רייפען,
איך וואלט געראטען מ'דארף עס נאך שלייפען,
ביי זיך אין שאטן טוט נישט באגרייפען,
נישט קלאר ביי איהם די דרך חיים.

אפילו ס'איז אייגענס מה ?
צו דערלייגען די העדפה,
וועסט זיך איבערצייגען ס'האט זיך געלוינט די הוספה.
א גאנצע ניינע משקיע ער איז,
ס'טאקע דיינע איך פארשטיי אז שווער איז,
רוחים אזיינע עשרת,
האסטו געקלערט צו איז דאס נישט ווערט.

מחשבה'לע טיפ מיין מח אנצינדט,
דער זעלבע נאייוו בין איך ווי דאס קינד,
איך קוק זיך אזוי אום בוקר וצהרים,
קלאפ איך ביים טיר פון דעם נורא ואיום,
אוי צדקה איך שריי
טאטע מלך חי
ותן לכל איש פרנסה די.

אוודאי זאגט אבינו אב,
מיין גענאדע איז דאך בלי סוף,
איין זאך מיין קינד פארשטיי אז האב די אחריות,
שענק מיר נאר די פאר מטבעות,
אין בית המדרש קומסטו,
טעגליך ביינאכט און צופרי,
איך בעט דיר זיי עס מקדיש לי לשמי.

שטרענג זין אן מיט אלע קרעפטן,
אינדרויסען לאז אלע געשעפטן,
אין שול צו מיר טו זיך באהעפטן,
ווען ביסט שופך שיח.
האב אביסעלע כח המעצר,
געב פאר'ן בורא די פאר גראצער,
זיי דו א ריכטיגע אפשאצער,
א פלעינער מרויח.

דער סומך נופלים,
ס'קומט נאך אזויפיל איהם,
ברוח נדיבה,
שענק אים א גאנצע זמן חשובה.
כל השומר פיו ולשונו,
מתחלה ועד אחרונה,
שחרית מנחה וערבית,
די גאולה שלמה מקרב איז,
זאגט ה' אין מיין פאלק איך דערמאן מיך
ואפק ית עמך,
מגו גלותא שמח תשמח,
אט מיר דערלעבן דעם נס
משיח מיט גרויס אינטערעס ,
קומט נאך דאס יאר תשע"ט.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 1:19 pm

אויך דו געמאכט?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

טאלאנטי
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 06, 2017 12:37 am

תגובהדורך טאלאנטי » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 1:38 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:אויך דו געמאכט?

לעת עתה נישט

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 636
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » פרייטאג ינואר 25, 2019 12:12 pm

טאלאנטי איך וואלט גערן געוואוט פאר דיין ניגון, אבער וואס זאל איך טון אז איך וויל הערן פון דיר נאך?

קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

תגובהדורך קעניגליך » זונטאג ינואר 27, 2019 6:37 pm

געשטימט פאר די צדקה ניגון.
מולטי-טאלאנט הן מיטן ציזאמשטעל הן מיט די גראמן, פלאי פלאים מלא חדישום.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג ינואר 27, 2019 7:51 pm

קעניגליך האט געשריבן:געשטימט פאר די צדקה ניגון.
מולטי-טאלאנט הן מיטן ציזאמשטעל הן מיט די גראמן, פלאי פלאים מלא חדישום.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » מאנטאג ינואר 28, 2019 10:08 am

can someone pls bring the nigunim?

קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

תגובהדורך קעניגליך » דינסטאג ינואר 29, 2019 6:49 pm

.

קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

תגובהדורך קעניגליך » דינסטאג ינואר 29, 2019 6:58 pm

.

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג ינואר 29, 2019 10:52 pm

די צדקה ניגון איז הערליך!!! א מעשה מלא געפיל, גראמען אוט אף דיס ווארלד!!
געשטימט דערפאר, איין זאך אבער, די נמשל רייסט נישט אזוי די געפילן ווי די משל.
אמר החכם "זשורנאליזם מיינט פאבליצירן דאס וואס איינער וויל נישט זאל זיין פאבליצירט, אלעס אנדערש איז פאבליק רילעשאן".

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דינסטאג ינואר 29, 2019 11:08 pm

וואס מיינט דאס?
Capture10.JPG
Capture10.JPG (13.86 KiB) געזעהן 859 מאל

אויך איז מיר נישט געפאלן דאס ווארט "ווען יענער גייט צוגרונד", א איד גייט קיינמאל צוגרינד.
אמר החכם "זשורנאליזם מיינט פאבליצירן דאס וואס איינער וויל נישט זאל זיין פאבליצירט, אלעס אנדערש איז פאבליק רילעשאן".

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » מיטוואך ינואר 30, 2019 1:34 am

טלאנטי די האסט געמאכט די שמייכל ניגון?
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוהב מישרים
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 12, 2018 4:08 pm

תגובהדורך אוהב מישרים » זונטאג פאברואר 03, 2019 12:39 pm

טאלאנטי האט געשריבן:בס"ד
אויפ'ן פאטעל
איך זיץ א מידער,
אויסרוען איך וועל
מיינע גלידער,
פלוצלינג די בעל
קלינגט מיט א גערודער.

א טאג פון מאטער
אויסרוען איך מיז מיך,
פון ארבעט א זאטער
ווער דארט ברום איך,
דער בעל נישט מוותר
צום טיר קום איך,
א אינגעל שטייט
צדקה ער שרייט.

אין זיינע הענט
א ראפעל טוט ווייזען,
א געווינער איר זענט
תשמע ותאזין,
פאר בלויז אפאר סענט
געווינט צוויי ווערדפולע פרייזן.

נאמער one
איר קענט פליען,
קיין מירון
צו ר' שמעון'ס ציון,
צוויינטנ'ס מ'קאן
זיך אויסרוען,
די ביינער
אויף א ריקליינער.

א דאלאר געט
צדקה עשה,
מעגליך איר וועט
געווינען דערביי,
אבער א פאקט איז
אן אסתפקת'עס
צדקה אלע מקטריגים צוהאקט עס,
ס'איז לא על אינש
צו יא צו איך געוויניש,
אז שכר נצחי וועט קיינמאל צוניש.

זיין צייט עס ברענט
ער בעט זיך גע' שוי' נעס,
איך לייג די הענט
אין אלע קעשענעס
איך זיך דעם גרינעם קאלאר
א פארפירענעם דאלאר,
דאס יונגעלע באקומען זאלער,
אבער כאטש איך וויל עם געבן אן איין דאלאר ביל,
נאר מיט צענער'ס מיין בערזל איז פול.

דאס קינד ביים טיר אומגעדולדיגט שטייט נאך דארט,
פון איהם די פושקע איך נעם זאפארט,
איך גיס עס אויס אויפ'ן ארט,
איך האב פלענער.
דאלארען אין מיין הענט איך נעם אריין,
איך פאנג און אפציילען ביז ניין,
ס'איז זייער פשוט מיין פלאן,
פאר איהם די צענער.
דאס קינד קוקט מיר אן פארדעכטיגט,
ווער האט דיר בארעכטיגט,
צו זיין אזוי פארשלעכטיגט,
ער הייבט די טענער.

די אלע גאנצע געלט,
האב איך צוזאמגעשטעלט,
אינוועסטירט כחות א וועלט,
ניין דו פארשלעפסט
נאר איין פאר מיר דו געבסט.

איך זאג די צענער האלטעס,
אויף טויבע אויערען פאלטעס,
ער שרייט די ניין איז דאך אין מיין באזיץ,
שעפעלע איך מיין דאך דיין גוטס,
ער קען מער נישט געדולדען,
געטון א שריט א ווילדען,
צו ראטעווען זיינע ניין גילדען,
איך בין עס מוחל 'נעם עס'
דאס קינד באפרייט פון זיין קלעם איז
ופרח לו איש האמת.

נאך דארט ביים טיר
אנגעלאנט
מיט'ן גרינעם פאפיר
אין מיין האנט,
איך טראכט און שפיר
דאס קינד אזוי מאדנע אינטערסאנט.
אזא מוח קטן
נישט קיין רייפען,
איך וואלט געראטען
מ'דארף עס נאך שלייפען,
ביי זיך אין שאטן
טוט נישט באגרייפען,
נישט קלאר ביי איהם
די דרך חיים.

אפילו ס'איז אייגען
מה יפה
צו דערלייגען
די העדפה,
וועסט זיך איבערצייגען
ס'האט זיך געלוינט די הוספה.
א גאנצע ניינע
משקיע ער איז,
ס'טאקע דיינע
איך פארשטיי אז שווער איז,
רוחים אזיינע גאנצע עשרת,
האסטו געקלערט
צו איז דאס נישט ווערט.

א מחשבה'לע טיף
מיין מח אנצינדט,
דער זעלבע נאייוו
בין איך ווי דאס קינד,
איך קוק זיך אזוי אום בוקר וצהרים,
קלאפ איך ביים טיר פון דעם נורא ואיום,
אוי צדקה איך שריי
טאטע מלך חי
ותן לכל איש פרנסה די.

אוודאי זאגט אבינו אב,
מיין גענאדע איז דאך בלי סוף,
איין זאך מיין קינד פארשטיי עס
אז האב די אחריות,
שענק מיר נאר די פאר מטבעות,
אין בית המדרש קומסטו,
טעגליך ביינאכט און צופרי,
איך בעט דיר זיי עס מקדיש לי לשמי.

שטרענג זין אן מיט אלע קרעפטן,
אינדרויסען לאז אלע געשעפטן,
אין שול צו מיר טו זיך באהעפטן,
ווען ביסט שופך שיח.
האב אביסעלע כח המעצר,
געב פאר'ן בורא די פאר גראצער,
זיי דו א ריכטיגע אפשאצער,
א פלעינער מרויח.

דער סומך נופלים,
ס'קומט נאך אזויפיל איהם,
ברוח נדיבה,
שענק אים א זמן חשובה.
כל השומר פיו ולשונו,
מתחלה ועד אחרונה,
שחרית מנחה וערבית,
די גאולה שלמה מקרב איז,
זאגט ה' אין מיין פאלק איך דערמאן מיך
ואפק ית עמך,
מגו גלותא שמח תשמח,
אט מיר דערלעבן דעם נס
משיח מיט גרויס אינטערעס ,
קומט נאך דאס יאר תשע"ט.

אוועטאר
יין ישן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 1:55 pm
לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן

תגובהדורך יין ישן » דינסטאג פאברואר 05, 2019 4:23 pm

איינער קען ארויפלייגן די צדקה-ראפעל ניגון?
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט