אדמה ושמים האעי האעי

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

אדמה ושמים האעי האעי

תגובהדורך איינס » מיטוואך ינואר 16, 2019 6:06 pm

אדמה ושמים
חום האש צליל המים
אני מרגיש זאת בגופי
ברוחי בנשמתי


די שיינקייט געשמאק, געגועים פון איין זייט און לעבעדיג פון די צווייטע זייט, דאס אלעס דארף איך נישט שרייבן.
די ניגון איז זייער א גרינגע ניגון צו כאפן און שלעפט זייער שנעל מיט דעם מענטש.

אבער וואו פארט דאס, וואס איז פשט פונעם ניגון, און נאכמער פון די ווערטער?

איז אזוי די ניגון האט ארויף געברענגט הרב יוני אליצור א רב און מחזיר בתשובה אונטער די ארגעניזעישנס ערכים און הדברות

און אזוי דערציילט ער:
די ניגון איז באמת א אינדיענער ניגון במקורו, אבער איך האב דאס מגייר געווען :).
די אינדיאנער דרייען זיך ארום א פייער אין זיי שרייען איע איע איע. ווען איך האב דאס געזעהן האב איך געפרעגט וואס דאס מיינט. און ס'איז מיר איינגעפאלן אז זיי זאגן "איה". וואס איז דאס איה? אין מעשה מרכבה - די בסיס פאר תורת הקבלה - ווערט געברענגט אז די מלאכים זאגן "איה מקום כבודו" אז ס'איז דא א געוויסע זאך וואס דו קענסט נישט פארשטיין, און די פילסט אז ס'איז א העכערע זאך, און דו וועסט דאס קיינמאל נישט פארשטיין, אבער דאס אז דו וועסט דאס נישט פארשטיין פארשטייסטו יא (קענסט נישט דאס נישט פארשטיין), און אויף דעם זאגט דער אבן עזרא: איה אמצאך ואתה טמיר ונעלם, ואיה לא אמצאך וכבודך מלא עולם.

די ערשטע חלק אדמה ושמים חום האש וצליל המים קומט ארויס ברענגען אז ס'איז דא קעגנזייטיגע זאכן אין די בריאה וואס דאס ווייזט אז ס'איז דא עפעס העכערס און באהאלטן אין די בריאה.

וואס ס'וואונדערט מיר איז אז אויב מ'זינגט שוין יא א אינדיאנער ניגון לפחות זאל מען מיט זינגען דעם "איה מקום כבודו", אן דעם פארשטיי איך בכלל נישט וואס מיינט און זאגט די ניגון?

אדמה ושמים
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מיטוואך ינואר 16, 2019 8:22 pm

איינס האט געשריבן: אויף דעם זאגט דער אבן עזרא: איה אמצאך ואתה טמיר ונעלם, ואיה לא אמצאך וכבודך מלא עולם.

למעשה נאכן נאכקוקן זעה איך אז ס'איז נישט פון אבן עזרא, נאר רבי יהודה הלוי אינעם פייט (אויף שמחת תורה)
יָ-הּ, אָנָה אֶמְצָאֲךָ, מְקוֹמְךָ נַעֲלָה וְנֶעְלָם
וְאָנָה לֹא אֶמְצָאֲךָ, כְּבוֹדְךָ מָלֵא עוֹלָם
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
שווערע שטופער
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 5:28 pm

תגובהדורך שווערע שטופער » מיטוואך ינואר 16, 2019 10:12 pm

ענדליך! ענדליך! איך ברעך מיך שוין קאפ די לעצטע פאר וואכן סיי וואס זענען די ווערטער אין סיי וואסי פשט פון דעי ניגון
שכח שכח
אויב ס'גייט נישט מיט כח פראביר מיט מער כח

looking forward
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 1:36 pm

תגובהדורך looking forward » מיטוואך ינואר 16, 2019 10:16 pm

שווערע שטופער האט געשריבן:ענדליך! ענדליך! איך ברעך מיך שוין קאפ די לעצטע פאר וואכן סיי וואס זענען די ווערטער אין סיי וואסי פשט פון דעי ניגון
שכח שכח

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך ינואר 16, 2019 10:38 pm

אן עבוד''ז ניגון?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך ינואר 16, 2019 10:53 pm

יישר כח פאר דיינע שיינע באריכט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך ינואר 16, 2019 10:53 pm

תקרובת

דעת הקהל
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 7:18 pm

תגובהדורך דעת הקהל » מיטוואך ינואר 16, 2019 11:00 pm

ווי הערט מען דאס זינגען אין די וועלט?

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » מיטוואך ינואר 16, 2019 11:10 pm

יישר כוח

זעירא דמן חבריא
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

תגובהדורך זעירא דמן חבריא » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 10:23 am

לויט ווי איך האב געהערט האבן זיי עטליכע ענליכע ניגונים, מיט די זעלבע סארט ווערטער. עס האט צו טון מיט די שם הוי' ב"ה, זיי ווילן דאס ארויסזאגן מיט די נקודות. עס קומט פון די אינדיאנער און אפריקאנער שבטים וואס וואוינען אין די דזשאנגל געגנטער.

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 10:51 am

באקומען אין אישי
א גרויסן יש'כ פאר דיין באשרייבונג איבער די ניגון

אבל (דא קומט די גרויסע אבער) דיין גאנצע מעשה גייט אביסעל אנדערש ווי די אנגענימענע
די ניגון איז ארויס געקומען דורך א פרוי פאר א גיטע פאר יאר צוריק אלץ מער א שטייטע ניגון
יעצט אפאר יאר שפעטער איז געקומען א זינגער מיטן נאמען עומר אדם (א מאן) אין ער האט עס ארויס געגעבן נאכאמאל אבער אויף א שנעלערע אופן אין דאס האבן אינז היינט
אויב די קענסט ענער מיר צוריק עפעס מער פיון דיין ווערסיע

איך האב געטרייט צו קוקן די ענגלישע ווערסיע איז אפאר יאר צוריק
די קליפ פון הרב יוני איז שוין אין 2009
און ניין ער האט דאס נישט ארויס געגעבן אויף א טאנץ ניגון ווי מקען איהם הערן אין די קליפ וואב איך האב געלייגט אויבן, די אנדערע חברה האב דאס שנעלער געמאכט

די איינציגסטע זאך וואס איז מיר נישט קלאר איז די ווערטער אדמה ושמים (דרך אגב ס'איז געבויעט אויף די פיר יסודות עפר רוח אש ומים) פון ווי ער דאס גענומען, ביי די קליפ זאגט ער עפעס אבער דער וואס נעמט די קליפ האט געפילט פאר וויכטיג צו אריינהאקן.
לעצט פאראכטן דורך איינס אום דאנארשטאג ינואר 17, 2019 10:55 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 10:52 am

אלטס די שאלה פון מגייר זיין א גוישע ניגון
איך האב א קליפ פון יוני ווי ער שמועסט שיין ארום די נושא, פארשטייטס זיך אז ער נעמט קרעדיט פון קאליבער זי"ע
(איר ווילט נישט וויסן די ווערטער פון די סאל א קאקאש ניגון במקורו)

איך וועל שפעטער ארויף לייגן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג ינואר 21, 2019 9:36 am

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג ינואר 22, 2019 9:45 am

איך ווייס נישט ווער דער יוני איז

איז ער אינ'ם זעלבן סוג ווי דער קאלובער?
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1353
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג ינואר 22, 2019 12:05 pm


אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 29, 2019 10:05 am

moishy56 האט געשריבן:
yid האט געשריבן:שלמה כהן ועמי כהן "אהיים"

נייע ווערטער אויף די באקאנטע Jewish Song ''אדמה ושמים''

https://www.dropbox.com/s/pyr7mzmf6urr6 ... m.m4v?dl=0

https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D

https://drive.google.com/file/d/1M9WPSZ ... ov6X5/view


זייער הנאה געהאט פון די איידיע פון נעמען די ערד הימל און ברענט און שיין אראפגעלייגט אויף א צווייטן וועג
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 29, 2019 10:09 am

הענדימען האט געשריבן:איך ווייס נישט ווער דער יוני איז
איז ער אינ'ם זעלבן סוג ווי דער קאלובער?


א פלוני חסיד האט אמאל געזאגט פאר צווייטן איד אז ער האלט אז דער היינטיגער רבי איז די זעלבע ווי דעם פלוני רבי זי״ע.
האט איהם דער צווייטער געפרעגט: ווילסט מיר זאגן אז פלוני רבי זי״ע איז געווען די זעלבע ווי דער היינטיגן רבי׳ן.
- עה דאס שוין נישט, האט דער ערשטער געענטפערט.
(און לאו דוקא פלוני ס׳איז ביי יעדן...)

לעניננו, ניין איך זאג נישט אז קאלובער זי״ע איז געעוען אינעם זעלבן מדריגה פון יוני אליצור, ולא קרוב לו.
אבער נאכאלטס איז די געדאנק פון קלובער אקטואל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג ינואר 29, 2019 10:38 am

איינס האט געשריבן:אבער נאכאלטס איז די געדאנק פון קלובער אקטואל

מסכים אויף דעם פוינט

אין מיינע אויגן (גראדע זעען זיי נישט אזוי גוט און ברויכן ברילן) איז א גאסן ניגון אנדערש ווי אן עבודה זרה ניגון

איך קען זיין ראנג
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג ינואר 29, 2019 10:50 am

ווער זאגט סאיז עבודה זרה
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » דינסטאג ינואר 29, 2019 10:55 am

נישט יעדער קען מטהר זיין א ניגון .
ארויס צי נעמען פון די טומאה איז נישט געמאכט פאר יעדעם.
א מענטש האט א נגע קען עס נישט א תלמוד חכם מטהר זיין מדארף זיין א כהן א בחיר השם ...
אינזער רעביס אים טאטעס האבען זיך פארלאזט אויפן הייליגער קאליבער.
נישט יעדער וואס טוט אין מקרב זיין יודין קען וואס דער קאליבער האט געקענט אזוי ווי א כהן מיט א נגע.
אז מאכט נישט דעם תלמוד חכם א קלענערע צדיק אבער כי בו בחר ה'
Sorry for my misspellings

רבות מחשבות
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 3:13 pm

תגובהדורך רבות מחשבות » מיטוואך ינואר 30, 2019 5:48 pm

ווי עס איז באקאנט האט די קאליבער "אפגעקויפט" די ניגון בכסף מלא. וויאזוי אויך נאך די קאליבער האט עס אפגעקויפט האט די גויאישע מחבר עס אינגאנצן פארגעסן. איך בין נייגעריג אויב הרב אליצור האט געצאלט געלט פאר די ניגון, און אויב די אינדיאנער האבן טאקע דערנאך פארגעסן די ניגון. דוק ותשכח.

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 3:25 pm

געמיינט האב איך אז דא קומט א סענזאציע מיט א שוידער אז מ'האט אנדעקט אז מ'זינגט אויף היימישע אידישע חתנות א ניגון וואס קומט פון טמא'נע נידריגע גוים אינדיאנע געצען-דינער
דערווייל א נעכטיגען טאג, סאיז גאר א פלאס מ'האט עס גאר מעלה געווען ווי די קאלוב'ער בשעתו

די אידען וואס האבען נישט מורא צו מטמא זיין די יוגענט מיט שירי עגבים און זמר יווני איז גענוג ביטער פאר זיך
אבער מ'לייגט עס נאך אן אויף דעם צדיק וקדוש?!
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 3:58 pm

אורח הכבוד האט געשריבן:געמיינט האב איך אז דא קומט א סענזאציע מיט א שוידער אז מ'האט אנדעקט אז מ'זינגט אויף היימישע אידישע חתנות א ניגון וואס קומט פון טמא'נע נידריגע גוים אינדיאנע געצען-דינער
דערווייל א נעכטיגען טאג, סאיז גאר א פלאס מ'האט עס גאר מעלה געווען ווי די קאלוב'ער בשעתו

די אידען וואס האבען נישט מורא צו מטמא זיין די יוגענט מיט שירי עגבים און זמר יווני איז גענוג ביטער פאר זיך
אבער מ'לייגט עס נאך אן אויף דעם צדיק וקדוש?!

מעגסט זאגן וואס דו ווילסט
אבער אין כלל פון שירי עגבים גייט דאס נישט אריין
און יתכן אז אפילו אין זמר יוני האט דאס נישט קיין פלאץ (עי׳ רש״י חגיגה טו: זמר יווני לא פסק מביתו - והיה לו להניח בשביל חורבן הבית דכתיב בשיר לא ישתו יין (ישעיהו כד)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 4:08 pm

אורח הכבוד האט געשריבן:געמיינט האב איך אז דא קומט א סענזאציע מיט א שוידער אז מ'האט אנדעקט אז מ'זינגט אויף היימישע אידישע חתנות א ניגון וואס קומט פון טמא'נע נידריגע גוים אינדיאנע געצען-דינער
דערווייל א נעכטיגען טאג, סאיז גאר א פלאס מ'האט עס גאר מעלה געווען ווי די קאלוב'ער בשעתו

די אידען וואס האבען נישט מורא צו מטמא זיין די יוגענט מיט שירי עגבים און זמר יווני איז גענוג ביטער פאר זיך
אבער מ'לייגט עס נאך אן אויף דעם צדיק וקדוש?!


אהה! כמים קרים על נפש עייפה!
אבי איינער רעדט שוין ווי א ערליכער איד דארף צו רעדן.
כל הכבוד לאורח הכבוד!

מדארף טון
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 12:14 pm

עגרי

תגובהדורך מדארף טון » דינסטאג פאברואר 26, 2019 8:59 am

הענדימען האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:אבער נאכאלטס איז די געדאנק פון קלובער אקטואל

מסכים אויף דעם פוינט

אין מיינע אויגן (גראדע זעען זיי נישט אזוי גוט און ברויכן ברילן) איז א גאסן ניגון אנדערש ווי אן עבודה זרה ניגון

איך קען זיין ראנג


100% גערעכט.
סאיז געווארן נארמאל ליידער אז יעדע ליידיגייער נעמט א ניגון פון די ראדיא און לייגט ארויף אפאר אמאראצישע ווערטער און סיז כשר??
מהאט פארגעסן וואס מיינט אנ אמתר יידישע ניגון


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט