מיטן גאנצן הארץ - דוד פנחס ראטה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
טישטוך
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בכלל נישט דאהי...

מיטן גאנצן הארץ - דוד פנחס ראטה

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 5:46 pm

עס קומט זיך קרעדיט פאר ר' דוד פנחס ראטה נ"י פארן ארויסגעבן אזא שיינע און סאלידע אלבום, עס האט מיר זייער דערמאנט פון די אלטע לחיים טאטע און לחיים ברודער פון ירמיה דמן, עס איז זייער שיינע מוזיק און לאו דוקא נייע ניגונים, באמת א היימישע איידעלע סידי.
איך האב אויסגעמעקט מיין אונטערשריפט, האסט אן איידיע פאר מיר? קום אין אישי...

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 5:56 pm

איך קאן אים נישט, אבער קרעדיט קומט זיך אים זיכער, קומענדיגע מאל וואלט איך אים געראטן צו גיין צו א גוטע מיקסער, איינער וואס קען זיך גוט ארומשפילן, און שוין.

יאך וואונטש אים הצלחה בכל דרכיו.
הוי 'מחשב'...

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 8:10 pm

די סידי איז שוין ארויס באלד א חודש און איך האב נאך גארנישט געהערט דערוועגען, ווער איז דעס? וואס איז ער? א חתונה זינגער? א חזן? וואס גייט דא פאר?????
איך בין נישט קיין שרייבער, ניין ניין!!!

אוועטאר
טישטוך
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בכלל נישט דאהי...

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 8:24 pm

סתם א פשוט'ער זינגער מיט א שיינע שטימע אבער אן די גאנצע טאראראם, זעט נישט אויס ווי ער וויל ווערן א סעלעברעטי כנהוג אצלינו... ער זינגט זייער ענליך צו ירמי' דמן.
איך האב אויסגעמעקט מיין אונטערשריפט, האסט אן איידיע פאר מיר? קום אין אישי...

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 9:01 pm

נעמט נישט אן קיין דזשאבס?
איך בין נישט קיין שרייבער, ניין ניין!!!

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 11:05 pm

דוד פנחס איז א חשובע בעלזער אינגערמאן, ער האט אסאך געלט משקיע געוועהן אין די סידי, די מוזיק איז געמאכט געווארן דורך צבי בלומענפעלד און כ'מיין אז איין ניגון האט אברמי בערקא געמאכט.

די ניגונים קומען פון שלמה קאליש, מאטי אילאוויטש און ער אליינס.

זיין עלטערע ברודער יודל ראטה זינגט אויך אביסל אויפן סידי, אפיציעל זינגט ער זייער ענדלעך צו ירמי' דמן.

ס'איז א הערליכע שיינע סידי!
צוגעלייגטע
IMG_20181010_225227_064.jpg
IMG_20181010_225227_064.jpg (109.84 KiB) געזעהן 522 מאל
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
פריטלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:00 pm

תגובהדורך פריטלעך » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 12:16 pm

פון אים איז געווען קליפס ווי ער זינגט אלס בחור ממש ווי ר' ירמי' דמן?

הודו לו
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 28, 2013 3:23 pm

חזן ובעל מנגן ר' דוד פנחס ראטה!

תגובהדורך הודו לו » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 1:05 pm

ביודעי ומכירי קאמינא.
איך קען חזן ראטה נישט פון היינט, איך האב מיר שוין דערקוויקט מיט זיין הערליכע כח הנגינה מיט א שיינע פאר יאר צוריק. ער האט א אייגענארטיגקייט וואס מען טרעפט זעלטן ביי חזנים ובעלי מנגנים, אז ער האט א פעלזן-פעסטער שטימע וואס שיסט אויף ווי א נוקלער בשעת זיין זינגען, אבער נעמט נישט אוועק פון האלטן די טאון אין ראם.
איך בין נישט קיין קאזין אדער חבר מיט ר' דוד פנחס, ער ווייסט נישט אז איך שרייב דא און קיינער האט מיר נישט געשיקט. איך בין אבער זיינס א פייערדיגע חסיד, פון זיין מייסטערהאפטיגער טאלאנט אלס לאנגיעריגער בעל קורא און פארגאבטער בעל תפילה.
איך האב געהערט ר' דוד פנחס'ן פארלאפענעם חודש תשרי עטליכע מאל דאווענען פאר דעם עמוד, זיין לדוד מזמור איז 'אנביטעבעל' און ביי הלל האט ער געזינגען עטליכע נייע ניגונים פון זיין טעיפ, ביי קדיש האט ער אויך געזינגען א נייע ניגון פון זיין טעיפ, וואס האט מיטגעשלעפט די גאנצע שוהל – אגב, איינס פון די עלטסטע שוהלן אין בארא פארק.
ווען איך הער אויפן נייעם טעיפ ר' דוד פנחס ראטה שרייען "אידן, שטייטס אויף צו סליחות, שטייטס אויף צו עבודת הבורא", דערמאן איך מיר ווי אזוי ער האט געזינגען ביי מיין טאכטערס חתונה א צייט צוריק, וואס די ווענט פון די זאל האבן מיטגעלעבט.
יא ענליך צו ר' ירמי' דמן צי נישט, איין זאך ביסטו זיכער – ר' דוד פנחס ראטה, ארגינעל, און דאס קען קיינער נישט נאכמאכן!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 28 געסט