נפתלי משה שניצלער פרעזענטירט: יונגערליך.

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 12:34 am

אך ווי שיין אך ווי שיין אך ווי שיין ווען משיח וועט קומען צו גיין....
יישר כח ר׳ משולם פארן דעליווערן נאך א היט!

אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

תגובהדורך איד'ל מיטן פידל » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 9:59 am

אלמוני האט געשריבן:אך ווי שיין אך ווי שיין אך ווי שיין ווען משיח וועט קומען צו גיין....
יישר כח ר׳ משולם פארן דעליווערן נאך א היט!

אה שקויעך פארן אידענטיפיצירן די ווערטער.. איך הער דעם ניגון איבער און איבער אבער נישט געקענט פיגערן וואס די ווארט איז..

א גולם
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 11:47 am

איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:
אלמוני האט געשריבן:אך ווי שיין אך ווי שיין אך ווי שיין ווען משיח וועט קומען צו גיין....
יישר כח ר׳ משולם פארן דעליווערן נאך א היט!

אה שקויעך פארן אידענטיפיצירן די ווערטער.. איך הער דעם ניגון איבער און איבער אבער נישט געקענט פיגערן וואס די ווארט איז..


mlich.png
mlich.png (541.04 KiB) געזעהן 2345 מאל

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 12:58 pm

איך לייען דא די לעצטע פיר בלעטער די מחאות קעגן אידיש נחת, ממש א בושה, פאסט נישט פאר עדאלטס.

די סידי האט מעלות, און אידיש נחת האט מעלות, איינער גלייכט לאקשן, איינער גלייכט שלישקס.

די נאמען פון די סידי איז - לדעתי - א מיינוס, און א נאמען מאכט אויס ווי אזוי עס זאל זיך הערן.

געקויפט די סידי און איינמאל געהערט, מיינע פשוט'ע אויערן כאפן נישט אויף אז די מיקס איז שלעכט, די ניגונים איז זייער שיין, א שיינע סידי, איך וואנטש אסאך הצלחה ווייטער.

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 1:10 pm

זייער א שיינע געלונגענע היימישע סידי די נייע יונגערלעך, שוין לאנג נישט געווען אזא היימישע סידי מיט די נייע שיינקייט און אלטע געשמאק, אן קיין ווילדע מיוזיק און אן קיין צעלאזטקייט, א אמת'דיגע היט!

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 1:14 pm

הערליכע סידי, זוי ווי כביניש קיין בעקער קען איך מיר נישט אויס מיט מיקסערס, פאר מיינע פלעינע אויערן איזעס הערליך.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1383
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 1:16 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:איך לייען דא די לעצטע פיר בלעטער די מחאות קעגן אידיש נחת, ממש א בושה, פאסט נישט פאר עדאלטס.

די סידי האט מעלות, און אידיש נחת האט מעלות, איינער גלייכט לאקשן, איינער גלייכט שלישקס.

די נאמען פון די סידי איז - לדעתי - א מיינוס, און א נאמען מאכט אויס ווי אזוי עס זאל זיך הערן.

געקויפט די סידי און איינמאל געהערט, מיינע פשוט'ע אויערן כאפן נישט אויף אז די מיקס איז שלעכט, די ניגונים איז זייער שיין, א שיינע סידי, איך וואנטש אסאך הצלחה ווייטער.


יעדער האט די רעכט צו קריטיקירן א פראדוקט וואס לדעתו ברענגט עס נישט קיין גוטס פאר די יוגענט

אידיש נחת אנפירער איז נישט קיין מנהיג בישראל און האט נישט קיין שום ראבאנישע אטעריטעיט. און מענשטן האבן אלע רעכטן זיך צו לאזן הערן אנקעגן די וועג וויאזוי ער פירט די ליניע פון קינדער קווייערס
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 1:28 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:איך לייען דא די לעצטע פיר בלעטער די מחאות קעגן אידיש נחת, ממש א בושה, פאסט נישט פאר עדאלטס.

די סידי האט מעלות, און אידיש נחת האט מעלות, איינער גלייכט לאקשן, איינער גלייכט שלישקס.

די נאמען פון די סידי איז - לדעתי - א מיינוס, און א נאמען מאכט אויס ווי אזוי עס זאל זיך הערן.

געקויפט די סידי און איינמאל געהערט, מיינע פשוט'ע אויערן כאפן נישט אויף אז די מיקס איז שלעכט, די ניגונים איז זייער שיין, א שיינע סידי, איך וואנטש אסאך הצלחה ווייטער.


יעדער האט די רעכט צו קריטיקירן א פראדוקט וואס לדעתו ברענגט עס נישט קיין גוטס פאר די יוגענט

אידיש נחת אנפירער איז נישט קיין מנהיג בישראל און האט נישט קיין שום ראבאנישע אטעריטעיט. און מענשטן האבן אלע רעכטן זיך צו לאזן הערן אנקעגן די וועג וויאזוי ער פירט די ליניע פון קינדער קווייערס


ראנג, מען טאר נישט קריטעקירן קיין מענטש נאר לויט געוויסע גיידליינס, פאר מער אינפאו זע ספר חפץ חיים, און די קריטיק דא שטימט נישט מיט קיין איינע פון די גיידליינס.

עס איז דא קריטיק אויף אידיש נחת, און עס איז דא קריטיק אויף יונגערליך, ביידע טיעמס האבן מענטשן וואס זענענן פרומער פון זיי, און אויף ביידע זענענן דא מענטשן וואס זאגען אז עס איז נישט גוט פאר די יוגענט, נאר פערצופאל איז דיין ליניע אין אידישקייט די ליניע פון יונגערליך און דערפאר "פארשטייסטו" אז דאס איז גוט און יענטס איז שלעכט, אבער אנדערעע זענען נאך פרומער פון דיר און זעען דאס אויך שלעכט.

לסיכום, השם יתברך וויל נישט אז גאנץ ישראל זאל רעדן בשפה אחת, ע' פנים לתורה, פאר א סיבה האט יעדער א אנדערע סארט נאז, און מאך ענדערש גדרים אינדערהיים ווי קריטעקירן אין פובליק אנדערע.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 2:12 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:ראנג, מען טאר נישט קריטעקירן קיין מענטש נאר לויט געוויסע גיידליינס, פאר מער אינפאו זע ספר חפץ חיים, און די קריטיק דא שטימט נישט מיט קיין איינע פון די גיידליינס.

עס איז דא קריטיק אויף אידיש נחת, און עס איז דא קריטיק אויף יונגערליך, ביידע טיעמס האבן מענטשן וואס זענענן פרומער פון זיי, און אויף ביידע זענענן דא מענטשן וואס זאגען אז עס איז נישט גוט פאר די יוגענט, נאר פערצופאל איז דיין ליניע אין אידישקייט די ליניע פון יונגערליך און דערפאר "פארשטייסטו" אז דאס איז גוט און יענטס איז שלעכט, אבער אנדערעע זענען נאך פרומער פון דיר און זעען דאס אויך שלעכט.

לסיכום, השם יתברך וויל נישט אז גאנץ ישראל זאל רעדן בשפה אחת, ע' פנים לתורה, פאר א סיבה האט יעדער א אנדערע סארט נאז, און מאך ענדערש גדרים אינדערהיים ווי קריטעקירן אין פובליק אנדערע.


ווייס איך נישט אויב 'קריטיק' אויף א אלעמען באקאנטע זאך, גייט אריין אין גדר פון לשון הרע, עס איז סתם ווי אויסדריקן מיין מיינונג, צו איך האב עס ליב אדער נישט.

עניוועי, דער עולם דא איז מקפיד נישט צו פארדרייען א אשכול.
הוי מחשב...

גוטע סחורה
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 22, 2015 4:29 pm

תגובהדורך גוטע סחורה » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 6:01 pm

אלני ממרא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:שיינע חסידישע סידי שוין איבערגעהערט א שיינע עטליכע מאל
איך וואלט נישט קאמפערט די סידי נישט צו אידיש נחת(וויטש איז א פלאס ביי מי...)
אבער אויך נישט צו משה גאלדמאנ סידי'ס


ווי איך האב שוין פריער געשריבן, האלטעך אז מקען עס קאמפערן צו 'קול מבשר' פין פרחי יפה.


איז עס אויף דעם גאנג פונעם סידי פון פרחי יפה אדער אזויווי דער סינגל וואס יפה האט ארויס געגעבן דעם חודש תשרי?
אז ס'איז גוט, איז עס גוט!

מוזיק באנד
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 28, 2016 11:50 pm

תגובהדורך מוזיק באנד » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 6:35 pm

שכח נפתלי משה, שכח הרב ראזען און אלע מיטארבערטער פונעם מייסטערהאפטיגן סידי "יונגערליך".

כ'ווייס באמת נישט ווי אנצוהייבן, ס'איז דא אזויפיל צו רעדן און שרייבן אבער דאס איז זיכער אז און תשע"ט זאל אזא סידי קענען ארויסקומען קומט זיך קרעדיט און נאכאמאל קרעדיט, עס קען עני טיים ליגן אויפן שעלף צוזאמען מיט ר' משה גאלדמאן'ס סידי'ס מצד די היימישקייט אז ס'זאל קענען אריינפיטן און יעדע אידישע שטוב צוגלייך,
נאכן ליינען עטליכע בלעטער דא בין איך געווען זיכער אז נאכן הערן די ערשטע האלבע ניגון וועל איך עס מיזן פארלעשן ווייל די מיקס גייט מיר אזוינס נערווירן אזוי ווי איינע פון די לעצטיגע סידי'ס וואס זענען דא דערמאנט געווארן, אבער כ'בין באמת סורפרייזט אז די מיקס איז געלונגען א גיטס, ס'הערט זיך באמת געשמאק אויפן אויער,
די ניגונים זענען איינס ביי איינס שיינע סחורה, איינס שענער פונעם צווייטן, עניוועי מ'קען אסאך שרייבן אבער כ'מיז לויפן פאר מנחה. הצלחה רבה

א גאנץ יאר פרייליך
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 11:33 pm

איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:
אלמוני האט געשריבן:אך ווי שיין אך ווי שיין אך ווי שיין ווען משיח וועט קומען צו גיין....
יישר כח ר׳ משולם פארן דעליווערן נאך א היט!

אה שקויעך פארן אידענטיפיצירן די ווערטער.. איך הער דעם ניגון איבער און איבער אבער נישט געקענט פיגערן וואס די ווארט איז

i am afraid u didn't PAY for the cd
ווייל איך בין נישט קיין וואטסעפפ איד

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 11:50 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:אידיש נחת אנפירער איז נישט קיין מנהיג בישראל און האט נישט קיין שום ראבאנישע אטעריטעיט.

יונגערליך אנפירער אויך נישט. לגבי וואס איז דאס משנה? מען מעג יעצט מער רעדן אויף זיי?
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

תגובהדורך איד'ל מיטן פידל » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 7:31 am

א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן:
איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:
אלמוני האט געשריבן:אך ווי שיין אך ווי שיין אך ווי שיין ווען משיח וועט קומען צו גיין....
יישר כח ר׳ משולם פארן דעליווערן נאך א היט!

אה שקויעך פארן אידענטיפיצירן די ווערטער.. איך הער דעם ניגון איבער און איבער אבער נישט געקענט פיגערן וואס די ווארט איז

i am afraid u didn't PAY for the cd

I did pay. Bought it on mostly music and the PDF is somewhere on my laptop.. so obviously it was not that important to look it up

אוועטאר
moishy56
שר שבעת אלפים
תגובות: 7082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 8:09 am


הערליך!

You can buy a download for $10.99

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1383
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 8:30 am

גרויסע רעדנער האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:אידיש נחת אנפירער איז נישט קיין מנהיג בישראל און האט נישט קיין שום ראבאנישע אטעריטעיט.

יונגערליך אנפירער אויך נישט. לגבי וואס איז דאס משנה? מען מעג יעצט מער רעדן אויף זיי?


קודם כל, אין הכי נמי
טאקע ווייל ביידע ווערן ארויסגעגעבן דורך עמך אידן מעג א יעדער זאגן זיין דעה אויף ביידע פון זיי

שנית, אינגערליך האט מיט זיך א לאנג יעריגער מחנך וואס פארשטייט צו חינוך וממיילא האט אטעמאטיש די גאנצע סידי אן איידעלע צורה

שלישית, איך האלט נישט אז אידיש נחת איז שלעכט, איך האלט סך הכול אז דאס איז מער איידעל.

אדרבה זיי מיר מסביר וואסע פשט א ניגון- אל נא, - נא , נא ,נא - אל נא רפה נא לה בהראות לה וגו
עניוועיס
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
נישט קיין רעדנער
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 9:25 pm

תגובהדורך נישט קיין רעדנער » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 10:27 am

יעצט אויסגעהערט די סידי עס איז:
היימיש!
ערליך!
חסידיש!
שיין!
געשמאק!
רייך!
הערבאר!
יעדע חסידישע איד וואלט דאס געדארפט קויפן פשוט צו געבן חיזוק פאר דעם אז אין תשע"ט האט מען געקענט ארויסגעבן אזא הערליכע חסידישע זאך וואס מען דארף נישט טראכטן צוויי מאל פארן עס אריינעמען אין שטוב און עס געבן צו הערן פאר די קינדער
און פאר די ארויסגעבער פון דעם סידי זאל דער אייבערשטער העלפן אז זיי זאלן האבן די זכי' צו קענען ארויסגעבען נאך און נאך אזעלעכע ערליכע אויסגעהאלטענע אלבוימס פאר לאנגע יארן!
לא איש דברים אנכי, ווער בין איך צו רעדן? אבער אפילו ווען איך האב געזאגט פארן מחותן אז איך גיי רעדן, האט ער אויך געפרעגט ווער ביסטו צו רעדן?! (מדברי הרב לאנגסאם אין תפיסה)

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 10:31 am

יעצט גיהערט און ס'איז מורא'דיג, יעדע ניגון עקסטער און אלע צוזאמען, מיט א אידיש'ן טעם און חסיד'ישן חן, שכויח פאר יעדן וואס האט א חלק אין דעם.

HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 10:36 am

ווי קען מען עס קויפן דאונלאודען אנליין?

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 10:49 am

מוזיק באנד האט געשריבן:שכח נפתלי משה, שכח הרב ראזען און אלע מיטארבערטער פונעם מייסטערהאפטיגן סידי "יונגערליך".

כ'ווייס באמת נישט ווי אנצוהייבן, ס'איז דא אזויפיל צו רעדן און שרייבן אבער דאס איז זיכער אז און תשע"ט זאל אזא סידי קענען ארויסקומען קומט זיך קרעדיט און נאכאמאל קרעדיט, עס קען עני טיים ליגן אויפן שעלף צוזאמען מיט ר' משה גאלדמאן'ס סידי'ס מצד די היימישקייט אז ס'זאל קענען אריינפיטן און יעדע אידישע שטוב צוגלייך,
נאכן ליינען עטליכע בלעטער דא בין איך געווען זיכער אז נאכן הערן די ערשטע האלבע ניגון וועל איך עס מיזן פארלעשן ווייל די מיקס גייט מיר אזוינס נערווירן אזוי ווי איינע פון די לעצטיגע סידי'ס וואס זענען דא דערמאנט געווארן, אבער כ'בין באמת סורפרייזט אז די מיקס איז געלונגען א גיטס, ס'הערט זיך באמת געשמאק אויפן אויער,
די ניגונים זענען איינס ביי איינס שיינע סחורה, איינס שענער פונעם צווייטן, עניוועי מ'קען אסאך שרייבן אבער כ'מיז לויפן פאר מנחה. הצלחה רבה

Cant agree more.
ממש יעדע ווארט האב איך געוואלט שרייבן אויף דעם הערליכן אלבום! כה לחי! נפתלי משה!

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2065
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 11:00 am

HelpMe האט געשריבן:ווי קען מען עס קויפן דאונלאודען אנליין?

https://mostlymusic.com/collections/fea ... yingerlach
https://www.nigunmusic.com/yingerlich.html
.The man who does more than he is paid for will soon be paid for more than he does

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6122
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 11:01 am

דער ניגון מלוך האט פיין געבאמבעט נעכטן ביים חתונה
דביה תחדי נפשא

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6515
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 11:27 am

וואס עפעס? האט געשריבן:
גרויסע רעדנער האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:אידיש נחת אנפירער איז נישט קיין מנהיג בישראל און האט נישט קיין שום ראבאנישע אטעריטעיט.

יונגערליך אנפירער אויך נישט. לגבי וואס איז דאס משנה? מען מעג יעצט מער רעדן אויף זיי?


קודם כל, אין הכי נמי
טאקע ווייל ביידע ווערן ארויסגעגעבן דורך עמך אידן מעג א יעדער זאגן זיין דעה אויף ביידע פון זיי

שנית, אינגערליך האט מיט זיך א לאנג יעריגער מחנך וואס פארשטייט צו חינוך וממיילא האט אטעמאטיש די גאנצע סידי אן איידעלע צורה

שלישית, איך האלט נישט אז אידיש נחת איז שלעכט, איך האלט סך הכול אז דאס איז מער איידעל.

אדרבה זיי מיר מסביר וואסע פשט א ניגון- אל נא, - נא , נא ,נא - אל נא רפה נא לה בהראות לה וגו
עניוועיס

איך האב נאך נישט געהערט דעם טעיפ, אבער מיט אידיש נחת ביסטו הייליג גערעכט
אידיש נחת, סיי די וועג ווי אזוי די קינדער פערפארמען ווען זיי זענען אויף סטעיזש, און סיי די וועגן פון זינגען איז נאכגעמאכט מיאמי בויס קווייערס, נאר דא האט מען עס באקליידעט מיט א היימישן חסיד'ישן נאמען 'אידיש נחת', און א היימישער חסיד'ישער יונגערמאן פירט עס אן, אבער חוץ די צוויי זאכן איז עס גארנישט אנדערש פון זיי, און ס'איז א ווייטאג אז דאס דארף היינט הייסן חסיד'יש.
איך האב געקויפט איינע פון די טעיפס פון אידיש נחת ווייל כ'האב געהערט איין ניגון וואס האט מיר געכאפט, אבער נאכדעם האב איך שטארק חרטה געהאט, ס'איז געווען צלתה מרובה מחמתה
אין א זייטיגע נאטיץ, נישט אומזיסט לאזן געוויסע מוסדות נישט קינדער וואס לערנען ביי זיי, אז מען זאל זינגען ביי 'אידיש נחת', ס'האט א סיבה.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 12:31 pm

חמרא טבא האט געשריבן:דער ניגון מלוך האט פיין געבאמבעט נעכטן ביים חתונה

דער טעיפ איז זייער שיין חסידיש, [כ'האב עס געקויפט און באצאלט דערפאר]
איז אזוי
דער ניגון מלוך, וואלט איך זיך נישט פארגעשטעלט עס צו זינגען ראש השנה, סי'ז נישט........
וואלט געפאסט אנדערע ווערטער דערויף

דער דאווענען ניגון איז זייער שיין און הארציג, מ'וואלט עס געמעגט זינגען אין ביהמ"ד פארן דאווענען....

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » דינסטאג אוקטובער 30, 2018 12:54 pm

נישט פשוט האט געשריבן:
HelpMe האט געשריבן:ווי קען מען עס קויפן דאונלאודען אנליין?

https://mostlymusic.com/collections/fea ... yingerlach
https://www.nigunmusic.com/yingerlich.html


ביי אמעזאן מוזיק קען מען דאס אויך דאונלאדען?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט