איז אויסגעהאלטן צו לאזן אינגלעך ווערן באצאלטע לייוו זינגערס?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

פארוואס ווייל איך האלט אנדערש ווי אייך?
ביטע ווייז אן ווי אין מיינע ווערטער דו האסט דאס ארויס גענומען
יעדע ביזנעס דארף זיין אויף א תורה'דיגע מהלך
ווי קומט אריין משכיל דא
לעצט פארראכטן דורך גראף פאטאצקי אום פרייטאג יוני 15, 2018 10:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

וואס יוסי גרין שרייבט אין זיין נייע סידי. א מעגליכע סתירה מיט די גאנצע שמועס דא.
אלץ יונג בחור'ל אין ישיבה אין לונדון האב איך געהאט
די זכי' זיך צו באקענען מיט ר' יִגְאַל צַלִיק שליט"א. ער
איז געווען אין יענע צייטן באקאנט אלץ דער גרעסטער אנפיהרער פון יודישע נגינה אין די וועלט און אויך א בארימטער מחנך. דאס פלעגט גיין צוזאמען. די קינדער וואס האבן געהאט דאס מזל צו ארבעטן מיט איהם זענען ארויסגעקומען סיי גוטע יודען און בעלי דרך ארץ. - 'צו גאט און צו לייט'. ער האט געארבעט אויף אמאהל מיט קווייערס פון יודישע קינדער אין לונדון, אין ניו יארק און אין ירושלים.
ס'איז געווען גרויס חסדי השם אז יענע צייט האט איהם פונקט געפעלט ניגונים און דער רבש"ע האט איהם צוגעשיקט וואס ס'האט איהם געפעלט דורך מיר, א יונגער בחור וועם ער האט מקרב געווען מיט זיין
גוטסקייט. איך וועל איהם אייביג מכיר טוב זיין פאר די מוזיקלישע געלעגנהייטן און אויך פאר'ן חינוך .
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

הרב גארנישט נישט אזוי שארף בסך הכל מיינט ער צו זאגען אז די פראבלעם איז אז די מחותנים ווילן דאס וייל אויב נישט קען יעדע מחותן צוגיין שטילערהייט און בעטן צו זינגען נאר חסידישע היימישע ניגונים און אוב דו קומסט צו אחתונה ווי מען זינגט מזרח מעריב זאלסטו ויסען אז די מחותן האט נישט געבעטן עפעס אנדרעש
אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4041
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

דער מהלך המחשבה פון "סאיז א נייע א וועלט היינט-מקען נישט לעבן אין די פעסט-לעטס פעיס איט" איז פונקטליך וואס משכילות מיינט.
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

גארנישט מיט נישט האט געשריבן:דער מהלך המחשבה פון "סאיז א נייע א וועלט היינט-מקען נישט לעבן אין די פעסט-לעטס פעיס איט" איז פונקטליך וואס משכילות מיינט.

דו דרייווסט א קאר? דו האסט א טעלעפאון? דו האסט א שיינע גראדע הוט אין רעקעל?
פארוואס מדארף לעבן ווי אמאל
די מהלך אז מקען לעבן ווי אין די פעסט איז פינקט ווי אין אמיש טאון
אלע צדיקים פון אמאל אין היינט האבן שוין געזאגט די וועלט טשענדז זיך אין מדארף דיעלן לפי הזמן די לעצטע צעהן יאר האט זיך די וועלט געטוישט אויף הינדערט פיפציג מייל א שעה אין מדארף דיעלן מיט דעים
דא קומט נישט אריין משכיל
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

לאמיר מאכן א סומערי פון די ביז יעצטיגע אשכול.
1. צו מע זאל לאזן קינדער זינגען לייוו,
2. א בראך אויף די היינטיגע זינגער'ס,
3. די טויש פון היינטיגע ניגונים,
4. טאלענט ביי קינדער,
5. צו קינדער זענען בכלל פאסיג צו גיין אין סטעידזש?
איך מיין אז פאר יעדע טאפיק בלאנגט א עקסטערע אשכול
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:לאמיר מאכן א סומערי פון די ביז יעצטיגע אשכול.
1. צו מע זאל לאזן קינדער זינגען לייוו,
2. א בראך אויף די היינטיגע זינגער'ס,
3. די טויש פון היינטיגע ניגונים,
4. טאלענט ביי קינדער,
5. צו קינדער זענען בכלל פאסיג צו גיין אין סטעידזש?
איך מיין אז פאר יעדע טאפיק בלאנגט א עקסטערע אשכול

צו מיר קוקט אויס אז 1 3 4 5 איז געבינדן איינס מיטן צווייטן
אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4041
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

גראף פאטאצקי האט געשריבן:
גארנישט מיט נישט האט געשריבן:דער מהלך המחשבה פון "סאיז א נייע א וועלט היינט-מקען נישט לעבן אין די פעסט-לעטס פעיס איט" איז פונקטליך וואס משכילות מיינט.

דו דרייווסט א קאר? דו האסט א טעלעפאון? דו האסט א שיינע גראדע הוט אין רעקעל?
פארוואס מדארף לעבן ווי אמאל
די מהלך אז מקען לעבן ווי אין די פעסט איז פינקט ווי אין אמיש טאון
אלע צדיקים פון אמאל אין היינט האבן שוין געזאגט די וועלט טשענדז זיך אין מדארף דיעלן לפי הזמן די לעצטע צעהן יאר האט זיך די וועלט געטוישט אויף הינדערט פיפציג מייל א שעה אין מדארף דיעלן מיט דעים
דא קומט נישט אריין משכיל

כהאב נישט געקענט חלומען פון א בעסערע ענטפער...you proved my point..
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

גארנישט מיט נישט האט געשריבן:

צו קלאר מאכן פארשטייט זיך אליין אויס געהאלטן על פי תורה
שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעבאשנוט »

רבותי, וואס איז דאס די הייסע טענער? דער פותח אשכולינו האט אהערגעשטעלט א פראגע, צו איז עס אויסגעהאלטן צו לאזן אינגע קינדער ווערן באצאלטע לייוו זינגערס? און דאס איז א ברייטע נושא לכאן ולכאן, אני הקטן בין געוועהן א שטיקל ילד הפלא דרייסיג יאר צוריק, און מיין טאטע האט געפרעגט עטליכע גדולי הדור דערוועגן, און סאיז געוועהן גאר אסאך שיטות דערוועגן, פארוואס קען מען נישט אויסשמועסן אן ענין מיט די מינימום רעספעקט פאר א צווייטע מיינונג, פארוואס איז איינער וואס האלט אנדערש פון דיר אויף איין נושא א משכיל?

Grow up
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

ביזט ראנג פאטאצקי צו זאגן אז די מחותנים זענען שולדיג. קיין מחותן קערט נישט צו מ'זאל יא זינגן דאס אדער יענעם ניגון. שולדיג זענען די חתנ'ס חברים און דער חתן וואס וויל נישט זיין אנדערש ווי וואס די מצב איז אין ישיבה, און די מחותנים זוכן נישט צו פייטן מיט די קינדער.. און דער זינגער וואס מוז געפאלן די קנאקעדיגע פאפולערע אזוי גערופענע '' מוזיק פארשטייער בחורים.
אויב בלעמען איינעם איז עס די מנהל פון ישיבה
אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי וויי טאטע »

Naftule האט געשריבן:ביזט ראנג פאטאצקי צו זאגן אז די מחותנים זענען שולדיג. קיין מחותן קערט נישט צו מ'זאל יא זינגן דאס אדער יענעם ניגון. שולדיג זענען די חתנ'ס חברים און דער חתן וואס וויל נישט זיין אנדערש ווי וואס די מצב איז אין ישיבה, און די מחותנים זוכן נישט צו פייטן מיט די קינדער.. און דער זינגער וואס מוז געפאלן די קנאקעדיגע פאפולערע אזוי גערופענע '' מוזיק פארשטייער בחורים.
אויב בלעמען איינעם איז עס די מנהל פון ישיבה

שולדיג איז די 'אטמאספער' די 'סאסייעטי' און דער מצב הרוח אויפן גאס, אויב 'דאס איז די סטייל' וויל קיינער נישט זיין אנדערש, נישט דער חתן און נישט די מחותנים, בדרך כלל,
די שאלה איז נאר ווער מאכט די ווינט, פארשטייט זיך אז עס געשעט פון אסאך זאכן צוזאמען, אבער בעיקר לפענ"ד זענען די זינגער'ס וואס האבען געעפענט די קעפ צו דעם מהלך
זיכער די וואס האבן געברענגט די גאנצע זאך, ובידם עס צו צוריק טוישן,
רוב המון עם פארשטייט דאך נישט עכט צו מוזיק, נאר וויאזוי די מבינים -ד"ה די זינגערס- טוען איז דאך מסתמא טאקע דאס גוט,

נ.ב. ריכטיגע נגינה מיינט נישט זיין צוריק געשטאנען עס קען זיין פונקט אזוי רייך און קלאסיש,
ס'איז נאר א אנדערע סטייל, ממילא קומט נישט אריין די גאנצע זאך פון לעבן אין ריאליטי.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

ווען פאטאצקי האט געשריבן "פראוואקאטיוו", ווי 'דו האסט עס אנגעפאנגען', און בכלל דעם גאנצן תגובה, האבעך געטראכט אז ער וויל פשוט טאן א טובה אז נאך 5 בלעטער זאל זיך עפעס אנפאנגען קאכן דא...
אבער זיין לעצטע שורה אז ער טוט זיך אן בלעכענע הויזן... דאס ווייזט מיר אז ער אליין ווייסט אז וואס ער האט געשריבן איז סתם אין די וועלט אריין...
סאו... נעקסט קעיס ביטע.... וואס נאך איז דא צוצולייגן?
שעבאשנוט זאגט אז ס'איז צדדים אהער אן אהין, און ברענגט א ראי' פון 30 יאר צוריק. ר' שעבאשנוט, איער ראי' האט שוין "עקספייערט" 30 יאר צוריק...
וואס נאך?!
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

הרב יואל קליין האט געשריבן:ווען פאטאצקי האט געשריבן "פראוואקאטיוו", ווי 'דו האסט עס אנגעפאנגען', און בכלל דעם גאנצן תגובה, האבעך געטראכט אז ער וויל פשוט טאן א טובה אז נאך 5 בלעטער זאל זיך עפעס אנפאנגען קאכן דא...

ניין ר' יואל איך האב געשריבן וואס איך האלט אין נאך אסאך אנדערע איהר קענט טשאזען צו איגנארירן נישט קיין פראבלעים
אבער איך קען די אייוועלט יודן אין געוויסט סוועט קומען אפאר אזאלעכע תגובות ווי די ערשטע נאך מיינס...
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

גראף פאטאצקי האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:ווען פאטאצקי האט געשריבן "פראוואקאטיוו", ווי 'דו האסט עס אנגעפאנגען', און בכלל דעם גאנצן תגובה, האבעך געטראכט אז ער וויל פשוט טאן א טובה אז נאך 5 בלעטער זאל זיך עפעס אנפאנגען קאכן דא...
אבער זיין לעצטע שורה אז ער טוט זיך אן בלעכענע הויזן... דאס ווייזט מיר אז ער אליין ווייסט אז וואס ער האט געשריבן איז סתם אין די וועלט אריין...
סאו... נעקסט קעיס ביטע.... וואס נאך איז דא צוצולייגן?
שעבאשנוט זאגט אז ס'איז צדדים אהער אן אהין, און ברענגט א ראי' פון 30 יאר צוריק. ר' שעבאשנוט, איער ראי' האט שוין "עקספייערט" 30 יאר צוריק...
וואס נאך?!

ניין ר' יואל איך האב געשריבן וואס איך האלט אין נאך אסאך אנדערע איהר קענט טשאזען צו איגנארירן נישט קיין פראבלעים
אבער איך קען די אייוועלט יודן אין געוויסט סוועט קומען אפאר אזאלעכע תגובות ווי די ערשטע נאך מיינס...

זיי מוחל פאטאצקי און פליז הער אויף צי שרייען! ס'איז געפארן דא א געשמאקע רוהיגע שמועס אזוי ווי באזעסענע טאטעס שמועסן און פליז לאז עס אזוי און הער אויף דא צי העצן!
האסט אן אנדער מיינונג? אדרבה ואדרבה קום אריין רוהיג און לאז הערן די אנדערע צד. דארפסט נישט מאכן קיין קולות.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

דאס איז עקזעקטלי וואס איך האב געזאגט מיין מיינונג האט שוין איינער גענעפערט דא נארמאל צו מיר?

האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

אוי וויי טאטע האט געשריבן:נ.ב. ריכטיגע נגינה מיינט נישט זיין צוריק געשטאנען עס קען זיין פונקט אזוי רייך און קלאסיש,
ס'איז נאר א אנדערע סטייל, ממילא קומט נישט אריין די גאנצע זאך פון לעבן אין ריאליטי.

דאס איז די תשובה, אונז זעמיר בכלל נישט צוריקגעבליבן
זאת ועוד:
אונז האלט מיר נישט ביי זיין 'נערוי מיינדעד' און נאכטאנצן וואס די אלע באפוצטע *שמעקעדיגע זינגערס ווילן אונז אנשטאפן און 'איינרעדן' אז דעס איז שיין
לא אלמן ישראל מ'מעג ס'איז שוין העכסט צייט צוריקצוברענגען די אלטע שיינע בא'טעמ'טע געשמאקע הערליכע טיפע נשמה ניגונים - להנות בהם בני אדם

* דעס איז נישט קיין גוזמא - געארבעט אמאהל אין א קאפי שאפ איין נאכמיטאג שטורעמט אריין א זינגער וואס איז אויפן וועג צו א חתונה וואס דארף ארויסדרוקן די נאטן (נאך פאר די אייפאון עפאכע) און ס'האט גע'סרח'ט כמעט אזוי ווי אין די פערפיום געשעפטן אין די עירפארטס...... כאב נישט געוואוסט צו לאכן אדער וויינען
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

יש מזל האט געשריבן: און ס'האט גע'סרח'ט כמעט אזוי ווי אין די פערפיום געשעפטן אין די עירפארטס...... כאב נישט געוואוסט צו לאכן אדער וויינען

פערפיום איז א נושא פאר זיך. די סארט מענטשן ניצן עס שבת אויך, אדער סתם אזוי יעדן טאג. אבער דיין פוינט פארשטייט מען.
גראף פאטאצקי
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראף פאטאצקי »

יש מזל האט געשריבן:
אוי וויי טאטע האט געשריבן:נ.ב. ריכטיגע נגינה מיינט נישט זיין צוריק געשטאנען עס קען זיין פונקט אזוי רייך און קלאסיש,
ס'איז נאר א אנדערע סטייל, ממילא קומט נישט אריין די גאנצע זאך פון לעבן אין ריאליטי.

דאס איז די תשובה, אונז זעמיר בכלל נישט צוריקגעבליבן
זאת ועוד:
אונז האלט מיר נישט ביי זיין 'נערוי מיינדעד' און נאכטאנצן וואס די אלע באפוצטע *שמעקעדיגע זינגערס ווילן אונז אנשטאפן און 'איינרעדן' אז דעס איז שיין
לא אלמן ישראל מ'מעג ס'איז שוין העכסט צייט צוריקצוברענגען די אלטע שיינע בא'טעמ'טע געשמאקע הערליכע טיפע נשמה ניגונים - להנות בהם בני אדם

* דעס איז נישט קיין גוזמא - געארבעט אמאהל אין א קאפי שאפ איין נאכמיטאג שטורעמט אריין א זינגער וואס איז אויפן וועג צו א חתונה וואס דארף ארויסדרוקן די נאטן (נאך פאר די אייפאון עפאכע) און ס'האט גע'סרח'ט כמעט אזוי ווי אין די פערפיום געשעפטן אין די עירפארטס...... כאב נישט געוואוסט צו לאכן אדער וויינען

א זינגער!
וועגען דעים איז נאכנישט אלע היינטיגע זינגערס שקצים
אין וועגען דעים מיינט נאך נישט אז אלע היינטיגע נגונים זענען חרוב
סאייביג געוועהן דיפרענט מינע זינגערס אין היינט איז אויכעט דא
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

נשמת השכל האט געשריבן:
העלאו האט געשריבן:די אמת איז מען דארף פארשטיין וואס איז פשט אז די אלע זינגערס פארען אפ צוביסלעך ווי מען זעהט עפעס א זינגער צו די זאך נאך א יאר הייבט די גלעזער אהן זיך צו טוישען נאכדעם די בארד וכו' וכו' לכאורה איז די פשט וייל זיי גייען אויף חתונות וואס זענען האלב מאדערן נא איז דאך ממילא אז כ''ש אז קינדער קענען ח''ו אפפארען וועגן דעהם

די פשט פון דעם איז, וויבאלד די אלע זינגערס ווילן אפיעלן צו גרויסע וועלט, און זיי האלטן אז נאר מיטן זיך צושטעלן צו זיי וועלן זיי ווערן אויפגעפיקט. און מזעהט טאקע אז די זינגערס וואס ווייסן ביי זיך אז זיי האבן נישט וואס צו פארקויפן פאר די גרויסע וועלט בלייבן טאקע מער אין שעיפ.

אגב. די אלע זינגערס וואס טוישן זיך כלומרשט צוליב די אויבנדערמאנטע סבה, טוישן זיך נאר זייער חיצוניות, ווידעראום זייער פנימיות בלייבט די זעלבע ווי ביז דאן, דהיינו: זייער נישט גוט..... ודי בזה.

למחשבה,
וואס איז דער פראצענט פון אינגעלייט וואס זענען אין אנדערע אינדוסטריס, נישט אין מוזיק, וואס ערגעץ צווישן די 20 און די 35 טוישט זיך זייער ברילן, בארד, פיאות וכו'
אמת טאקע די נקודות איבער ערליכע מוזיק, צריכין לעורר, צריכין לתקן
אבער די נקודה קוקט מיר אויס ווי סתם א נאסע ליילעך, ארויף געלייגט אויף אינגעלייט וואס גייען אריין אין א געוויסע אינדוסטרי, און איך זעה נישט אז עס זאל זיין אנדערש ביי אינגעלייט וואס זענען אין אנדערע אידוסטריס (על אף וואס איינער וואס איז אויף סטעידזש האט שטערקערע נסיונות, אבער באמת יעדער וואס איז אין סעילס האט די טשעלענדזש)
(ר' יואל איר זעעט עס אין אייער אינדוסטרי, איך זעה עס אין מיין)

איך וואלט נישט געשיקט מיין אינגעל גיין ארבעטן אויף B&H, נישט געמאכט פאר א סעילס מען, (סטארף ער זיך ספראווען מיט נסיונות פון די גאס) און אויך נישט צו זינגען אויף א קינדער קוויייער אין סטודיאו, און אודאי נישט אויף סטעידזש (חוץ אויב לפי מצבו וואלט עס אויסגעפעלט ה"י)
(מיין שכינה וואלט אפשר יא, און זי וואלט געשיקט א קליפ פאר אירע פרענדס ווי איר קיוט אינגעל גייט ארום מיט א קליפ בארד מאכן סעילס, אין זי שיקט אים אויך לייף אויפן סטעידזש, זי שיקט אים אפילו צום מעיקאפ ארטיסט בעפאר ווייל די פערפארמענס גייט דאך גיין וויירעל ווארלד ווייד, {און איר מאן האט נעבעך נישט קיין ווארט אריין צו רעדן} איך האב אבער אנדערע וויזשענס פאר מיין קינד)
איך שטופ אים יא צו בויען זיינע טאלאנטן,

(בעפאר איר נעמט קאמענטן, נעמט אין אכט אז איך האב געשריבענע זאצן ארויס צו ברענגן געוויסע פוינטס צו טראכטן דערפון, גארנישט איז נישט קיין בלעק ענד ווייט מעטער)
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

יוד אלף האט געשריבן:

יא יא אונז רעדט מיר טאקע פון די פראצענטן.
קיין איין אנדערע אינדערסטרי (עכ"פ וואס כ'קומט מיר ארויף יעצט אויפן געדאנק און זיכער נישט וואס איז נאר צווישן אידן) האט נישט אזוי גרויסע פראצענט (די נומבער פונקטליך ווייס כ'נישט אבער כ'מיין אז איבער 50 פראצענט...) וואס ס'איז אין די מוזיק אינדערסטרי וואס יעדער דארף זיין אנגעטון פענסי. וויפיל נאך ווי אהרן לעוו און יששכר גוטטמאן קענסטו.
און די עיקר פאוינט איס אז זיי שטייען אויפן סטעידזש פאר אונז, און זיי קוקט מען אויטעמאטיש ארויף.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך האב גרויס הנאה פון די אשכול, עס איז א נושא וואס איך האב שוין לאנג געוואלט אויפברענגן אבער הרב יואל קליין האט עס אזוי שיין און קלאר ארויסגעברענגט, פארשטייט זיך וויבאלד אין חכם כבעל נסיון.
איבער די נושא פון די קינדער סטארס בין איך זיך אפילו נישט מטריח צו מגיה זיין וויבאלד איינער וואס כאפט נישט די סכנה וואס שטעקט דערין איז נישט איינער מיט וועמען איך וואלט זיך געוואלט שטעלן אין ווארט ווייל עס איז פשוט קאמאן סענס און איינער וואס ביי אים איז איינס מיט איינס חלה דעקל איז נישט איינער מיט וועם איך פארגיס אידיש שפייעכטס, כ'וויל פשוט מגיה זיין אויף דאס וואס מען האט גערעדט בנוגע די זינגערס און די מוזיק סטיילס היינטיגע צייטן.
בין איך נעכטן געווען ביי א חתונה וואו עס האט געזינגען איינע פון אונזערע חסידים אומות העולםדיגע זינגערס מיט א שיין געשניטן בערדל און א שמאלן פלאטשיקע היטל אויפן קאפ (סארי אויפן מייק סטענד בשעת'ן זינגען שוויצט מען...) ער האט געגריזשעט אין די אויער ווי א ציגיינער נאכמאכנדיג אלע זייערע טענץ און פערפארמענסעס, עס האט מיר ממש געבאדערט און איך האב פשוט זיך געשטעלט אין די זייט ווייל איך קען נישט טאנצן צום טאקט פון די סארט גויאישע מוזיק אפילו אויב דער זינגער שרייט עברי אנכי... (רעדנדיג פון די ניגון וויל איך פשוט זאגן אז זייענדיג אמאל אויף מקומות הקדושים און אייראפע איז מיר אויסגעקומען צו שלאפן אין א האטעל אין דריסלהאף דייטשלאנד, עס איז א קאנטרי וואו די אלטע ריטייערטע דייטשע גויים קומען זיך אויסרוען, ווען איך בין אויפגעשטאנען האב איך געהערט אין די האללוועי א ניגון וואס האט זיך מיר געהערט קענטליך, יא, עס איז געווען די אינטרעסטנט און א חלק פון עברי אנכי).
עס איז ליידער א ביטערע פאקט אז די קלים וריקים זענען אט די וועלכע פיטערן אונז מיט זייערע מוזיק, שווער צו טרעפן א זינגער וואס האלט זיך שטארק ביי זיינע פרינציפן, פרינציפן מיינט מען גדרים איבער די 613 מצוות וואס מיר זענען מחויב געווארן ביים בארג סיני... אלע די חברה דרייען זיך ארום מיט אומגעפילטערטע אינטערנעט אין טאש און קוקן זיך אן צו כל דבר אסור און לערנען כל דבר אסור איבער מוזיק.
איך האב א נאנטער ידיד וועלכער האט זיך ארויסדערזען פון די מוזיק ליניע צוליב דעם וואס ווען ער איז זיך געגאנגען לערנען זינגען האט אים דער טיטשער פשוטו כמשמעו געזאגט אז ער דארף זינגען נארישקייט'דיג (ווען מען וואלט ווען נישט געמעקט וואלט איך געשריבן די ווארט וואס יענער האט גענוצט ממש א פחד) יענער איז נישט קיין קטלא קניא און ער קען מוזיק טעאריע גאר גוט און ער האט געלערנט פאר צען יאר מוזיק אן אויפהער, ער האט מיר געזאגט אז די שפילן וועלט איז נאך ערגער ווי די זינגען וועלט אבער די זינגען וועלט איז מער א פראבלעם וואס איז נוגע ווייל יעדער קען זיך דאך דערקלערן זינגער אבער א סעקסעפאן שפילער קען מען זיך נישט דערקלערן אויב קען מען נישט שפילן.
יעדער וואס רירט נאר אן די מוזיק ליין בריט זיך אפ, קיינער גייט נישט ארויס אומבארירט ספעציעל און אזא תקופה ווי היינט ווען אלעס איז אפן.
פאר דער וואס וויל קען איך אריינשיקן אין אידיש א ריזיגע ליסטע פון די סאמע שענסטע ניגונים פון בן דוד און דוד ושלמה און פון פורים בעילאוט און באנדאש, אלעס איז גויאישע גארביזש און טייל פון די זענען גאר שמוציג.
דעריבער איז מיר געפאלן ווען הרב יואל קליין האט געשריבן אז עס איז ערגער ווי סמארטפאון און אינטערנעט, ווייל קיינער קריגט זיך נישט דערמיט.
עס איז דא א ריזיגער מוזיק מבין אין ארץ ישראל ער הייסט הרב אפרים לופט, ער האט ארויסגעגעבן א קונטרס וואס וואלט געווען גאר נוצליך צו ליינען, כ'מיין אז עס געפינט זיך ערגעץ דא אויפן וועלטל די פי די עף אויב איינער קען צוברענגען.
נאכאמאל א גרויסן יישר כח הרב קליין און הרב פראמאוויטש פארן ארויפברענגען אט די הייקעלע נושאים.
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

יעדער וואס רירט נאר אן די מוזיק ליין בריט זיך אפ, קיינער גייט נישט ארויס אומבארירט ספעציעל און אזא תקופה ווי היינט ווען אלעס איז אפן.

גוזמאות און הוצאות שם רע פעלט נישט אויס, און איז נישט קיין טובה פאר קיינעם.
יששכר גוטמאן איז א חסידישער יונגערמאן.
עמרם אקער איז א חסידישער יונגערמאן.
שלמה זלמן הורוויץ איז א חסידישער יונגערמאן.
יאסל וואלדמאן איז א חסידישער יונגערמאן.
פינקי וועבער איז א ווארימער חסידישער איד.
חזן ברעכער איז א חסידישער יונגערמאן.
וכהנה רבות.
אנדערע זענען נישט געווען קיין גרויסע צדיקים סיי ווי פון בעפאר, און אנדערע זענען גאר געשטיגן אין די מוזיק אינדוסטריע סאו האלט דיינע הארסיס ביטע.
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

עי' ערך בערי וועבער, נחמן דרייער וחיים גאלד וואס מוזיק האט זיי נאר געהויבן, סי-עמ-אי, ועוד, סאו יעדע זאך קען מען אויסנוצן לטב און חלילה פארקערט כמפו' במסילת ישרים בהקדמה.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

שבתי,

ווען אלע זינגערס וואלטן געווען געווייקטע חסידי'שע אינגעלייט, וואלט איר נישט געדארפט אהערשטעלן א ליסטע פון אויסגעהאלטענע בעלי מנגנים, וואלסט געדארפט שרייבן "געב מיר איין נישט היימישע זינגער חוץ.. און.. און..", אבל עכשיו שלא זכינו שטעלסטו מיר צו אן ארימע ליסטע פון חשוב'ע אידן, ליידער גאר א קליינע פראצענט פון די ביזענס דיירעקטארי.

נאך א זאך, פארוואס פירן נישט די אלע אינגעלייט אן א קינדער קווייער? יש דברים בגו.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”