איז אויסגעהאלטן צו לאזן אינגלעך ווערן באצאלטע לייוו זינגערס?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

איז אויסגעהאלטן צו לאזן אינגלעך ווערן באצאלטע לייוו זינגערס?

תגובהדורך הרב יואל קליין » דאנארשטאג יוני 07, 2018 2:42 am

א גוטן טייערע פריינד, איך עפן אויף דעם קאנטערוועשל אשכול, ווייל איך קען באשטיין צו מאכן א שמועסן דערפון.
איך טוה שוין אין קינדער קווייער'ס העכער צוואנציג יאר צום גוטן, און איך גיי ממש בענענעס צו הערן א זיסע קינדער קווייער, סיי לייוו, און סיי אויף א ריקארדינג. קינדער קווייער'ס איז אין מיין די ען עי.

אבער די נושא פון נעמען א קינד און אים מאכן פאר א "סטאר" און זיך לאזן באצאלן דערפאר, און זייער א דינע שטריך, וואס זייער א קליינע פראצענט קינדער איז עס בענעפישל צוליב זייער אייגענע אייגענארטיגע סיבות. אבער פאר די מעדשאריטי פון קינדער איז עס א גרויסע ריסק.

זעה למשל די אלע גרויסע זינגער'ס האבן על פי רוב א קינד וואס קען אויך די פאך, אבער זייערע טאטעס וועלן זיי אויף קיין פאל נישט ניצן לייוו! אזווי ווי חילא פאוזען האט מיר געזאגט, וויפיל מענטשן האבן אים געוואלט באצאלן ער זאל מיט נעמען זיינע קינדער, און ער האט געזאגט ניין! איך רעדט נישט פון אמאל אמאל א פריוואטע שמחת בית השואיבה, איך רעדט פון זיין אוועילעבל צו בוקן פאר א סטעידש דשאב.

שרגא פייוול גאלד, האט קינדער מיט טאלאנט אוט אף דיס ווארלד, אבער קיינמאל אויפן סטעידש!

יואלי פאלקאוויטש האט א זוהן וואס האט געזונגען אויך זיין מהר אלבום, און געהאקט שטיקער אויף כמעט אלע מיינע איך האב ליב די היייליגע יום טוב סידי'ס, אבער לייוו איזער קיינמאל נישט געגאנגען. ועוד ועוד.

פארוואס? וואס איז די ריסק?

1) א קינד אויפן סטעידש זעהט צופיל פארזיין עידש, ער זעהט כל מיני שמחת, היימישע מיט נישט אזוי היימישע, ער זעהט פינעם סטעידש ביידע זייטן מחיצות. פארט ארום אין האטעלן. בקיצור, די "עקספאוזשער" וואס ער האט, איז זייער נישט איי איי איי פאר זיין פיוטשער.

2) ווען ער האט בר מצוה, זיין קול טוישט זיך און ער "עקספייערט", איז עס זייער א שטארקע טראסק אויף זיין מענטל מיינד, פלוצלינג פון זיין דער "סטאר" אויפן סטעידש, מיט אלע סערעספעקשאן, אלע אטענשאן, און אזוי אלעס צו פארלירן, און נישט עפעס וואס אן אדאלט קען איבערטראגן, און זיכער נישט א "קינד". דו תוצאה פון אזא טראסק אין "סטעטוס" איז זייער זייער זייער.... פיר אליינס אויס...

3) אין ישיבה, דער מנהל גייט זיך ממש"צוכאפן" צו א בחור'ל וואס קומט אראפ פון סטעידש, און געזינגען מיט אלע סארטן זינגערס און שפילערס, אלע סארטן איווענטס, און ער איז מען אפן מיינדעד, און דער מנהל דארף דאס האבן ווי א לאך אין קאפ, ער דארף נישט איינער זאל אויפקלערן אנדערע בחורים, וד"ל. סאו מיט'ן לייגן א קינד אויפן סטעידש, שטעלט מען איין זיין פיוטשער מיט די ישיבות וואס איז אזוי אויך א גהינם ליידער.

4) עס שטערט דאס קינד פון לערנען און שטייגן, און זיינע קריטישע יארן! ער גייט שלאפן שפעט, און ס'איז נישט מעגליך ער זאל קענען צולייגן דעם קאפ צו א שטיקל תוספות, ווען ער ווייסט אז היינט נאכט איז דא א מעידשאר איווענט!

5) פון אלע לייוו דשאבס איז דאך דא ווידיאו, און רוב דערפון פארט ארויף אויף יו טוב. נו.. ער וויל דאך עס אויך זעהן... סאו א 12 יעריגע אינגל דרייט זיך אויף יו טוב, מיט אלע "סוגעשטאנס" וואס גוגל שלאגט פאר, איז יעדע היימישע קליפ אינעם זעלבן קאטאגאריע פון אויסגעלאסענע קליפס. איז דאס נארמאל? איז דאס אויסגעהאלטן?

לייוו קינדער קווייער'ס איז סעיף נאר פאר חדר איווענטס, דינער'ס, וכדומה. אדער אין קעמפ.

נ.ב.
איך בין נישטא חלילה ארינטערצוהאקן די היינטיגע לייוו קינדער קווייער סערוויסעס וואס איז דא צו באקומען.
מיין ציל פינעם תגובה איז אויסצושמועסן דעם קאנטערווערשל איידיע אין דשענערל.
אדרבה, נעמט א טייל, שרייבט וואס איר האלט. נאטינג פערסאנעל חלילה.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1741
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג יוני 07, 2018 3:07 am

א לייוו קינדער קווייער זעה איך נישט שייך "אלע" אויסגערעכענטע טענות א סאלוי יא

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

תגובהדורך נתנאל מינצבערג » דאנארשטאג יוני 07, 2018 7:53 am

זייער שטארק און קלאר ר' יואל! איך בין אייך מחשיב פון היינט און ווייטער פיל מער!
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

תגובהדורך נתנאל מינצבערג » דאנארשטאג יוני 07, 2018 7:57 am

אגב ממנו ילמדו אריינצקומען כאטש מיט 1 ניק מיטן עכטן נאמען
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

תגובהדורך הרב יואל קליין » דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:10 am

פרידן האט געשריבן:א לייוו קינדער קווייער זעה איך נישט שייך "אלע" אויסגערעכענטע טענות א סאלוי יא


וועלכע יא, און וועלכע נישט?

פראצעדור
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:25 am

שטארקע ווערטער און קלאר ארויסגעברענגט אבער דאס וואס איר זאגט אז קינדער קווייער'ס פארשטייט איר יא
אנטשולדיג מיר אבער רוב (הגם נישט אלע) פון די פראבלעמען וואס איר האט אויסגערעכענט זענען שייך אפילו ער איז נישט א "סטאר" סיי די זינגן ביי צודרייטע חתונות וואס איז א גרויל אריינצוטרעטן און ליידער דארפן ריינע קינדער שלא טעמו טעם חטא דאס צוזעהן... ווי אויך די גיין שלאפן שפעט וכו' וכו'

מיר קוקט עס אויס ווי דער טאטע'ס פון די קינדער זענען געהעריג מעביר את בנו למולך - מיטן תירוץ אז מען דארף עם בויען זיינע טעלענטס....

אנטשולדיג פאר די שארפע אויסדריק אבער לויט ווי מחנכים וואס טיען מיט בחורים זאגן איז די עולם המיוזיק היינט געווארן אזוי צודרייט אז א קינד אדער בחור וואס לייגט זיך אריין דערין איז זיין קאף נישט דא או ער האט ניט קיין אויסזיכט אז די גמרא וואס די מלמד מג"ש לערנט אויס זאל זיין אינטרעסאנטער ווי די שיינע חתונות וואס ער האט געזעהן וד"ל

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1646
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:28 am

כ'האב (נאכ)נישט קיין קינדער וועלכע קענען שיין זינגען, סאו קען איך עכט נישט אריינרעדן, אבער מחמת כבודו פון ידידי הרב ר' יואל, וועל איך מעיר זיין איין נקודה.

ווי דו לייגסט אליינס אראפ איז דאס צוטיילט אין צוויי. א טייל זענען סיבות וועלכע זענען בנוגע דאס עצם מאכן א אינגל פאר א סטאר / סאלא, אפגעזעהן וואו ער פערפארמט, צו ביי א דינער פון זיין אייגענע ישיבה אדער ביי א פלעטבוש'ע חתונה, צו ער זינגט אויף א סי די פון די הייליגע קינדער קווייער אדער ביי א וואטסעפפ קומזיץ ביי עפעס א פויער אין גארטן.

ווידעראום א טייל זענען סיבות וועלכע זענען נאר נוגע כלפי לאזן עקספאוזן דעם קינד צו שמחות / מאורעות מיט א גייסט וואס ער איז נישט אויפגעוואקסן דערמיט, און האט אויטאמאטיש א שאנס פון זיין א מצב רוח מוכן לפורעניות, ווי דו ברענגסט אליינס ארויס.

מען ברויך צוטיילן דעם דין ודברים אויף צוויי, ווייל די טענות זענען אינגאנצן אנדערש ביי ביידע פעלער, און ווי פרידן האט געשריבן, די טענות כלפי דאס עצם מאכן א סטאר איז נאר נוגע לגבי זיין סאלא, נישט לגבי זיין א טייל פון א קינדער קווייער.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

פראצעדור
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:40 am

אבער דאס אריינפירן א קינד און עולם המיוזיק איז זייער א גרויס ריסק און דאס איז אלעמאל שייך סיי ביי סידיס און עווענטס
חוץ דארט ווי א קינד וואקסט אויף זיין חדר/קעמפ/קלאס דארט זעה איך טאקע נישט קיין שום פראבלעם

נ.ב. איך האב ב"ה א קינד וואס קען זייער שיין זינגן און איך פראביר אויסצוניצען זיינן טעלענטס פון חזרן משניות אויסענווענדיג וכדומה

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דאנארשטאג יוני 07, 2018 9:22 am

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:זייער שטארק און קלאר ר' יואל! איך בין אייך מחשיב פון היינט און ווייטער פיל מער!

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » דאנארשטאג יוני 07, 2018 11:09 am

הרב יואל! איך טוה שטארק שעצן אייער קוראזש ארויסציקומען אין עפענטליך בארירן אזא האקעלען נושא, ווארום מיר לעבן אין דעם פארשטינקענעם וואטסעפפ וועלט ווי די מוחות זענען פארטעמפט אין יונגעלייט ווייסן ניטעמאל וואסי ראנג.

מיילע די עלטערן, שוין, זיי זענען אומוויסנד אין זיי כאפן זיך נישט וואס דעמעדזש זיי טוען ערמעגליכן.
אבער געוואלד! ווי איז די מנהל פין חדר??!!!!! ווי לאטער דאס צי??!! וואס טראכט ער?! ס'מאכט פלעין נישט קיין סענס!

אגב, לויט מיין אינפארמאציע לאזן רוב מנהלים דאס טאקע נישט צי.
מ'טאר נישט אויספאפן א חבר, אבער לפנים משורת הדין זאל מען זיך זעלבסט אויך נישט פאפן. קרעדיט: רבי רבי בונם פין פרשיסחא

אוועטאר
יוד אלף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:20 pm

לייבעלע הירש האט געשריבן:
מיילע די עלטערן, שוין, זיי זענען אומוויסנד אין זיי כאפן זיך נישט וואס דעמעדזש זיי טוען ערמעגליכן.
אבער געוואלד! ווי איז די מנהל פין חדר??!!!!! ווי לאטער דאס צי??!! וואס טראכט ער?! ס'מאכט פלעין נישט קיין סענס!

#קאמיוניקעישאן אלערט
they are missing some basic tools to persuade

איתמר
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

תגובהדורך איתמר » דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:22 pm

א גרויסן יישר כח ר' יואל, איך מוטשע זיך שוין א שטיק צייט מיט די שאלה, איך האב ב"ה א קינד וואס זינגט זייער שיין, און מען האט אונז געבעטן שוין עטליכע מאל אויב ער קען אפשר זינגן וכו' און מיר (עלטערן) האבן נישט געוואוסט ווי אזוי צוצוגיין דערצו, אבער ב"ה איר האט עס זייער קלאר ארויסגעברענגט. יישר כח!

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:26 pm

איתמר האט געשריבן:א גרויסן יישר כח ר' יואל, איך מוטשע זיך שוין א שטיק צייט מיט די שאלה, איך האב ב"ה א קינד וואס זינגט זייער שיין, און מען האט אונז געבעטן שוין עטליכע מאל אויב ער קען אפשר זינגן וכו' און מיר (עלטערן) האבן נישט געוואוסט ווי אזוי צוצוגיין דערצו, אבער ב"ה איר האט עס זייער קלאר ארויסגעברענגט. יישר כח!

אבער איר וואלעט איהם געלאזט זינגען אין סטודיא?

איתמר
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

תגובהדורך איתמר » דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:28 pm

[quote="פראצעדור"]אבער דאס אריינפירן א קינד און עולם המיוזיק איז זייער א גרויס ריסק און דאס איז אלעמאל שייך סיי ביי סידיס און עווענטס
חוץ דארט ווי א קינד וואקסט אויף זיין חדר/קעמפ/קלאס דארט זעה איך טאקע נישט קיין שום פראבלעם
בנוגע אריינפירן א קינד אין עולם המיוזיק אויב עס איז א ריסק. קודם כל ליידער היינטיגע צייטן איז יעדע ריר און יעדן טאג א ריסק, אפי' אן זיין זינגערס איז מען אינגאנצען צופארן...
אבער איך געדענק איינמאל הערן אויף קול מבשר אן אינטערוויא מיט עטליכע יונגעלייט וואס זענען געווען אמאל סטארס (מייזליש, טייכמאן, גוטמאן וכו') און זיי זענען ב"ה אויסגעוואקסט זייער פיינע חסידישע אינגעלייט!! און איך מיין ביי די וועי אז כמעט אלע אזוי גערופענע 'בעסערע' זינגערס בלע"ז זענען גראדע נישט געווען קיין סטארס אלץ קינד

איתמר
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

תגובהדורך איתמר » דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:33 pm

טעם וריח האט געשריבן:
איתמר האט געשריבן:א גרויסן יישר כח ר' יואל, איך מוטשע זיך שוין א שטיק צייט מיט די שאלה, איך האב ב"ה א קינד וואס זינגט זייער שיין, און מען האט אונז געבעטן שוין עטליכע מאל אויב ער קען אפשר זינגן וכו' און מיר (עלטערן) האבן נישט געוואוסט ווי אזוי צוצוגיין דערצו, אבער ב"ה איר האט עס זייער קלאר ארויסגעברענגט. יישר כח!

אבער איר וואלעט איהם געלאזט זינגען אין סטודיא?

איך מיין אז יא (גראדע שוין געזינגען - אפשר שוין א נוגע בדבר) אבער אזוי ווי שוין פריער געשריבן אז איך געדעק די אלע סטאר אינגלעך אויף די אמאליגע טעיפס זענען ב"ה פיינע ערליכע אינגעלייט, ווי אויך נישט צו פארגעסן, די קינד האט א טאלאנט, ער האט זייער ליב צו זינגען, און ער ווייסט אז ער זינגט שיין (ח"ו נישט קיין בעל גאוה, אבער א מענטש ווייסט זיינע טאלאנטן) איז פארוואס זאל מען עס אוועקנעמען פון אים (פארטייט זיך ווען עס איז אין א אויסגעהאלטענע אטמוספער)

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:42 pm

פראצעדור האט געשריבן:אנטשולדיג מיר אבער רוב (הגם נישט אלע) פון די פראבלעמען וואס איר האט אויסגערעכענט
אנטשולדיג פאר די שארפע אויסדריק אבער לויט ווי מחנכים וואס טיען מיט בחורים זאגן איז די עולם המיוזיק היינט געווארן אזוי צודרייט אז א קינד אדער בחור וואס לייגט זיך אריין דערין איז זיין קאף נישט דא או ער האט ניט קיין אויסזיכט אז די גמרא וואס די מלמד מג"ש לערנט אויס זאל זיין אינטרעסאנטער ווי די שיינע חתונות וואס ער האט געזעהן וד"ל

יא יא, עס איז א מציאות וואס כמעט אלע ליגן דערין, נישטא קיין סאך וואס צו טון, ביי 10 יאר האבן די קינדער א סאנסא אנגעפילט מיט מוזיק, (מיט אפאר שיעורים אין די זייט) די ישיבה קטנה בחורימלעך לויפן ארום באנאכט צו די חתונות ווי עס איז דא מוזיק (מיט Lighting) פאר 15-20 אלפים, ביי דינערס פאר די מוסדות ברענגט מען מער מוזיק ווי ביי א קאנסערט.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:44 pm

איתמר האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:אבער דאס אריינפירן א קינד און עולם המיוזיק איז זייער א גרויס ריסק און דאס איז אלעמאל שייך סיי ביי סידיס און עווענטס
חוץ דארט ווי א קינד וואקסט אויף זיין חדר/קעמפ/קלאס דארט זעה איך טאקע נישט קיין שום פראבלעם
בנוגע אריינפירן א קינד אין עולם המיוזיק אויב עס איז א ריסק. קודם כל ליידער היינטיגע צייטן איז יעדע ריר און יעדן טאג א ריסק, אפי' אן זיין זינגערס איז מען אינגאנצען צופארן...
אבער איך געדענק איינמאל הערן אויף קול מבשר אן אינטערוויא מיט עטליכע יונגעלייט וואס זענען געווען אמאל סטארס (מייזליש, טייכמאן, גוטמאן וכו') און זיי זענען ב"ה אויסגעוואקסט זייער פיינע חסידישע אינגעלייט!! און איך מיין ביי די וועי אז כמעט אלע אזוי גערופענע 'בעסערע' זינגערס בלע"ז זענען גראדע נישט געווען קיין סטארס אלץ קינד

אמאליגע קינדער ''סטארס'' האט מען געהערט נאר אויף א חסידישע טעיפ און געקענט נאר אויפן לעצטן נאמען... וואס איז א פארגלייך צו היינט?

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:46 pm

איתמר האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:אבער איך געדענק איינמאל הערן אויף קול מבשר אן אינטערוויא מיט עטליכע יונגעלייט וואס זענען געווען אמאל סטארס (מייזליש, טייכמאן, גוטמאן וכו') און זיי זענען ב"ה אויסגעוואקסט זייער פיינע חסידישע אינגעלייט!! און איך מיין ביי די וועי אז כמעט אלע אזוי גערופענע 'בעסערע' זינגערס בלע"ז זענען גראדע נישט געווען קיין סטארס אלץ קינד

טאקע דאס איז די סיבה לכאורה, ווייל זייערע עלטערן האבן זיי נישט געלאזט ארום גיין צו חתונות און מסיבות.

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

תגובהדורך הרב יואל קליין » דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:47 pm

יעדעס קינד מיט א שטארקע טאלאנט טאר מען נישט דעם טאלאנט אינטערדריקן, נאר לאזן עס אויסגעבן למחצה לשליש ולרביע אויף א תורה׳דיגע מהלך. און דאס גייט אן ביי יעדן טאלאנט, נישט נאר נגינה.

לאמיר אויסקלארן איין זאך. אין מיינע אויגן איז קיין אינטערשיד צו דאס קינד גייט אויף לייוו בוקינגס דשאבס אדער ער גייט אלץ סאלא ילד הפלא. אויב איזעס לייוו,אין א קווייער מיט קאסטיומס אדער אלץ א סאלא, גייט עס אריין אין אלע מיינע אויסגערעכענטע פונקטן. כהאב נאר צוגעלייגט, אז מיין אשכול איז נישט קיין מחאה אנטקעגן די וואס שטעלן צו לייוו קווייערס. אבער דאס מיינט נישט אז איך האלט אז עס איז אנדערש פון א סאלא.

בנוגע זינגען לייוו פאר די מוסד, אין קעמפ, זינגען ביים מלוה מלכה אין זיין אייגן שוהל, זינגען חנוכה, אדער ימים נוראים, דאס האט נישט קיין דשענערל פראבלעם. יעדעס קינד איז אנדערש, און קען זיין אז פאר יחיד איז דאס אויך נישט גוט, איזעס נישט אינעם שמועס פון דעם אשכול. איך רעדט אין דשענערעל.

זינגען אין א סטודיאו פאר א אלבום וואס איז אויסגעהאלטן, און מען טוט עס נאר אויסגעהאלטענערהייט, איז עס גאר א שטארקע בוסט פאר די קינדער וואס נעמען אנטייל. און אויף דעם זענען אלע מוסדות דא פאר פרוף, אז ס׳איז גאר בענעפישל. נאכאמאל נאר ״אויב״ מען טוט עס ממש אויף א חינוך׳דיגע מהלך.
דארט ווערט קיינער נישט קיין ״סטאר״,
מ׳גייט נישט שלאפן שפעט,
שטערט נישט מתמידים,
די קינדער באקומען דעם ריכטיגן חינוך און תורה׳דיגע בליק וואס עס מיינט צו זינגען אויף אן איידעלע סידי,
קינדער זענען נישט עקספאוזד צו די וועלט,
נישטא קיין פרעשער פון פרעקטעסן, אדער אז מען ״מוז״ היינט קומען זינגען. (וויאזוי מען זינגט אן פרעקטעסן אדער קענען פון פארדעם דעם ניגוו, איז א עקסטרע באשרייבונג. אבער דאס איז די פאקט!)
ער ווערט נישט קיין סטאר אין זיין קלאס
ער ווערט געטרעינט, ער מאכט נישט קיין טראסק פון זיך
עס שטערט אים נישט פון לערנען, נאר אדרבה פארקערט. ווען איך ברויך נייע קינדער גיי איך אריין צום ״מנהל״ ער זאל מיר מזכה זיין.
עס גיבט אסאך לעווערעדש פאר די עלטערן און מחנכים אז די קינדער זאלן זיך וועלן בעסער צושטעלן אין אנדערע געלעגענהייטן...

דאס איז אלעס אויסגעארבייט צו די לעצטע דעטאל עס זאל זיין הינדרעט פראצענט בענעפישל.

אויב איז דא קינדער וואס גייען זינגען אויף אלבומס וואס קומען נישט נאך דעם תורה׳דיגע מהלך, אדער מען איז מקיל דא דארט, מיטן גיין שלאפן שפעט, וכדומה, דאן איז עס טאקע א פראבלעם. אבער נאך אלץ גאר עפעס אנדערש ווי גיין זינגען לייוו.

איתמר
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 24, 2018 10:58 pm

תגובהדורך איתמר » דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:47 pm

נא! פון דעם רעדט מען, אין סטודיא יא, און אין פאבליק נישט - היינו דקאמרינן!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19452
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:57 pm

יואלי, איך גיב דיר גערעכט, א באזונדער דאנק פארן דאס ארויסשרייבן ברבים.

תחזקנה ידיכם, שרייבט ווי אן איידעלער ערליכער אינגערמאן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3122
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:58 pm

פראצעדור האט געשריבן:
נ.ב. איך האב ב"ה א קינד וואס קען זייער שיין זינגן און איך פראביר אויסצוניצען זיינן טעלענטס פון חזרן משניות אויסענווענדיג וכדומה


הא? ער זינגט די משניות?

אוועטאר
גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » דאנארשטאג יוני 07, 2018 2:02 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:
נ.ב. איך האב ב"ה א קינד וואס קען זייער שיין זינגן און איך פראביר אויסצוניצען זיינן טעלענטס פון חזרן משניות אויסענווענדיג וכדומה


הא? ער זינגט די משניות?


איינגעהאלטן מיט אייזערנע קייטן אבער סגייט שוין נישט
איהר זאלט מיר מוחל זיין אבער אויב ווייסט דיין קינד אז ער האט א טאלאנט איצטעט אז ער קען זינגן אין איהר מאכט איהם זינגן משניות אויסענווענדיג
הייבט אן יעצט אוועק צו לייגן געלט פאר די טערעפי מחנכים אין נאך...

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג יוני 07, 2018 2:15 pm

גראף פאטאצקי האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:
נ.ב. איך האב ב"ה א קינד וואס קען זייער שיין זינגן און איך פראביר אויסצוניצען זיינן טעלענטס פון חזרן משניות אויסענווענדיג וכדומה


הא? ער זינגט די משניות?


איינגעהאלטן מיט אייזערנע קייטן אבער סגייט שוין נישט
איהר זאלט מיר מוחל זיין אבער אויב ווייסט דיין קינד אז ער האט א טאלאנט איצטעט אז ער קען זינגן אין איהר מאכט איהם זינגן משניות אויסענווענדיג
הייבט אן יעצט אוועק צו לייגן געלט פאר די טערעפי מחנכים אין נאך...

פארוואס?
ער וועט סך הכל זיין אזוי ווי אלע פון אונז, שרייבן אויף אייועלט

אוועטאר
גראף פאטאצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2018 2:56 pm

תגובהדורך גראף פאטאצקי » דאנארשטאג יוני 07, 2018 2:22 pm

1) סאיז אן אנדערע וועלט היינט אין אז דו ווילסט מחנך זיין אויף די זעלבע וועיג ווי מהאט מחנך געוועהן 40 יאר צירוק
שוואכע טשענסעס סוועט דורך גיין גראד
איך האב געכאפט מכות אין חדר אין איך בין העפי דערמיט
היינט טריי צו געבען די מכות וואס אינז האב מיר געכאפט

2) סדא קינדער וואס טאקע סעפעקט נישט אבער רוב קינדער אז דו וועסט דערשטיקן זיינע טאלענטס וועט עס עפעקטן ביגטיים קען אויס פלאצן אין הינדערט וועגען וואס דו אין איך
אין די טאטע אליינס ניטאמאל ווייסט נאר דער יונגערמאן צאהלט שווערע געלטער פאר מערידזש קאנסלינג ווייל ער מיינט אז זיין ווייב איז איהם דא נאר אראפ צוקלאפן אין נישט איינזעהן אז ער קען.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט