די "אונטערן חבריא"

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

וועלכע זענען מיינע בעסטע עקטערס, און מיינע בעסטע שפילן פון די "אונטערן חבריא".

חיים פרענקל
29
2%
ארי' גליק
47
4%
חיים יודא האפמאן
32
3%
ארי' אבראמאוויטש
101
8%
יחיאל ליכטמאן
20
2%
חיים אביגדור דייטש
5
0%
יוסף שמואל פרענקל
100
8%
מרדכי הערש הערשקאוויטש
112
9%
אבא ווינקלער
16
1%
שמעון ענגעל
5
0%
יואל הערש פוקס
69
6%
אנשי האלטצמאן
8
1%
חיים מאיר ווערטהיימער
6
0%
יעקב קאפיל עלבויגן
30
2%
איצי ציג
22
2%
יענקי לאנדא
5
0%
אהרן מינץ
87
7%
חיים הערש מאשקאוויטש
12
1%
משה אליעזר פרענקל
16
1%
יעקב יוסף לאנגזאם
125
10%
וועלוול פעלדמאן
76
6%
לייבי וויעדער
61
5%
אברהם חיים גרין
20
2%
אלימלך בלומענבערג
7
1%
אליעזר הערש ראזענפעלד
10
1%
אלימלך ליטשפילד
8
1%
אהרן אלי' פריעדמאן
9
1%
שלום אלי' פעלבערבוים
9
1%
זלמן לייב אייזענבערגער
7
1%
שמעון סורקיס
7
1%
שלומי שטיינמעץ
12
1%
אונטערן באנק
9
1%
אונטערן פענסטער
7
1%
אונטערן שטעטל
5
0%
אונטערן קעניגרייך
16
1%
אונטערן אויוון
22
2%
אונטערן שריפט
26
2%
אונטערן בילד
22
2%
אונטערן רוקן
51
4%
אונטערן שווערד
18
1%
 
סך הכול שטימען: 1249

אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

תגובהדורך אויסטערליש » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 7:33 pm

גאד לאק פאר זיי, קיינער וועט זיי נישט אויסהערן, א באנדע נישט פארגינערס. די ערגסטע מידות איז אין דע מנהל שטיבלעך, יעדער קען קיקן ביי זיין מוסדות
זאכענעס

אנפין נהירין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 2:01 pm

תגובהדורך אנפין נהירין » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 2:34 am

It doesn't make sense if yes would thay ban zisha schmelzer play also!

eller האט געשריבן:לויט ווי איך הער גייט די קול קורא פון די מנהלים אויך אינקלאטען די אונטערן פלעי'ס נאר א פלעי וואס איז אונטער א נאמען פון א מוסד ווי די באבובע פלעי'ס גייט זיין מותר.

אוועטאר
ישראלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 3:33 pm

וואס בלייבט צום סוף? אין ארץ ישראל זאגט מען אז מוועט מער נישט לאזן קיין שום שפיל פארן קוקן דאס פאראויס, אזוי ווי מען מאכט דא, ריכטיג?
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2148
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:04 pm

אויסטערליש האט געשריבן:גאד לאק פאר זיי, קיינער וועט זיי נישט אויסהערן, א באנדע נישט פארגינערס. די ערגסטע מידות איז אין דע מנהל שטיבלעך, יעדער קען קיקן ביי זיין מוסדות

א מין גערעדאכטץ...וואטסעפפ עפעקט.

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

תגובהדורך ברעחדך קאפ » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:09 pm

מאנסי

Screenshot_20180912-160813_WhatsApp.jpg
Screenshot_20180912-160813_WhatsApp.jpg (725.72 KiB) געזעהן 4542 מאל

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

תגובהדורך ברעחדך קאפ » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:11 pm

וויליאמסבורג


Screenshot_20180912-161000_WhatsApp.jpg
Screenshot_20180912-161000_WhatsApp.jpg (612.32 KiB) געזעהן 4532 מאל

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 6:28 pm

אויסטערליש האט געשריבן:גאד לאק פאר זיי, קיינער וועט זיי נישט אויסהערן, א באנדע נישט פארגינערס. די ערגסטע מידות איז אין דע מנהל שטיבלעך, יעדער קען קיקן ביי זיין מוסדות

דו האלסט ס'פשוט אז דיין זונ'ס מנהל פארגינט עם נישט אז ער גייט צו א פלעי?!
ווי שיקסטו דיינע קינדער?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 6:30 pm

דאס מיינט אז אונטערן גייט אנהייבן מאכן פלעיס וואס איז אינטערעסאנט פאר טאטע'ס?
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 6:41 pm

למעשה איז טאקע אינטערגעשריבן אויף די קול קורא'ס יעדע מנהל פין יעדע ת"ת פין מאנסי אין וויליאמסבורג?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 708
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:58 pm

וויאזוי קען א חדר וויסן צי א יונגל גייט צו א פלעי?

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 9:41 pm

כ'האב הנאה צו זעהן ווי קיינער רעכענט זיך נישט מיט לייביש ליש'ס דעת תורה אלס מחנך על טהרת הקודש..

אנפין נהירין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 2:01 pm

תגובהדורך אנפין נהירין » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 10:29 pm

וואס מיינסטו?


ראש הקהל האט געשריבן:כ'האב הנאה צו זעהן ווי קיינער רעכענט זיך נישט מיט לייביש ליש'ס דעת תורה אלס מחנך על טהרת הקודש..

ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 10:46 pm

יאסעלע האט געשריבן:די אונטערן חבריא איז א סימבאל פון פראפעסיאנאליזם. פון אידישע און היימישע טאלאנט, פון א קוואל וואס שעפערט מיט קריאטיוועטי, פון א מהלך וואס יעדע שורה איז "פרישקייט".

אבער, זיי האבן אויך געוויזן, אז עס איז זייער שווער צו קענען צושטעלן סיי תוכן און סיי דראמא. ווי מער דראמאטיש און מצב ס'ווערט, אלס ווייניגער האט עס די אמאליגע חן.

קוק אזא שפיל ווי "אונטערן באנק" און איר צווילינג שוועסער "אונטערן פענסטער". די שפילן האבן זיך געדרייט ארון די 3 הויפט פיגורן, די גאר טאלאנטפולע ארי גליק, חיים פרענקל און חיים יודא האפמאן. זייער הויפט טאלאנט איז "אריגינעלקייט". איך באקום טשילס יעדע מאל וואס כ'זעה דעם חיים פרענקל זאגן "הרי אני מוסר נפשי", און איך לאך פון פריש יעדע מאל וואס חיים יודא האפמאן זאגט "דו זעסט די אלטע זאך דארט? נעם עס אוועק! ניין נישט דער אלטער"... בכלל איז אין די מעשה דא פיל מער אמונה און בטחון, און גאר עמאציאנאלע מאמענטן, וואס לדעתי איז עס פון די דירעקטע השפעה וואס שלמה פערל האט אריינגעברענגט אין די שפילן, און טרענירט די ערשטע אונטערן אקטיארן.

ביי אונטערן שטעטל איז געקומען א פרישע מהלך. עס איז ארויסגעוואקסן די קיטשי-באלאנד וואס האבן קיין גראד ווארט נישט געקענט זאגן, עס איז ארויסגעוואקסן א יואל הערש פוקס, און די גאנצע שפיל איז געווען מער א זינגען קאנצערט, אויך די מעשה איז געווארן געשניטן אויף א צווייטע ריכטונג. אין צוגאב איז צוגעקומען די הומאר אין די אנגעצויגענע מצבים, א שטייגער ווי דאס אז דער ריכטער ווארפט פאפירן אין געריכט וואס פליעט אויף אלע זייטן, און האמער'ס אויף לאצי, וועלכע עקשנ'ט זיך איבער די דזשעלי אין די המן טאשן.

אונטערן קעניגרייך האט יעדעם געכאפט אין א מאסיווער סופרייז. דאס איז געווען א שטיק שרעק, מ'האט נישט געוויסט וואו זיך אהינצוטוען פאר פחד. די דזשאב וואס יוסי פרענקל האט דארט דעליווערט, האט ער נאך אין ערגעץ נישט באוויזן. די געדאנק פון דעם אז יואל הערש פוקס טוישט מיינונג יעדע 10 מינוט איז אזוי גוט און שטארק ארויס, אזש ס'שוין געבליבן מיט אים ביי אלע קומענדיגע שפילן. אבער, די תוכן איז שוין כמעט נישט געווען דא, זייער שוואכע מעשיות. די איינציגסטע עמאציאנאלע שטיקל איז דארט וואו ארי אבראמאוויטש ווארפט זיין בענקל מיט כעס, און שרייט "אידישער גאט".

אונטערן אויווען איז געווען מיין געשמאקסטע שפיל פון די אונטערן'ס, ס'איז צוריק צום אריגינעלקייט מיט דעם עקט פון יעדעם עקסטער דארט (נאר ארי מינץ איז אריינגעקומען ווי א מעכצל דארט), געענדיגט מיט קיטשי באלאנד, און מיין באליבטער עקטער פיני פריעד איז דארט געווען, בכלל די יוסי פרענקל עקט איז געווען די צווייט בעסטע פון די אונטערן שפילן דארט. די איידיע פון אפשפילן א בלוט בלבול ווי עס געשעט אין קעלער איז געווען סופער, כ'האב געהאט איין פראבלעם מיט די שפיל, אז כ'האב געקענט פון פארדעם די מעשה פון א ביכל "האוצר בספרד", וואס גאנצע שורות פון די סקריפט זענען פשוט געווען טרענסלעיט פון דארט.

נאכדעם איז געקומען אונטערן שריפט וואס האט מחדש געווען די קאמעדי, אבער קיין שום ערנסטע תוכן איז נישט געווען דארט. לייבי ווידער איז אריינגעקומען זייער זייער גוט פאר א ערשטע עקט, און זאכן קאפי האט אויך דעליווערט א סופער דזשאב. די איידיע מיט די אויפשטענדלער האט מיר נישט געפאלן, כ'ווייס אליינס נישט פארוואס. אונטערן בילד איז אויך געווען מיט די מהלך, אבער אונטערן בילד איז געווען צוויי גאר שטארקע זאכן, איינס, די עקט פון ארי מינץ, דאס איז איינס אין די וועלט געווען. די צווייטע זאך איז געווען די פילע איידיעס וואס איז דארט געווען, יעדע איינציגסטע סצענע איז געווען חידושים נפלאים.

ביי אונטערן רוקן איז געקומען די דריטע ערנסטע דריי, מ'איז געווארן פארנומען מיט פראפ'ס, כאטש וואס ביי אונטערן בילד איז עס שוין עכט אויך געווען, אבער דא איז די היי לייט פון די מעשה געווען די "אויפרייס" און די "אריינווארפן אין וואסער" וכדומה. די קאמעדי איז געווארן אויך פיל מער ערנסט, און אויפגענומען גרויסע שטיקער פון די שפיל, פיל מער ווי ביז דאן. ביי אונטערן שווערד האט עס ממשיך געווען מיט גאר א פראפעסיאנאלע און הויכע ניווא פון פראפ'ס, אויפרייסן וכו', כ'האב ליב געהאט די צאמשמעלצן 2 תקופות, אבער די תוכן... איי די תוכן...

עס איז דא נאך אסאך מער צו שרייבן דערוועגן, אבער דאס איז קודם אין א דזשענערל פוינט אויף וויא, פון די יאסעלע ווארטזאגערס.

שטעטל איז געווען א musical סימילער צו על נהרות - אסאך ניגונים
אבער שטעטל איז די גאנצע קאנסעפט געלאפן אראפצושפילן די דארפישקייט פון אמאל, ממילא די ניגונים זענען אריינגעקומען מער ווי אין אלגעמיין.

איך בין שטארק נתפעל פון דיר, דו גייסט דורך שפיל ביי שפיל און ס'איז עמעזינג צוריקצוקוקן ווי זאכן האבן זיך אנטוויקלט.
איך בין שטארק מיט דיר אויף כמעט אלעס, באט וואס כאפט מיר די מערסטע איז ווי דו פינפוינסט ווען און ווי די מאכן דזשאוקס איז געבוירן געווארן און איז זייט דעמאלט נישט אראפ פון די אונטערן מאפע. און ס'איז פאני ווייל לאצי עקט דאך שוין נישט... אפשר איז שוין צייט צוריקצוגיין צום אלטן?

כולי עלמא מודה אז ווי עלטער א זאך איז אלס בעסער ווערט עס, ווי שיין די ערשטע 2 אונטערן שפילן זענען געווען איז עס פאקטיש געווען די ערשטע, ס'איז נאריש צו זאגן אז ס'פעלט נישט אויס העכערע קוואליטי ווי דאס, בפרט היינט. אבער דאס יא, די ערנסטקייט ווען ס' דארף זיין ערנסט און די קאמעדי ווען מ' דארף קאמעדי איז יא א זאך וואס איך און איך גלייב אנדערע בענקן זיך.

קען מיר איינער דערמאנען צו ביי שווערד איז נישט בעסער געווארן מיט די חלק?
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-

ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 11:08 pm

fiena nieas האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:
אבער ער עקט נישט בכלל נאטירליך
וואס מיינסטו מיט דעם "נאטירליך"?
אז ער איז נישט אזוי ווי א עכטע מענטש איז געווענליך?

איך הער דיין פאוינט . וואס איך מיין צו זאגן אז ער איז נישט נאטירלעך איז אז למשל די לעצטע סאבטאדש שפיל איך האלט נישט ווען ער רעגט זיך אויף זיין זוהן אינדערהיים אדער אין חדר איך מיין ער איז א פרינסעבעל שרייט ער אזוי דעמאלטס שרייט ער גאר אנדערש דאס מיינט ער איז נישט נאטירלעך ער איז אפשר א גיטע עקטער אבער בכלל נישט נאטירלעך אפשר בין איך ראנג אדרבא זיי מיר מסביר

וועל איך דיר ענטפערן, איך זעה מ'זאגט עס דא אויף יוסי פרענקל אויך, ס'איז זייער פשוט. דו מערסט נאטירליכע עקטער אויפן כדור הארץ מוז צומאל זיין אביסל אומנאטירליך, וואס הייסט? ווען דו שטייסט אויף א סטעידזש און ס'זיצן 2 אהאלב טויזנט מענטשן, קליין און גרויס, דער הערט אביסל שוואכער און דער זעהט נישט די קלארסטע וכדומה, מוז דער שטרענגקייט ווערן אביסל איבערגעטריבן אין ארדער יעדער אין די audience זאל באקומען דעם מעסעדזש: יעצט האט ער געשריגן. אא''וו
אז ער ווארפט איינעם אראפ פון זיין בענקל, קען ער אים נישט געבן א קליינע ציפ און ער פליט אראפ פון בענקל, ווייל א דריי פערטל עולם וועט עס נישט באמערקן, מוז ער עס אויסעקטן, ער געט אים א זעץ מיטן פויסט, א שטופ א, א שטויס, יעצט כאפט יעדער איינער וואס ער טוט דא

די זעלבע איז מיט באדי לענגוויטש, דו מוזט פאכענען שטארק מיט די הענט, אז יעדער זאל באקומען דעם מעסעדזש אז דו סטראשעסט יעצט דעם מאשקע פארן נישט באצאלן רענט, אז נישט פעלט אביסל פון די מהוס פון זיין כאראקטער, נאכאמאל מ'דארף האבן די סקילס צו וויסן וויפיל איז שוין טו מאטש און וויפיל איז צו ווייניג, און דעס איז פון די שווערסטע זאכן וואס דויערט צייט ביז ס'קומט אויס 100 פראצענט. און פארדעם לייגט מען אריין שעות פון ריהערסלס.
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2066
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג דעצמבער 02, 2018 6:27 pm

ריטער אבער בשעת ער טוט דאס דארף עס זיין נאטירלאך און נישט פלעיריש צום באפעל סטייל ....
פרענקל מאכט עס טאקע גאר גיט! אבער אבראמאוויטש לעניות דעתי נישט
ווי מיינסטו גייסטו... האט געסאנט ווי קאמעדי...

ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » זונטאג דעצמבער 02, 2018 7:20 pm

fiena nieas האט געשריבן:ריטער אבער בשעת ער טוט דאס דארף עס זיין נאטירלאך און נישט פלעיריש צום באפעל סטייל ....
פרענקל מאכט עס טאקע גאר גיט! אבער אבראמאוויטש לעניות דעתי נישט
ווי מיינסטו גייסטו... האט געסאנט ווי קאמעדי...

אה יעצט האסטו געגעבן אן עקזעמפל, איך האב געענטפערט צו איינער וואס געט סתם א ווארף א סטעיטמענט דער איז נישט נעטשרול יענער איז נישט נעטשרול...

איך עגרי אינגאנצן מיט דיר, דער וואו מיינסטו גייסטו האט מיר געקראכן אויף די הינער אויג
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-

ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » זונטאג דעצמבער 02, 2018 7:24 pm

נאך מער, ס'שטימט אינגאנצן נישט, מ'טרייט דאך היינט אוועקצושטיין פון נוצן לשון קודש און אידישע סטעיטמענטס ווען ס'קומט נישט אריין, א גוי זאל פרעגן "ווי מיינסטו גייסטו הא" קלינגט זיך אף אין מיינע אויערן
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-

ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 1:46 am

תגובהדורך ריטער טויערדאנק » זונטאג דעצמבער 02, 2018 9:23 pm

מצפה לישועה האט געשריבן:פיינע נייעס, איך מיין אז דיין מיינונג קלעבט נישט אינגאנצן מיט בנימין
ווייל יוסי פרענקל, כדוגמא, שפילט גוט בעיקר אלס שלעכטער,
כ'האב אים נאך קיינמאל נישט געזעהן עקטן גוט אלס די גוטער,
אפזר אלס א צווישן כאראקטער
(אונטערן רוקן האט ער נישט ארויס געברענגט קיין טראפ רגש)

איך אלט נישט ממש אז א גוט עקטער קען עקטן יעדע כאראקטער,
וויל יעדע מענטש האט זיין כאראקטער, און ער געבט ארויס די כארקטער פון שפיל דארך זיינס,

חיים יודא האפמאן כדוגמא, וואס כ'מיין יעדער זעהט זיין העכסטע טאלענט, קען איך נישט זעהן אלס דער שוואכער וואס גייט ווינען, ער וועט אלס שפילן דער מלכות'דיגער, שטארקער,
און פון די פלאץ פון די שטארקער קען ער ארויס געבן הרגשים.


אזוי אויך ארי מינץ גייט קיינמאל נישט וויינען: "ניין, טוה דאס נישט!!!" און דאך איז ער א עכט פראפעשאנעל עקטער.

איך מיין איינע פון די זיסקייטן פון ארי אבראמאוויטש איז טאקע דעס אז זיין כאראקטער איז נישט קלאר פון פאראויס, ער קען זיין אמאל די שלעכטער אמאל די גוטער
ער ברענגט יעדע מאל ארויס עפעס אנדערש (כאטש ער עקט אביסל פאלש, איז ער נישט בארינג) די זעלבע איז אויך פוקס.

מה שאין כן יוסי און קופי, וואס קריכן שוין ארויס פון נאז נאך וואס מ'זעהט שוין 10 מאל ווי זיי שפילן די זעלבע כאראקטער.

איך ווייס נישט אויב דו האסט געהערט פון שפילן ווי "דער פראגער גולם" נ''ו "א בליק אויף צוריק" נ''ד דארט איז יוסי א ווייעכע כאראקטער, (ביי פראגער גולם דער מהר"ל, און ביי א בליק דער רב פון טירנוי) די מעין עקטער דארט איז געווען קאפי, און ער איז געווען דער נרדף (שוין דעמאלטס) אבער פאקטיש שפילט יוסי ערנסט און איך האלט ער מאכט עס גאנץ פיין, איך וויל פשוט זאלסט וויסן אז יוסי האט שוין געשפילט ערנסט א שיינע פאר מאל, לאו דוקא דער געשמיסענער פארצרה'טער.

גראדע נאך א פלאץ ווי ער שפילט ערנסט איז אין על נהרות, איך האלט אז דארט איז ער געווען עפעס מורא'דיג אין קערעקטער, מ'רופט עס אין די וועלט character development אנגעהויבן האט ער אלס וואוילער תלמיד פון ירמי' הנביא, אבער ליידער האט ער געהאט א שלעכטע איינפלוס, דער רשע יונתן... וואס יעדער ווייסט, אבער מיטארבטענדיג מיט יונתן האט זיך נאך אלס אנגעזעהן זיין איידלקייט אין זיין קערעקטער, ער האט נישט געפילט זיכער מיט זיך טוענדיג וואס ער האט געטוהן, נאר וואס דען יונתן האט אים בלינד געמאכט אז ירמי מיינט נישט לשם שמים, האט ער זיך געלאזט פון אים. ער פארזיך איז געווען אינעסענט. ענליך איז אויך געווען פוקס'נס קערעקטער אין אונטערן בילד, טאקע ווייטער געווען דער אונטערגעציפטער טו פעיסער ווי מ'רופט עס, העלפט אידן בשעת ער ארבעט צוזאמען מיט ראזשינסקי, אבער דארט איז געווען א טוויסט, ער האט בעצם געוואלט זיין גוט, פשט די עוולות וואס ער האט געטוהן איז צוגעגאנגען מיט א שווער הארץ, ראזשינסקי האט זיך געהאלטן נאנט מיט אים און האט אים אלס פריינט גענוצט אלס שטעקן, טאקע טיפיקל פרענקל פוקס באט למעשה דעי טוויסט האב איך געגליכן ווייל ס'האט עס געגעבן א שטיקל טשעינדש.

יעצט, שפילן מער ווי איין סארט קערעקטער - אמאל איז עס א גלח אמאל איז עס א פויער, מ'רעדט יעצט פון די סארט קערעקטער אפגעזעהן וואס פונקטליך ס'איז, איז א טאלאנט, דאס מיינט נאכנישט אז יעדער קען שפילן אלעס, די פאקט איז אז וועסט נישט זעהן מינץ שפילן דעם קאפי און ווייס ווערסע. ווייל ס'איז פשוט דא איינער פאר די פארט וואס איז בעסער ווי דיר, און אז מינץ גייט באקומען דעם צובראכענע איד גייט עס זיין א מיסטעיק, דו ווערסט טאקע נמאס פון זעהן די זעלבע מענטש שפילן מער ווייניגער די זעלבע זאך, אבער גלייב מיר דו ווילסט נישט זעהן ווי מ'פאדרייט די יוצרות דאס קען איך דיר צוזאגן. נאר וואס יא מ'קען מאכן די קערעקטערס זאלן באקומען מער קאליר, פון איין פלעי צום צווייטן, ווער זאגט ס'מוז אלס זיין א איד אין תפיסה? דאס איז די חכמה געב אים עפעס אנדערש, ס'זאל נישט זיין עפעס וואס דער עולם ברעכט שוין, אבער גענוג דיפרענט אז מ'וועט זאגן wow דעס האב איך נישט עקספעקטעד.

אין יעדער ריר ליגט קאפ און מח... עניוועי

אונטערשטע שורה ס'איז קלאר דא 2 סארטן עקטערס, און ביידע זענען זייער טאלאנטפול:
1. איינער וואס שפילט די בעסטע אראפ איין געוויסע סארט קערעקטער
2. איינער וואס איז א שטיק טאלאנט און וואס דו וועסט אים געבן וועט ער עס גוט אראפלייגן
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-

אוועטאר
גיבראלטאר
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 8:23 pm

תגובהדורך גיבראלטאר » מיטוואך מארטש 06, 2019 2:57 pm

וואס גייט זיין די נאמען פון די קומענדיגע אונטערן פלעי - וואס פאר א סארט מעשה גייט מען שפילן,
און ווער גייט אלץ שפילן דארט , חל המועד פסח תשע''ט ? ; ימים ידברו !
לעצט פאראכטן דורך גיבראלטאר אום דאנארשטאג מארטש 07, 2019 11:47 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
גם זה יעבור

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך מארטש 06, 2019 8:34 pm

א גווווט מארגן.....

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך מארטש 06, 2019 8:54 pm

איינמאל פאר אלע מאל וועל איך דא ארויסלייגן מיינע קשיות און ווער ס'קען איז מכובד מיר צו ענטפערן.

1) ווען אן עקטער איז אויפן סטעידזש טוט ער זיך געווענטליך אויס די ברילן. קען איך נישט פארשטיין ווי אזוי קען ער זעהן זאכן פון דערווייטנס און וויזוי קראכט ער נישט אריין אין קיין זאכן?

2) מ'קען זעהן ווען די עקטערס פרעקטיסן אז זיי קאטשקענען זיך פאר געלעכטער אזש זיי קענען זיך ממש נישט כאפן דאס אטעם. ווי זוי קען זיין אז אויפן סטעידזש גייט קיינער נישט קיין שמייכל געבן. וויזוי קען עס זיין?

איך האב נאך אסאך קשיות. קודם ווער ס'קען זאל ענטפערן דעס.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » מיטוואך מארטש 06, 2019 9:02 pm

אויף נומער 2 איז ווייל זיי לאכן זיך אויס דאס מערסטע אז ביים שפיל איז עס נישט פאני מער
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » מיטוואך מארטש 06, 2019 9:09 pm

nmi האט געשריבן:איינמאל פאר אלע מאל וועל איך דא ארויסלייגן מיינע קשיות און ווער ס'קען איז מכובד מיר צו ענטפערן.

1) ווען אן עקטער איז אויפן סטעידזש טוט ער זיך געווענטליך אויס די ברילן. קען איך נישט פארשטיין ווי אזוי קען ער זעהן זאכן פון דערווייטנס און וויזוי קראכט ער נישט אריין אין קיין זאכן?

2) מ'קען זעהן ווען די עקטערס פרעקטיסן אז זיי קאטשקענען זיך פאר געלעכטער אזש זיי קענען זיך ממש נישט כאפן דאס אטעם. ווי זוי קען זיין אז אויפן סטעידזש גייט קיינער נישט קיין שמייכל געבן. וויזוי קען עס זיין?

איך האב נאך אסאך קשיות. קודם ווער ס'קען זאל ענטפערן דעס.



1) היינט צוטאגס שפילן רוב פון די עקטערס מיט זייער ברילן - אדער מיט ברילן וואס טראגן זייער נומער. ווער נישט האט לענזעס, קיינער גייט נישט ארויף אויפן סטעידזש ווען ער קען נישט גוט זען.

2) בשעת די פלעי קומט נישט צו לאכן, ווייל די קאסטיום, מעיקאפ, לייטינג, און סאונד אפעקט ברענגט אז דער עקטער זאל פארגעסן בכלל וואו ער איז, און ער פאלט אריין אין די מעשה. אבער ביי די פרעקטיס איז מען געהעריג אנגעטוען, און מען איז מער נאטורליך און עכט, דעמאלט לאכט מען טאקע ווייל מ'איז נישט אזוי אריינגעטוען אין די מעשה.

און בכלל רעד זיך נישט איין אז מ'לאכט אזוי פיל ביים פרעקטיסן. מ'לאכט דא דארט און די גוטע געלעכטער שטיקלעך לייגט מען ארויף ביהיינד די סיענס. סתם אזוי לאכט מען נישט.
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

אוועטאר
סענדעלע
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 16, 2019 1:23 pm
לאקאציע: אויף די לבנה

תגובהדורך סענדעלע » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 6:29 am

ברעטל האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:איינמאל פאר אלע מאל וועל איך דא ארויסלייגן מיינע קשיות און ווער ס'קען איז מכובד מיר צו ענטפערן.

1) ווען אן עקטער איז אויפן סטעידזש טוט ער זיך געווענטליך אויס די ברילן. קען איך נישט פארשטיין ווי אזוי קען ער זעהן זאכן פון דערווייטנס און וויזוי קראכט ער נישט אריין אין קיין זאכן?

2) מ'קען זעהן ווען די עקטערס פרעקטיסן אז זיי קאטשקענען זיך פאר געלעכטער אזש זיי קענען זיך ממש נישט כאפן דאס אטעם. ווי זוי קען זיין אז אויפן סטעידזש גייט קיינער נישט קיין שמייכל געבן. וויזוי קען עס זיין?

איך האב נאך אסאך קשיות. קודם ווער ס'קען זאל ענטפערן דעס.



1) היינט צוטאגס שפילן רוב פון די עקטערס מיט זייער ברילן - אדער מיט ברילן וואס טראגן זייער נומער. ווער נישט האט לענזעס, קיינער גייט נישט ארויף אויפן סטעידזש ווען ער קען נישט גוט זען.

2) בשעת די פלעי קומט נישט צו לאכן, ווייל די קאסטיום, מעיקאפ, לייטינג, און סאונד אפעקט ברענגט אז דער עקטער זאל פארגעסן בכלל וואו ער איז, און ער פאלט אריין אין די מעשה. אבער ביי די פרעקטיס איז מען געהעריג אנגעטוען, און מען איז מער נאטורליך און עכט, דעמאלט לאכט מען טאקע ווייל מ'איז נישט אזוי אריינגעטוען אין די מעשה.

און בכלל רעד זיך נישט איין אז מ'לאכט אזוי פיל ביים פרעקטיסן. מ'לאכט דא דארט און די גוטע געלעכטער שטיקלעך לייגט מען ארויף ביהיינד די סיענס. סתם אזוי לאכט מען נישט.

ריכטיג. ווען דער עקטער גייט ארויף אויפן סטעידזש קומט אים נישט צו לאכן. בדידי הוה עובדא, האבעך שוין געעקט אויף עטליכע פלעיס און איך בין אזוי אריין אין די געשיכטע אז ס'איז מיר ניטאמאל איינגעפאלן צו לאכן ווען דער קאמידיער האט געשאסן זיינע וויצן.
נע, איך בין נישט אראפגעפאלן פון די לבנה. . .

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 7:54 am

Wow. איך ווער דא געוואר פיל מיט חידושים. העמער גיין ווייטער

3) וויזוי קען זיין אז א פלעי פון 3-4 שעה זאל אדורך גיין אן קיין שום פלאפס? דא רעדט מען פון א 10-20 עקטערס און שווערע סענסיטיוו פראפס, ווי סך מ'פרעקטעסט שוין סיי די עקטערס און סיי די וואס שטעלן אויס די פראפס דארף דאס זיין אויסגערעכנט 100% כמעט א יעדע ריר פאר ארום 4 שעה אין א צוה. און א מענטש איז נאר א מענטש און אלס קומט אונטער זאכן וואס מ'האט/מ'קען זיך נישט אויסרעכענען פון פארדעם איז וויזוי געלונגט דעס? (גראדע דאס זעה איך נאר ביי די אונטערענס אז ס'גייט אדורך מיט גרויס סוקסעס. ביי אנדערע זעהט מען טאקע אפט ווי עקטערס ווערן פארלוירן אויפן סטעידזש און ווייסן נישט וואס צו טוען נעקסט).

4) די אלע עקטערס האבן אויך דזשאבס איבערן טאג איז וויזוי קענען אוועקגעבן גאנצעטע טעג און נעכט פאר פרעקטיסן?

5) מ'ווייס מיר אז א יוד זאגט קיינמאל נישט פאר א צווייטע יוד "איך גיי דיר הארגענען" אדער " איך גיי דיר מער קיינמאל נישט זעהן" וכו' איבערהויפט ווען מ'פוינט אויף יענעם ווייל א יוד'ס דיבור האט א גרויסע השפעה. סאו וויזוי זעהט מען די עקטערס ווי זיי באניצן זיך יא מיט דיע אויסדריקן און קיינער פארפירט נישט דעראויף? (כ'שטעל מיר פאר אז דאס איז אויסגעארבעט מיט רבנים, כ'וויל אבער וויסן די סוד דערפון)
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט