די "אונטערן חבריא"

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

וועלכע זענען מיינע בעסטע עקטערס, און מיינע בעסטע שפילן פון די "אונטערן חבריא".

חיים פרענקל
19
2%
ארי' גליק
28
3%
חיים יודא האפמאן
23
3%
ארי' אבראמאוויטש
67
8%
יחיאל ליכטמאן
11
1%
חיים אביגדור דייטש
5
1%
יוסף שמואל פרענקל
66
8%
מרדכי הערש הערשקאוויטש
68
8%
אבא ווינקלער
9
1%
שמעון ענגעל
4
0%
יואל הערש פוקס
44
5%
אנשי האלטצמאן
4
0%
חיים מאיר ווערטהיימער
4
0%
יעקב קאפיל עלבויגן
19
2%
איצי ציג
12
1%
יענקי לאנדא
3
0%
אהרן מינץ
55
7%
חיים הערש מאשקאוויטש
9
1%
משה אליעזר פרענקל
10
1%
יעקב יוסף לאנגזאם
78
10%
וועלוול פעלדמאן
51
6%
לייבי וויעדער
41
5%
אברהם חיים גרין
16
2%
אלימלך בלומענבערג
6
1%
אליעזר הערש ראזענפעלד
8
1%
אלימלך ליטשפילד
7
1%
אהרן אלי' פריעדמאן
6
1%
שלום אלי' פעלבערבוים
4
0%
זלמן לייב אייזענבערגער
4
0%
שמעון סורקיס
3
0%
שלומי שטיינמעץ
7
1%
אונטערן באנק
8
1%
אונטערן פענסטער
5
1%
אונטערן שטעטל
3
0%
אונטערן קעניגרייך
11
1%
אונטערן אויוון
15
2%
אונטערן שריפט
18
2%
אונטערן בילד
17
2%
אונטערן רוקן
35
4%
אונטערן שווערד
14
2%
 
סך הכול שטימען: 817

רויעל
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 02, 2018 10:32 pm

די "אונטערן חבריא"

תגובהדורך רויעל » זונטאג מאי 27, 2018 5:42 pm

די "אונטערן חבריא"!!!
ווי באקאנט, ווען מען האלט פאר אן "אונטערן שפיל", הייבט זיך אן אויפצושפילן זייער 'אושפיזין'.. ס'בויעט זיך אשכולות, אהער און אהין, וואס קומט, ווען, וואו, ווער, וכו'...
אבער אין אמת'ן ווייסן מיר אז זיי, "די אונטערן חבריא", שלאפן נישט, און אפי' מ'האלט נישט פאר א פלעי, דרייען זיי, און זיי טוען און מאכן, דא גיבן זיי ארויס סידיס, דא גיבן זיי ארויס דיווידי'ס, ביי געלעגנהייטן מאכן זיי קלענערע פלעי'ס און פראדזשעקטס, און כסדר דורכאויס די יאר איז פארהאן נייעס פון זיי..
איז א גוטע געדאנק צו עפענען אן אשכול פאר זיי, אז כסדר דורכאויס דעם יאר, זאל מען האבן וואו צו שמועסן און מיט טיילן נייעס, בילדער, און ווידעא, פון זיי. און אלעס צו ערפילן זייער עיקר ציל, 'פרייליך מאכן אידישע קינדער'.
_______________
לעצט פאראכטן דורך רויעל אום דינסטאג מאי 29, 2018 6:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » מאנטאג מאי 28, 2018 2:11 pm

א גוטן.. אם.. כ'ווייס נישט צו ער איז דא.. יואל הערש פוקס??.. איר זענט דא? איר הערט מיך?.. יוסי פרענקל?... .. אהרן מינץ? .. לעזער נייהויז??.. קאפי???.. איינער פון ענק איז דא?

נאכאמאל, דעי אשכול הייסט דאך "די אונטערן חבריא".. מיסטאם זענען זיי דא...
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג מאי 28, 2018 2:43 pm

יואל הערש איז זעכער דא דא איבעריגע ווייסעך נישט...

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג מאי 28, 2018 2:49 pm

איך בין אויך דא,

טאקע נישט פון די אונטערן חבריא, אבער איך בין דא צו הערן און שמוסען
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
נישט קיין רעדנער
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 9:25 pm

תגובהדורך נישט קיין רעדנער » מאנטאג מאי 28, 2018 4:04 pm

נייעס פון די אונטערן חבריא אז זיי מאכן אי"ה א דעי קעמפ פלעי גאר אינטרעסאנט דאס יאר סוף זימער אזוי פאראיאר וואס זיי האבן געמאכט די שפיל מיטן נאמען "פארכאפט"
לא איש דברים אנכי, ווער בין איך צו רעדן? אבער אפילו ווען איך האב געזאגט פארן מחותן אז איך גיי רעדן, האט ער אויך געפרעגט ווער ביסטו צו רעדן?! (מדברי הרב לאנגסאם אין תפיסה)

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג מאי 28, 2018 4:36 pm

מער דעטאלן ביטע

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1572
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג מאי 29, 2018 6:16 am

נישט קיין רעדנער האט געשריבן:נייעס פון די אונטערן חבריא אז זיי מאכן אי"ה א דעי קעמפ פלעי גאר אינטרעסאנט דאס יאר סוף זימער אזוי פאראיאר וואס זיי האבן געמאכט די שפיל מיטן נאמען "פארכאפט"

עס איז נישט אונטערן, זיי האבן א חלק פון זייעכע עקטערס, אבער עס האט נישט מיט אונטערן
אין אדם שלא יכול יש אדם שלא רוצה
קרעדיט רולי דיקמאן, כח הרצון

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » דינסטאג מאי 29, 2018 2:28 pm

מקווה איד האט געשריבן:
נישט קיין רעדנער האט געשריבן:נייעס פון די אונטערן חבריא אז זיי מאכן אי"ה א דעי קעמפ פלעי גאר אינטרעסאנט דאס יאר סוף זימער אזוי פאראיאר וואס זיי האבן געמאכט די שפיל מיטן נאמען "פארכאפט"

עס איז נישט אונטערן, זיי האבן א חלק פון זייעכע עקטערס, אבער עס האט נישט מיט אונטערן

אוודאי איז עס. ס'איז "שטיינ-האוס" (שטיינמעץ - נייהויז) פראדאקשאן!!
פון דעי קליינע קעמפ פלעיס האט זיך אנגעהויבן די מעכטיגע אונטערן חבריא!
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

רויעל
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 02, 2018 10:32 pm

תגובהדורך רויעל » דינסטאג מאי 29, 2018 8:50 pm

האמיר ארויפגעשטעלט וואלן אין אנהייב פונעם אשכול, ווער עס וויל קען אפגיבן זיין שטימע..

ליבקעה
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 7:51 am

תגובהדורך ליבקעה » מיטוואך מאי 30, 2018 7:01 am

מדוע ארי אבראמוייטש יצא???

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך מאי 30, 2018 10:50 am

איך האב נאכנישט געשטימט, קודם די פלעיס מיט די עקטערס דארף זיין עקסטערע וואלן, עס איז אזוי ווי איינער האט ליעב געפילטע פיש און איינער צו גיין מיט א קוטשמע,
מקען עס נישט צוגלייכען איינס קעגן צווייטען,
אזוי ווי געשריבן דארף מען קענען וואטען אויף די צוויי בעסטע פלעיס, און דריי בעסטע עקטארס, (פעלדמאן/לאנגזאם וואלט איך קאנסידערט אלס איינס ווייל סאיז א סעט אפ' די פאנטש ליין איז ביי איינעם,)
און נישט אריינרעכענען דירעקטארס און די וואלן
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

רויעל
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 02, 2018 10:32 pm

תגובהדורך רויעל » מיטוואך מאי 30, 2018 12:13 pm

אחת ואחת האט געשריבן:איך האב נאכנישט געשטימט, קודם די פלעיס מיט די עקטערס דארף זיין עקסטערע וואלן, עס איז אזוי ווי איינער האט ליעב געפילטע פיש און איינער צו גיין מיט א קוטשמע,
מקען עס נישט צוגלייכען איינס קעגן צווייטען,
אזוי ווי געשריבן דארף מען קענען וואטען אויף די צוויי בעסטע פלעיס, און דריי בעסטע עקטארס, (פעלדמאן/לאנגזאם וואלט איך קאנסידערט אלס איינס ווייל סאיז א סעט אפ' די פאנטש ליין איז ביי איינעם,)
און נישט אריינרעכענען דירעקטארס און די וואלן

גערעכט, כ'האב טאקע געוואלט מאכן עקסטערע וואלן פאר עקטערס און עקסטערע פאר פלעיס, אבער די פראבלעם איז, אז די סיסטעם דא איז אויסגעשטעלט אז מ'קען נאר איין מאל ארויפשטעלן וואלן אין א אשכול, און דעי איין מאל מיז דווקא זיין ביים פתיחת האשכול.
גלייב מיר, ווען איך קען ווען, וואלט איך עס געמאכט עקסטער.

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:11 pm

די אונטערן חבריא איז א סימבאל פון פראפעסיאנאליזם. פון אידישע און היימישע טאלאנט, פון א קוואל וואס שעפערט מיט קריאטיוועטי, פון א מהלך וואס יעדע שורה איז "פרישקייט".

אבער, זיי האבן אויך געוויזן, אז עס איז זייער שווער צו קענען צושטעלן סיי תוכן און סיי דראמא. ווי מער דראמאטיש און מצב ס'ווערט, אלס ווייניגער האט עס די אמאליגע חן.

קוק אזא שפיל ווי "אונטערן באנק" און איר צווילינג שוועסער "אונטערן פענסטער". די שפילן האבן זיך געדרייט ארון די 3 הויפט פיגורן, די גאר טאלאנטפולע ארי גליק, חיים פרענקל און חיים יודא האפמאן. זייער הויפט טאלאנט איז "אריגינעלקייט". איך באקום טשילס יעדע מאל וואס כ'זעה דעם חיים פרענקל זאגן "הרי אני מוסר נפשי", און איך לאך פון פריש יעדע מאל וואס חיים יודא האפמאן זאגט "דו זעסט די אלטע זאך דארט? נעם עס אוועק! ניין נישט דער אלטער"... בכלל איז אין די מעשה דא פיל מער אמונה און בטחון, און גאר עמאציאנאלע מאמענטן, וואס לדעתי איז עס פון די דירעקטע השפעה וואס שלמה פערל האט אריינגעברענגט אין די שפילן, און טרענירט די ערשטע אונטערן אקטיארן.

ביי אונטערן שטעטל איז געקומען א פרישע מהלך. עס איז ארויסגעוואקסן די קיטשי-באלאנד וואס האבן קיין גראד ווארט נישט געקענט זאגן, עס איז ארויסגעוואקסן א יואל הערש פוקס, און די גאנצע שפיל איז געווען מער א זינגען קאנצערט, אויך די מעשה איז געווארן געשניטן אויף א צווייטע ריכטונג. אין צוגאב איז צוגעקומען די הומאר אין די אנגעצויגענע מצבים, א שטייגער ווי דאס אז דער ריכטער ווארפט פאפירן אין געריכט וואס פליעט אויף אלע זייטן, און האמער'ס אויף לאצי, וועלכע עקשנ'ט זיך איבער די דזשעלי אין די המן טאשן.

אונטערן קעניגרייך האט יעדעם געכאפט אין א מאסיווער סופרייז. דאס איז געווען א שטיק שרעק, מ'האט נישט געוויסט וואו זיך אהינצוטוען פאר פחד. די דזשאב וואס יוסי פרענקל האט דארט דעליווערט, האט ער נאך אין ערגעץ נישט באוויזן. די געדאנק פון דעם אז יואל הערש פוקס טוישט מיינונג יעדע 10 מינוט איז אזוי גוט און שטארק ארויס, אזש ס'שוין געבליבן מיט אים ביי אלע קומענדיגע שפילן. אבער, די תוכן איז שוין כמעט נישט געווען דא, זייער שוואכע מעשיות. די איינציגסטע עמאציאנאלע שטיקל איז דארט וואו ארי אבראמאוויטש ווארפט זיין בענקל מיט כעס, און שרייט "אידישער גאט".

אונטערן אויווען איז געווען מיין געשמאקסטע שפיל פון די אונטערן'ס, ס'איז צוריק צום אריגינעלקייט מיט דעם עקט פון יעדעם עקסטער דארט (נאר ארי מינץ איז אריינגעקומען ווי א מעכצל דארט), געענדיגט מיט קיטשי באלאנד, און מיין באליבטער עקטער פיני פריעד איז דארט געווען, בכלל די יוסי פרענקל עקט איז געווען די צווייט בעסטע פון די אונטערן שפילן דארט. די איידיע פון אפשפילן א בלוט בלבול ווי עס געשעט אין קעלער איז געווען סופער, כ'האב געהאט איין פראבלעם מיט די שפיל, אז כ'האב געקענט פון פארדעם די מעשה פון א ביכל "האוצר בספרד", וואס גאנצע שורות פון די סקריפט זענען פשוט געווען טרענסלעיט פון דארט.

נאכדעם איז געקומען אונטערן שריפט וואס האט מחדש געווען די קאמעדי, אבער קיין שום ערנסטע תוכן איז נישט געווען דארט. לייבי ווידער איז אריינגעקומען זייער זייער גוט פאר א ערשטע עקט, און זאכן קאפי האט אויך דעליווערט א סופער דזשאב. די איידיע מיט די אויפשטענדלער האט מיר נישט געפאלן, כ'ווייס אליינס נישט פארוואס. אונטערן בילד איז אויך געווען מיט די מהלך, אבער אונטערן בילד איז געווען צוויי גאר שטארקע זאכן, איינס, די עקט פון ארי מינץ, דאס איז איינס אין די וועלט געווען. די צווייטע זאך איז געווען די פילע איידיעס וואס איז דארט געווען, יעדע איינציגסטע סצענע איז געווען חידושים נפלאים.

ביי אונטערן רוקן איז געקומען די דריטע ערנסטע דריי, מ'איז געווארן פארנומען מיט פראפ'ס, כאטש וואס ביי אונטערן בילד איז עס שוין עכט אויך געווען, אבער דא איז די היי לייט פון די מעשה געווען די "אויפרייס" און די "אריינווארפן אין וואסער" וכדומה. די קאמעדי איז געווארן אויך פיל מער ערנסט, און אויפגענומען גרויסע שטיקער פון די שפיל, פיל מער ווי ביז דאן. ביי אונטערן שווערד האט עס ממשיך געווען מיט גאר א פראפעסיאנאלע און הויכע ניווא פון פראפ'ס, אויפרייסן וכו', כ'האב ליב געהאט די צאמשמעלצן 2 תקופות, אבער די תוכן... איי די תוכן...

עס איז דא נאך אסאך מער צו שרייבן דערוועגן, אבער דאס איז קודם אין א דזשענערל פוינט אויף וויא, פון די יאסעלע ווארטזאגערס.
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:32 pm

אונטערן בילד האסטו אינגאנצן אויסגעלאזט!

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דאנארשטאג מאי 31, 2018 10:36 pm

יאסעלע האט געשריבן: אונטערן בילד איז אויך געווען מיט די מהלך, אבער אונטערן בילד איז געווען צוויי גאר שטארקע זאכן, איינס, די עקט פון ארי מינץ, דאס איז איינס אין די וועלט געווען. די צווייטע זאך איז געווען די פילע איידיעס וואס איז דארט געווען, יעדע איינציגסטע סצענע איז געווען חידושים נפלאים.
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » דאנארשטאג מאי 31, 2018 11:31 pm

יוסעלע, כ'בין דיר משבח! ס'איז ווערטער וואס האבן געדארפט ארויסגעזאגט ווערן!
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1041
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דאנארשטאג מאי 31, 2018 11:35 pm

שכח הייליגער וואלברוזשער! איך האף אז מ'נעמט נישט ארויס פון מיר קריטיק, ס'פשוט א פוינט אוו וויא. זיי זענען גאר גאר פראפעסיאנאל.
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » דאנארשטאג מאי 31, 2018 11:37 pm

ח"ו, כ'גלייב אז רובא דרובא דא האלטן אויך אזוי.
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג יוני 01, 2018 3:26 am

א גיטן קען מיר איינער פליעז מסביר זיין וואס איז אזוי גיט מיט ארי אבראמאוויטש איך זעה ער האט אסאך וואטס

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » פרייטאג יוני 01, 2018 4:01 am

fiena nieas האט געשריבן:א גיטן קען מיר איינער פליעז מסביר זיין וואס איז אזוי גיט מיט ארי אבראמאוויטש איך זעה ער האט אסאך וואטס

ער איז א מורא'דיגע דשיניעסט ארויס צו ברענגן א פארט מיט א שטארקע געפיל, וואס דאס איז די עיקר וואס אן עקסטער דארף צו קענען.
אגב, כ'שטעל מיך פאר אז ער פארשטייט יעדע סארט
געפיל וואס א מענטש קען האבן, ווייל ער איז א גרויסע פסיכילאג, ממילא קען ער זיך זייער גוט אריינלייגן אין יעדע סארט געפיל און מצב, ווייל ער ווייסט וויאזוי ס'פילט זיך..
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו

אוועטאר
א ישיבה בחור
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2017 9:25 am

תגובהדורך א ישיבה בחור » מאנטאג יוני 04, 2018 6:41 pm

fiena nieas האט געשריבן:א גיטן קען מיר איינער פליעז מסביר זיין וואס איז אזוי גיט מיט ארי אבראמאוויטש איך זעה ער האט אסאך וואטס

ער עקט מוראדיג נאטראל!
ובחרת החיים! לעב ווי א בחור!!!!

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג יוני 04, 2018 6:59 pm

די מעלה פון אונטערן בילד איז -ווי יאסעלע האט ארויגעברענגט- געווען ארי מינץ

ער איז ארויסגעקומען שענער ווי פארדעם און נאכדעם.

נישט נאר ווייל ער האט געהאט א לאנגע פארט,

נאר ווייל ער האט געהאט א שווערע דעליקאטע פארט,

צו עקטן שלעכט און גוט אינאיינעם,

צו דארפן טוישן זיינע געפילן 180 דעגרי,

אשאד מ'גיט אים נישט נאך אזעלכע שטיקער
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג יוני 05, 2018 12:12 am

א ישיבה בחור האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:א גיטן קען מיר איינער פליעז מסביר זיין וואס איז אזוי גיט מיט ארי אבראמאוויטש איך זעה ער האט אסאך וואטס

ער עקט מוראדיג נאטראל!

אקעי שכוח פארן מיך ענטפערן. יעצט לאמיר דיר פרעגן וואס פונקטליך מיינט עקטען זייער נאטראל??

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג יוני 05, 2018 12:14 am

וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:א גיטן קען מיר איינער פליעז מסביר זיין וואס איז אזוי גיט מיט ארי אבראמאוויטש איך זעה ער האט אסאך וואטס

ער איז א מורא'דיגע דשיניעסט ארויס צו ברענגן א פארט מיט א שטארקע געפיל, וואס דאס איז די עיקר וואס אן עקסטער דארף צו קענען.
אגב, כ'שטעל מיך פאר אז ער פארשטייט יעדע סארט
געפיל וואס א מענטש קען האבן, ווייל ער איז א גרויסע פסיכילאג, ממילא קען ער זיך זייער גוט אריינלייגן אין יעדע סארט געפיל און מצב, ווייל ער ווייסט וויאזוי ס'פילט זיך..

אבער ער עקט נישט בכלל נאטירליך

וואלברוזש'ע רבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 9:14 am

תגובהדורך וואלברוזש'ע רבי » דינסטאג יוני 05, 2018 2:45 am

fiena nieas האט געשריבן:
וואלברוזש'ע רבי האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:א גיטן קען מיר איינער פליעז מסביר זיין וואס איז אזוי גיט מיט ארי אבראמאוויטש איך זעה ער האט אסאך וואטס

ער איז א מורא'דיגע דשיניעסט ארויס צו ברענגן א פארט מיט א שטארקע געפיל, וואס דאס איז די עיקר וואס אן עקסטער דארף צו קענען.
אגב, כ'שטעל מיך פאר אז ער פארשטייט יעדע סארט
געפיל וואס א מענטש קען האבן, ווייל ער איז א גרויסע פסיכילאג, ממילא קען ער זיך זייער גוט אריינלייגן אין יעדע סארט געפיל און מצב, ווייל ער ווייסט וויאזוי ס'פילט זיך..

אבער ער עקט נישט בכלל נאטירליך

וואס מיינסטו מיט דעם "נאטירליך"?
אז ער איז נישט אזוי ווי א עכטע מענטש איז געווענליך?

אויב דעס מיינסטו, וועל איך די מסביר זיין מיט א משל.
אויב האסטו אמאל געזען די קליפ פונעם חפץ חיים אדער עני אנדערע קליפ פון זיבעציג אכציג יאר צוריק, האסטו זיכער באמערקט אז די מענטשן פון יענע צייטן האבן זיך אויפגעפירט בשבתם ובקימם אנדערש וואו מיר פירן זיך אויף היינט.
און טאקע דעס טוט ארי אבראמאוויטש.. ווען ער עקט א איד פון זיבעציג יאר צוריק, עקט ער עס מיט די זעלבע סארט נאטירליכקייט ווי וויאזוי מענטשן האבן זיך דעמאלס אויפגעפירט. און אזוי אויך ווען ער עקט א פארט פון הונדערט יאר צוריק און פון צוויי הונדערט יאר צוריק.
און אויב וועסטו אים גיבן א פארט פון היינט צוטאגס, וועסטו אליין איינזען וואו נאטורליך ס'איז. אזוי ווי ביי אונטערן בילד די ערשטע סצענע, און אויך אויף די אן טיימס סטודיאס קליפס.
די תגובה געפעלט דיך?
גיב א שמייכל !!! . . . . . . !


דעי ניק איז נישט אקטיוו


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט