שטאטסמאן האט געשריבן:בענקעל האט געשריבן:
פארשטיי איך נישט ווי די זעסט אזא מוסר השכל אין די ניגון. אפשר קענסטו אביסל מרחיב זיין.
די משל האב איך שוין בעפאר געהערט פון א באקאנטן בעל דרשן. איך געדענק נישט די נאמען אויף די מינוט. די נמשל איז די נשמה וואס איז א חלק אלוקי ממעל, דער רבש"ע בעהט מען זאל עס אפהיטן.
שכח.
כ'בין נישט זיכער אז אונז רעד מיר פון די זעלבע ניגון.
איך רעד פון די צווייטע ניגון אויף מחשבות ווי מאטי פארציילט א מעשה פון א קינד וואס האט געהאט א בלינדע מאמע ל"ע. די קינד האט זיך אייביג געשעמט מיט איר מאמע און זיך נישט ליב געהאט צו דרייען מיט די מאמע. נאך די חתונה האט די קינד אפילו אוועק געמאפט פון די מאמע. האט די מאמע איר געשריבן א בריוו און געלאזט וויסן אז באמת איז זי, דאס קינד, געבוירן בלינד, און די מאמע האט איר אוועק געגעבן אירע אייגענע אויגן כדי זי זאל זענען האבן א גוט לעבן.
עד כאן המעשה.
יעצט, צו די מעשה איז אמת, לכאורה נישט, ווייל ס'איז נישט מעגליך במציאות אוועקצוגעבן אויגן. איא? פיין.
מוז מען זאגן אז ס'איז א משל.
איז וואס איז די נמשל? מאטי זאגט אונז נישט.
דארפן מיר אליינס טראכטן. און, לכאורה, קען מען מסביר זיין אויף דעם מיר ווי איין נמשל.
איז דא וואס זאגן אז די נמשל איז, אז די נשמה איז א חלק אלוקי ממעל וואס די באשעפער האט אראפ געשיקט אויף די וועלט און מ'דארף עס אפהיטן.
דערווייל זע איך נישט וואס די נמשל האט מיט די משל. איינער מוז דאס מסביר זיין פוינט פאר א פוינט כדאי כ'זאל פארשטיין. כ'גלייב נישט מאטי האט דאס געמיינט ווייל דאס איז זייער טיף, און רוב עולם האט, לכאורה, נישט דאס געזען אינעם משל.
עוד יש לומר, אז מאטי וויל ארויסברענגען וויפיל עלטערן געבן זיך אוועק פאר די קינדער, און די קינדער אנערקענען עס נישט, און זיי שפייען נאך אפילו אמאל די עלטערן אין פנים אריין רח"ל.
איז אזוי, ס'קען זיין אז מאטי האט געמיינט די ערשטע מהלך; ס'קען זיין אז ער האט געמיינט די צווייטע מהלך; ס'קען גאר זיין אז ער האט געמיינט עפעס א דריטע פשט.
אדער האט ער געזען אז מ'קען פון דעם אזוי סאך ארויסלערנען, האט ער געוואלט אז יעדער איינער זאל אליינס עפעס ארויסנעמען.
אדער האט ער סתם געוואלט פארציילן עפעס אן עמאציאנעלע מעשה אין זיך סתם ארומשפילן מיט די געפילן פונעם עולם. (וואס כ'האב געהערט פון מענטשן אז די מעשה האט זיי געברענגט צו טרערן, און ווען זיי זענען געוואויר געווארן אז די מעשה איז נישט אמת, זענען זיי געווען זייער ברוגז. זעט אויס אז זיי האבן נישט געכאפט אז ס'דארף גאר זיין דא עפעס א מעסעדז.)
איך האב שטארק געגליכן די חלק פון דערציילן די מעשה און אוועקוואקן... לאז יעדער פאר זיך ארויסנעמען וואס ער וויל! איך פארנעם נישט ווען מ'זינגט אפ א נמשל... די שענסטע פינקי - מיכאל ניגונים האבן א מעשה אן קיין נמשל! צו סיז די לעכטעלע ניגון, און אפילו מייקל בעל עגלה האט א פיצי אויספיהר... לאז די מעשה רעדן פאר זיך!