ליסטע ניגונים פארפאסט דורך הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 6:09 am

ניגון "א רקידה'לע", פון די סידי "לחיים שמחה טיש", פארפאסט דורך ר' משולם.
א רקידה'לע

איך האב עס צוגעלייגט צו די רשימה אויבן.

אוועטאר
sheer vocal talent
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 07, 2017 4:24 pm

תגובהדורך sheer vocal talent » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:01 pm

wow באמת א ישר כח פארן אזוי שיין מסדור זיין
פריילעך שירה, די חבורה

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:29 pm

שמחה ונחת האט געשריבן:די ניגון "כד יתבון" זינגט בעני פרידמאן אויף זיין ערשטע אלבוים "טעמו"
דאכצעך אז עס איז ארויסגעקומען היבש בעפאר לחיים תורה.

כ'זעה אז איר האט עס שוין פארראכטן אויפן מעסטער ליסט :smile:
יישר כח פאר די ארבעט!

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6799
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג פאברואר 18, 2018 9:41 am

אם על המלך טוב
ארויס לכבוד פורים, געזינגען ביים סידי פורים טיש 3 פון ר' יוסף משה כהנא, פארשפרייט בכל תפוצות ישראל.

Audio
https://www.dropbox.com/sh/halbwdq9nsd9 ... e.mp3?dl=0

קרתא דשופריא
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 9:28 am

מוראדיג

תגובהדורך קרתא דשופריא » זונטאג פאברואר 18, 2018 11:00 am

איך האב לאנג גהאפט אז איינער וועט מאכן אזא ארבייט אבער איך האב נישט געחולמט אז סוועט זיין אזוי מוראדיג
לדעתי ר' משולם אליין האט נישט אזא שיינע מסודרדיגע ליסטע

חוץ פון דעם
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » זונטאג פאברואר 18, 2018 4:31 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:הושענא
געזינגען דורך "מענדי ווערדיגער" ביי זיין סידי "תמיד בכל יום".

WOW!!! די גאנצע ליסט האט זיך נאר געלוינט פאר דעם!
שוין יאר'ן וואס איך זיך צו מברר זיין ווער עס האט געמאכט דער ניגון!!
מיין שענסטע ניגון!! [כולל נאכ'ן אויסהער'ן אלע נייע סידי'ס וואס איז ארויס געקומן בימינו אלה]!
מען קען פשוט זיצ'ן אין וויינען פון דעם!!

הושע נא אוי אוי אוי קל נא, אוי אנא הושיעה נא, הושע נא, מחל נא, והצליחה נא........

אוי איז דעס גוט!

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » זונטאג פאברואר 18, 2018 7:28 pm

חוץ פון דעם האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:הושענא
געזינגען דורך "מענדי ווערדיגער" ביי זיין סידי "תמיד בכל יום".

WOW!!! די גאנצע ליסט האט זיך נאר געלוינט פאר דעם!
שוין יאר'ן וואס איך זיך צו מברר זיין ווער עס האט געמאכט דער ניגון!!
מיין שענסטע ניגון!! [כולל נאכ'ן אויסהער'ן אלע נייע סידי'ס וואס איז ארויס געקומן בימינו אלה]!
מען קען פשוט זיצ'ן אין וויינען פון דעם!!

הושע נא אוי אוי אוי קל נא, אוי אנא הושיעה נא, הושע נא, מחל נא, והצליחה נא........

אוי איז דעס גוט!

הושענה איז נישט פון משולם עס איז פון שלום עזרי
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6799
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג פאברואר 19, 2018 7:11 am

קען איינער ברענגן דעהר אלטע הערליכע קליפ?

מסיבת חנוכה תשע״ד, פאר די בארא פארק 'הצלה מעמבערס'
ניגון 'השם מלך' [פארפאסט דורך הרה"ח ר' משולם גרינבערגער הי"ו]
מוטי שטיינמץ / ידידים קווייער

Motty Steinmetz Sings "Hashem Melech" Composed by Meshilum Greenberger

ארץ ישראלי
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 4:38 pm

תגובהדורך ארץ ישראלי » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 2:14 pm

1) דער ניגון "אם על המלך" איז אין פורים טיש 2 און נישט 3
2) דער ניגון "הנשמה לך" פון שלמה כהן איז אין סידי הנה
3) דער ניגון "נעימה" איז אין סידי "אליו" די לעצטע ניגון
4) ס'איז דא טויזנטער טויזנטער ניגונים וואס ס'איז פארפאסט דורך די גרעסטע קאמפאזער'ס און זיי זענען נאך נישט ארויס, דערפאר פארשטיי איך נישט צו וואס דארף מען רעכענען די אלע ניגונים, וואס מן הסתם כמעט קיינער ווייסט נישט וואס זיי זענען (אפי' איך האב יא ביי מיר א גרויסע חלק פון די ניגונים,)

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » זונטאג פאברואר 25, 2018 9:51 am

ארץ ישראלי האט געשריבן:1) דער ניגון "אם על המלך" איז אין פורים טיש 2 און נישט 3
2) דער ניגון "הנשמה לך" פון שלמה כהן איז אין סידי הנה
3) דער ניגון "נעימה" איז אין סידי "אליו" די לעצטע ניגון
4) ס'איז דא טויזנטער טויזנטער ניגונים וואס ס'איז פארפאסט דורך די גרעסטע קאמפאזער'ס און זיי זענען נאך נישט ארויס, דערפאר פארשטיי איך נישט צו וואס דארף מען רעכענען די אלע ניגונים, וואס מן הסתם כמעט קיינער ווייסט נישט וואס זיי זענען (אפי' איך האב יא ביי מיר א גרויסע חלק פון די ניגונים,)

1) איך לייג עס שוין צו...
2) שכוח גוט צו וויסן, איך לייג עס צו...
3) נישט געוואוסט, לייג איך עס אויך...
4) ביסט טאקע גערעכט, איך האב טאקע געטראכט יא אדער נישט עס לייגן, אבער אזוי ווי די אלע זענען זייער פארשפרייט און עטליכע פון דעם האב איך שוין געהערט נאכזינגען, א זאך וואס איך האב נישט געזעהן אזיינ'ס ביי אנדערע, דערפאר האב איך יא מחליט געווען עס ארויפלייגן, (ווען איך וואלט געשריבן נאמערן און געציילט די ניגונים וואלט איך עס מן הסתם נישט גערעכנט, אבער דא האב איך נישט מער ווי באשריבן און מסביר געווען יעדע ניגון, אלזא האב איך געמאכט וואס איך האב געטוהן). איך האף אז דו פארשטייסט מיר...
עכ"פ שכויעח פאר די הערות.

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » זונטאג פאברואר 25, 2018 9:55 am

נאר מיט שמחה האט געשריבן:

דערווייל זעה איך אז סי' גייט נישט צו צולייגן, אפשר איז שוין צו שפעט צולייגן אויף א אייגענע תגובה?!...

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג פאברואר 27, 2018 7:01 am

הושענא
געזינגען דורך "מענדי ווערדיגער" ביי זיין סידי "תמיד בכל יום".

טעות.
הנשמה לך
הנשמה לך והגוף שלך חוסה על עמלך, הנשמה לך והגוף פעלך ה' עשה למען שמך.
געזינגען דורך שלמה כהן ביי זיין סידי "(ווייסיך נישט)"
. אויפן סידי הנה מוזיק ביי רובי.
יעצט געהאט צייט, בין איך שטאט דורך דיין ליסטע, און אלץ א גרויסע פען פאר משולם קען איך זאגן אז די האסט געמכט א פיינעם ארבעט, חוץ הושענה וואס איז ביי שלום עזרי
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » זונטאג מארטש 04, 2018 1:19 pm

נאכן אביסל זיך אינטרעסירן זעהט מיר אויס אז דו ביסט טאקע גערעכט וועגן די ניגון "הושענא", סי' פון שלום עזרי און נישט פון משולם, כ'געדענק נישט פון וואו איך האב גענומען אז סי' פון משולם, שכויעח פארן פאררעכטן.

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » זונטאג מארטש 04, 2018 1:54 pm

מקווה איד האט געשריבן:
חוץ פון דעם האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:הושענא
געזינגען דורך "מענדי ווערדיגער" ביי זיין סידי "תמיד בכל יום".

WOW!!! די גאנצע ליסט האט זיך נאר געלוינט פאר דעם!
שוין יאר'ן וואס איך זיך צו מברר זיין ווער עס האט געמאכט דער ניגון!!
מיין שענסטע ניגון!! [כולל נאכ'ן אויסהער'ן אלע נייע סידי'ס וואס איז ארויס געקומן בימינו אלה]!
מען קען פשוט זיצ'ן אין וויינען פון דעם!!

הושע נא אוי אוי אוי קל נא, אוי אנא הושיעה נא, הושע נא, מחל נא, והצליחה נא........

אוי איז דעס גוט!

הושענה איז נישט פון משולם עס איז פון שלום עזרי

וויאזוי הייסט זיין סידי?

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » זונטאג מארטש 04, 2018 3:09 pm

קאכעדיגע האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
חוץ פון דעם האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:הושענא
געזינגען דורך "מענדי ווערדיגער" ביי זיין סידי "תמיד בכל יום".

WOW!!! די גאנצע ליסט האט זיך נאר געלוינט פאר דעם!
שוין יאר'ן וואס איך זיך צו מברר זיין ווער עס האט געמאכט דער ניגון!!
מיין שענסטע ניגון!! [כולל נאכ'ן אויסהער'ן אלע נייע סידי'ס וואס איז ארויס געקומן בימינו אלה]!
מען קען פשוט זיצ'ן אין וויינען פון דעם!!

הושע נא אוי אוי אוי קל נא, אוי אנא הושיעה נא, הושע נא, מחל נא, והצליחה נא........

אוי איז דעס גוט!

הושענה איז נישט פון משולם עס איז פון שלום עזרי

וויאזוי הייסט זיין סידי?

תמיד בכל יום

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » זונטאג מארטש 04, 2018 7:54 pm

תמיד בכל יום איז פון שלום עזרי?

כל טוב
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

תגובהדורך כל טוב » מאנטאג מארטש 05, 2018 1:33 am

חוץ פון דעם האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:הושענא
געזינגען דורך "מענדי ווערדיגער" ביי זיין סידי "תמיד בכל יום".

WOW!!! די גאנצע ליסט האט זיך נאר געלוינט פאר דעם!
שוין יאר'ן וואס איך זיך צו מברר זיין ווער עס האט געמאכט דער ניגון!!
מיין שענסטע ניגון!! [כולל נאכ'ן אויסהער'ן אלע נייע סידי'ס וואס איז ארויס געקומן בימינו אלה]!
מען קען פשוט זיצ'ן אין וויינען פון דעם!!

הושע נא אוי אוי אוי קל נא, אוי אנא הושיעה נא, הושע נא, מחל נא, והצליחה נא........

אוי איז דעס גוט!

אפשר קען איינער דראפבאקס'ן דעם ניגון?

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מאנטאג מארטש 05, 2018 5:02 am

קאכעדיגע האט געשריבן:תמיד בכל יום איז פון שלום עזרי?

די נאמען פון סידי איז "תמיד בכל יום"
די סידי איז פון מענדי ווערדיגער
די ניגון תמיד בכל יום איז פון פינקי, (תנא דבי אליהו... שהקב"ה יושב ומצפה להם...).
פון שלום עזרי איז נאר די ניגון "הושענא" וואס איז אויפן סידי.

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » מאנטאג מארטש 05, 2018 4:17 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
קאכעדיגע האט געשריבן:תמיד בכל יום איז פון שלום עזרי?

די נאמען פון סידי איז "תמיד בכל יום"
די סידי איז פון מענדי ווערדיגער
די ניגון תמיד בכל יום איז פון פינקי, (תנא דבי אליהו... שהקב"ה יושב ומצפה להם...).
פון שלום עזרי איז נאר די ניגון "הושענא" וואס איז אויפן סידי.

גראדע האט ער 3 ניגונים אויפן סידי
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מיטוואך אפריל 11, 2018 4:04 pm

בית תפלתם
בית תפילתם... חשוב כבמקום אשר יבשלו שם הכהנים את החטאת ואת האשם יצוה ה' חסדו קוממיות השיבנו לנוי לפאר מקום מקדשי לחדש הדר זיוי... טאטע זיסער לייז אונז שוין אויס...
ארויס לכבוד חנוכת הבית בחצה"ק דושינסקיא תשס"ד, סאלא יוסי וויינבערגער.

לעצטנ'ס הער איך אז די'ע הערליכע ניגון איז נישט פון משולם נאר פון איינער "יענקי אבעלעס" פון בארא פארק, אויך א דושינסקיא חסיד, וואס האט עס פארפאסט דעם ניגון לכבוד יענעם חנוכת הבית, (דער יענקי האט שוין ארויסגעגעבן א סידי מיט יארן צוריק, דאכטצעך מיר "כי המלכות"...).
אין יענעם חנוכת הבית האט משולם ארויסגעגעבן נאך א ניגון אויף "מה טובו אהליך יעקב". טאמער האט איינער דעם ניגון וועל איך זיך פרייען ווען ער ברענגט עס ארויף דא...

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » פרייטאג מאי 11, 2018 5:59 am

צוגעלייגט:
4 נייע ניגונים אויפן סידי פון מאטי רוטמאן "זעקתי":
היום
זעקתי
אור לי (שוין דערמאנט אויבן -אלץ סינגל)
שנשמור

ארץ ישראלי
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 4:38 pm

תגובהדורך ארץ ישראלי » דאנארשטאג יוני 21, 2018 8:04 pm

פרידן האט געשריבן:
נודה לך
ואנחנו עמך... נודה לך איי...
ר' משולם'ס "ערשטע ניגון", פארפאסט אלץ בחור און ס'איז אנגעקומען צו ר' יוסף משה כהנא און ווערט געזינגען אויף זיין סידי "נודה לך" מתיקות 2, געווען א שטארקע היט.

זיין ערשטע ניגון טאקע, געווען א היט, איין זאך פשוט עס איז די סקולענע איש חסיד היה ניגון פין מלוה מלכה, נישט עס ענדעלט אין נישט איין תנועה נאר די גאנצע ניגון איז ממש יענע ניגון נאר די ווערטער איז אנדערש
אבער עס מיינט נישט גארנישט עס איז געעוען ממש פין זיין ערשטע ניגון
היינט געשענט עס נישט

גערעדט צו משולם'ען און ער ווייסט גארנישט פון אזא ניגון
וויפל איך געפרובט ער זאל מודה זיין איז נישט געגאנגען. :grin:
די שאלה איז נאר וואספארא סקולענער רעבע האט געמאכט דעם ניגון אויף "איש חסיד"
ווייל אפשר קען גאר זיין אז די מעשה איז פארקערט

נ.ב. אויב איינער קען דא ארויף ברענגען דעם ניגון וועל איך זיייער דאנקען

ארץ ישראלי
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 4:38 pm

תגובהדורך ארץ ישראלי » זונטאג יולי 29, 2018 10:53 am

איך וויל צולייגן נאר א פאר ניגונים וואס איז פארפאסט געווארן דורך ר' משולם
שמח תשמח
געזונגען דורך צבי זילברברג, ארויס אויף א סידי לכבוד זיין חתונה
ובשירי דוד
ארויס אלץ א סינגל דורך צבי זילברברג
א גוטע וואך
געזונגען דורך אהרלה סאמעט אויף זיין סידי אהרלה
הודאה ובקשה
ארויס אלץ א סינגל דורך שימי רבינוביץ
ולשבחך
לפיכך אנחנו חייבים להודות לך ולשבחך ולפארך ולברך ולקדש ולתן שבח והודאה לשמך, אשרינו מה טוב חלקנו ומה נעים גורלינו ומה יפה ירושתינו. - ארויס אויף א חתונה אין דושינסקיא ד' אדר תשע"א
בית ישראל
בית ישראל יראי ה' יכבדו ויודו שמך ה'. הטיבות מאד לראשונים כן תטיב גם לאחרונים - ארויס אויף א חתונה אין דושינסקי
אשירה ואזמרה
ארויס לכבוד די בר מצוה פון ר' מתי גרוזינגר הי''ו, געזונגען דורך יענקי דסקאל
(חוץ פון דעם איז דא נאך אסאך ניגונים וואס ס'איז נאך נישט ארויס, וואס ווי אויבן דערמאנט האלט איך אז ס'האט נישט קיין פלאץ דא אויף די ליסטע)
למשל:
אנא מלך
ועינינו תראינה
ופקדנו
ושיויתי - איטי
ושיויתי - קצבי
חזק קרייתי
חזק קרייתי
חמול
חסדי ה'
יודו שמך
כה אמר
כי קרוב - איטי
כי קרוב - מהיר
כן תחיינו
מה טובו - שוין אויבן דערמאנט ביי די תגובות
מהר עננו
ממקומו
מרחוק - נישט פון מנחם מושקוביץ
עד הנה - איטי
עד הנה - קצבי
עקידה
קה זכות אבות
לעצט פאראכטן דורך ארץ ישראלי אום דינסטאג יולי 31, 2018 8:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יולי 29, 2018 11:50 am

ובמקהלות וואס שטייט עס איז געזינגען געווארן ביי ברכת החמה, איז די זעלבע פון סאטמאר מסע המלכות תשע''ג אין ירושלים?
ווייל איך בין א אייוועלט ניק.

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 5:28 am

א נייע ניגון פארפאסט דורך ר' משולם לכבוד די שמחה בחצה"ק דושינסקיא קומענדיגע י"א טבת הבעל"ט
נודה לך ונספר - ג'מבוי

צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כלל וכלל, קליינקעפיק, שירה פען און 7 געסט