פראפעשענעל קליפס פון זינגערס

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » פרייטאג ינואר 18, 2019 1:22 am

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:זייער שיין.
קליינע הגה, ס'איז נישט קיין פויעם, ווען מ'ליינט איז אזוי פיל גראמען שיין, ביים גראמען לייוו דארף מען דאס צוטיילן פאר צוועלף חתונה'ס.

אויך שווערע ווערטער גראמען, איז אזוי ווי קאווע שטויב, איין ברעקל פאר א גאנץ זעקל, אז נישט ווערט א עקל, און קיינער געט נישט קיין דעקל... שוין לאמיר אים נישט לייגן דא אין פעקל.
בעיקר אסאך הצלחה.

ביסט נישט גערעכט, ווייל ביי א אדווערטייזמענט האט ער עס יא געדארפט מאכן אזוי, און ער האט עס הערליך געמאכט, איך בין ממש נתפעל געווארן ווי גוט ער לייגט אראפ די אלע שורה'לעך גראמען ביי אנהייב חתן כלה מעלות דערווייל-איז וכו' וכו', וואס ווייניג האבן אזא שיינעם חיתוך הדיבור ווען מ'מאכט אזא מין גראם, און ער מאכט עס שענער ווי אסאך גרויסע...
בקיצור, ער איז א פיינער גראמער, זייער א באטעמ'טע שטימע, מלא תוכן, גוטע ניגונים, מיט אלעס וואס א גראמער דארף צו האבן.
אסאך הצלחה.

געפועלט.

Borough Park
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » מוצ"ש ינואר 19, 2019 10:34 pm

פארוואס שלאפט די עולם?
איך בין pro shots

צפנת פענח
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:49 pm

א אידישע מאמע. אברהם מרדכי שווארץ - שלום בראדט

תגובהדורך צפנת פענח » מוצ"ש ינואר 19, 2019 11:07 pm


Borough Park
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » מוצ"ש ינואר 19, 2019 11:23 pm

Thanks
איך בין pro shots

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מוצ"ש ינואר 19, 2019 11:24 pm

טענקס צפנת!

matovu
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

תגובהדורך matovu » זונטאג ינואר 20, 2019 12:50 am

צפנת פענח האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/dh90qzh6zpxyvzj/VIDEO-2019-01-19-19-29-42.mp4?dl=0


וואס איז פשט ?
פארדרייט די ניגון ?
א טען העכער?

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג ינואר 20, 2019 5:07 am

צפנת פענח האט געשריבן:
א אידישע מאמע
אברהם מרדכי שווארץ / שלום בראדט
https://www.dropbox.com/s/dh90qzh6zpxyv ... 2.mp4?dl=0

אלבום חדש, פרי שיתוף פעולה של היוצר ר' אברהם מרדכי שווארץ והנגיד המלחין והמשפיע ר' אנשל פרידמן נמצא בשלבי עבודה מתקדמים, ובינתיים לרגל בר המצווה של הערשי, בנו של ר' אנשל, ביצעו ילד הפלא שלום בראדט ומקהלת "שירה" יחד עם הגראמער ר' אברהם מרדכי שווארץ את הלחן הראשון מתוך האלבום שחיבר אבי החתן ר' אנשל למילים שנכתבו לפני קרוב למאה שנה וזכו לפרסום בינלאומי.

הקליפ ״א אידישע מאמע", צולם באירוע שהתקיים באולמי "עטרת גולדה". העיבוד נכתב על ידי המוזיקאי אברימי גורארי, בניצוחו של מנדי הרשקוביץ ותזמורת סבבה.

-

ווערטער:

איך וויל ביי אייך א קשיא פרעגען
זאגט מיר ווער עס קען
מיט וועלעכע טייערע פארמעגען
בענטשט גאט אלעמען

מען קויפט עס נישט פאר קיינע געלט
דאס געט מען נאר אימזיסט
אין ווער עס האט דאס פארלוירען
וויפיל טרערן מען פארגיסט

קיין צווייטן גיט מען קיינעם נישט
עס העלפט נישט קיין געוויין
אין ווער עס האט דאס פארלוירען
דער ווייסט שוין וואס איך מיין

א יידישע מאמע
עס איז נישט דא בעסער אויף דער וועלט
א יידישע מאמע
אוי וויי ווי ביטער ווען זי פעלט

וויא שיין אין ליכטיג איז אין הויז
ווען דער מאמע איז דארט דא
וויא טרויעריג אין פינסטער איז דארט
ווען זי גייט אויף עולם הבא

אין וואסער אין אין פייער
וואלט זי געלאפען פאר איר קינד
נישט האלטן איר טייער
דאס איז דער גרעסטע זינד

ווי גליקלעך און רייך איז דער
אזא שיינע מתנה געשענקט פין גאט
דאס אלטיטשקע יידישע מאמע
מאמע מאמע מיין

אוי יוי יוי יוי יוי, יוי יוי יוי יוי יוי , מאמע מיין
אוי יוי יוי יוי יוי, יוי יוי יוי יוי יוי , מאמע מיין

--

Audio
https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D
לעצט פאראכטן דורך moishy56 אום זונטאג ינואר 20, 2019 8:26 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 6:38 am

תגובהדורך המסתתר » זונטאג ינואר 20, 2019 5:28 am

לדעתי נישט אזא גלייכע זאך, צו נעמען א הערליכע קאמפאזיציע פון דעם מלך החזנים פון יענעם דור יאסעלע ראזנבלאט, און עס פארדרייען נוצנדיג די זעלבע ווערטער ממש.
ס'איז א פיינע ניגון, פארוואס נישט, אבער מאך אייגענע ווערטער, סקראצט אביסל אין אויער צו הערן א פארדרייטע ניגון (פאר ווער ס'קען גוט די ארגינעלע פארשטייט זיך)
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 653
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » זונטאג ינואר 20, 2019 8:41 am

המסתתר האט געשריבן:לדעתי נישט אזא גלייכע זאך, צו נעמען א הערליכע קאמפאזיציע פון דעם מלך החזנים פון יענעם דור יאסעלע ראזנבלאט, און עס פארדרייען נוצנדיג די זעלבע ווערטער ממש.
ס'איז א פיינע ניגון, פארוואס נישט, אבער מאך אייגענע ווערטער, סקראצט אביסל אין אויער צו הערן א פארדרייטע ניגון (פאר ווער ס'קען גוט די ארגינעלע פארשטייט זיך)

גא"מ
ס'קריצט אין די אויערן

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג ינואר 20, 2019 9:28 am

המסתתר האט געשריבן:לדעתי נישט אזא גלייכע זאך, צו נעמען א הערליכע קאמפאזיציע פון דעם מלך החזנים פון יענעם דור יאסעלע ראזנבלאט, און עס פארדרייען נוצנדיג די זעלבע ווערטער ממש.
ס'איז א פיינע ניגון, פארוואס נישט, אבער מאך אייגענע ווערטער, סקראצט אביסל אין אויער צו הערן א פארדרייטע ניגון (פאר ווער ס'קען גוט די ארגינעלע פארשטייט זיך)

דאס איז נישט יוסעלע'ס קאמפיזיציע. יוסעלע האט עס אויך געזינגן.
פון Wikipedia
My Yiddishe Momme" is a song written by Jack Yellen (words and music) and Lew Pollack (music), first recorded by Willie Howard, and was made famous in Vaudeville by Belle Baker and by Sophie Tucker, and ...

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג ינואר 20, 2019 9:37 am

איצל פיצל האט געשריבן:
המסתתר האט געשריבן:לדעתי נישט אזא גלייכע זאך, צו נעמען א הערליכע קאמפאזיציע פון דעם מלך החזנים פון יענעם דור יאסעלע ראזנבלאט, און עס פארדרייען נוצנדיג די זעלבע ווערטער ממש.
ס'איז א פיינע ניגון, פארוואס נישט, אבער מאך אייגענע ווערטער, סקראצט אביסל אין אויער צו הערן א פארדרייטע ניגון (פאר ווער ס'קען גוט די ארגינעלע פארשטייט זיך)

דאס איז נישט יוסעלע'ס קאמפיזיציע. יוסעלע האט עס אויך געזינגן.
פון Wikipedia
My Yiddishe Momme" is a song written by Jack Yellen
(words and music) and Lew Pollack (music), first recorded by Willie Howard, and was made famous in Vaudeville by Belle Baker and by Sophie Tucker, and ...

בחדרי זאגט אויך אזוי

jack yellen.JPG
jack yellen.JPG (58.5 KiB) געזעהן 450 מאל

אוועטאר
הערסט?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 5:40 pm

תגובהדורך הערסט? » זונטאג ינואר 20, 2019 10:56 am

זענדל האט געשריבן:
המסתתר האט געשריבן:לדעתי נישט אזא גלייכע זאך, צו נעמען א הערליכע קאמפאזיציע פון דעם מלך החזנים פון יענעם דור יאסעלע ראזנבלאט, און עס פארדרייען נוצנדיג די זעלבע ווערטער ממש.
ס'איז א פיינע ניגון, פארוואס נישט, אבער מאך אייגענע ווערטער, סקראצט אביסל אין אויער צו הערן א פארדרייטע ניגון (פאר ווער ס'קען גוט די ארגינעלע פארשטייט זיך)

גא"מ
ס'קריצט אין די אויערן

גם אני מצטרף
ס'איז א שאד... ס'איז גאנץ א גוטן טאן... מיט אנדערע ווערטער וואלט עס נישט בעסער געווען?!
לאנג און זיס

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 6:38 am

תגובהדורך המסתתר » זונטאג ינואר 20, 2019 11:23 am

איצל פיצל האט געשריבן:
המסתתר האט געשריבן:לדעתי נישט אזא גלייכע זאך, צו נעמען א הערליכע קאמפאזיציע פון דעם מלך החזנים פון יענעם דור יאסעלע ראזנבלאט, און עס פארדרייען נוצנדיג די זעלבע ווערטער ממש.
ס'איז א פיינע ניגון, פארוואס נישט, אבער מאך אייגענע ווערטער, סקראצט אביסל אין אויער צו הערן א פארדרייטע ניגון (פאר ווער ס'קען גוט די ארגינעלע פארשטייט זיך)

דאס איז נישט יוסעלע'ס קאמפיזיציע. יוסעלע האט עס אויך געזינגן.
פון Wikipedia
My Yiddishe Momme" is a song written by Jack Yellen (words and music) and Lew Pollack (music), first recorded by Willie Howard, and was made famous in Vaudeville by Belle Baker and by Sophie Tucker, and ...


ייש"כ פארן מיר פאררעכטן, כהאב אלס געמיינט אז סאיז יוסעלע'ס
נאך אלץ, מיין נקודה בלייבט די זעלבע. ווער ס'קען די ארגינעלע וועט עס נישט קענען גלייכן
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » זונטאג ינואר 20, 2019 11:46 am

מקווה איד האט געשריבן:https://drive.google.com/drive/u/1/folders/113kSeXk61uqq2LPsErWZ6aMA13wdwASR

קען איינער זיין אזוי גוט און ביטע איבערלייגן?
עץ חיים הוא למחזיקים בה

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » זונטאג ינואר 20, 2019 12:56 pm

moishy56 האט געשריבן:
צפנת פענח האט געשריבן:
א אידישע מאמע
אברהם מרדכי שווארץ / שלום בראדט
https://www.dropbox.com/s/dh90qzh6zpxyv ... 2.mp4?dl=0



Jumbomail
https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טשיפקא און 31 געסט