אדער יא האט געשריבן:
וואס זענען די אידישע ווערטער, און וואו קען מען הערן די גאנצע?
אויב דו מיינסט דאס.
איז עס דע ווערטער פון מאטי אילאוויטש'ס סידי מחשבות,
דא קענסטו הערן דע גאנצע ליד
דע ווערטער ברענג איך דא, (איך ברענג דע גאנצע ניגון, אבער ער זינגט נאר דע אנהייב):
אויבן אויף א בארג
די אמונה איז שטארק
מיט שמחה שטייען דארט ביידע
געבינדן פיס און הענט
גרייט צו ווערן פארברענט
ליגט יצחק אויף די עקידה
פון דעמאלטס אן
טראגט דאס ארט א פאן
פון קדושה וואס איז דארט פארבליבן
די פּלאץ וואס גאט וועלט אויס
וואו צו בויען זיין הויז
דעם ‘הר המוריה’ אויסגעקליבן
כאטש עס איז פארהאן
פיל פּלעצער וואס קען זיין
שענער’ס ווי די הר המוריה
פיל רייכערע ערד
נו, פארוואס פּונקט דא ווערט
דאס פּלאץ וואו על תילה בנויה
ווייל צדיקים האבן אנטפּלעקט
וואו מ’האט דאס האלדז אויסגעשטרעקט
אין פייער פאר’ן בורא צו גיין
חשוב איז ביי’נ’אים דאס ארט
דער באשעפער וויל אז דוקא דארט
זאל די בית המקדש שטיין
לויט’ן חשבון פון פריער
אז חשוב איז ביי דיר
די פּלאץ וואו מען שטארבט פאר דיינע באפעלן
באשעפער דו זעסט
וואו צו בויען דיין נעסט
האסטו אזויפיל וואו זיך אויסצווועלן
‘אויפ’ן ‘אוטו דא פעי
פאר’ן הנה אלקינו זה
חלילה די אמונה נישט טויפן
צי וועסטו בויען דיין אכסניא
דארטן אין שפּאניע
אויפ’ן זעלבן פּלאץ ווי פונעם שייטער הויפן
אין רוסלאנד הינגעריכטעט
גע’שחט’ען און פארניכטעט
געגאנגען אין פייער פאר דיר
צי וועסטו טאטע קרוין
בויען דיין וואוין
אויף די קאלטע ערד פון די פראסטיגע סיביר
אין אייראפּע וואו דו קוקסט נאר אלס
דעם טויט מעסער אויפ’ן האלדז
מיליאנען אויס’שחט’ן און אויסהונגערן
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב
וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגארן
אין אינדיע מומביי
פארן זיין א חלק אלקי
געקוילעט ווערט מען פון דעם דזשיהאד
די הויז פון בלוט און טרערן
צי קען עס נאך איין טאג ווערן
א בית המקדש אנשטאט א בית חב”ד
ווייל צדיקים האבן אנטפּלעקט
וואו מ’האט דאס האלדז אויסגעשטרעקט
אין פייער פאר’ן בורא צו גיין
חשוב איז ביי’נ’אים דאס ארט
דער באשעפער וויל אז דוקא דארט
זאל די בית המקדש שטיין
אויב ווילסטו דוקא ארץ ישראל
אויף יעדן בארג און טאל
איז פארצייכענט מיט אידישע עקידות
אויף וועלכע גאס
אויף וועלכע אויפרייס
ווילסטו בויען דיינע געביידע’ס
דארט וואו בחורים פארכאפט מען
וואו מתפללים אנקלאפט מען
אינמיטן שחרית מיט העק און מיט מעסער
אוי טאטע ס’שוין גענוג
משיח שוין שיק
און לאז נישט די אויסוואל ווערן גרעסער
חשוב איז ביי’נ’אים דאס ארט
דער באשעפער וויל אז דוקא דארט
זאל די בית המקדש שטיין