נייע אלבום ניגוני סקולען "נועם 2"

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

כ'האב נישט מיטגעהאלטן די גאנצע טענה'עריי, אבער כ'זע דאך וואס מ'רעדט דא... איז קענענדיג אביסל די סקולענע ניגונים לייוו, און הערענדיג דעם סידי עטליכע מאל קען איך מיך אביסל צושטעלן צו די קריטיקירער, ס'האט "עפעס" א מאדערנקייט אין זיך, אמאל מצד די זינגער'ס און אמאל מצד די ארעינדזשמענטס, און יא, פאר עמיצן וואס קוקט ארויס אויף אריגינעלע "חסיד'ישע/אידישע" מוזיק, קיצעלט עס...

אעפ"כ מוז איך אבער מודה זיין אז די ארבעט אוועראלל איז אויסנאם שיין און פראפעסיאנאל! און איך ווייס נישט אויב איך וואלט עס געקויפט ווען ס'האט ווען נישט דעם פראפעסיאנאלן טעקסטשור.

וואס יא, איך וואלט מער אפריציעיטעט ווען מ'לעבט עס אויף מיט מונה/בעלזא סטיל ארעינדזשמענטס, דאס וואלט לכאו' געהאט ביידע מעלות.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

האב איך גרויס הנאה פון טרייסט ניגון, קיין כי הוא הוא משנה געוועיזן
אוועטאר
אבשלום
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 1:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבשלום »

געהערט פון לחיים אז סאיז שוין לאנג נישט געווען אזא גוט גייענדיגע אלבוים, ממש מקען נישט נאכקומען די פארלאנג
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

eller האט געשריבן:
חביבי האט געשריבן:יששכר האט נאר 2 ניגונים, מוטי שטיינמעץ און שרולי ווערדיגער זענען ווי א יון אין די סוכה סתם גע'שחט'ן 2 שיינע ניגונים, jj האט געוואלט עס זאל זיין א הוט... מיר איז גוט א שטריימל אדער א קוטשמע, ווער האט אים געבעטן, מוחל טובות, א בחינה פון כל המוסיף גורע,

לעניות דעתי איז מאטי אויסערגעווענליך גוט.


איך האב געטראפן אין מיינע ארכיוון א אלטע ריקארדינג פון די ניגון 'תעיתי' געזינגען דורך די סקולענע כאר, איך וועל עס מיטטיילן מיטן עולם,

די ניגון הייבט זיך אן 2 מינוט און 30 סעקונדן אין די טרעק
https://www.dropbox.com/s/7xzcf2nh52pky ... 5.mp3?dl=0
חביבי
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

די ריקארדינג איז שוין היפש אלט, די לעצטע יארן זינגט מען שוין צוויי מאל בקש צום סוף פון אונטערשטע פאל.

הויכע פאל פון תעתי אויף דעם רעקארדינג זינגט בערקאוויטש, דער אינגערער.

די מעשה איז אזוי, די סידי איז זייער שיין, די פראבלעם איז נאר, אז די ארויסגעבער האלטן אז טאמער וועט עס האבן א עכטע סקולענע שמעק וועט מען עס נישט קויפן, דער אמת איז ס'קען האבן שיינע מוזיק און האבן א עכטן סקולענע שמעק אויך, פונקט ווי א וויזניצער סידי חן איז די וויזניצער שמעק, עס איז א פשוטער קאמפלעקס.

עס האט גארנישט מיט זינגען פאלש, און גארנישט מיט בני סקולען באשטעטיגן, מ'זינגט עס גוט, אבער עטליכע פון די זינגער האבן נישט ארויס דעם סקולענע שמעק, עס איז א שאד אז מ'דארף פרובירן געפעלן די וועלט, און מ'ווייסט נישט וויאזוי, שיינע מוזיק יא, און סקולען עכט אויך.
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

עס דערמאנט מיר אז תולדות אהרן האט אמאל ארויסגעגעבן א טעיפ ווי די קינדער האבן געזינגען מיטן אמעריקאנעם ריש, כדי צו געפעלן די אמעריקאנער אידן...

ווען איך קויף א תולדות אהרן סידי וויל איך הערן דעם ארץ ישראל'דיגן ריש, און ווען איך קויף א סקולעם סידי וויל איך הערן דעם סקולענעם קוועטש, אודאי עס קען זיין אהערגעשטעלט מיט הערליכע קלאפערגעצייג, די בעסטע מוזיק און אלעס ארום, אבער דעם קוועטש וויל איך נישט פארלירן
אוועטאר
יסוד ארי
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסוד ארי »

חביבי האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
חביבי האט געשריבן:יששכר האט נאר 2 ניגונים, מוטי שטיינמעץ און שרולי ווערדיגער זענען ווי א יון אין די סוכה סתם גע'שחט'ן 2 שיינע ניגונים, jj האט געוואלט עס זאל זיין א הוט... מיר איז גוט א שטריימל אדער א קוטשמע, ווער האט אים געבעטן, מוחל טובות, א בחינה פון כל המוסיף גורע,

לעניות דעתי איז מאטי אויסערגעווענליך גוט.


איך האב געטראפן אין מיינע ארכיוון א אלטע ריקארדינג פון די ניגון 'תעיתי' געזינגען דורך די סקולענע כאר, איך וועל עס מיטטיילן מיטן עולם,

די ניגון הייבט זיך אן 2 מינוט און 30 סעקונדן אין די טרעק
https://www.dropbox.com/s/7xzcf2nh52pky ... 5.mp3?dl=0



איך זעה נישט ווי עס איז אנדערשט ווי אויפן CD
מאטי האט געמאכט א Beautiful Job
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

זבולון ווייס האט געשריבן:עס דערמאנט מיר אז תולדות אהרן האט אמאל ארויסגעגעבן א טעיפ ווי די קינדער האבן געזינגען מיטן אמעריקאנעם ריש, כדי צו געפעלן די אמעריקאנער אידן...

ווען איך קויף א תולדות אהרן סידי וויל איך הערן דעם ארץ ישראל'דיגן ריש, און ווען איך קויף א סקולעם סידי וויל איך הערן דעם סקולענעם קוועטש, אודאי עס קען זיין אהערגעשטעלט מיט הערליכע קלאפערגעצייג, די בעסטע מוזיק און אלעס ארום, אבער דעם קוועטש וויל איך נישט פארלירן


איך ווייס נישט וואס עס קוועטשט אייך אבער דער cd האט אלע קוועטשען וואס די בעסטע קוועטשערס קענען נישט בעסער קוועטשען
און ביטע הערט מיר אויף צוקוועטשען
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

נאכ'ן איבערהערן די סידי עטליכע מאל בין איך געקומען צו די החלטה אז עס איז געווען א תעיתי בנוגע די ניגון תעיתי און מוטי שטיינמעץ האט לענ"ד יא געמאכט גאר א גוטן דזשאב, אפשר קען זיין אז זיי זינגען די ניגון אויף אביסל א שנעלערע beat פון וואס איך בין געווען צוגעוואוינט און דאס האט מיר נערוועז געמאכט אבער מוטי זינגט עס גאר גוט אראפ מיט היבש סקולענע קוועטשן (ער לייגט אפשר אויך צו אביסעלע וויזניץ...)
חביבי
יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר גאלד »

;l
חביבי האט געשריבן:נאכ'ן איבערהערן די סידי עטליכע מאל בין איך געקומען צו די החלטה אז עס איז געווען א תעיתי בנוגע די ניגון תעיתי און מוטי שטיינמעץ האט לענ"ד יא געמאכט גאר א גוטן דזשאב, אפשר קען זיין אז זיי זינגען די ניגון אויף אביסל א שנעלערע beat פון וואס איך בין געווען צוגעוואוינט און דאס האט מיר נערוועז געמאכט אבער מוטי זינגט עס גאר גוט אראפ מיט היבש סקולענע קוועטשן (ער לייגט אפשר אויך צו אביסעלע וויזניץ...)

*טעיתי
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

געקויפט נעכטן דעם אלבום פאר א לאנג דיסטענס טריפ, און וואס קען איך אייך זאגן טייערע אידן, איך ווייס נישט וועלכע מצוה נשגבה מאוד די אלע בשייכות דערמיט האבן געטאן פארדעם אז מ'האט זיי געגעבן אזא זכי' פון הימל ארויסצוגעבן די "נועם 2."

עס איז לדעתי א ווענדפונקט לטובה אין די היסטאריע-אנטוויקלונג פון חסידישע נגינה, אז אזא הייליגע סעריע ניגונים איז ארויסגעקומען מיט אזא פראפעשאנעל פראדאקשען.

די ניגונים
נעמענדיג די סי. די. אין האנט (אינספירירט דורך די קול מבשר אינטערוויו פון נכד כ"ק סקולענער רבי שליט"א) האב איך ערווארטעט די געווענליכע סקולענער ניגונים וואס זענען באקאנט ביים המון עם, א שטאטע אדער שנעלע, אבער געווענליך מיט צוויי פעלער, א "סטעפ" אינמיטן אויף ארויף, און איבערגעזינגען. אבער דא? כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט אז סקולען האט אזעלכע קאמפליצירטע פאזל-געשטיקלטע-כמעט-מודזשיץ ניגונים. און שיין! נישט נארמאל שיין. הייליג, איז דאך אפגערעדט. אויב האט דער סי. די. נאר אויפגעטאן אז די באגריף פון "ניגוני" סקולען איז ארויף ביים המון עם מיט אן א שיעור דרגות אין די רייכקייט און "קאמפלעקסיטי" פון די ניגונים, אין די הערליכקייט פון די תנועות, און אין די קדושה וגעגועין פון די ניגונים וואס רעדט צו יעדן אידיש הארץ, האט מען שוין אויפגעטאן אומשאצבאר.

און טאקע דערפאר איז א געוואלדיגע זאך אז מ'האט געמאכט די פראפעשאנעל פראדאקשען און די מאסיווע מארקעטינג.

ביז יעצט איז "ניגוני סקולען" געווען פאר די "חובבי ואוהדי סקולען." ווי די "מספר מצומצם" ספרים וואס מ'קען נאר קויפן ביי "ביגלאייזן." אבער יעצט, ב"ה, געעפנט אלע טויערן! ווילסט הערן א גוטס? שיין, מוזיק, טייער, הארציג, טאפ טאפ טאפ אין אלע ענינים? איך זאג דיר, קויף "נועם 2." אה, יא, ס'איז דאך ניגונים פון סקולענער רבי, איך וועל עס דען ליב האבן? איך זאג דיר קויף!

עס פעלט די "ארגינעלע סקולעני" געפיל? אבסאלוט נישט! ווער זאגט מ'מוז לערנען די הייליגע תורות פון מרן הק' מסאטמאר זי"ע דוקא אין די שווארצע בענדער וואס די דעקלעך זענען שוין אראפגעפאלן דערפון?

ר' יעקב יוסף, אשריך וטוב לך, ס'ארא דזשאב געמאכט. די מוזיק איז איינס און א גוטס. שטארק, היימיש, חסידיש, דער קלערינעט שפראכלאז. אזויפיל וועל איך יא זאגן, די מוזיק איז "גרויס," אויפגעבויט, די כארס ווי טויזנט מענטשן ביים טיש. סך הכל א פראדאקשען ווי א געדיכטע קאבארנעי וויין, "פול-באדי" ווי מ'זאגט, נישט קיין דינטשיקע ארטיסטישע מאנעוורעלעך.

אבער צוריק צו די ניגונים, געעפנט א נייע וועלט פון ניגוני סקולען, און געעפנט ניגוני סקולען צו באלייכטן די וועלט. ניגונים פון 4-5 שטיקלעך, שווער, קריעטיוו, בנינים גג על גג. ווער האט עס אמאל געוואוסט.

און הייליג דערהויבן, היכל הנגינה בתפארתה. ווען דער יונגל זינגט דעם "זאת נחמתי בעניי" ---- העט מען געהאט א טלית אויף די פלייצע העט מען עס געווען פארווארפן אויף די אייגעלעך און זיך אויסגעוויינט אביסל צום אבינו אב הרחמן. ווידעראום דער "אלו ואלו," הייבט דאך די נשמה מיט'ן גוף ביז די וואלקענס אין איין טענצל. וכו' וכו'.

איר הערט "מלחינים" א-ווי מ'מאכט א קאמפאזיציע? איר הערט זינגערס א-ווי מ'זינגט, א יא? כלל ישראל האט ב"ה א גוטע נאז.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

מזל ;l;p- ;l;p- ;l;p-
הנותן לשכוי בינה...
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

ווער איז דער קלערינעט
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

תרנגול האט געשריבן:מזל ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
הערסט?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 18, 2017 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערסט? »

לדעתי וואלט מען געדארפט ארויס נעמען איין זינגער פון דעם סי די, און שפארן אלע ויכוחים דא. ער פארדרייט א משהו, אבער זינגט נישט עפעס היימיש.
לאנג און זיס
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל »

מאטי איז הערליך
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

למעלה משבעים האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:אדרבה ווער עס האט די נייע סידי נועם, זאל ארויפגיין אויף די האטליין פון אוצר ניגוני סקולעני, און וועט זיך איבערצייגן איבער די דראסטישע חילוק פון די סידי מיט די ארגינעלקייט פון די ניגונים.
7187519744
טאקע למשל די ניגון פון עקביא קען דארט הערן אויף נומבער 1 1 דערנאך 70 (פאר אות ע') דערנאך 2 פאר די ניגונים מיט מוזיק דערנאך 6 פאר עקביא. און הערטס די חילוק אויף די נייע סידי

עס איז זייער א גיטע זאך אז מען האט דאס ארויסגעגעבן, אבער פאר איינער וואס קאכט זיך אין סקולעני ניגונים, קען בשום אופן נישט שעפן קורת רוח פון די נייע סידי וואס איז לויט די היינטיגע גויאישע סטייל, וואס די זאגסט וועגן סקולעני רבי שליט"א קינדער, ווייס איך נישט. איך ווייס וואס איך זעה אז די סידי איז שרעקליך פארדרייט און פארגויאישט פון די ארגינעלע ניגונים

נאכן זען דיינע תגובות, האסטו מיר שוין נייגעריג געמאכט, כ'האב מחליט געווען עס צו קויפן. יעצט אזוי, כ'האב עס אויסגעהערט, און כ'האב נישט קיין אנונג וואס דיין פראבלעם איז, און וויבאלד כ'האב נישט געפלאנט עס צו קויפן און נאר דיינע ווערטער האבן דאס גורם געווען וועסטו זיך מוזן מסביר זיין דיין פראבלעם...

לאמיר זיך מסביר זיין, א סידי באשטייט פון די פאלגענדע חלקים: די ניגון, די ווערטער, דער זינגער, די אונטערזינגער, די מוזיק. וועלכע פון די זענען גויאיש? די ניגון, און ווערטער איז דאך פשוט אז נישט. דער זינגער, און די אינטערזינגער'ס זענען געוואלדיג! כ'זע נישט קיין שום נישט היימישקייט [חוץ ביי איין ניגון איין קליינע תנועה ווי אזוי ער זינגט עס, קען מען זיך דינגן], און זיכער נישט קיין גויאישקייט.

מוז דאך לכאורה זיין אז די האסט גערעדט פון די מוזיק, אבער דאס איז דאך אויך בכלל נישט ריכטיג, פארוואס, ווייל די גויאישע מוזיק ווי עס רופט זיך, איז אדער צעווילדעוועטע מוזיק, אדער די דידזשיטאלע מוזיק, איך האב דערווייל דאס נישט געהערט אויף דעם סידי.

וויבאלד דיינע ווערטער האבן מיר געקאסט געלט זענט איר מכובד מסביר צו זיין וואס איר האט געמיינט דערמיט.

בנוגע אייער ערשטער פראבלעם, איז אזוי, איך האב אין באזיץ א ריקארדינג ווי הרה"צ ר' ישעי' יעקב האט אריינגעזינגן פאר איינעם א שבת ניגון, די זיסקייט דערפון איז ממש אויסצוגיין, יעצט ווען איינער וועט נעמען די ניגון און זינגן מיט ממש די זעלבע תנועה, און איך וועל פראבירן הערן דערין ר' ישעי' יעקב, וועל איך עס ממש נישט קענען הערן, ווייל ס'איז נישט אזוי ווייט די ניגון, ווי די באטעמטקייט און די געשמאק ווי ער זינגט עס.

ממש די זעלבע פראבלעם כנראה שפילט זיך אפ ביי אייך מיט די סידי, איר פראבירט צו הערן אינעם סידי די געשמאק פון זינגן בחברייא מיטן צדיק, די זיסע געפילן וואס שפילן זיך דאן אפ, אבער דאס איז בהכרח נישט די כוונה פון די סידי, און דאס וועסטו קיינמאל! אין קיין סידי באקומען.

ממילא צו קומען קריטיקירן די סידי איז פשוט נישט אין פלאץ, ווייל ס'איז נישט די וועג פון זינגן, און ס'איז נישט די מוזיק, און נישט די זינגער'ס, ס'איז די עצם מציאות אז ס'איז פראפעשנאל און נישט היימיש און געשמאק מיט א חבריא.

כ'ווייס נישט ווי קלאר איך קום אריין, אבער כ'גלייב וועסט פארשטיין וואס איך מיין.


למעלה איך בין מסכים צו כמעט אלעס וואס די שרייבסט, און איך וועל טאקע דא מודה זיין אז נאכ'ן פארן נעכטן א לאנגע וועג צוזאמען מיט א חבר ווען צוויי דריי שעה אין א ציה איז געגאנגען די נייע הערליכע סקולעני סידי, האט מיך מיין חבר אויפגעקלערט אויף מיין טעות און דא וועל איך טאקע מודה זיין ברבים ומודה ועוזב ירוחם.

מער ווייניגער האט מיך מיין חבר אויפגעקלערט אז די סיבה פארוואס איך האב נישט הנאה פון די טעיפ איז בכלל נישט וויבאלד עס איז נישט שיין אדער ח"ו גויאיש, עס איז די נקודות וואס אנדערע האבן שוין ערווענט דא, אז "פשוט איך בין צוגעוואוינט אנדערש" דעריבער האט מיר דאס געגריצלט אין קאפ די סקולעני ניגונים מיט אזא סארט סטייל.

דהיינו למשל ווען איך וואלט אין מיין לעבן נישט געהערט פון סקולעני, איך גיי פשוט אריין אין סטאר און איך זיך א הערליכע נייע סידי, וואלט די נועם 2 סידי נישט געקענט זיין פאר מיר קיין בעסערע אויסוואל, עס איז הערליך אראפגעזינגען שיין און חסידיש. עס איז באמת א יופי פון א סידי, מען קען זיך באלעקן די פינגער מיט די שמאלץ וואס רינט דערויף.

אבער היות איך בין פשוט צוגעוואוינט אז סקולעני ניגונים קומט נישט צו זינגען פראפעשאנעל און אהערגעשטעלט, עס קומט מער צו זינגען מיט א דביקות און א קאך, מיט תנועות וואס איז נישט אנגעשטעלט נאר קומט ארויס דירעקט פון די נשמה, אזעלכע טיפע קרעכצן וואס איז א סתירה מיט פראפעשינאליזם, דעריבער האט די סידי וואס איז אהערגעשטעלט אויף א צורה ווי די היינטיגע סידי'ס האט מיר דאס נישט געקענט אריינדרינגען אין מיין נפש.

למעשה חוץ פון די פראבלעים, האב איך טאקע מודה געווען צו מיין חבר, נאכ'ן דאס אויסהערן עטליכע שעה, אז די סידי פאר זיך איז א מייסטער ארבעט, און דוקא יא חסידיש, עס איז נאר מער פאר מענטשן פון די גאס וואס ווילן זיך אנשעפן מיט ערליכע ניגונים, וואס אין די זעלבע צייט זאל דאס זיין הערליך און פראפעשענאל.

אבער איין זאך האב איך זיכער אויפגעטוהן, אז א דאנק מיר האסטו געקויפט די סידי..
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
יעפ, כ'האב באמת הנאה געהאט פון דעם סידי, יישר כח דערפאר...
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

די סידי האט מיך ממש געגעבן א הרהור תשובה. הערנדיג די ניגון ויהי החודש הזה, עס האט מיך דערמאנט וויאזוי דער רבי זינגט דאס מיט אזעלכע געטליכע געגועין והשתפכות הנפש נוראה.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

אינעם ארטיקל אין קינדליין שרייבן די סידי ארויסגעבער אז זיי האבן געדארפט קלויבען פון איבער טויזענט סקולענע ניגונים!!
איז דאס א אמת׳ע נומבער? אדער גוזמא קתני?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35245
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א וודאי א ריכטיגע נומער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמעלע »

נישט געליינט אלע תגובות און קריטיק. אבער לויט מיין מיינונג איז די סידי א דורכברוך אינעם חסידישן עולם הנגינה.
א אויסטערליש רייכע און הערליכע סידי. הערליכע ניגונים, די זינגערס זענען דאך ממש די שענסטע חסידישע זינגערס וואס כלל ישראל פארמאגט. די חסידישע געשמאק, שיינקייט, און ווארימקייט פון די ניגונים איז דאך אומבאשרייבליך, און ווער רעדט נאר פון די מוזיק.. עס שטייגט איבער אלעס, הערליכע, רייכע און עכטע מוזיק

הלואי הלואי זאלן אלע סידיס ארויסגעבער פון חסידישע הויפן זיך אפלערנען פון דעם סידי און ארויסגעבן אזעלכע שיינע קוואליטעט

אסאך מאל קומען ארויס סידיס פון אלטע ניגונים וואס איך וויל הערן, ווייל איך גלייך אלטע ניגונים, אבער די מוזיק איז אזוי נישט ציענדיג אז נאכן איינמאל הערן לייג איך עס אוועק אויף שפעטער נאכדעים וואס איך וועל ענדיגן הערן אנדערע סידיס וואס ציען מיך מער (די שפעטער קומט געווענליך נישט אן שטייצעך..)

די לעצטע פאר חדשים זענען ארויסגעקומען א פארפלייצונג פון סידיס איינס בעסער און איינס שוואכער, איך קויף רוב נייע סידיס צו הערן אויפן וועג צו דזשאב, א חלק סידיס הער איך איינס צוויי מאל און באזייטיג עס, און א חלק סידיס קען איך הערן מערערע מאל. דעי סידי ליגט מיר שוין אין קאר אפאר וואכן און איך האלט עס איין איבערהערן.

א הערליכע סידי A++++
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

האמיר זיך איינגעהאנדלט דעם סידי. א הערליכע ארבעט.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

געקויפט. מ'האמיר גאר גאר שטארק הנאה!

כמותו ירבו בישראל!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

shalsheles האט געשריבן:אינעם ארטיקל אין קינדליין שרייבן די סידי ארויסגעבער אז זיי האבן געדארפט קלויבען פון איבער טויזענט סקולענע ניגונים!!
איז דאס א אמת׳ע נומבער? אדער גוזמא קתני?

טויזענטער בלי גוזמא, יארן לאנג ניגונים און ניגונים, תנועות על תנועות, אה...
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”