נייע סאטמארע סידי - ״פונעם סאטמארן הויף״

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 1:45 pm

די נענועים ניגון איז דא צו הערן אויפן הושענא רבא טעיפ משנת תשי"ד. מורא'דיג קלאר. מ'הערט אויך דעם רבי'ן זינגען.

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

תגובהדורך Surface » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 2:36 pm

בלעטל האט געשריבן:די נענועים ניגון איז דא צו הערן אויפן הושענא רבא טעיפ משנת תשי"ד. מורא'דיג קלאר. מ'הערט אויך דעם רבי'ן זינגען.

מ'קען עס אויך הערן אויך קול דודי דופק (כ'ווייס נישט צו ס'איז פונעם זעלבן יאר, אבער זייער קלאר און מ'הערט דעם רבי'ן זינגען).
718-989-6844
דרוק 1 > 7 > 5 > 26 > 1 > 0 > 1 > 9333

בענאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 3:07 pm

לשבחם יאמר אז די נענונים ניגון וואס די "סאטמארע קאפעליע" האט ארויסגעגעבן עטליכע יאר צוריק האבן זיי געמאכט גאר גאר א גוטע ארבעט. לויט ווי איך האב שוין גערעדט מיט אסאך מדקדקי נגינה וואס קענען גוט דעם ניגון אויפן האר. אויך אויף די כל מקדש ניגון האבן זיי אמאל ארויסגעגעבן זייער א שיינע ארבעט מיט א פייפער. הערליך שיין.

לאמיר האפן אז יעצט אויף אהבה רבה וועלן זיי מאכן א גוטס. די ניגון איז היבש שווער, און ווערט שנעל פארדרייט
די אלטע משוררים פון רבי'ן ז"ל פלעגן זיך אלס רעגן דערויף

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 3:10 pm

בענאק האט געשריבן:לשבחם יאמר אז די נענונים ניגון וואס די "סאטמארע קאפעליע" האט ארויסגעגעבן עטליכע יאר צוריק האבן זיי געמאכט גאר גאר א גוטע ארבעט. לויט ווי איך האב שוין גערעדט מיט אסאך מדקדקי נגינה וואס קענען גוט דעם ניגון אויפן האר. אויך אויף די כל מקדש ניגון האבן זיי אמאל ארויסגעגעבן זייער א שיינע ארבעט מיט א פייפער. הערליך שיין.

לאמיר האפן אז יעצט אויף אהבה רבה וועלן זיי מאכן א גוטס. די ניגון איז היבש שווער, און ווערט שנעל פארדרייט
די אלטע משוררים פון רבי'ן ז"ל פלעגן זיך אלס רעגן דערויף

וועלכע ניגון מיינסטו מיט כל מקדש? לכאורה די פתחו לי ניגון וואס מ'האט ארויפגעלייגט אויף כל מקדש. שטימט?
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 3:30 pm

בלעטל האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
נועם סטאדיאו האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אויב וועלן די ניגונים זיין אראפגעזונגען פונקטליך מקוריות'דיג אן קיין חכמות דריידלעך און הוספות וועל מיר עס גלייכן.

ביי דעם איז אזוי, מיר זענען נאכגעגאנגען סיי פון אלטע טעיפס און סיי זיך נאכגעפרעגט ביי עלטערע אידן סיי וויאזוי די ניגונים זענען נתחבר געווארן און סיי וויאזוי מ׳האט עס למעשה געזונגען, און מיר זינגען עס אראפ וויאזוי דער מחבד האט עס געמאכט, פארשטייט זיך אז ס׳וועלן זיין אזעלעכע וואס וועלן נישט וועלן גלייבן און הערן אז אזוי קומט עס ריכטיג, נא אויף דעם קענען מיר זיי נישט העלפען, אבער אז מיר געבן ארויס אן עמטליכע סידי פון די ניגונים דארף מען עס זינגען וויאזוי דער מחבר האט עס געמאכט.

אזוי? האב איך הנאה.

א דאנק אייך, זאלט איר האבן פיל הצלחה במעשה ידיכם.

רעב פארשלאפן גייסט אנהייבן צו זינגען די נענועים ניגון אנדערש ווי דער רבי האט עס געזינגען און ווי מ'זינגט עס אין סאקמער די לעצטע זיבעציג יאר לכה"פ. ווייל מ'איז געוואויר געווארן אז דער מחבר האט געגעבן א אנדערע קוועטש..?

קען מען דעם ניגון מרוסטוב אויך טוישן ועוד הרבה. ס'נישט קיין חכמה.

אין שו"ע שטייט מ'זאל נישט טוישן ניגונים וואס דער עולם איז שוין געוואוינט.

די נענועים ניגון האט אסאך טעותים, און יעגע פון זיי האט זיך איינגעגעסן אין א באזודערע צייט במשך די לעצטע 30 - 40 יאר, איך האב לעצטנס געמאכט אביסל ריסוירטש דערויף.

די אריגינעלע קען מען הערן אויף סאנדל'ס טעיפס, און אויפ'ן סידי וואס קהילת מהר"א האט ארויסגעגעבן אפאר יאר צוריק.
אויב קלינגט עס, איז א סימן אז ס'איז קליינגעלט.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 3:37 pm

די פון די סידי איז אביסל אנדערש ווי דאס וואס דער רבי זינגט תשי"ד

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 7:55 pm

בענאק האט געשריבן:לשבחם יאמר אז די נענונים ניגון וואס די "סאטמארע קאפעליע" האט ארויסגעגעבן עטליכע יאר צוריק האבן זיי געמאכט גאר גאר א גוטע ארבעט. לויט ווי איך האב שוין גערעדט מיט אסאך מדקדקי נגינה וואס קענען גוט דעם ניגון אויפן האר. אויך אויף די כל מקדש ניגון האבן זיי אמאל ארויסגעגעבן זייער א שיינע ארבעט מיט א פייפער. הערליך שיין.

לאמיר האפן אז יעצט אויף אהבה רבה וועלן זיי מאכן א גוטס. די ניגון איז היבש שווער, און ווערט שנעל פארדרייט
די אלטע משוררים פון רבי'ן ז"ל פלעגן זיך אלס רעגן דערויף

גראדע וועט אויף די יעצטיגע סידי נאך נישט זיין די אהבה רבה ניגון מיר האבן נישט געוויסט אז מענטשן ווארטן דערויף, נאר לעצטענס האט מען אנגעהויבן צי הערן מער און מער אז ס׳איז דא א פארלאנג דערויף און ס׳איז טאקע אין פלאן פארן נעקסטן סידי מיטן אייבערשטענס הילף, אבער אפי׳ אויף די יעצטיגע וועט אי״ה זיין פיינע סחורה.

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 7:56 pm

פישל האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:לשבחם יאמר אז די נענונים ניגון וואס די "סאטמארע קאפעליע" האט ארויסגעגעבן עטליכע יאר צוריק האבן זיי געמאכט גאר גאר א גוטע ארבעט. לויט ווי איך האב שוין גערעדט מיט אסאך מדקדקי נגינה וואס קענען גוט דעם ניגון אויפן האר. אויך אויף די כל מקדש ניגון האבן זיי אמאל ארויסגעגעבן זייער א שיינע ארבעט מיט א פייפער. הערליך שיין.

לאמיר האפן אז יעצט אויף אהבה רבה וועלן זיי מאכן א גוטס. די ניגון איז היבש שווער, און ווערט שנעל פארדרייט
די אלטע משוררים פון רבי'ן ז"ל פלעגן זיך אלס רעגן דערויף

וועלכע ניגון מיינסטו מיט כל מקדש? לכאורה די פתחו לי ניגון וואס מ'האט ארויפגעלייגט אויף כל מקדש. שטימט?

גראדע אויך אין פלאן איבער צילייגן אויף די קומענדיגע..

פימפערנוטער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

תגובהדורך פימפערנוטער » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 11:21 pm

ווארטן מיר מיט שפאנונג

אוועטאר
יאצמעך
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 12:02 am

שטעל מיר זיך אין די רייע.

נועם, די נענועים ניגון גייט יא זיין אויף די סידי?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 6:44 am

יאצמעך האט געשריבן:שטעל מיר זיך אין די רייע.

נועם, די נענועים ניגון גייט יא זיין אויף די סידי?

ניין.
מיר האבן געטרייט אז ס'זאל זיין געבעלענסט מיט ניגונים וואס יעדער קען און ניגונים וואס זענען נישט אזוי באקאנט, האבן מיר באשלאסן אז די נענועים ניגון איז דאך פאר נישט צי לאנג צוריק ארויסגעקומען וועלן מיר עס איבער לאזן פאר אביסל שפעטער און יעצט זאל זיין אנדערע חידושים

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 6:45 am

אי''ה קומענדיגע וואך וועלן מיר ארויס לייגן די ליסטע פון די ניגונים וואס וועלן אי''ה זיין אויף די סידי

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 8:23 am

זעט אויס גאר אינטערסאנט, מיר ווארטן דערויף.

אגב, פארוואס מאכט מען נישט קיין פראפעשינעל מוזיק ? לוינט נישט די אינוועסטמענט ?

נ.ב. אפשר וואלט געווען א איידיע מזאל אינמיטן די נענועים ניגון הערן דעם רבי'נס קול, וויזניץ האט אזוי געמאכט מיט כבודו ווי מהערט דעם אמרי חיים.

איין פראבלעם, הרב מיללער וועט שוין באלד שרייען עשוני בני ככינור.....

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 9:51 am

מיר זענען נישט געווען גרייט צי אינוועסטן ארום 50,000 פאר א פראדזשעקט וואס מער ווייניגער נאר סאטמארע אידן וועלן קויפן.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 9:57 am

אויב די וואקעלס וועלן זיין פראפעשאנעל, סיי די סאלאס און ״בעיקר די כאאר״, וועט מען עס אי״ה קויפן.

א געהעריגע סידי קויפט מען פאר די הנאה פון די מוזיק (עכ״פ איך), אבער דא רעדט מען פון א צווייטע זאך.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 10:04 am

נועם סטאדיאו האט געשריבן:מיר זענען נישט געווען גרייט צי אינוועסטן ארום 50,000 פאר א פראדזשעקט וואס מער ווייניגער נאר סאטמארע אידן וועלן קויפן.

קען זיין אז איר האט רעכט, אבער פיל אינגעלייט אזוי ווי אני הקטן לעכצן נאך אריגענעלע חסיד'ישע ניגונים אפגעזען פון וועלכער הויף, מיין קאלעקציע אנטהאלט אוצרות פון אלע קרייזן גלייך און יעדע פרישע זאך ווערט געקויפט און געהערט מיט דארשט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 10:48 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:אויב די וואקעלס וועלן זיין פראפעשאנעל, סיי די סאלאס און ״בעיקר די כאאר״, וועט מען עס אי״ה קויפן.

א געהעריגע סידי קויפט מען פאר די הנאה פון די מוזיק (עכ״פ איך), אבער דא רעדט מען פון א צווייטע זאך.

גוט ארויסגעברענגט! ווען איינער קויפט אזא סידי איז עס מיט אן אנדערע ציל ווי ווען מ'קויפט עני סתם סידי וואס א זינגער גיט ארויס, אוודאי האט מען אריין געלייגט מורא'דיגע כוחות אז די מוזיק זאל זיך הערן זייער רייך, אבער בעיקר דארף דא די וואקעלס און די קווייער זיין רייך, ווייל דער עיקר איז צי הערן גוט די ניגונים און נישט אזוי ווייט די איבעריגע זאכן וואס דארפן נאר באגלייטן און מאכן בא'טעמ'ט און געשמאק צי הערן. אבער נישט געזארגט איר וועט נאך סאפרייזט ווערן וואספארא שיינע מוזיק מ'קען מאכן מיט א קיבארד!

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 11:07 am

ווען איז דאס אין די געשעפטן?

אוועטאר
יאצמעך
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 11:10 am

כא כא כא האט געשריבן:מיר האפן מיטן אייבערשטענס הילף די וואך פון כ''א כסלו
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

יוסיף דעת
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

תגובהדורך יוסיף דעת » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 11:21 am

נועם סטאדיאו האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:אויב די וואקעלס וועלן זיין פראפעשאנעל, סיי די סאלאס און ״בעיקר די כאאר״, וועט מען עס אי״ה קויפן.

א געהעריגע סידי קויפט מען פאר די הנאה פון די מוזיק (עכ״פ איך), אבער דא רעדט מען פון א צווייטע זאך.

גוט ארויסגעברענגט! ווען איינער קויפט אזא סידי איז עס מיט אן אנדערע ציל ווי ווען מ'קויפט עני סתם סידי וואס א זינגער גיט ארויס, אוודאי האט מען אריין געלייגט מורא'דיגע כוחות אז די מוזיק זאל זיך הערן זייער רייך, אבער בעיקר דארף דא די וואקעלס און די קווייער זיין רייך, ווייל דער עיקר איז צי הערן גוט די ניגונים און נישט אזוי ווייט די איבעריגע זאכן וואס דארפן נאר באגלייטן און מאכן בא'טעמ'ט און געשמאק צי הערן. אבער נישט געזארגט איר וועט נאך סאפרייזט ווערן וואספארא שיינע מוזיק מ'קען מאכן מיט א קיבארד!


יא איך פארשטיי דאס זייער גוט ווייל איך הער נאך היינט די טעיפס סידיס פון אנעים זמירות געשפילט דורך ר' בנציון משה רז"ב ווייל די עיקר וואס איך וויל הערן איז די נגונים נישט די מוזיק.
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן משנה יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 10:40 am

היצטערט וועל איך ברענגען די ליסטע פון די ניגונים פונעם נייעם סידי.
יעלה/גשם
הקפה תשכ''ו
שלום עליכם צ' יארן
מארש תשל''א
אודה תשל''ט
הקפה תשי''א
הקפה תשט''ז
קל אדון
אזמר בשבחין צ' יארן
וכל מאמינים תשכ''ד

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 1:09 pm

נועם סטאדיאו האט געשריבן:היצטערט וועל איך ברענגען די ליסטע פון די ניגונים פונעם נייעם סידי.
יעלה/גשם
הקפה תשכ''ו
שלום עליכם צ' יארן
מארש תשל''א
אודה תשל''ט
הקפה תשי''א
הקפה תשט''ז
קל אדון
אזמר בשבחין צ' יארן
וכל מאמינים תשכ''ד


וואס איז דער שלום עליכם ניגון? די באקאנטע שלום עליכם וואס מ'זינגט אין סאטמאר?
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 4:55 pm

ניין.
אין דער אלטער היים איז געווען איעדעס יאר א נייע שלום עליכם ניגון מיט א נייע קל אדון ניגון און נאך, די ניגונים וואס מ׳זינגט היינט איז די לעצטע ניגון פאר די מלחמה, און דאס איז געבליבן, אבער די ניגון אויפן סידי איז מער פון די אנהייב צ׳ יארן, נאך א איד איז שוין טאקע געקומען זאגן אז ער האט אויך עפעס אן אלטע שלום עליכם ניגון וואס זיין טאטע פלעגט עס זינגען וואס זייער ווייניג אידן קענען עס ועוד חזון למועד.

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 10:21 pm

דאס איז א ניגון וואס איז נישט אזוי באקאנט, די וועלכע דאווענען אין ביהמ"ד הג' אין קרית יואל ראש השנה, דארפן דאס צו קענען. ווייל ר' בעריש אפפעל וואס איז בעל תפילה שוין יארן אין ביהמ''ד הג' זינגט דאס יעדעס יאר ר"ה ביי שחרית. דאס איז געווען א שלום עליכם ניגון אין איינע פון די אנהייב תר"צ יארן, זיין טאטע ר' גדלי' אפעל האט עס בשעתו פארצייכנט, און ער פלעגט עס זינגען אלע יארן, און ר' בעריש זינגט דאס ימים נוראים ביים דאווענען

שליו ודגים
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 11:28 am

אה די נגון שוין לאנג געוואלט קענען יישר כח פאר'ן עס ארויפברענגען א עקסטערע נעימות ווי ר' בעריש זינגט די נגון יעדעס יאר ראדא די דיי


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], בא שבת בא מנוחה, לאמיר פארשטיין, פרא איי וועלט און 24 געסט