פארקויפן טיקעטס פאר א פלעי, איידיעס...

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22935
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

פארקויפן טיקעטס פאר א פלעי, איידיעס...

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 2:30 am

אין די אנדערע אשכול טוצעך לעבעדיג איבער די אונטערן פלעי טיקעטס, דער עולם קאמפלעינט - און מיט רעכט איבער די פארקויפעכץ סיסטעם... ס'טויג נישט!!

די שאלה איז, וואס קעמען יא טוהן? לאמער הערן עפעס פראקטיש...

די פשוטע וועג וואס יעדער זאגט גלייך, גיי צו א פראפעשענאל סייט וואס פארקויפט טיקעטס, למשל "טיקעט מעסטער" און זאלן זיי עס פארקויפן... אויבן אויף איזעס גוט, די פראבלעם איז אבער אז זיי זענען זייער טייער, און גיין צו זיי וועט אוטאמאטיש ארויפטרייבן די פרייזן פון טיקעטס...

און אז מ'רעדט שוין פון העכערן פרייזן, האבן מאנכע געזאגט אז מ'זאל פשוט העכערן די פרייזן פון די טיקעטס וועלן ווייניגער מענטשן קויפן... ס'וועט פשוט נישט זיין מער עפארדעבל... איבעריג צו זאגן אז זיי ווילן נישט הערן אזא זאך, און טראצדעם וואס זיי זענען די ברענד נעים זענען זיי ביליגער ווי אנדערע פלעיס...

נישט פארגעסן, מ'מוז אויך אינזין האבן די קינדער וואס זייערע עלטערן האבן נישט קיין צוטריט צו די אינטערנעט, סאו מ'דארף טרעפן אז סאל זיין עוועלעבל אין סטארס...

לאמער צוזאמען טראכטן, וויזוי קעמען אויסשטילן די טיקעטס פארקויפן אז סאל זיין יושר'דיג, אן מאכן מענטשן ווארטן אין ליין פאר שעות, און קינדער זאלן קענען קויפן און נישט צו טייער אז סאלזעך לוינען פאר די אנפירער עס צו מאכן..

קלארשטעלונג, איך רעד נישט בשם קיינעם און אונזער דעסיזשן האט גארנישט מיט די אונטערן חבריא... סיז סתם א שמועס און איך האף אז אויב איינער וועט אויפקומען מיט א גוטע איידיע וועלן זיי עס אימפלעמענטן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:48 am

די ערשטע זאך זאלן זיי אין א יעדע שטאט פארקויפן טיקעטס אין צעהן סטאר'ס, אזוי אז ס'זאל נישט זיין איין סטאר ווי די גאנצע שטאט לויפט זיך צוזאם און עס ווערט א גאנצע באלאגאן, און מ'דארף שטיין אין א רייע פאר פינף שעה.

אוועטאר
מצפה לישועה
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 10:03 pm

תגובהדורך מצפה לישועה » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:00 am

לענ"ד וועט גארנישט העלפן,
כל זמן וואס עס איז דא סה"כ 12000 טיקעטס און 120 טויזנט מענטשן ווילן קויפן
וועלכע וועג עס זאל נאר נישט זיין וועט זיך טוהן כאפערייען און נארוועזקייטן

די איינציגסטע אפשן איז אז נאך איינער זאל מאכן א פלעי די חוה"מ
ישועת השם כהרף עין

Greeneryid
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2014 6:23 pm

תגובהדורך Greeneryid » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:08 am

זיי מאכן חוזק פונעם עולם אין גרויסן. עס פאלט דיר נישט ביי קודם צו אויפהייבן א טעלעפאון צו Epic? זיי האבן נישט געהאט קיין פראבלעמען. נאר וואס דען אז מען איז נישט אינטערסירט צו טוהן פרעגט מען נאך אלעם, נו ווי אזוי קען מען פארקויפן טיקעטס. סאיז גענוג, זיי זענען נישט אינטערסירט זיי ווילן סתם משוגע מאכן מענטשן, מען דארף זיי נישט צו העלפן, זיי האבן שוין חוזק געמאכט, זיי קענען זייער גוט אליינס. דא דארף מען זיי נאר איגנארירן. זיי זוכן צו מאכן סתם פראפעגאנדע

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:18 am

Greeneryid האט געשריבן:......... צו אויפהייבן א טעלעפאון צו Epic? זיי האבן נישט געהאט קיין פראבלעמען. ......................

זאגסט אן איידיע, קען זיין ס'איז א גיטע סעלושען,
פראביר נאר אביסל צו לויערן די וואליום, דברי חכמים בנחת נשמעין
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 8:49 am

נאר פארקויפן אנליין אדער אויפן טעלעפאן
אבער צאלן 5000$ פאר די וועבסייט און טעלעפאן סיסטעם פאר די פאר טעג.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3711
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:17 am

מאכן א גוטע וועבסייט און טשארזשען אביסול מער פאר ווער עס וויל די באקוועמליכקייט פון קויפן אנליין.
יעדער וויל ס'זאל זיין ווי ביליגער אבער מצד שני זענען דא מענטשן וואס זייער צייט איז ווערד געלט און זענען גרייט צו צאלן די עקסטרע פאר דאלער נישט צו דארפן שטיין אויף ליין

אדיר איום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אדיר איום » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:22 am

וואס איז שלעכט מיט jewishtickets.com

סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 23, 2016 8:50 am

תגובהדורך סעמס » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:30 am

א) אויפהערן מיט די באזז ביי די קינדער אימידיעטלי, אז מען קען נישט אקאמענדירן, טוט נישט באמבעדירן.

ב) ספענדן דאס געלט און מאכן א סייט וואס קראכט נישט פון הינדערט טויזענט באזוכער

ג) אויב קען מען נישט בשום אופן, זאל מען פיר חדשים פריער מודיע זיין אז מען פארקויפט נישט אנליין, און צושטעלן גענוג לאקאציעס אז די ליינס זאלן נישט זיין אזוי שרעקליך

אוועטאר
ערנסט
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 9:43 am

תגובהדורך ערנסט » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:31 am

Greeneryid האט געשריבן:זיי מאכן חוזק פונעם עולם אין גרויסן. עס פאלט דיר נישט ביי קודם צו אויפהייבן א טעלעפאון צו Epic? זיי האבן נישט געהאט קיין פראבלעמען. נאר וואס דען אז מען איז נישט אינטערסירט צו טוהן פרעגט מען נאך אלעם, נו ווי אזוי קען מען פארקויפן טיקעטס. סאיז גענוג, זיי זענען נישט אינטערסירט זיי ווילן סתם משוגע מאכן מענטשן, מען דארף זיי נישט צו העלפן, זיי האבן שוין חוזק געמאכט, זיי קענען זייער גוט אליינס. דא דארף מען זיי נאר איגנארירן. זיי זוכן צו מאכן סתם פראפעגאנדע

עפיק האט נישט געהאט א פיפטעל אזא עולם אויף איינמאל

סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 23, 2016 8:50 am

תגובהדורך סעמס » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:34 am

בי ענד עידש האט אכט מאל אזוי פיל טרעפיק יעדן טאג, ווערטס געוואר וויאזוי מען הענדלט טרעפיק, תירוצים איז גוט פאר כיתה ג׳ קינדער

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:40 am

@סעמס וואס מיינסטו צו זאגן, בי ענד עידש זאל פארקויפן די טיקעטס...

די ווייסט וואס קאסט אזא סייט?
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........

סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 23, 2016 8:50 am

תגובהדורך סעמס » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:08 am

פון עי דאבעליו עס האסטו שוין אמאל געהערט? די תירץ אז סקאסט צו פיל איז אויווער

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:12 am

אויב מ׳וויל זיין ״טשיעפ״ קוקט מען אזוי אויס.

אז מ׳צאלט פאר א עמעזאן קלאוד קראכט נישט.
עמעזאן קלאוד קען הענדלען טרעפיק פון מיליאנען מענטשן. ביודעי וממכירת.

איי-וועלט קראכט אויך יעדן שני וחמישי. נישט ווייל איי-וועלט איז אזוי מעכטיג. נאר להיפוך, מ׳איז טשיעפ. (CHEAP).

אויב וואלט איי-וועלט אינוועסטירט א טראפ אין עמעזאן קלאוד, וואלט אלעס געווען כשורה - אונטערן און איי-וועלט זאלן אנהייבן טאן צו דער זאך.

ושלום על ישראל.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:30 am

שפרונג נישט! עמעזאן וועב סערוויס מאכט עס נישט בעסער. ס'ווענדט זיך אין פילע זאכן, סי פי יו, וועב סערווער, בענדוויט, מעמארי און נאך
...

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:35 am

עין טובה האט געשריבן:שפרונג נישט! עמעזאן וועב סערוויס מאכט עס נישט בעסער. ס'ווענדט זיך אין פילע זאכן, סי פי יו, וועב סערווער, בענדוויט, מעמארי און נאך


יא. אמאזאן גיט דער וויפיל בענדוויט דו ווילסט נאר, דידאו מיט מעמארי, דידאו מיט סי.פי.יו.

אז איר ווייסט נישט, רעדט ביטע נישט.

סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 23, 2016 8:50 am

תגובהדורך סעמס » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:37 am

קיסריה האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן:שפרונג נישט! עמעזאן וועב סערוויס מאכט עס נישט בעסער. ס'ווענדט זיך אין פילע זאכן, סי פי יו, וועב סערווער, בענדוויט, מעמארי און נאך


יא. אמאזאן גיט דער וויפיל בענדוויט דו ווילסט נאר, דידאו מיט מעמארי, דידאו מיט סי.פי.יו.

אז איר ווייסט נישט, רעדט ביטע נישט.

עקזעקטלי, עי דאבעליו עס נעמט קער פון אלעם, און עמעזאן איז נישט דער איינציגע קאמפעני, סאיז נאר א משל, אז מען וויל קען מען צושטעלן

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:50 am

1) וויפיל טייערער וואלט געקאסט א טיקעט אויב זיי גייען ווען דורוך "טיקעטמעסטער"?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:59 am

קיסריה און סעמס, עטס האט שוין אמאל געארבעט מיט aws אדער מיט וועבסערווערס בכלל? גיין צו עמעזאן מאכט נישט גארנישט אויס! ס'ווענדט זיך סיי אין "וואס" דו קויפסט פון עמעזאן, און סיי וואס דו שרייבסט, וויאזוו דיין אפליקאציע קוקט אויס. דו קענסט האבן די בעסטע סערווערס אויפן וועלט, אויב דו האסט נישט קיין גוטע פראגראם עס צו האנדלען ביזטו דערנאך.
אין אנדערע ווערטער איז דא צוויי זאכן וואס ס'דארף דא זיין;
1) א גוטע סערווער
2) א גוטע פראגראם וואס לויפט דערויף.

עמעזאן קען דיר נאר צושטעלן נומער איינס. א פראגראם דארפסטו זיך אליינס ספראווען מיט.
...

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:02 am

איי וועלט איז א פיינע PHP פראגראם, אבער די סערווער איז גארבידזש. ביי AWS וואלט עס געווען א מחיה, פארשטייט זיך אויב מ'צאלט $$$. בחנם האט מען כינים.

אונטערן האט א פיינע פראגראם, אבער זייער סערווער איז גארנישט ווערד. AMAZON קען דיר אלעס געבן פאר אביסל $$$

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:05 am

אנטשולדיגט, אבער נישט די סערווער איז וואס איז גארבידזש, ס'איז די מייסיקוועל וואס מ'נוצט און שוין לאנג געדארפט אפגרעידן צו ארעקל. די סערווער קען מען ווען אפשר אויף ריפלעיסן אבער נישט דא ליגט די הונט באגראבן. מייסיקוועל קען נישט האנדלן אזויפיל נישט קיין חילוק וואו ער ליגט!

קיסריה האט געשריבן:אז איר ווייסט נישט, רעדט ביטע נישט.
...

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:07 am

איך גיי נישט איבערזאאגן וואס יעדער זאגט שוין, איך וועל נאר צולייגן אז איך קען א אינגערמאן וואס האט שוין אויפגעסעט גרעסערע טיקעט סיסטעמען ווי א אונטערן פלעי, און גארנישט האט געקראכט.

אז מ'וויל, קען מען בויען א גוטע סיסטעם. יא, ס'וועט קאסטן געלט אבער נאר איינמאל, הזורעים בדמעה ברינה יקצורו.

"ביליג איז טייער" זאגט מען ביי אונז.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:12 am

עין טובה האט געשריבן:קיסריה און סעמס, עטס האט שוין אמאל געארבעט מיט aws אדער מיט וועבסערווערס בכלל? גיין צו עמעזאן מאכט נישט גארנישט אויס! ס'ווענדט זיך סיי אין "וואס" דו קויפסט פון עמעזאן, און סיי וואס דו שרייבסט, וויאזוו דיין אפליקאציע קוקט אויס. דו קענסט האבן די בעסטע סערווערס אויפן וועלט, אויב דו האסט נישט קיין גוטע פראגראם עס צו האנדלען ביזטו דערנאך.
אין אנדערע ווערטער איז דא צוויי זאכן וואס ס'דארף דא זיין;
1) א גוטע סערווער
2) א גוטע פראגראם וואס לויפט דערויף.

עמעזאן קען דיר נאר צושטעלן נומער איינס. א פראגראם דארפסטו זיך אליינס ספראווען מיט.

און א גוטע פראגראם איז אויסגעשטעלט צו נוצן וואס ווייניגער מעמארי און דאטא.

נישט אז מ'שרייבט א פראגרעם און דאן דארף מען זוכן טייערע קלאוד האוסטינג ווייל די פראגרעם טויג נישט, חוץ אז מ'בויט מיסילס.

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:16 am

א פשוט'ע סימפל איידיע קען אפשר זיין, אז מען זאל ריעליסן יעדע פלעי א אנדערע טאג, אלף סליחות פאררויפט מען פארן ערשטן פלעי, ב' סליחות קען מען קויפן פארן ערשטן און פארן צווייטן, און אזוי ווייטער, האסטו שוין רעדוצירט די אנלויפעניש צו א פערטל

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22935
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:30 am

געקלערט האט געשריבן:די ערשטע זאך זאלן זיי אין א יעדע שטאט פארקויפן טיקעטס אין צעהן סטאר'ס, אזוי אז ס'זאל נישט זיין איין סטאר ווי די גאנצע שטאט לויפט זיך צוזאם און עס ווערט א גאנצע באלאגאן, און מ'דארף שטיין אין א רייע פאר פינף שעה.



אויב איזעס אן אנליין סיסטעם דארף מען פארבעסערן די אנליין, און אויב נאר סטארס ווערט א פראבלעם ווייל יעדע סטאר וועט האבן נאר אנדערע זיצן...

חוץ מזה, די איבערקערענישן וואס די קינדער מאכן אין א סטאר האט גורם געווען אז קיין איין סטאר וויל עס מער נישט נעמען...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט