די 10 מערסטע אויפגעכאפטע ניגונים פון תשע"ז

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

תגובהדורך סאיזגוטבה » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 10:32 am

איינער קען מיך קלאר מסביר זיין ווי אזוי ווערט א ניגן א היט, ווען זינגער זינגען עס אסאך, אדער ווען די עולם האט עס ליב, אדער ווען ס'האלט זיך לאנג אויף די מארקעט?
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ

חוץ פון דעם
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 11:05 am

סאיזגוטבה האט געשריבן:איינער קען מיך קלאר מסביר זיין ווי אזוי ווערט א ניגן א היט, ווען זינגער זינגען עס אסאך, אדער ווען די עולם האט עס ליב, אדער ווען ס'האלט זיך לאנג אויף די מארקעט?

איך מיין אז יענע יאר ביי די אינטערווי אויף קול מבשר פון שמלצר - פעלדמאן, טוען זיי דארך דער נקודה.

אוועטאר
moishy56
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 1:04 pm

חוץ פון דעם האט געשריבן:
סאיזגוטבה האט געשריבן:איינער קען מיך קלאר מסביר זיין ווי אזוי ווערט א ניגן א היט, ווען זינגער זינגען עס אסאך, אדער ווען די עולם האט עס ליב, אדער ווען ס'האלט זיך לאנג אויף די מארקעט?

איך מיין אז יענע יאר ביי די אינטערווי אויף קול מבשר פון שמלצר - פעלדמאן, טוען זיי דארך דער נקודה.


On Main Menu

Press 3
Then Press 1
Then press 1467

ר'וועלוול פעלדמאן & ר' וועלוול שמעלצער
גייען איבער
די 10 שטערקסטע ניגונים פון יאר תשע״ו,
און אויך ברענגט מען ארויף די פארפאסער / זינגער פון די ניגונים.

גאלדגרוב
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 3:02 pm

"לייז אונז אויס" האט געראקט דאס יאר פורים

אוועטאר
moishy56
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 12:29 pm

גאלדגרוב האט געשריבן:"לייז אונז אויס" האט געראקט דאס יאר פורים


וועלכע ניגון מיינסטו?

אוועטאר
פריילעך אידל
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 12:46 pm

moishy56 האט געשריבן:
גאלדגרוב האט געשריבן:"לייז אונז אויס" האט געראקט דאס יאר פורים


וועלכע ניגון מיינסטו?


פשיסחא פון יואל קליין

ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 1:52 pm

אמת פין שמואלי אונגער וועט כ'מעט זיכער זיין אויף די ליסט, איך געדענק נישט נאך א ניגון וואס האט זיך אזוי לאנג געהאלט'ן.

אוועטאר
מצפה לישועה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 10:03 pm

תגובהדורך מצפה לישועה » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 2:24 pm

שמו של מלך פון מנחם מאשקאוויטש?
ישועת השם כהרף עין

מה ידידות
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 2:35 pm

מצפה לישועה האט געשריבן:שמו של מלך פון מנחם מאשקאוויטש?


ביי מיר איז דאס נישט קיין שאלה
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

אוועטאר
מצפה לישועה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 10:03 pm

תגובהדורך מצפה לישועה » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 2:46 pm

מה ידידות האט געשריבן:
מצפה לישועה האט געשריבן:שמו של מלך פון מנחם מאשקאוויטש?


ביי מיר איז דאס נישט קיין שאלה


אז יא אדער אז ניין?
קיינער האט נישט גערעדט דערווייל דערוועגן
ישועת השם כהרף עין

מה ידידות
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 2:48 pm

זיכער אז יא
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

פעיק נוז
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 3:16 pm

וואס טוט זיך מיט "פרוק ית ענך" פון מנחם'ס סידי?

סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

תגובהדורך סאיזגוטבה » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 3:54 pm

קוקט אויס אז מ'גייט האבן מער פון 10 ניגונים.
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ

אוועטאר
moishy56
שר האלפיים
תגובות: 2698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מוצ"ש אוגוסט 26, 2017 6:22 pm

איז דאס א גוטע ליסטע?
---

נשמה ווי ביסטו
מה תשתוחחי
והנה ה' נצב
יומם
יעדער איינער
רבי שמעון [בערי וועבער]
הנני רופא לך
אמת ואמונה
שמו של מלך

בארואיגט-אייך
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am
לאקאציע: ביי תיקון און ביי קופקעס

תגובהדורך בארואיגט-אייך » זונטאג אוגוסט 27, 2017 12:36 am

;l;p-

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:30 am

moishy56 האט געשריבן:איז דאס א גוטע ליסטע?
---

נשמה ווי ביסטו
מה תשתוחחי
והנה ה' נצב
יומם
יעדער איינער
רבי שמעון [בערי וועבער]
הנני רופא לך
אמת ואמונה
שמו של מלך

וואס איז מיט פרוק ית ענך? מרחוק?
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

בארואיגט-אייך
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am
לאקאציע: ביי תיקון און ביי קופקעס

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 11:31 am

איך מיין אז מען דארף טוישן קעפל אין אזוי שרייבן: די 10 מערסטע אויפגעכאפטע ניגונים ביי חתונה אין ביי דינער'ס פון תשע"ז...

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 1:11 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:איך מיין אז מען דארף טוישן קעפל אין אזוי שרייבן: די 10 מערסטע אויפגעכאפטע ניגונים ביי חתונה אין ביי דינער'ס פון תשע"ז...

וואס דען מאכט א ניגון מער אויפגעכאפט? געווענליך אויב איז עס אויפגעכאפט זינגט מען עס ביי חתונות, וכן לאידך, אויב זינגט מען עס אסאך ווערט עס אויפגעכאפט.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 1:13 pm

moishy56 האט געשריבן:איז דאס א גוטע ליסטע?
---

נשמה ווי ביסטו
מה תשתוחחי
והנה ה' נצב
יומם
יעדער איינער
רבי שמעון [בערי וועבער]
הנני רופא לך
אמת ואמונה
שמו של מלך

פעלט דער ניגון באבוב.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

שמועסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 1:18 pm

מה תשתוחחי איז נאכנישט קיין גאר אויפגעכאפטע ניגון..
בסך הכל איז עס ארומגעפארן קליפס ווי מ'האט געזונגען ביי בוני עולם אין rccs..

בייקומזיצן ווייניג געזינגן.. אפשר נעקסטע יאר..
כ'מיין אין זיין פלאץ זאל מען אריינשטעלן די ניגון באבוב
#מעיק-אייוועלט-גרעיט-עיגען

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 1:26 pm

שמועסער האט געשריבן:מה תשתוחחי איז נאכנישט קיין גאר אויפגעכאפטע ניגון..
בסך הכל איז עס ארומגעפארן קליפס ווי מ'האט געזונגען ביי בוני עולם אין rccs..

בייקומזיצן ווייניג געזינגן.. אפשר נעקסטע יאר..
כ'מיין אין זיין פלאץ זאל מען אריינשטעלן די ניגון באבוב

מ'דארף עס נישט ארויסנעמען כדי אריינצולייגן ניגון באבוב.
עס איז דא אנדערע ניגונים אויף די רשימה וואס מען קען קודם ארויסנעמען.
מה תשתוחחי איז כפי ידיעתי גאנץ שטארק געגאנגען.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

תגובהדורך זיבען און אייכציג » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 1:51 pm

איך שעם מיך אביסעל צו פרעגן, אבער אז מ'שעמט זיך לערנט מען נישט.

קען איינער צוברענגען די ניגון באבוב? איז דא ערגעץ אויפ'ן וועלטעל ווי מ'קען דאס הערן? איך ווייס נישט צי איך ווייס וועלכע ניגון מ'רעדט פין. עס איז מעגליך אז איך קען די ניגון נאר איך ווייס נישט אז דאס איז די ''ניגון באבוב''.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.

חוץ פון דעם
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 3:05 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:איז דאס א גוטע ליסטע?
---

נשמה ווי ביסטו
מה תשתוחחי
והנה ה' נצב
יומם
יעדער איינער
רבי שמעון [בערי וועבער]
הנני רופא לך
אמת ואמונה
שמו של מלך

פעלט דער ניגון באבוב.

איך מיין די ניגון באבוב איז שוין געוועהן פאריאר אופען ליסטע.

ליבלעך
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 5:55 pm

לעצטנס איז געווארן גאר שטארק אויפגעכאפט די נייע "קידוש" ניגון פארפאסט דורך אברהם מרדכי, עמער זען צו ער וועט עס קענען מאכן צו די טאפ 10

אוועטאר
פאפקארן
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 25, 2011 4:00 pm

תגובהדורך פאפקארן » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 6:14 pm

ביי מיר אן אויפגעכאפטע ניגון די באדייט,
אז יעדער חדר יונגעל קאן דאס, פארשטייט זוך אז וויבאלד עס גייט ביי חתונות דינער'ס אטאמאטיש גייט דאס צו די יונגלעך אזאש מען זינגט עס ביי בר מצוות, ווי למשל מה תשתוחחי

למשל די טאפ ניגון פון אפאר יאר צירוק "מה אשיב לך והכול שלך......... יעדע בעבע'לע וואס האט קוים געקענט רעדן האט זוך צוקלאפט די ציין דערויף


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מחבר ספרים און 4 געסט