יעדער איינער - מיילעך קאהן

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

בית היין
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 26, 2017 8:22 pm

תגובהדורך בית היין » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:16 am

בליץ האט געשריבן:אבער איין זאך וואס באדערט מיר איז די עברית אין ואהבת

אמתדיג גערעדט איך ווייס נישט צו איך וועל עס אריין ברענגן אין מיין שטוב


דערמאנט מיך
איך בין געוועהן אמאל אין איינע פון די חרידישע clothing געשעפטן, קומט אריין א בחור פון א עכט חסידישע משפחה, (וואס האט פראבירט צו זיין cool) אין ער פרעגט דעם געשעפטסמאן אויף א מאדערנעם מאנטל וויפיל דאס קאסט, זאג אים דער געשעפטסמאן, דאס איז נישט פאר דיר!
זאגט אים דער בחור איך האב דיר נישט געפרעגט צו ס׳איז פאר מיר אדער נישט, איך פרעג דיר וויפיל ס׳קאסט,
א מינוט שפעטער זעהט דער בחור אז דער מאנטל איז געקענפלט לינקס אויף רעכטס, רופט ער זיך אהן ...forget about it

לענינינו! מיט דער גאנצער סידי האט איר נישט קיין פראבלעם, נאר אז ס׳איז דא אפאר עברית׳שע ווערטער דאס באדערט אייך...

אוועטאר
הערסט?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 5:40 pm

תגובהדורך הערסט? » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 5:49 am

בית היין האט געשריבן:
בליץ האט געשריבן:אבער איין זאך וואס באדערט מיר איז די עברית אין ואהבת

אמתדיג גערעדט איך ווייס נישט צו איך וועל עס אריין ברענגן אין מיין שטוב


דערמאנט מיך
איך בין געוועהן אמאל אין איינע פון די חרידישע clothing געשעפטן, קומט אריין א בחור פון א עכט חסידישע משפחה, (וואס האט פראבירט צו זיין cool) אין ער פרעגט דעם געשעפטסמאן אויף א מאדערנעם מאנטל וויפיל דאס קאסט, זאג אים דער געשעפטסמאן, דאס איז נישט פאר דיר!
זאגט אים דער בחור איך האב דיר נישט געפרעגט צו ס׳איז פאר מיר אדער נישט, איך פרעג דיר וויפיל ס׳קאסט,
א מינוט שפעטער זעהט דער בחור אז דער מאנטל איז געקענפלט לינקס אויף רעכטס, רופט ער זיך אהן ...forget about it

לענינינו! מיט דער גאנצער סידי האט איר נישט קיין פראבלעם, נאר אז ס׳איז דא אפאר עברית׳שע ווערטער דאס באדערט אייך...

בית היין הערסט?
האסט מעך ארויס גענומען דו ווערטער פון מויל. משל דומה לנמשל.
דאס איז דיין פראבלעם אין דעם סידי מיסטר בליץ?!
אז דיינע קינדער זאלן הערן די "אבי יתומים" סטייל גלייכסטו זייער, ס'וועט זיי צוגעבן אסאך יר"ש. אבער אויב וועלן זיי הערן די עברית אינדערמיט דאס וועט זיי אריין ברענגן גוי'שע געדאנקען אה?
מבהיל על הרעיון
לאנג און זיס

טייטל
שר האלף
תגובות: 1304
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 8:46 am

בליץ האט געשריבן:אבער איין זאך וואס באדערט מיר איז די עברית אין ואהבת
אמתדיג גערעדט איך ווייס נישט צו איך וועל עס אריין ברענגן אין מיין שטוב

מיסטר בליץ קענסט עס קויפן רואיגערהייט, דיינע קינדער גייען זיך נישט אויסלערנען צו רעדן עברית פון דעם, זיי וועלן זיך אווסלערנען בעסערע זאכן ווי דעם

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:03 am

איך וויל שרייבן א נקןדה איך ווייס נישט אויב מען וועט מיר פארשטיין אבער עניוועי...

סאיז דא צוויי מיני "גויאישע נגינים..." ליפא ווען ער פראבירט נאכצומאכן דעם גוי טועט ער עס ווייל ער וויל זינגן ווי דעם גוי. ווען ער דרייט מיט די שטימע ווי א בר מינן מיינט ער אז ער זינגט רייצעריש און פארדעם טוהט ער עס און ווען ס'פאלט אריין עטליכע ענגלישע ווערטער אין די ניגון קען מען ברעכן ווי א וואלקעינאו

מיילעך איז א היפי... ער זינגט צולאזט לשם צולאזט. ער קראצט מיטן שטימע ווייל לאנגע פיאות מיט א דאטשיק לעבעדיג!! וועון מען הערט אים, הערט מען נישט דעם גוי. הגם די געדאנקן האט ער מן הסתם אויפגעפיקט פון "די וויסטענישן..." ער איז א איידעלער מענטש (אדרבה קוק א קליפ ווי ער זינגט לייוו) בכלל נישט קיין פארגלייך זיין גוישקייט מיט די אנדערע

איך זאג נישט אז ס'איז א גוטע זאך אבער ס'דאך נישט די זעלבע

און אויסער די עטליכע פלעצער ווי ער צופייערט זיך... איז די סידי הערליך שיין מיט "פשוט'ע חידושים" וואס מען קען זיך באלעקן די אויערן!

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:06 am

כ'ווייס נישט גויאיש צו אידיש
זינגען קען ער זיכער נישט!!
סאו, פונקט ווי איך בין נישט קיין דאקטער ווייל כ'קען נישט קיין מעדיצין, פארוואס דזשע זינגט ער אז ער קען נישט זינגען?....

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:08 am

ראספשע האט געשריבן:כ'ווייס נישט גויאיש צו אידיש
זינגען קען ער זיכער נישט!!
סאו, פונקט ווי איך בין נישט קיין דאקטער ווייל כ'קען נישט קיין מעדיצין, פארוואס דזשע זינגט ער אז ער קען נישט זינגען?....

פונקט אזוי שיין זינגט ער נישט ווארעם 3 מאל נישט נישט קיין איין זאך וואס מען דארף האבן צו קענען זיין א זינגער
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:09 am

ער האט נישט קיין שיינע שטימע? דאס מיינט נישט אז ער קען נישט זינגן.

אהנ"מ ער איז נישט די בעסטע זינגער אבער ביזן זאגן אז "ער קען נישט זינגן" איז א גאנג

און ווי ריטער האט אזוי ריכטיג געשריבן; ער איז א ארטיסט, נישט קיין זינגער

אשלג
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2016 10:04 pm

תגובהדורך אשלג » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:10 am

יש ברירה רעדט צו דער זאך.

ראספשע, דיין טענה האביך אויף רוב זינגערס... חוץ אויף איהם ווייל אפי׳ ער זינגט נישט אזוי גוט ברענגט ער כאטש חידושים צום טיש משא"כ די אנדערע

סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

תגובהדורך סאיזגוטבה » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:21 am

מקווה איד האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:כ'ווייס נישט גויאיש צו אידיש
זינגען קען ער זיכער נישט!!
סאו, פונקט ווי איך בין נישט קיין דאקטער ווייל כ'קען נישט קיין מעדיצין, פארוואס דזשע זינגט ער אז ער קען נישט זינגען?....

פונקט אזוי שיין זינגט ער נישט ווארעם 3 מאל נישט נישט קיין איין זאך וואס מען דארף האבן צו קענען זיין א זינגער

;l;p-
איך קען אפי' נישט פארשטיין ווי אזוי מ'קען ליב האבן ווי ער זינגט.
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ

לייבקע יענטע'ס
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 28, 2010 1:59 pm

תגובהדורך לייבקע יענטע'ס » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:48 am

מומחה עצום האט געשריבן:
איך לאך האט געשריבן:ווייל מיינע קינדער הערן עס אין די לאקאלע גראסעריס און עס ווערט פארקויפט אין מיין לאקעל גראסערי, נישט אויף AMAZON
#פשוטע חילוק

האסט א גוטע פוינט מיט דעם אז די סטארס ברענגען עס אריין און ס'איז טאקע א שטיקל עוולה.

אבער אין אזא פאל איז עס אזוי ווי א הכשר (וואס די סטארס זענען אויך שולדיג אין אריינברענגען אלע סארטן שוואכע הכשרים). קינדער, ס'איז נישט אונזער הכשר. קינדערלעך, ביי אונז זינגט מען נישט די סארט ניגונים.

עס איז אנדערש ווי א הכשר אויף עסן, גיב עס 2 וואכן אין עס הייבן אן ארויס קומען די קאלעקשאון סידיס וואס זיי גייען אונז געוויס מזכה זיין מיט די גאר געלאנגענע ניגונים, אזוי טרעפט עס א וועג אריין אין רוב היימישע שטיבער

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 5:27 pm

האב איך היינט זיך מתגבר געווען אויפן יצר הרע און געקויפט דעם cd צוזאמען מיטן cd פון שלום לעמער כהאב איינמאל אויסגעהערט ביידע אלבוימס,,,
איך גיי נישט זאגען קיין מיינוג יעצט, ווייל כהאב עס נאכנישט געהערט גענוג מאל, אבער דאס יא,
די צוויי זענען א געוואלדיגע דבר והפיכו, איינער א הערליכע קלאסישער זינגער א געפאלישטע שטימע, פראפעסיאנאלע דיינעמיקס,
והפיכו א שטימע ווי מאראסט,ראסטיג, קראצעדיג, זינגט אן קיין דיינעמיקס,
והשנית איינער האט חידושים נפלאים, הן אין די תנועות והן אין די געדאנקען,
והפיכו גאנץ ווייניג עקסייטמענט אחוץ די תנועה'לע האט מיך גארנישט געכאפט אלץ א wow (נאכאמאל כהאב עס נאר איינמאל געהערט, און סווענט זיך אויך וואס די ערווארטונגען זענען געווען)
די וואס עטליכע האבען קאמפלעינט אויף די מיקס, דעתי העני' מקען נישט זאגען אז סאיז שלעכט נאר מאיז נישט געוואוינט צו דעם סטייל
סאיז די טיפיקל אלטע גדעון לעווין סטייל מיקס,וואס יוחי איז נאך אויפגעוואקסען אין יענע צייטען פאר לאשינסקי מיט יוסי טיבערג האבען אנגעהויבען אריינצוברענגען מער קלינערע סטייל מיקסעס

טייטל
שר האלף
תגובות: 1304
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 6:00 pm

נתמזל מזלם אז ביידע זענען ארויס צוזאמען און מען מאכט השוואות פון איינע אויפן צווייטן.
וואס האט א קשר איינס מיטן צווייטן? וויאזוי זאגט סענדער(אונטערן רוקן)? עס איז דא מענטשן וואס גייען מיט א קאוטשמע און עס איז דא מענטשן וואס האבן ליב געפילטע פיש...

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:21 pm

טייטל האט געשריבן:נתמזל מזלם אז ביידע זענען ארויס צוזאמען און מען מאכט השוואות פון איינע אויפן צווייטן.
וואס האט א קשר איינס מיטן צווייטן? וויאזוי זאגט סענדער(אונטערן רוקן)? עס איז דא מענטשן וואס גייען מיט א קאוטשמע און עס איז דא מענטשן וואס האבן ליב געפילטע פיש...

די שיינקייט פון לעמרס זינגען האט נישט צוטוהן ווייל מיילעך זינגט נישט שיין, סאיז אמת אן דעם קאנטראסט אויך,
איך האב עס נאר ארויסגעברענגט אויף א קאנטראסטישער אויפן,

אוועטאר
מקווה איד
שר האלפיים
תגובות: 2122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 5:55 pm

בושות, וויזוי קען מען בכלל שרייבן זייערע נעמען צוזאמען אויף איין שורה
אז איר ווילט קען איך אייך עפענען און צאלט שפעטער, אבער זיך מיט כאפן קען מען נישט!

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2093
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 7:52 pm

געהערט אמאל פון רבי בערל טויבער א געוואלדיגע מעשה וואס עס האט דערציילט א איד וואס איז א מנהל אין א היימישע ת"ת אין א"י. דער מנהל פארציילט אז ער האט געהאט איין מלמד וואס איז געווען זעהר אן איינשטענדיגער מענטש; ער איז אלץ געקומען אין חדר אין צייט, קיינמאל נישט ארויסגעגאנגען פון כיתה בשעת די לימודים, אא"וו.

איין טאג קומט דער מלמד אריין אין מנהל'ס ביורא און פרעגט רשות צו ער מעג זיך באנוצן מיטן טעלעפאון. פארשטייטס זיך אז דער מנהל האט אים דערלאנגט דעם טרייבל בסבר פנים יפות. 

ער הערט ווי דער מלמד רופט אהיים און פרעגט זיין בני בית וואו זי האלט מיט פסח מאכן און צו זי האט שוין גערוימט די שאפע אין זייער שלאף שטוב. דער מלמד הערט זיך צו וואס זיין פרוי ענטפערט, ער לייגט אראפ דעם טעלעפאון, באדאנקט זיך פארן מנהל, און גייט צוריק צו זיין קלאס.

פארן מנהל איז די גאנצע עפיזאד געווען א מעשה פלא. וועלכער מאן רופט אן זיין פרוי אינמיטן טאג צו דערגיין וואו זי האלט מיטן פסח מאכן; און נאך דערצו דער דאזיגער מלמד, וואס האט אינעם עבר קיינמאל מפסיק אינמיטן לערנען. ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, נאכן סדר איז ער צוגעגאנגען צום מלמד און אים געבעטן צו באשיידן דעם מאדנעם טעלעפאון קאל.

זאגט אים דער מלמד, איך וועל אייך פארציילן:

"איך בין א מלמד, און ווי איר פארשטייט מאך איך פרנסה אזויפיל ווי פיל עס איז באשערט פאר א מלמד צו מאכן. אבער די קינדער וואקסן אונטער, און מען מוז דאך אוועקלייגן עפעס אויף צו חתונה מאכן. האב איך אפגאמאכט ביי זיך אז איך וועל אוועקלייגן א יעדע וואך אפאר גראשן, אזוי אז ווען די שדכנים הויבן אן קלינגען זאל איך כאטש האבן א פאר דאללער מיט וואס צו גיין צום טיש. וואו באהאלט מען אזויפיל קעש? אזוי ווי איך בין א מלמד און איך קויף כסדר פרישע כאלאטן ווייל די אלטע ווערן אפגעניצט, האב איך אריינגעלייגט די געלט אים די טאשן פון די געניצטע כאלאטן וואס איז געהאנגען אין מיין שאפע. במשך די יארן האט זיך אויפגעזאמעלט א סכום פון איבער 20 טויזנט דאללאר, און די גאנצע סכום איז געליגן צוטיילט אין די כאלאט טאשן דארט אין שאפע.

"היינט בייטאג אינמיטן פארלערנען האב איך מיר געכאפט אז די ב"ב מאכט פסח די שטיבער אין די טעג, און כדרך נשים צדקניות גלייכן זיי פטור צו ווערן פון אנגעלייגטע חפצים, האב איך געטראכט אז איך ברויך איר זאגן אז זי זאל נישט אוועקווארפן די 'טייערע' כאלאטלעך. די מחשבה האט מיר אזוי געערגבעט אז איך האב זיך נישט געקענט קאנצעטרירן אין קלאס. איך האב נישט געהאט קיין ברירה און בין ארויס פון כיתה און אנגעריפן מיין פרוי און געפרעגט צו זי האט שוין פסח'יג געמאכט די שאפע. האט זי מיר געענפערט אז זי האט שוין נעכטן אויסגערוימט די דאזיגע שאפע. "די אלטע כאלאטלעך וואס זענען געהאנגען דארט האב איך ארויסגעווארפן. זיי זענען סיי ווי אפגעניצט. סתם ליגן און שימלען; וואס ברויך איך זיי?"‏

דער מנהל איז אינטערגעשפרינגען ווי א שלאנג געביסענער, "און?!!"

"און וואס?"

"אנגעוואוירן 20 אלפים שווערע, אפגעהארעוועטע געלטער, און דו האסט גארנישט געזאגט?! פשוט און גראד אראפגעלייגט דעם טרייבל און צוריק אריין אין כיתה כאילו לא היה?!!"

האט דער מלמד געענפערט א מורא'דיג ווארט: "מען קען קיינמאל נישט וויסן צו מיין גאנצע אראפגעקומען דא אויף דעם עולם איז בלויז אז איך זאל ביישטיין דעם דאזיגן נסיון!" 

מיילעך קאהן האט געשריבן:אפשר איז דאס וואס דו גייסט יעצט אריבער די סיבה וואס דו ביסט דא!
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 12:06 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


מפתח

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:05 pm

א מוראדיגע מעשה!
איזי

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1587
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:23 pm

א הערליכער מעשה, אבער די דארפסט טאקע צוקומען צו מיילעך קאהנ'ס ניגון דאס צו משיג זיין?!
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 10:37 am

כ'בין עס נאך אלס נישט משיג

לייבל שטילער
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

תגובהדורך לייבל שטילער » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 10:52 am

יא יא, קבל את האמת ממי שאמרו!
סייג לחכמה שתיקה....

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2134
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 11:47 am

הרה"ק ר' נחמן נ"ע בליקוטי מהר"ן
צוגעלייגטע
chrome_2017-08-23_11-19-27.png
chrome_2017-08-23_11-19-27.png (24.69 KiB) געזעהן 4344 מאל

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 6:26 pm

באהאלטערנערהייט... אונטער מיין ניק געפעלט מיר מורא'דיג די ניגונים, חידושים איינס ביי איינס, און אפילו אז כ'גלייך נישט די קאנטרי סטייל ניגונים, און זיכער נישט די גוי'אישע קרעכצן צומאל אדער די פאריקטע מוזיקאלישע פייפערייען אינמיטין די ניגנוגים, אבער ער זאגט עפעס מיט זיין ניגון, ער וויל עפעס, ער טייטש אויף זיין מהלך די ווערטער פון די ניגון וואס ער זינגט, ער גיבט איבער פארשידענע ענינים בחכמת החיים... און מוסר השכל'ס וואס קען צוניץ קומען פאר איינעם אין א שוואכע מינוט, מ'קען קאנעקטען מיט די ווערטער. איטס סאומטינג!

די ערשטע ניגון, די שבת'דיגע ניגון מיט די מנחת אלעזר'ס קולות אינדערמיט איז וואונדערליך, די תנועה'לך פון די ניגון, געוואלדיג! א הערליכע לעבעדיגע דביקות'דיגע ניגון!
א שאד ס'האט זיין לעיבעל אויף די ניגון.

"הראנו" א הערליכע ווארימע ניגון, ער רייסט שטיקער. אוי הראנו ה' חסדך וישעך תתן לנו!

"קודשא בריך הוא אחד" פון כגונא, אויך א הערליכע שטייטע ניגון, און ער זינגט עס גאנץ נארמאל. ס'ראוי לעלות על שולחנות החסידים.

כ'גלייב ס'דא נאך אסאך וואס האבן די סענטימיטען, אבער מ'שעמט זיך ארויסצוקומען אין די עפענטליכקייט. אוקיי איך בין ארויס פון קלאזעט...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 7:59 pm

נא שכל איך בין פולי מיט דיר און מי יודע איז אויך א דיאמאנט.

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

יעדער איינער, יעדער איינער

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 8:38 pm

גוט אז עטס פארשטייטס ענק...יעדער איינער דאוענט און מען בעט און מען ווארט פאר משיח ער וועט נאר קומען ווען מיר פאטראגן זיך...
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:04 pm

כ'פראביר מיך פארשטעלן וועלכע גדול בישראל וואלט אזוי קאמענטירט אויף די ניגונים; אז לעולם איז עס טאקע נישט "מיין" סטייל, אבער עפעס זאגט ער דאך דארט.... דאס און נאר דאס דארף זיין די 'קנה מדה' אויב ס'איז ראוי להישמע ולהיחקק באזני ובלבבות בני ישראל!

נגינה איז א האקעלע זאך, ס'גייט אריין גלייך אינעם נפש, און ווי רב' סעדיה גאון ברענגט, איז די געוויסע ריטעמ'ען וואס קומען פין נידעריקייט, ברענגען אן אויפן מענטש נידעריקייט. ס'איז בלתי ספק אז דאס איז גענוג א פראבלעם, אפי' אויב די ניגון אליינס איז נישט עק וועלט, כש"כ ווען ביידע זענען אין רוח חכמים נוחה מהם (איידל גערעדט).

וקצת ראי' לדבר; די הוטן וואס די בחורים טוען אויס ביים טאנצן אויף חתונות לעצטנס (פין גאר גוטע היימישע ישיבות) - וואס איז בעצם א פחיתות אין ערך עצמי, ניטאמאל לאמיר רעדן פין אידישקייט - געשעט געווענליך נישט ביים טאנצן אויף 'וטהר ליבנו' פין סקולענער רבי זי"ע... (פארשטייט זיך אבער אז די "דראפאוטס" זענען נאר ווייל די ישיבות ווארפן זיך מיט בחורים... בואו ונחשוב חשבון...).

#כנלענ"ד
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 2:00 am

מונאוויטש האט געשריבן:האט דער מלמד געענפערט א מורא'דיג ווארט: "מען קען קיינמאל נישט וויסן צו מיין גאנצע אראפגעקומען דא אויף דעם עולם, איז בלויז אז איך זאל ביישטיין דעם דאזיגן נסיון!" 

מיילעך קאהן האט געשריבן:ווער ווייסט צו דאס וואס דו גייסט יעצט א דורך איז די סיבה פארוואס דו ביסט דא?!!

די מעשה האב איך שוין געהערט אמאל, אבער נישט מיט דעם אויספיר. נאר בלויז אז ער האט אראפגעלייגט דעם פאון און מער איז אים שוין נישט געווען נוגע. גאנץ מעגליך אז ר' בערל טויבער האט צוגלייגט דעם אויספיר אליינס.

די מימרא פון "אפשר דאס וואס דו גייסט יעצט אריבער איז די סיבה וואס דו ביסט דא" שטאמט פון הג"ר גד'ל אייזנער.
כידוע איז ער געווען באוואוסט מיט זיינע בליציגע רעיונות און קורצע ווערטער וואס האבן אריינגעדרינגען טיף אין הארצן.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שתקן און 36 געסט