שלום לעממער נייע סידי

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
yield
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 7:30 pm

און אסאך וואס לערנען זיך די שטימע האבן א טעקניק
זיי קענען אבער נישט אראפ לייגן א ניגון
yield the right of way

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm

תגובהדורך אויבער-חכם » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm

יעצט איבערגעהערט די סידי נאכאמאל, עס איז א הערליכע היימישע סידי, דער האט זיך געקליבן די בעסטע ניגונים אין די מארקעט. ס׳וועט לכאורה בלייבן אויפן שעלף א שטיק צייט.

אבער אביסעלע קריטיק אויכט, קודם זיין קול איז אביסל צו קוויטשעדיג אין אסאך ניגונים, כ׳ווייס צו ס׳איז די מיקסינג אדער דאס איז זיין קול, אבער עס פילט זיך נישט אזוי געשמאק צום אוירן, עס דערמאנט מיר אביסל שלומי דסקל אין זיינע ראשית יארן, נע נישט ממש באָט יואָ געט די פוינט.
צווייטענס איך האב געוואלט הערן אביסל מער דריידליך/ אינטערזינגעכץ, פין אים, נעם אזא ניגון ווי חד גדיא, דאס איזדוך איינס אין דער וועלט מ׳קען עס איבער הערן הונדרעט מאל, פשוט איבערצוהערן ״ווי אזוי ער לייגט עס אראפ״, אבער רוב ניגונים זינגט ער עס אראפ גאנץ טרוקן אן קיין פעפער...
#לדעתי
האיש האשכולות...

פי האתון
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 9:12 pm

תגובהדורך פי האתון » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:03 pm

מיין 10$ האט זיך אויסגעצאלט מיט די תנועה'לע ניגון, מיין מיינונג (ווער ביסטו בכלל) אז ס'איז די "שענסטע הארציגע" ניגון

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:56 pm

Rt פי האתון (?! שלום עליכם...) סאיז א שיינע הארציגע ניגון, כוואונדער מיך פארוואס אינם ביכל ווערט נישט דערמאנט א ווארט ווער דעי רבי איז און וועמענס תנועה׳לע איז דאס. (פארשטייט זיך אס ווער עס ליינט איי-וועלט ווייסט...) אבער וויפיל לייינען שוין דא?!

אוועטאר
בילדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 12:31 am

ספיטשלעסס! די סידי קען מען נישט רילעיטען צו קיין איין אנדערע סידי פון די לעצטע שטיק צייט, עס ליגט דא סאך מער געפיל ווי ניגון.

פי האתון
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 9:12 pm

תגובהדורך פי האתון » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 12:51 am

פשוט אז ס'זאל נישט זיין קיין פאליטיק פון בעלז (קענסטעך נישט וויסן וואס קען נאך איינפאלן פאר מענטשן)

אוועטאר
קברנה סובניון
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

תגובהדורך קברנה סובניון » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 1:40 am

ווען זינגט עס די רבי אין בעלזא? לפי ידיעתי איז האדמו"ר מבעלזא נישט קיין כהן

שטייגען
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: וועירהאוז

תגובהדורך שטייגען » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 1:42 am

א גראם מיט טעם האט געשריבן:הערשי ראטענבערג איז דער וואס זינגט משיח וואו ביסטו , געווען א קליפ לעצטענס דערפון , א פיינע קאמפאוזער פון קומזיץ סטייל ניגונים.

איך ווייס נישט וויאזוי מלייגט דאס אויף דראפ באקס
אבער דא זינגט ער די ניגון משיח ווי ביסטו עס איז ח״י סיון אין קערעסטיר גאסט הויז ער איז געקומען מיט אבד״ק קהל חסידים שליט״א
[יו-טוב נישט ערלויבט]

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 3:05 am

אי-רעלעווענט האט געשריבן:Rt פי האתון (?! שלום עליכם...) סאיז א שיינע הארציגע ניגון, כוואונדער מיך פארוואס אינם ביכל ווערט נישט דערמאנט א ווארט ווער דעי רבי איז און וועמענס תנועה׳לע איז דאס. (פארשטייט זיך אס ווער עס ליינט איי-וועלט ווייסט...) אבער וויפיל לייינען שוין דא?!


אויך שווער געווען, איך בין ספעציעל אריין דא אינעם אשכול צו זוכן א ביאור איבער דעם ניגון.

איך מוז ארויסהייבן דעם לעמער פארן מאכן א עכט היימישער אלבוים פון A-Z, זאלן אנדערע זיך אפלערנען און אויפהערן פרובירן צו געפעלן דעם פרעמדן גאס, (עקטשועלי, געפעלן דעם היימישן גאס מיט פרעמדע ניגונים..)
איבער די ניגון 'וויל נאר', איך בין א גאר קליינע חסיד פון ליפא, עס שטערט מיר זייער צו זעהן זיין נאמען אויף א היימיש אלבוים, אבער סוכ"ס זענען זיינע גראמען אלץ מייסטערהאפטיג צוזאמגעשטעלט. יעדע גראם קנאקט און זאגט זיך ספעציעל פליסיג. ס'איז גוט אויסגעארבעט און פיל מיט תוכן. ס'בענקט זיך צו זיינע שיינע אמאליגע אלבום'ס.
לעצט פאראכטן דורך פ' לך לך אום דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 5:33 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מקווה איד
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 3:57 am

איך ווייס נישט איך האב דא אלעס א דורך געליינט און איך האב נישט קיין השגה וועם ער מיינט און די לעצטע ניגון
יוסל חבר מיינע די זיצט דא ביי די פיאנע

חוץ פון דעם
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 7:54 am

קברנה סובניון האט געשריבן:ווען זינגט עס די רבי אין בעלזא? לפי ידיעתי איז האדמו"ר מבעלזא נישט קיין כהן

איך גלייב די רבי זאגט פאר, [קמ"ץ], פאר [פת"ח] די כהנים, אזוי ווי די סדר איז אין די שוהל'ן

חוץ פון דעם
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 7:56 am

מקווה איד האט געשריבן:איך ווייס נישט איך האב דא אלעס א דורך געליינט און איך האב נישט קיין השגה וועם ער מיינט און די לעצטע ניגון

אפשר אזוי ווי די ניגון רבי רבי רבי מיר ווילן זיך מקשר זיין צו דיר, וואס יעדער קען טראכט'ן זיין רבי'ן. אזוי ווי די מן!

אוועטאר
מקווה איד
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 7:57 am

חוץ פון דעם האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:איך ווייס נישט איך האב דא אלעס א דורך געליינט און איך האב נישט קיין השגה וועם ער מיינט און די לעצטע ניגון

אפשר אזוי ווי די ניגון רבי רבי רבי מיר ווילן זיך מקשר זיין צו דיר, וואס יעדער קען טראכט'ן זיין רבי'ן. אזוי ווי די מן!

די ווייסט? אדער די שטעלסט זיך פאר?
יוסל חבר מיינע די זיצט דא ביי די פיאנע

אוועטאר
מקווה איד
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 8:01 am

און פארוואס זאגן זיי שלום ביי די פזמון?
יוסל חבר מיינע די זיצט דא ביי די פיאנע

אוועטאר
בילדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 8:04 am

עס איז ברכת כהנים

אוועטאר
מקווה איד
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 8:29 am

בילדער האט געשריבן:עס איז ברכת כהנים

ווי זאגט ער דארט ברכת כהנים?
יוסל חבר מיינע די זיצט דא ביי די פיאנע

אוועטאר
בילדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 8:33 am

דאס איז די בעלז נוסח פון ברכת כהנים.

פי האתון
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 9:12 pm

תגובהדורך פי האתון » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 9:10 am

מיר איז געווען אינטערעסאנט צו מע זינגט אין אין בעלז ווייל אין א"י זינגט מען בכלל נישט ביים דוכענען האמער עם געפרעגט זאגט ער אז אין בעלז זינגט מען יא, די סיבה פון נישט שרייבן וועלכע רבי איז לכאורה וועגן פאליטיק וד"ל

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1353
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 9:13 am

פי האתון האט געשריבן:מיר איז געווען אינטערעסאנט צו מע זינגט אין אין בעלז ווייל אין א"י זינגט מען בכלל נישט ביים דוכענען

יום טוב זינגט מען אין אלע חסידישע מקומות אין ארץ ישראל.
טעק איט איזי! שמועס אין האב הנאה!

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 9:54 am

פי האתון האט געשריבן:מיר איז געווען אינטערעסאנט צו מע זינגט אין אין בעלז ווייל אין א"י זינגט מען בכלל נישט ביים דוכענען האמער עם געפרעגט זאגט ער אז אין בעלז זינגט מען יא, די סיבה פון נישט שרייבן וועלכע רבי איז לכאורה וועגן פאליטיק וד"ל

נערישקאטן. בעלזא ניגונים ווערט געזינגען איבעראל אין אלע שיכטן און קרייזן, סאיז קיין פאליטיק פארהאן

אוועטאר
מקווה איד
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 10:26 am

אי-רעלעווענט האט געשריבן:
פי האתון האט געשריבן:מיר איז געווען אינטערעסאנט צו מע זינגט אין אין בעלז ווייל אין א"י זינגט מען בכלל נישט ביים דוכענען האמער עם געפרעגט זאגט ער אז אין בעלז זינגט מען יא, די סיבה פון נישט שרייבן וועלכע רבי איז לכאורה וועגן פאליטיק וד"ל

נערישקאטן. בעלזא ניגונים ווערט געזינגען איבעראל אין אלע שיכטן און קרייזן, סאיז קיין פאליטיק פארהאן

ווי איך פארשטיי מיינט ער פאליטיק פון די רבי וואס ער זאגט דארט
יוסל חבר מיינע די זיצט דא ביי די פיאנע

פי האתון
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 9:12 pm

תגובהדורך פי האתון » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 10:51 am

ריכטיק, מקווה איד" זעה איך מיין רבי שטיין "מיינט נישט רבי אהר'לע אין נישט ר' יהושיע'לע בעלזער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 11:16 am

קודם הרב חוץ פון דעם, שלום עליכם... האמער שוין לאנג נישט געליינט אזא געשמאקע ריוויא! פערזענליך האבעך שוין נישט קיין סאך צייט זיך אראפצוזעצן אויסהערן א סידי, און אוודאי נישט צו שרייבן, סאו זעהענדיג אזא באשרייבונג האבעך גרויס הנאה!

און יא, כאב אביסל געהערט דא דארט שטיקלעך פונעם סידי, קוקט אויס גאר גאר גוטע זאכן! איין ניגון וואס קלינגט מיר אין אויער איז די וויל נאר ניגון... מ'הערט אויף די ווערטער אז ס'מוז זיין ליפא! אויבן אויף איזעס ריזיג!


yield האט געשריבן:איך האב א שווערע שאלה

וואס מאכט א זינגער א זינגער?

איז עס זיין שטימע? זינגט ער גיט? האט ער אינטרעסאנטע ניגונים וואס נאר ער קען זינגען?. וכו..

איך זעה אז לעצטנס קומען ארויס זינגערס מיט קליינטשיקע שטימעלעך וואס פלאגן זיך צו זינגען און ווערן גאנצע שטערנס, אבער מצד שני זינגען זיי גאנץ גיט, מילא בינעך אינגאנצן צומישט, אפשר קען מיר איינער פותר חלום זיין.

דאס איז מער ווייניגער מיין אנאליז אויף דעם סידי.


א זינגער וואס האט א שיינע שטומע איז א פלאס! אבער זינגן מיט שטומע האבן נישט אייביג קיין שייכות! רוב וואס פארשטייען צו נגינה וועלן גיין ניסלעך פאר יאסי גרין'ס זינגן, בעת זיין קול איז גאר שוואך...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 11:19 am

חוץ פון דעם האט געשריבן:י
ניגון 5. לפניו
פון ירחמיאל בגין, ער איז פון מיעמי בויס קוויער. שלום וואלט געמעגט שרייבן וואלכע מאשענס מען דארף מאכן ווען מען זינגט דעם ניגון.


;l;p- ;l;p-

חוץ פון דעם
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 11:39 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:א זינגער וואס האט א שיינע שטומע איז א פלאס! אבער זינגן מיט שטומע האבן נישט אייביג קיין שייכות! רוב וואס פארשטייען צו נגינה וועלן גיין ניסלעך פאר יאסי גרין'ס זינגן, בעת זיין קול איז גאר שוואך...


לאמיר קלאר מאכן די זאך.
עס איז דא צווי זאכן לגבי זינגען א ניגון.
1. א שיינע קול.
2. זינגען גוט. [ד"מ. האלטן טאן, גוט אראפ לייגען א תנועה, גוט דרייען וכו']
יעצט האלט קאפ, איינער וואס האט א שיינע קול אין זינגט נישט גוט, איז גארנישט ווערט.
משאין כן, איינער וואס זינגט גוט, אבער די קול איז נישט אזוי שיין, דא איז דא א חידוש, אז מענשטען האבן אים ליב צוהערן. א דוגמא איז טאקע יאסי גרין וואס זינגט 'משוגע גוט', אין פאר זיין גוט זינגען, גייען מענטשען ניסלעך.
אודאי איינער וואס האט ביידע מעלות סיי א שיינע קול אין סיי ער זינגט גוט, איז ממש די העסטע מדריגה, אבער אם כל זאת וועלן זיין מענשטען וואס וועלן בעסער ליב האבן איינער וואס זינגט זייער גוט, ווי איינער וואס זינגט שיין אין זונגט גאנץ כמעשה'דיג גוט. ודו"ק.
דוגמא לדבר, ביי די אלטע בעלזא טעיפס, איז דא צווי זינגערס 1. ר' ירמי' דמן 2. ר' יוסף צבי ברייער. ר' ירמי' זינג שיין, אין כמעשדיג גוט. אין ר' יוסף צבי ברייער, זינגט נישט אזוי 'שיין' אבער 'משוגע גוט', אין איך קען אסאך מענשטען וואס גייען ניסלעך אויף ר' יוסף צבי'ס זינגען מער ווי אויף ר' ירמי'ס.
איך האף איך האב עס ארויס געברענגט גענוג קלאר.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Awesome און 16 געסט