מיכא-ל שניצלער נייע סי.די. - ''מימיני מיכא-ל''

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 7:04 pm

טרעק 7 די ליבי ניגון גלייך איך זייער

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 7:18 pm

אויבער-חכם האט געשריבן:הערליכע גראמען מר. פרעזידענט, אבער ס׳אלעס רעלעוואנט ביז די יעצטיגע סידי.
ניין די באכע ניגון איז פאר קיינעם א נחמה, נישט קיין נשמה אין נישט קיין פלאם.



די רעדסט בשם גאנץ כלל ישראל?... נייס.

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 9:22 pm

פערזענליך פלעג איך טאקע קיינמאל נישט גלייכען מיכאל'ס סטיל האב איך נישט געפלאנט צו קויפן דעם דאזיגען סידי אויך נישט, זאגט מיר אבער איינער אז ס'איז דא עפעס איין דיפרענט ניגון, עפעס באכע, נו, אז ס'איז דיפרענט אפשר איז עס פאר מיר? אומר ועושה, געקויפט די איין טרעק אויף אייטונס פאר 99 צענט און וואס זאל איך זאגן? א געוואלדיגע ניגון, אזוינס און אזאלכע, מלא טעם וחן, ב"ה לא אלמן ישראל, אלעקסע ווייסט שוין ס'מיין פעיוו. כ'האף נאר זיין נעקסטע סידי וועט זיין צען אזוינע ניגונים וועל איך קענען קויפן ס'גאנצע אי"ה.

אוועטאר
מים שלנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 9:51 pm

קענסט שוין קויפן אלע העסטעך באלעקן, אויף מיין אחריות.
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

אוועטאר
קאטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm

תגובהדורך קאטשקע » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 1:11 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:בס"ד
"בושה" וחרפה... כ'שעם זיך...
מורי ורבותי. אזוי ווי כ'האב דא ארויפגעלייגט די "באכע וחרפה" ניגון. און עס הארט זייער פארן מחבר אז מ'האט עס דא ארויפגעלייגט ווייל נאך אלעס זענען מיר אזויפיל נהנה פון ר' מיכאל שוין יארן זייט זיין ערשטע "טייפ". סי' אמת אז די באכע ניגון האט אונז אביסל פארווייטאגט..., אבער נישט עכ"כ צו זיין כפוי טובה און איהם אזוי באשמיצן..., (ער האט נישט גע'חלום'ט דאס מפרסם זיין), דערפאר האט ער באשלאסן צו ענק צושטעלן די פאלגנדע ניגון, דאס מאל אויף די ניגון פון "א מצה און אויוון אריין"..., וואס ס'איז א אויסנאמע ניגון און יעדער איז זיך מחי' דערמיט... (אויסגעשטעלט יעדע פאל ווי עס ווערט געזינגען אויפן סידי). ליינט און האט הנאה.

אבער אז דא יעצט שטייט מען שוין, נאכן אמירה
מתקן זיין גייט מען שוין, אשר פגמתי בסיפורא....
כ'האב זיך אגעטוהן די שירצעלע
איך האב זיך באוויליגט מתקן זיין די פירצה'לע
אז דאס דארף איך טוהן אין אין להקשות

שוין אנגעגרייט די פעדער
אידעלע איך בעט-דיר
פארשטיי מיר במהרה
אין הימל איז מען מתפלל
אויף מיכאל מימין מהלל
ער זאל ארויסגעבן די סידי די טייערע
ברוך השם ס'איז אנגעקומען, לעילא ולעילא
יעדער פריידט'צעך מיט די מפואר'דיגע כלי
פארשטייט'צעך זוכן חסרונות האט יעדער א התעקשות

גאר אן אלטער איד
ר' מיכאל פאר אונז אלע שטייט ער
מיט'ן לעצטן כח'ל ווערט נישט מיד
"לשם מצוה" ארבעטן פאר אונז גייט-ער
ר' מיכאל ליבער
יעצט איז צייט מיט דיר זיך בעטן איבער
און אביסל מסביר זיין פאר די גאנצע חבריא

ר' מיכאל שליט"א
וואלט געקענט האקן א לעבן
לעבן רוהיג אין זיין סוויטע
און פאר די וועלט גארנישט צוגעבן
דאך טוהט ער זיך אנשטרענגען, און געבט ארויס סידי'ס
און טוהט אונז ברענגען, עידית שבעידית
און יעצט א מעשה מיטן אזא פאלשן דעה

אוי ביים הארץ רייסט
אזא כפיות טובה איהם מ'ווייזט
אזא מין גיהנום
מ'טוהט אפמאכן יענעם
און ווער רעדט נאך ווען מ'איז פן איהם נהנים
דאס קען אפילו נישט, דער גרעסטער רשע צוקיקן

די הארץ טוהט מיר טאנצן
דערשראקן אינגאנצן
ווי עס טאנצן און שפרינגען
די מענטשן'ס צינגען...
אויף יענעמ'ס חשבון טוהט מען זינגען
צולייגן הייליגע גופים און פארציקן

אויף די "לעכטעלע" וואס שיינט
וויפל גראמען האב מען שוין געמאכט ביז היינט
"יאסעלע" מיט "ר' שמחה"
"אברהמ'עלע" ווי א מומחה
וויפל געניצט האט מען "אלוקים ישימך".....
מיינע חברים, איך וועל נישט ענדיגן די רשימה

און יעצט פארשפרייט פון א ניק גאר שמאל
צו נאך א כהן, נאך א לוי, א ישראל
צום פייער זיי געיאגט...
מיינע געוויסן פלאגט
איך האב די גאנצע נאכט געוויינט און געקלאגט...
און געזאגט
ווי קען איך בארוהיגן די מהומה

א אידעלע אין אויוון אריין, אוי אזא שפיכות דם
א אידעלע אין אויוון אריין, און אלץ בלויז מיטן גראם
וויי און ווינד, אז איך טוה צו דעם טויגן
אזא כפוי טוב בין איך געווען
צי וועט "אייוועלט", נאך זיין באוואויגן
און גלייבן דאס איז בטעות געשען
אוי, מי יודע

א אידעלע אין אויוון אריין, אוי אזא שפיכות דם
נאך א אידעלע אין אויוון אריין, א ווערטל וואס האט בכלל נישט קיין טעם
וויי און ביטער, אזא שאנד
צו אזעלכע הענט וואס האבן דאס געקענט טון
וויאזוי האסטו נישט מורא געהאט, מיין האנט
וואס וועסטו ענטפערן ביים יום הדין
אוי, מיט יענעם'ס בלוט זיך זיין מחי'

בשם כהן
בשם לוי,
און אין נאמען פון כלל ישראל
שריי איך געוואלד, אוי געוואלד, טאטע זיי מיר מוחל
אוי געוואלד, אוי געוואלד, ר' מיכאל זייט מיר מוחל
מיין הארץ טוט מיר יעצט -נישט קיין שאלה-וויי
צוריק דרייען די זייגער וואלט איך, הלוואי
דיינע זכותים טוהט דאך דערגרייכן, די הויכע עולמות

א ביזיון
געווען מביא,
פארן טייער איד ר' מיכאל
אוי געוואלד, אוי געוואלד, טאטע זיי מיר מוחל
אוי געוואלד, אוי געוואלד ר' מיכאל זייט מיר מוחל
דם עבדיך השפוך
ווייל ראיתי עולם (אייוועלט) הפוך
ר' מיכאל דו ביסט דאך בדורינו, פון די הייליגע נשמות...

פון יעצט פארשטייט איר שוין אליין
אויף א מענטש קיינמאל ווארפן א שטיין
יעדער האט זיין תיקון
ביז'ן טאג דעם היינטיגן
טראכט איך וואס קען זיין מיין תיקון
איך קוק ארויף אויבן צום קל טוב וסלח
ווען איך שטיי נאכאמאל ביים הייסן אייוועלט
באקן א ניגון מיט גראמען אהערגעשטעלט
מייינע ווערטער די'ע-נעם-הער
אזא זאך זאל נישט געשעהן-מער
נישט רויט מאכן יענעמ'ס פנימ'ער
זאלן די ניגון מכפר זיין, אויפ'ן פריערדיגן מהלך...

ווייל: יעדע דיבור גייט (אין הימל) אויבן אריין, אפי' מען מיינט "לשם מצוה"
און אז דו לייגסט איינעם אין אויוון אריין, מאכט עס א טומל עד אין קצבה
מתרצה ברחמים, טאטע אין הימל
ביסט'עך מתפייס בתחנונים
זאל זיין א כפרה פאר מיר די'ע טומל
אז פון האנט אן זאל מען נישט אינטערלייגן יענעם בחינם
אוי, מיט טרערן איך קלאג

יעדע דיבור גייט אויבן אריין, אפי' מען מיינט "לשם מצוה"
און אז דו לייגסט איינעם אין אויוון אריין, מאכט עס א טומל עד אין קצבה
הייליגער טאטע, פאר מיר פארציי
ווען איך וויש די טרערן, די הייסע
און איך בעט דיר ה' אלוקי
סלח ומחל לי כי יראתי
אוי, מיט א קרעכץ איך זאג

צו כהן
צו לוי,
צו ישראל, פארשעמען טאר מען קיינמאל
אוי געוואלד, אוי געוואלד,
טאטע זיי מיר מוחל
אוי געוואלד, אוי געוואלד,
ר' מיכאל זייט מיר מוחל
פון היינט אן אין אלע זמנים
נישט מאכן יענעם שרפים ואופנים
אויף דיין חבר'ס הארץ קוק זיך בכל עת-אום

נאכאמאל...
טוהט'זיך געטרויען
ווי נאר סיי-ווי
נישט פארשעמען קיין נפש בישראל
אוי געוואלד, אוי געוואלד,
שפעטער דארף מען בעטן מוחל
אוי געוואלד, אוי געוואלד,
אידעלעך זייט'ס מוחל
הערט'ס אויף יטן חרב פיפיות בפיהם...
און זאל מקויים ווערן די רייד פון די נביאים
בזכות אהבת חינם וועט זיין תחיית המתים

צו כהן
צו לוי,
צו ישראל, פארשעמען טאר מען קיינמאל
אוי געוואלד, אוי געוואלד,
טאטע זיי מיר מוחל
אוי געוואלד, אוי געוואלד,
באשעפער ברענג שוין די גאולה זיי מוחל...
והשב כהנים לעבודתם
מיט שלום וועט מען לעבן דארטן התם
שוין גענוג אידישע קרבנות עד אין קצבה
געענדיגט מיט די'ע קרומע דרכים
וואס קיינער פון דעם האט רווחים
גלייבט'ס מיר פאלגט'ס מיר עס לוינט'צעך די הייליגע מצוה

ענטשולדיגט ר' מיכאל......

WOW WOW WOW

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3573
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 6:37 pm

eller האט געשריבן:האט שוין איינער גערעדט צו מיכאל איבער די ניגון ? האט ער זיך גערישט אז ס'גייט ווערן אזוי אויסגעשפיגן ביי יעדעם ?
און פאר נייגעריגקייט וואסערע ניגון איז מער נישט צום זאך דאס אדער די יו"ט אין דער ואכן ?
ביידע מאכט נישט קיין סענס..... (ביי די ניגון פארשטי איך נישט ווי ס'קומט אריין אז מ'זאל טאנצען ווילדער ביי די צווייטע העלפט...)
#שוין גארנישט יום טוב אינדערוואכן...

?????

א דוקדוק פראגע וויאזוי זאגט מען הוי דן את כל אדם..... ? דן איז מיט א חמץ אדער פתח ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 8:54 pm

מיין אפיניען איבער די סידי. פאר ווער ס'איז נייגעריג...

שוין נאכן הערן דעם נייען סידי אפאר מאל איז יתכן מועד צו מגדר זיין דעם סידי אזוי:

אז הגם די סידי אז בכלל נישט אוועק צו מאכן גאנץ שיינע ניגונים און גראמען. איז דאך קלאר אז די לעצטע צוויי סידיס איז ער אראפ און קוואלעטי. נישט אז יעצט איז נישט שיינע זאכן. אבער ס'איז קלאר אז ער האט שוין נישט אזאלכע שטארקע היטס ווי ער האט געהאט בי זיינע ערשטע פאר סידיס. ער האט נישט מער נישט קיין "לעכטעלע" (אוי לעכטעלע לעכטעלע די שיינסט אין די ברענסט ..) נישט קיין "ברכות הבנים" (יברכך השם אוי אוי אוי וישמרך, יאיר השם פניו אליך ויחנך..) נישט קיין "כל נדרי" (די טויבע רבי סנדר דארט פלעגט ער זיצן מיט זיין שטענדער די חזן.. אוי אוי כל נדרי...) און אזוי ווי נאך און נאך פון זיינע אמליגע נגונים.

און ס'איז קלאר אז פינקי האט שוין נישט פאר מיכאל די שטארקע היטס ווי אמאל. הגם וואס די נייע נגונים ווי "מאמע רחל" און פון די יעצטיגע סידי "די מצה ניגון" זענען נישט אויף אוועק צו מאכן בכלל. קומען זיי אבער נישט צו, צו פינקיס אמאליגע היטס ווי די היטס וואס כ'האב פריער דערמאנט וכדו'. די מאמע רחל ניגון איז טאקע "א שטארקע רגש" ניגון אבער האט נישט קיין שטארקע תוכן און מעסעדזש. און די נייע "מצה ניגון" הגם יא א שטארקע תוכן, אבער די ניגון גופא איז זייער געדרייט און נישט סימפעל נאך צו זינגען, און אפשר אויך אביסעל באקאנטע תניעות אריין געבויעט אויכעט...

סא וואס וויל איך דא ארויס ברענגען? סתם ס'איז אינטערסאנט אז פינקי מיט זיינע היטס אין לשה''ק'דיגע ניגונים איז ער נאך היינט אפי' שטערקער ווי אמאל. אבער מיט די אידישע היטס זענען זיינע זאכן נישט אזוי שטארק ווי אמאל. כאטש גוט אבער נישט ווי אמאל.

למעשה, האב איך שטארק הנאה פון מיכאל נייע סידי און ס'ארבייט נאכאלטס ביי מיר אין קאר אויף איבער און איבער.
מפתחות של זהב
איר שרייבט ממש גאלדענע רייד איך האב יעצט ארויס געפרינט לכבוד שבת אייער ארטיקל אויף תפילה (פון פלוני אין אישי).

כא כא כא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 12:57 am

געהערט היינט א גוטער צאמשטעל באכע באכע באכע כי לא כלו רחמיך טשאכע טשאכע טשאכע כי לא תמו חסדיך....
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט

לעבעדיגע פיש
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 12:12 pm

תגובהדורך לעבעדיגע פיש » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 11:33 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:מיין אפיניען איבער די סידי. פאר ווער ס'איז נייגעריג...

שוין נאכן הערן דעם נייען סידי אפאר מאל איז יתכן מועד צו מגדר זיין דעם סידי אזוי:

אז הגם די סידי אז בכלל נישט אוועק צו מאכן גאנץ שיינע ניגונים און גראמען. איז דאך קלאר אז די לעצטע צוויי סידיס איז ער אראפ און קוואלעטי. נישט אז יעצט איז נישט שיינע זאכן. אבער ס'איז קלאר אז ער האט שוין נישט אזאלכע שטארקע היטס ווי ער האט געהאט בי זיינע ערשטע פאר סידיס. ער האט נישט מער נישט קיין "לעכטעלע" (אוי לעכטעלע לעכטעלע די שיינסט אין די ברענסט ..) [b][b]נישט קיין "ברכות הבנים" (יברכך השם אוי אוי אוי וישמרך, יאיר השם פניו אליך ויחנך..)[/b][/b] נישט קיין "כל נדרי" (די טויבע רבי סנדר דארט פלעגט ער זיצן מיט זיין שטענדער די חזן.. אוי אוי כל נדרי...) און אזוי ווי נאך און נאך פון זיינע אמליגע נגונים.

און ס'איז קלאר אז פינקי האט שוין נישט פאר מיכאל די שטארקע היטס ווי אמאל. הגם וואס די נייע נגונים ווי "מאמע רחל" און פון די יעצטיגע סידי "די מצה ניגון" זענען נישט אויף אוועק צו מאכן בכלל. קומען זיי אבער נישט צו, צו פינקיס אמאליגע היטס ווי די היטס וואס כ'האב פריער דערמאנט וכדו'. די מאמע רחל ניגון איז טאקע "א שטארקע רגש" ניגון אבער האט נישט קיין שטארקע תוכן און מעסעדזש. און די נייע "מצה ניגון" הגם יא א שטארקע תוכן, אבער די ניגון גופא איז זייער געדרייט און נישט סימפעל נאך צו זינגען, און אפשר אויך אביסעל באקאנטע תניעות אריין געבויעט אויכעט...

סא וואס וויל איך דא ארויס ברענגען? סתם ס'איז אינטערסאנט אז פינקי מיט זיינע היטס אין לשה''ק'דיגע ניגונים איז ער נאך היינט אפי' שטערקער ווי אמאל. אבער מיט די אידישע היטס זענען זיינע זאכן נישט אזוי שטארק ווי אמאל. כאטש גוט אבער נישט ווי אמאל.

למעשה, האב איך שטארק הנאה פון מיכאל נייע סידי און ס'ארבייט נאכאלטס ביי מיר אין קאר אויף איבער און איבער.


ברכת הבנים איז "ישימך אלקים"
יברכך ה' איז "די לעצטע דוכענען"

הערשקא
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 1:23 pm

:lol: :lol: :lol:
כא כא כא האט געשריבן:געהערט היינט א גוטער צאמשטעל באכע באכע באכע כי לא כלו רחמיך טשאכע טשאכע טשאכע כי לא תמו חסדיך....

אוועטאר
מקווה איד
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 1:26 pm

נאכן הערן א שיינע פאר מאל קען איך זאגן מיין מיינונג, אז ווען איך וועל קוקן אויף א נקודהלע וועל איך זאגן אז דאס איז די שענסטע סידי אבער וועל איך וועל קוקן אויף אלע אנדערע וועל איך זאגן אז איך קען דאס נישט אנקוקן
יוסל חבר מיינע די זיצט דא ביי די פיאנע

אוועטאר
ערליכע בחור
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:27 pm

תגובהדורך ערליכע בחור » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 9:16 am

eller האט געשריבן:האט שוין איינער גערעדט צו מיכאל איבער די ניגון ? האט ער זיך גערישט אז ס'גייט ווערן אזוי אויסגעשפיגן ביי יעדעם ?
און פאר נייגעריגקייט וואסערע ניגון איז מער נישט צום זאך דאס אדער די יו"ט אין דער ואכן ?
ביידע מאכט נישט קיין סענס..... (ביי די ניגון פארשטי איך נישט ווי ס'קומט אריין אז מ'זאל טאנצען ווילדער ביי די צווייטע העלפט...)
#שוין גארנישט יום טוב אינדערוואכן...


עס קען זיין אז ער פריידט זיך אז עס איז אזוי, ווייל אזוי רעדט כאטשיג יעדער פון זיין סידי.
מען דארף זעהן זיך צו האלטן ערליך... חזק ואמץ...

אוועטאר
וועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 11:46 am

eller האט געשריבן:האט שוין איינער גערעדט צו מיכאל איבער די ניגון ? האט ער זיך גערישט אז ס'גייט ווערן אזוי אויסגעשפיגן ביי יעדעם ?
און פאר נייגעריגקייט וואסערע ניגון איז מער נישט צום זאך דאס אדער די יו"ט אין דער ואכן ?
ביידע מאכט נישט קיין סענס..... (ביי די ניגון פארשטי איך נישט ווי ס'קומט אריין אז מ'זאל טאנצען ווילדער ביי די צווייטע העלפט...)
#שוין גארנישט יום טוב אינדערוואכן...


אויסגעשפיגן פון וועם? פון אפאר צובראכענע אידן אויף אייוועלט? פון דעם זאל ער זיך דערשרעקן? אך און וויי אויב יא

אוועטאר
דונש
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 12:17 pm

וועלטניק האט געשריבן:
אויסגעשפיגן פון וועם?

פון יעדע נארמאלע מענטש מיט א 100% פונקשענעל אבר בקדקדו דמתקראת מוח,

דערשרעקן דארף ער זיך נישט פון קיינעם, די בחירה איז אין זיין הענט.
פארגעס נישט צו געבן א שמייכל, עס קאסט אייך סייווי גארנישט.

בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך בנימין » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 1:47 pm

נאך איינער שפירט אז ס'איז שטיקעדיג דא?
יא געשפיגן, נישט געשפיגן. העי, נידערסט די טענער.

העיר איס מיי טו סענס.

קודם דארף איך אויסטון דאס היטל פאר די מצה ניגון, ס'האט מיר געמאכט אזוינע טשילס. אוי געוואלד, אוי געוואלד, טאטע זיי מיר מוחל. נאכאמאל, כהן, לוי, כהן לוי ישראל...
ס'איז פון איינציגסטע ניגונים אויפן סידי וואס כ'האב געשפירט אז ממש אלעס איז פערפעקט. די מעלאדי וואס גייט גג על גל, די געוואלדיגע גאוני'שע גראמען (מלאך-אויבן, סלח-אויבן קאלעך אויוון), דאס אראפזינגען (כ'וואלט מער געזאגט אויסעקטן), מוזיק וואס בויט אויף די דראמא אזוי שטארק, א פולע הערליכע קווייער, רייכע הארמאניס און וואס נישט.
צוויי ליינס האבן מיר יא געשטערט. איינס וואס אנדערע האבן שוין אנגעמערקט, א אידעלע אין אויוון אריין, כ'האלט אז ס'האט דא געפעלט אביסל דזשאדשמענט. ווי אויך די גראם, "אויף מיין שאוועלע, מיין חבר דוב'לע", ס'עפעס נישט. ס'גריצלט אין די אויערן. מיין מאמע וואלט מיר אנגעשריגן "מ'רעדט נישט אזוי!.." נו גוט.

איך האב זייער ליב די גוטע vibe פון ואהבת לרעך כמוך, כאטש די צווייטע האלב ניגון האביך נישט געכאפט דאס ערשטע מאל אז ער וויל געבן אפאר פשטים אין די פסוק, ס'האט אויסגעזען ווי ער איז אלל אווער די פלעיס.

מימיני מיכאל איז א הערליכע ניגון וואס כ'האב זיך געטראפן זייער שנעל אונטערזינגען. ס'איז לייכט און זייער קאמפארטינג. ס'מאכט מיר פילן ווארעם אין הארצן. ...באגלייט א מלאך ...נאך א מלאך. אה!

די רעשט אויף די סידי איז פיין, כ'האב אבער נישט ספעציעל קאנעקטעד צו קיין איין ניגון.

יעצט צו באכע:
באלד ביים ערשטן מאל הערן דעם ניגון איז קלאר געווען אז קיינער וועט נישט קענען זיין נייטראל איבער דעם באכע'ן.
איטער יו לאוו איט אר יו העיט איט.

ווי עס זעט אויס שפירן די העיטערס פיל שטערקער א נויט זיך ארויסצושטעלן אקעגן דעם ניגון (איינער האט גערעדט פון 'אויסגעשפיגן'?) און אויסדרוקן זייער קעגנערשאפט בשער בת רבים, ווי עס פילן די אלע וואס גלייכן יא דעם ניגון. ס'איז אינטערעסאנט.

כ'האב באמערקט נאך עפעס, די וואס גלייכן עס נישט שפירן אז זיי האבן א שטארקע טענה אקעגן מיכאל'ן היתכן ער האט ארויסגעלייגט אינעם רשות הרבים אזוי ליד. כ'מיין, ער איז נישט ערלויבט צו ברענגען צום טיש עפעס אנדערש וואס איז מער משוגע ווי איך בין גרייט צו אקסעפטן. "מילא דער יעניגער וואס זינגט 'יעדער איינער' מיט 'נאך א טראפ וואסער', אים וועל איך דורכלאזן, אבער מיכאל, דאס נישט! דאס וועל איך שוין נישט דורכלאזן! ער איז אויסגעשפיגן!"

און ס'שטעלט זיך נישט אפ דא. ס'איז נישט נאר אז ער שפייט, ער שטעלט זיך ארויס אלץ א פארטרעטער פון יעדע רעכט דענקיגער ברי'. "אויסגעשפיגן פון יעדע נארמאלע מענטש..."

טו מיר א טובה. כ'דיסאגרי אויך מיט דעם. כ'פארשטיי וואס ער האט געוואלט.
דו קענסט זען אז די מוזיק פון די ניגון איז אינגאנצן אנדערש ווי די איבריגע ניגונים אויפן אלבוים, און ס'איז פאר א סיבה.
ער צילט א געוויסע שיכט. א סלייס פון בחורים\יונגעלייט וואס זוכן דאס.

עניוועי, נישט מיר, כ'וועג צו סאך צו טאנצן אויף באכע באכע באכע.

עירקאנדישן ביטע...

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2428
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 2:58 pm

בנימין האט געשריבן:ווי עס זעט אויס שפירן די העיטערס פיל שטערקער א נויט זיך ארויסצושטעלן אקעגן דעם ניגון (איינער האט גערעדט פון 'אויסגעשפיגן'?) און אויסדרוקן זייער קעגנערשאפט בשער בת רבים, ווי עס פילן די אלע וואס גלייכן יא דעם ניגון. ס'איז אינטערעסאנט.

כ'מיין ס'איז פשוט...

דער וואס האט ליב דזשאכע סטייל... דער האט באקומען את שאהבה גופו, צעוואס זאל ער זיך אנרופן? ער שרייבט דען אויף אייוועלט אלעס וואס עס גייט איהם גוט?

בכלל, א גרויס טייל ליבהאבערס פון אזא געזינגאכטץ גאנג, שעמן זיך נאך, ב"ה, צו שרייבן ברבים אז דאס איז וואס ס'הייסט ביי זיי געשמאק.

---

ווידער, די וואס ס'איבעלט זיי, איז נישט אז זיי האבן נישט ליב דעם ספעציפישן ניגון ומחברתו הט', וואס אויף דעם וואלט אפשר געהאלפן די תירוץ - מעק אויס דעם טרעק...

אפילו אן קויפן/הערן די ניגון אליינס, ווייטאגט זיי אז מען ברענגט אריין פראסטע/גוישע/היפי סטייל נגינה.

אויב דאס ווערט ליידער די נארם, וועלכע סארט ניגונים וועלן מיינע בחורים זינגן...? איז יתכן אז ווען איך מאך חתונה מיין טאכטער, וועל איך דארפן געדענקן אנצוזאגן דעם בדחן, ער זאל מיר נישט אויפרופן מיט א ניגון וואס פאסט פאר מיינע ספאנישע ארבייטער...?

אט דאס טוט וויי - און ווען ס'טוט וויי שרייט מען... פארדעם הערט מען קרעכצן פון עטליכע "צובראכענע אייוועלט אידן".

ווער איז אמאל געקומען שרייבן אויף אייוועלט, אז נעכטן האט ער געטראפן פארקינג נעבן זיין הויז. לעומת זה, יעדע מאל וואס די באאמטע הענגן אויף ערגעץ א פרישע "נאו פארקינג" טאוועל, הערט מען גלייך א צעקה גדולה ומרה - היתכן מען טוט אונז באראבעווען?! היתכן מען שטערט אונזער לעבנסשטייגער?!

---

נאך א נקודה.

די גמרא זאגט ווען איינער קען זיך נישט מתגבר זיין על יצרו - ילבש שחורים ויתעטף שחורים וכו'... א מענטש איז נאר א מענטש, און יעדער פאלט אמאל דורך א נסיון. אבער - ווילסט זיך פירן נידריג, טוה כאטש אויס די איצטלא דרבנן.

האלטסט אז דו האסט רעכט - מחמת איזה סיבה שהוא - אריינצוברענגן די נגינה-סטייל. שוין געהערט אזאנס... זיי עס ביטע מתעטף מיט א צוגעפאסטן שחורים קאווער-דעזיין וכדומה, בערך אווי דער לעצטיגער חסידישע ר"ר מיילך רעפפער. זאל כאטש דער קונה וויסן וואס מען פארקויפט איהם און קענען מאכן זיין בחירה.

דאס אהערשטעלן א היימיש אויסזעענדע סי-די, און בדרך אגב אריינגיסן דערין אפילו נאר א קליין מאס צואת רותחין, איז באזונדער אויסגעשפילט מערערע אומוויסענדע קונים...

האט דער בעשטה"ק געזאגט: דער בעל דבר "שוחט דעלמא" ווייסט פארוואס ער איז חייב, "משום צובע" - ער פאפט אפ. ער מאכט עס אויסקוקן ווי אן ערליכע חסידישע פראדוקט.

---

גוט שבת אלע אידן!

זיך נישט געפלאנט אנצורופן אין דעם נושא - ס'האט מיר אבער געשטערט ווי מען סטעמפלט אפ די וואס עקלן זיך פון אזא ניגון - אלס די נעבעכ'ס
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 8:31 pm

eller האט געשריבן:האט שוין איינער גערעדט צו מיכאל איבער די ניגון ? האט ער זיך גערישט אז ס'גייט ווערן אזוי אויסגעשפיגן ביי יעדעם ?
און פאר נייגעריגקייט וואסערע ניגון איז מער נישט צום זאך דאס אדער די יו"ט אין דער ואכן ?
ביידע מאכט נישט קיין סענס..... (ביי די ניגון פארשטי איך נישט ווי ס'קומט אריין אז מ'זאל טאנצען ווילדער ביי די צווייטע העלפט...)
#שוין גארנישט יום טוב אינדערוואכן...

יא אוודאי, כ׳האב געכאפט א שמועס מיט מיכאלען ער האט מער עפעס דערציילט אז איינער העללער מיט א עין איז זייער בייז אויף אים ווייל ער גלייכט נישט עפעס א ניגון, אבער ער טענהט אז קיינער האט נישט געשפיגען אויף אים דערווייל.

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4742
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 8:50 pm

הלשון, גענאגעלט!
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm

תגובהדורך אויבער-חכם » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 10:06 pm

שאינו יודע האט געשריבן:הלשון, גענאגעלט!
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט צו דא שרייבן

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 10:15 pm

הלשון האט געשריבן:
בנימין האט געשריבן:ווי עס זעט אויס שפירן די העיטערס פיל שטערקער א נויט זיך ארויסצושטעלן אקעגן דעם ניגון (איינער האט גערעדט פון 'אויסגעשפיגן'?) און אויסדרוקן זייער קעגנערשאפט בשער בת רבים, ווי עס פילן די אלע וואס גלייכן יא דעם ניגון. ס'איז אינטערעסאנט.

כ'מיין ס'איז פשוט...

דער וואס האט ליב דזשאכע סטייל... דער האט באקומען את שאהבה גופו, צעוואס זאל ער זיך אנרופן? ער שרייבט דען אויף אייוועלט אלעס וואס עס גייט איהם גוט?

בכלל, א גרויס טייל ליבהאבערס פון אזא געזינגאכטץ גאנג, שעמן זיך נאך, ב"ה, צו שרייבן ברבים אז דאס איז וואס ס'הייסט ביי זיי געשמאק.

---

ווידער, די וואס ס'איבעלט זיי, איז נישט אז זיי האבן נישט ליב דעם ספעציפישן ניגון ומחברתו הט', וואס אויף דעם וואלט אפשר געהאלפן די תירוץ - מעק אויס דעם טרעק...

אפילו אן קויפן/הערן די ניגון אליינס, ווייטאגט זיי אז מען ברענגט אריין פראסטע/גוישע/היפי סטייל נגינה.

אויב דאס ווערט ליידער די נארם, וועלכע סארט ניגונים וועלן מיינע בחורים זינגן...? איז יתכן אז ווען איך מאך חתונה מיין טאכטער, וועל איך דארפן געדענקן אנצוזאגן דעם בדחן, ער זאל מיר נישט אויפרופן מיט א ניגון וואס פאסט פאר מיינע ספאנישע ארבייטער...?

אט דאס טוט וויי - און ווען ס'טוט וויי שרייט מען... פארדעם הערט מען קרעכצן פון עטליכע "צובראכענע אייוועלט אידן".

ווער איז אמאל געקומען שרייבן אויף אייוועלט, אז נעכטן האט ער געטראפן פארקינג נעבן זיין הויז. לעומת זה, יעדע מאל וואס די באאמטע הענגן אויף ערגעץ א פרישע "נאו פארקינג" טאוועל, הערט מען גלייך א צעקה גדולה ומרה - היתכן מען טוט אונז באראבעווען?! היתכן מען שטערט אונזער לעבנסשטייגער?!

---

נאך א נקודה.

די גמרא זאגט ווען איינער קען זיך נישט מתגבר זיין על יצרו - ילבש שחורים ויתעטף שחורים וכו'... א מענטש איז נאר א מענטש, און יעדער פאלט אמאל דורך א נסיון. אבער - ווילסט זיך פירן נידריג, טוה כאטש אויס די איצטלא דרבנן.

האלטסט אז דו האסט רעכט - מחמת איזה סיבה שהוא - אריינצוברענגן די נגינה-סטייל. שוין געהערט אזאנס... זיי עס ביטע מתעטף מיט א צוגעפאסטן שחורים קאווער-דעזיין וכדומה, בערך אווי דער לעצטיגער חסידישע ר"ר מיילך רעפפער. זאל כאטש דער קונה וויסן וואס מען פארקויפט איהם און קענען מאכן זיין בחירה.

דאס אהערשטעלן א היימיש אויסזעענדע סי-די, און בדרך אגב אריינגיסן דערין אפילו נאר א קליין מאס צואת רותחין, איז באזונדער אויסגעשפילט מערערע אומוויסענדע קונים...

האט דער בעשטה"ק געזאגט: דער בעל דבר "שוחט דעלמא" ווייסט פארוואס ער איז חייב, "משום צובע" - ער פאפט אפ. ער מאכט עס אויסקוקן ווי אן ערליכע חסידישע פראדוקט.

---

גוט שבת אלע אידן!

זיך נישט געפלאנט אנצורופן אין דעם נושא - ס'האט מיר אבער געשטערט ווי מען סטעמפלט אפ די וואס עקלן זיך פון אזא ניגון - אלס די נעבעכ'ס


הלשון, גענאגעלט!
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך בנימין » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 11:26 pm

הלשון האט געשריבן:
בנימין האט געשריבן:ווי עס זעט אויס שפירן די העיטערס פיל שטערקער א נויט זיך ארויסצושטעלן אקעגן דעם ניגון (איינער האט גערעדט פון 'אויסגעשפיגן'?) און אויסדרוקן זייער קעגנערשאפט בשער בת רבים, ווי עס פילן די אלע וואס גלייכן יא דעם ניגון. ס'איז אינטערעסאנט.

...אט דאס טוט וויי - און ווען ס'טוט וויי שרייט מען... פארדעם הערט מען קרעכצן פון עטליכע "צובראכענע אייוועלט אידן".

...דאס אהערשטעלן א היימיש אויסזעענדע סי-די, און בדרך אגב אריינגיסן דערין אפילו נאר א קליין מאס צואת רותחין, איז באזונדער אויסגעשפילט מערערע אומוויסענדע קונים...

[/color][/b][/size]


הלשון, איך געב דיר גערעכט אויף ביידע פוינטס. און איך זע אז דו האסט געהיט א ספאט ביי נאך אפאר אידן.

מיר האט בכלל נישט געבאדערט פארוואס איינער שרייט אויס זיין פערזענליכן ווייטאג אז מיכאל ברענגט אראפ דעם דור אדער אז דער האט אים פארקויפט א קאץ אין זאק. דאס בארעכטיגט דאס שרייען, כאטש די טאן מעג נאכאלץ זיין מיט אביסל איינגעהאלטנקייט זייענדיג אין א פובליק פארום. ס'האט מיר אויך וויי געטון ווען בערי וועבער האט אריינגעלייגט א רעפ ניגון אין זיין לעצטן סידי און איך האב עס געשריבן אין מיין דעמאלטסדיגן רעוויא, אבער בלויז אלץ מיין אייגן ווייטאג.

וואס יא?

ס'האט מיר בעיקר געדרוקט דאס זיך אהערשטעלן ווי אן אויטאריטעט וואס האט באשלאסן בשם כלל ישראל, וואס כלל ישראל, יעדע נארמאלע מענטש, אים אויסצושפייען.

דאס איז געווען היבש איבערגעטריבן. דו וועסט אודאי מודה זיין צו מיר, נישט אזוי?

הלשון האט געשריבן:
זיך נישט געפלאנט אנצורופן אין דעם נושא - ס'האט מיר אבער געשטערט ווי מען סטעמפלט אפ די וואס עקלן זיך פון אזא ניגון - אלס די נעבעכ'ס


כ'האב געשפירט אז די זענען מער באליס ווי נעבעך'ס.

כ'האב קלאר געשריבן אז כ'גלייך אויך נישט דעם ניגון. אבער עכ"ז האב איך נישט געשפירט ווי פינחס בן אלעזר און גענומען דעם רומח.

לאמיר קלאר מאכן פון וואו איי עם קאמינג פראם: איר האט אן אנונג ווער און וויפיל ס'ליינען דעם פארום דא? איינע פון די קול מבשר אינטערוויאור האט מיר דערציילט ווי ער מוטשעט זיך געפערליך מיט אפאר פון זיינע שטארק נאכגעזוכטע אינטערוויאיס וואס ער ארבעט אויף זיי זיך צו שפירן מער באקוועם אויפן ליין און זיין אביסל מער נאטורליך ביים אונטערוויאו, און נישט מער און נישט ווייניגער זיי זאגן אז זיי האבן מורא פון די פאר קאממענטס דא אויף אייוועלט. ס'איז א קאמפלימענט פאר די פארום אבער ס'איז אויך א שטארקע אחריות. ס'איז א פובליק פארום און האט אן אומגעהויערע אפעקט ביודעין און אסאך מער בלא יודעין.

בבל
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm

תגובהדורך בבל » זונטאג נובעמבער 19, 2017 8:42 am

הערן מוזיק היינטיגע צייטן איז( נישט עכט עפ'' י שו'' ע אויסגעהאלטן ) נאר וואס זשע דען ניגונים ברענגען התעוררות. הודאה . געגעים. תפילה שמחה רוחניות פאר די ציבראכענע נפשות אפשר וועגן דעם האבן די רבנים ודיי נישט געאסרט


אבער די באכע ניגון טאר מען לדעתי השפל נישט הערן מען זאל מישן צי די נעקסטע טרעק

( איך בין נישט קיין דיין)

אוועטאר
וועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » זונטאג נובעמבער 19, 2017 12:15 pm

בבל האט געשריבן:הערן מוזיק היינטיגע צייטן איז( נישט עכט עפ'' י שו'' ע אויסגעהאלטן ) נאר וואס זשע דען ניגונים ברענגען התעוררות. הודאה . געגעים. תפילה שמחה רוחניות פאר די ציבראכענע נפשות אפשר וועגן דעם האבן די רבנים ודיי נישט געאסרט


אבער די באכע ניגון טאר מען לדעתי השפל נישט הערן מען זאל מישן צי די נעקסטע טרעק

( איך בין נישט קיין דיין)

קענסט דאן אסר'ן נאך 700 ניגונים

אוועטאר
ערליכע בחור
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:27 pm

תגובהדורך ערליכע בחור » זונטאג נובעמבער 19, 2017 5:19 pm

וועלטניק האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:הערן מוזיק היינטיגע צייטן איז( נישט עכט עפ'' י שו'' ע אויסגעהאלטן ) נאר וואס זשע דען ניגונים ברענגען התעוררות. הודאה . געגעים. תפילה שמחה רוחניות פאר די ציבראכענע נפשות אפשר וועגן דעם האבן די רבנים ודיי נישט געאסרט


אבער די באכע ניגון טאר מען לדעתי השפל נישט הערן מען זאל מישן צי די נעקסטע טרעק

( איך בין נישט קיין דיין)

קענסט דאן אסר'ן נאך 700 ניגונים

זיבן טויזענט שרייבט מען מיט דריי זיראס
מען דארף זעהן זיך צו האלטן ערליך... חזק ואמץ...

כלל וכלל
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

תגובהדורך כלל וכלל » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 1:03 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:מיין אפיניען איבער די סידי. פאר ווער ס'איז נייגעריג...

שוין נאכן הערן דעם נייען סידי אפאר מאל איז יתכן מועד צו מגדר זיין דעם סידי אזוי:

אז הגם די סידי אז בכלל נישט אוועק צו מאכן גאנץ שיינע ניגונים און גראמען. איז דאך קלאר אז די לעצטע צוויי סידיס איז ער אראפ און קוואלעטי. נישט אז יעצט איז נישט שיינע זאכן. אבער ס'איז קלאר אז ער האט שוין נישט אזאלכע שטארקע היטס ווי ער האט געהאט בי זיינע ערשטע פאר סידיס. ער האט נישט מער נישט קיין "לעכטעלע" (אוי לעכטעלע לעכטעלע די שיינסט אין די ברענסט ..) נישט קיין "ברכות הבנים" (יברכך השם אוי אוי אוי וישמרך, יאיר השם פניו אליך ויחנך..) נישט קיין "כל נדרי" (די טויבע רבי סנדר דארט פלעגט ער זיצן מיט זיין שטענדער די חזן.. אוי אוי כל נדרי...) און אזוי ווי נאך און נאך פון זיינע אמליגע נגונים..


יא. כמיז אגריען. די אלבום המונח לפנינו איז א שיינע ארבעט. מיכאלס ׳הארץ׳ איז שטארק מערקבאר. אבער אבער.. די ניגונים קוואלעטי איז אנדינייעבלי געגאנגען א גאנג.

׳לעכטעלע׳ ׳דער בעל שם טוב׳ ׳געדענקט זייער וועגן, וואס צדיקים פלעגן..״ הערליכע אייקאניק אידישע ניגינום וואס וועלן אריינגיין אין די היסטאריע ביכער. דעי צייטן זענען אווער.. ׳אידישע נגינה׳ איז אויפן גסיסה בעטל..


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פלאחותיך און 14 געסט