איז נאך דא אן אינטערעסע אין פארצייטישע ניגונים?‎

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

איז נאך דא אן אינטערעסע אין פארצייטישע ניגונים?‎

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » פרייטאג מארטש 17, 2017 3:36 pm

זייענדיג אלע יארן א חובב ניגונים בכלל, בפרט געשמאקע ניגונים מיטן פארצייטישער חן, האב איך שטענדיג געזוכט און זיך איינגעהאנדלט יעדע טעיפ\סידי וואס האט פארמאגט פון די סחורה, אנגעהויבן ביי די ליובאוויטשע טיפע ניגונים - מאדזיץ'ע יצירות - באבוב'ע קאמפאזיציע'ס - קארלינע פלאמ'עדיגע טענץ – ברסלאוו'ע אלטע תנועות – דזיקוב'ע זמירות און געהויבענע שטיקלעך - סקולען'ע הייליגע קנייטשען - און סאטמאר'ע השתפכות הנפש, און אזוי אויך שטיקלעך פון פארצייטישע מחברים, כגון: ר' בעריש ווישעווער - ר' יוסעלע מאנדלבוים - ר' ניסן יוסט – ר' מאניש חזן – ר' זיידל ראוונער, וכו'
אין די לעצטערע יארן – זייט דאס ארויסגעבן א אלבוים איז געווארן זייער טייער \ און אזוי אויך איז מען געשלאגן געווארן מיטן פראבלעם פון קאפיען, - איז די ליין היפש באזייטיגט געווארן, (די סיבה איז זייער פשוט! עס לוינט היינט כמעט נישט דעם איינשטעל און ריסק פון צענדליגער טויזנטער דאללער, אויף א גרויסע טשענס אז עס גייט זיך נישט דעקן, ווער רעדט נאך פון מאכן געלט,)
פאר אזעלכע אידן ווי מיר טוט דאס וויי, ווייל ווער עס איז נאר געקומען צום טעם פון אמאליגע ניגונים ווייסט, אז די ניגונים איז כמים קרים על נפש עיפה, מען קען זיך צוגיסן פאר מתיקות, מיט די דערהויבענע מעלאדיעס און געזאנג, די תנועות קענען ערוועקן און אויפשטורעמען יעדע סטרונע פון הארץ...,
אלזא לעצטענס האב איך געכאפט א שמועס מיט איינער פון די פראדאסער"ס פון אלבוים, און איך בין געווארן איבעראשט הערנדיג פון אים די זעלבע אפשאצונג אויף די אויבערדערמאנטע לידער,
צו מיין פראגע, פארוואס ער לייגט זיך נישט אריין אין ארויסגעבן פון דעם פעלד, האט ער מיר גענטפערט אז ער גלייבט נישט אז היינט איז נאך דא א פארלאנג אין 'עכטע ניגונים' די עמך וויל הערן גרינגע תנועות מיט מערסטענס צוויי פעלער, קאמפוזוטירט אויפן היינטיגן סטייל,
יעצט איז מיין שאלה, איז ער טאקע גערעכט אז קיינעם אינטערעסירט עס שוין היינט נישט, און איך בין פשוט צוריקגעבליבן? אדער איז נאך יא דא אידן אנ"ש וואס במסתרים תבכו, אין זיי לעכצן און בענקען צו פארצייטישע לידער?
לעצט פאראכטן דורך פארצייטישער שטריימל אום זונטאג מארטש 19, 2017 5:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דניאל אויערבאך
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג מארטש 17, 2017 5:02 pm

איך גלייך און לעכץ שטארק די פארצייטישע דביקות ניגונים , ווי חבד אדער דזשוקוב, איך פארמאג פון זיי מערערע קאסעטן, און כוואלט זיכער הנאה געהאט פון אזעלעכע פרישע אלבומס. [אבער מיינע קינדער האבען שוין נייערע השגות]

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: נישט משנה

תגובהדורך צו געזונט » פרייטאג מארטש 17, 2017 5:05 pm

נאכנישט דורכגעליינט, אבער דער ענטפער איז "יא"
ביזט גרעסער ווייל דו ביזט טאקע גרויס, אדער ביזטו דאס געווארען דורך אראפקוקן אויפן אנדערן?

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » פרייטאג מארטש 17, 2017 5:16 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך גלייך און לעכץ שטארק די פארצייטישע דביקות ניגונים , ווי חבד אדער דזשוקוב, איך פארמאג פון זיי מערערע קאסעטן, און כוואלט זיכער הנאה געהאט פון אזעלעכע פרישע אלבומס]
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » פרייטאג מארטש 17, 2017 5:20 pm

צו געזונט האט געשריבן:נאכנישט דורכגעליינט, אבער דער ענטפער איז "יא"
ס'לעבעדיג!

בנציון יאזעפאוויטש
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » פרייטאג מארטש 17, 2017 5:25 pm

סידיראם האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך גלייך און לעכץ שטארק די פארצייטישע דביקות ניגונים , ווי חבד אדער דזשוקוב, איך פארמאג פון זיי מערערע קאסעטן, און כוואלט זיכער הנאה געהאט פון אזעלעכע פרישע אלבומס]

נודה לך
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג מארטש 17, 2017 5:37 pm

זיכער יא!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

שפרו מעשיכם
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

תגובהדורך שפרו מעשיכם » מוצ"ש מארטש 18, 2017 3:23 pm

זיכער, וואס א שאלה. מ'קוקט ארויס אויף יעדע פארצייטישע אמת'ע ניגון!

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 692
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:33 pm

אודאי יא!

און וואס א יאר לענגער וואס מ'געוויינט צו די עולם צו קורצע פשוט'ע ניגונים, אלץ מער פארלירט מען די עולם וואס וואלט יא געקענט הנאה האבן.

אפשר מוז עס נישט ווערן אראפגעלייגט אזוי פרעפשינעל, א עכטע חסידישע ניגון דארף נישט אז מ'זאל עז צופיצן. עס רייסט אזוי ווי ס'שטייט און גייט.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מוצ"ש מארטש 18, 2017 10:27 pm

אפשר איז מעגליך ארויפצושטעלן אן עקזעמפל פון אזא סארט ניגון? איך פארשטיי צו א שיינעם ניגון, אבער ביי מיר הייסט שיין די אמאליגע מרדכי בן דוד און אברהם פריד. איך זעה די נאסטאלגיע מיט וואס די רעדסט, איך וואלט עס פרובירט.

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מוצ"ש מארטש 18, 2017 11:06 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך גלייך און לעכץ שטארק די פארצייטישע דביקות ניגונים , ווי חבד אדער דזשוקוב, איך פארמאג פון זיי מערערע קאסעטן, און כוואלט זיכער הנאה געהאט פון אזעלעכע פרישע אלבומס. [אבער מיינע קינדער האבען שוין נייערע השגות]

פון וואו ווייסט איר פונקט וואס איך גלייך??

חב"ד איז ב"ה דא גענוג וואו צו הערן, אבער הלואי עפעס ניי פון דזיקוב, ראזוואדאוו, ראפשיץ. איך לעכעץ דערויף.
הנאה געהאט פון מיר? באדאנקט אייך דא. אויב וועט מען זיך נישט גענוג באדאנקן וועל איך נישט קענען שלאפן רואיג ביינאכט און כ'וועל טראכטן צוויי מאל איידער איך שרייב קומענדיגע מאל. עס איז בלויז אייער אויסוואל... (קרעדיט: הרוצה בעילום שמו, אייוועלט)

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » זונטאג מארטש 19, 2017 1:13 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:אפשר מוז עס נישט ווערן אראפגעלייגט אזוי פרעפשינעל, א עכטע חסידישע ניגון דארף נישט אז מ'זאל עז צופיצן. עס רייסט אזוי ווי ס'שטייט און גייט.

איך מיין אז דאס איז וואו מ'איז געגאנגען שלעכט ביז היינט.
די היינטיגע מוזיק איז גוט אראפגעלייגט, קעגן די חסיד'ישע מוזיק וואס הערט זיך עפ"ר היבש פאצעריש.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג מארטש 19, 2017 1:16 am

צום קעפל, חסידישע ניגונים, גוט אראפגעלייגט זענען מיינע פעיווערעיטס, לדוגמא "נועם" פון יששכר גוטמאן ניגוני סקולען לא פג טעמו, נאכן הערן אנע שיעור מאהל, און ס'האט נאכנישט אויסגעוועפט דעם טעמו וראו קוועטש
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

גאלדענע פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג מארטש 19, 2017 2:20 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:אודאי יא!

און וואס א יאר לענגער וואס מ'געוויינט צו די עולם צו קורצע פשוט'ע ניגונים, אלץ מער פארלירט מען די עולם וואס וואלט יא געקענט הנאה האבן.

אפשר מוז עס נישט ווערן אראפגעלייגט אזוי פרעפשינעל, א עכטע חסידישע ניגון דארף נישט אז מ'זאל עז צופיצן. עס רייסט אזוי ווי ס'שטייט און גייט.

גוט געזאט!


אני הקטן וואלט אויך געוואלט מען זאל ארויס געבען די אלטע יודישע לידער מיט דעם אמאליגען חן.
איך וואלט ווען אסאך מער געשריבען (ארטיקלען) ווען איך האב ווען ווער ס'זאל זיי מגיה זיין. ווער ס'איז אינטערסירט זאל זיך מעלדען און אישי יש''כ!

ארטיקלען: תפילה-דביקות | פורים-שמחה | פסח-אמונה | [ רבי ישעי׳לעס דרך ]

בלעטל
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג מארטש 19, 2017 2:27 am

לענ"ד
ערלעכע פארצייטישע נגינה איז א הייליגע זאך, דאס דארף מען ארויסגעבן למען ה', אזוי ווי מ'דרוקט ספרים, אז ס'איז נישטא קיין געלט דערפאר מעג מען אפילו צוזאמשטעלן דערפאר. ס'איז גענוג וויכטיג.

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » זונטאג מארטש 19, 2017 3:24 am

זיכער יא. פארשטייט זיך אבער אז ס'דארף זיין געהעריג פראפעסיענאל, און א שיינע גוטע זינגער.
שומר פיו ולשונו שומר מצרות נפשו (משלי כא, כג)

וויל זיין גוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » זונטאג מארטש 19, 2017 2:57 pm

א מורא'דיגער געדאנק

בדרך אגב, די שוועריגקייט פון פיל אלטע ניגונים איז, אז עס פעלט פיל מאל אויס, עס צו הערן מערערע מאל ביז מ'כאפט די שיינקייט און טיפקייט, אין די היינטיגע וועלט פון מעס-פראדאקשען, דער יוגנט איז נישט צוגעוואוינט זיך צו פלאגן אביסל איז עס כמעט נישט שייך.

א יעדעס מאל איך הער זינגען נייע ניגונים, אפילו די מער ערליכע, סיי התעוררות'דיגע, און אויך טאנץ ניגונים, קומט מיר ארויף די מחשבה: א שאד די חברה קענען נישט די אמאליגע רייכע טיפע ניגונים.

הלואי וואלטן ארויסגעקומען די גרויסע אוצרות פון קארלין, ברעסלאוו, סלאנים, דזיקוב, מאדזיץ, גור, ווארקע, טאלנא, ועוד ועוד.
'וועלן' זיין גוט קענסטו יא? דעמאלט טוה עס

חסדי אבות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » זונטאג מארטש 19, 2017 3:25 pm

יא יא...

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג מארטש 19, 2017 4:32 pm

עי' דא און דא און דא

די אלע זענען נישט געגאנגען אזוי ווי א היינטיגע סידי בפרט דאס לעצטע
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » זונטאג מארטש 19, 2017 4:34 pm

מיט די אלטע ניגונים איז א פראבלעם, אויב זינגט מען עס "פראפעשאנאל" פארלירט עס דעם חן, און אויב נישט גייט עס נישט צו גוט.

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » זונטאג מארטש 19, 2017 5:43 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:מיט די אלטע ניגונים איז א פראבלעם, אויב זינגט מען עס "פראפעשאנאל" פארלירט עס דעם חן, און אויב נישט גייט עס נישט צו גוט.

עס איז דא צוויי אופנים אין פראדאצירן א אלבוים, וואס ווערט אנגערופן פראפעשאנאל (לענ"ד הקטן)

1) שיינע מוזיק, סטרינגס און פיאנא און פייפערליך זענען מער הערבאר, רואיגע ריטם, און געשמאקע בעיס ליינס, קווייער זינגט נאטורליכע שטיקלעך ווי זיי וואלטן עס געזונגען לעבעדיג ביי א צוזאמקום,

2) אווע"ר פאוע"ר מוזיק, הארטע ריטם, לאנגע אינטערדאקשן'ס, מיט דיקע ברעס ליינס, קונצישע בעיס ליינס וואס זענען נישט רואיג אויפן אויער, קווייער זינגט כסדר אריין קונצישע מוזיאלישע שטיקלעך,

רוב סידי'ס וועלן ארויסקומען מער ווי די צווייטע וועג עס צו מאכן גאר אינטערעסאנט און רושיג, אבער מיט דעם ביזטו לכאורה גערעכט, אז אויב וועט מען אזוי ארויסגעבן אלטע ניגונים וועט עס פארלירן די חן,( אין דאס איז טאקע די סיבה בפשטות, פארוואס געוויסע וואס האבן פרובירט ארויסצוגעבן אזעלכע אלבוים'ס, האבן נישט מצליח געווען צו שטארק,)

די אלטע ניגונים דארפן ארויסקומען מיט פראפעשענאל מוזיק אבער ווי די ערשטע אופן, מוזיק וואס באגלייט געשמאק דעם ניגון און איז לייכט פארן אויער,

(ודוק ותשכח, אז ווען אברהם פריעד האט ארויסגעגעבן יו"ט ערליך ניגונים, האט ער אויך געוואוסט צו גיין - נישט ווי געווענטליך - צו ירון גרשובסקי, וואס האט עס אירענדזש'ט ווי די ערשטע וועג, דאכט זיך מיר, אז מרדכי'ס "כיסופין" איז אויך אויף דעם אופן)

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » זונטאג מארטש 19, 2017 5:49 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
גוט געזאט!


אני הקטן וואלט אויך געוואלט מען זאל ארויס געבען די אלטע יודישע לידער מיט דעם אמאליגען חן.

קען זיין א געדאנק אז מ'זאל דאס קאמביינען אין איין סידי (אויב וואלט געווען ווער), אמאליגע חסידישע ניגונים, באגלייט מיט 2 - 3 אלטע אידישע לידער, וואס וועט עס מאכן מער אינטערעסאנט, און אזוי אויך פארברייטערן די פארלאנג,

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » זונטאג מארטש 19, 2017 6:05 pm

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:עי' דא און דא און דא

די אלע זענען נישט געגאנגען אזוי ווי א היינטיגע סידי בפרט דאס לעצטע

דאכט דיך אז מקען נישט ברענגען קיין ראי' פון קיין איינס פון די 3, איך וועל דיר שרייבן אין אישי,

ויתן לך
שר האלף
תגובות: 1549
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » זונטאג מארטש 19, 2017 6:49 pm

צום קעפל" יא מיט א גרויסן א'.
א טאג לעבן, הייבט זיך אן מיטן ערשטן שמייכל
קרעדיט: מנשה (דאנציגער)

אוועטאר
סטרונעס
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 5:22 pm

תגובהדורך סטרונעס » זונטאג מארטש 19, 2017 6:52 pm

פארצייטישער שטריימל האט געשריבן:זייענדיג אלע יארן א חובב ניגונים בכלל, בפרט געשמאקע ניגונים מיטן פארצייטישער חן, האב איך שטענדיג געזוכט און זיך איינגעהאנדלט יעדע טעיפ\סידי וואס האט פארמאגט פון די סחורה, אנגעהויבן ביי די ליובאוויטשע טיפע ניגונים - מאדזיץ'ע יצירות - באבוב'ע קאמפאזיציע'ס - קארלינע פלאמ'עדיגע טענץ – ברסלאוו'ע אלטע תנועות – דזיקוב'ע זמירות און געהויבענע שטיקלעך - סקולען'ע הייליגע קנייטשען - און סאטמאר'ע השתפכות הנפש, און אזוי אויך שטיקלעך פון פארצייטישע מחברים, כגון: ר' בעריש ווישעווער - ר' יוסעלע מאנדלבוים - ר' ניסן יוסט – ר' מאניש חזן – ר' זיידל ראוונער, וכו'
אין די לעצטערע יארן – זייט דאס ארויסגעבן א אלבוים איז געווארן זייער טייער \ און אזוי אויך איז מען געשלאגן געווארן מיטן פראבלעם פון קאפיען, - איז די ליין היפש באזייטיגט געווארן, (די סיבה איז זייער פשוט! עס לוינט היינט כמעט נישט דעם איינשטעל און ריסק פון צענדליגער טויזנטער דאללער, אויף א גרויסע טשענס אז עס גייט זיך נישט דעקן, ווער רעדט נאך פון מאכן געלט,)
פאר אזעלכע אידן ווי מיר טוט דאס וויי, ווייל ווער עס איז נאר געקומען צום טעם פון אמאליגע ניגונים ווייסט, אז די ניגונים איז כמים קרים על נפש עיפה, מען קען זיך צוגיסן פאר מתיקות, מיט די דערהויבענע מעלאדיעס און געזאנג, די תנועות קענען ערוועקן און אויפשטורעמען יעדע סטרונע פון הארץ...,
אלזא לעצטענס האב איך געכאפט א שמועס מיט איינער פון די פראדאסער"ס פון אלבוים, און איך בין געווארן איבעראשט הערנדיג פון אים די זעלבע אפשאצונג אויף די אויבערדערמאנטע לידער,
צו מיין פראגע, פארוואס ער לייגט זיך נישט אריין אין ארויסגעבן פון דעם פעלד, האט ער מיר גענטפערט אז ער גלייבט נישט אז היינט איז נאך דא א פארלאנג אין 'עכטע ניגונים' די עמך וויל הערן גרינגע תנועות מיט מערסטענס צוויי פעלער, קאמפוזוטירט אויפן היינטיגן סטייל,
יעצט איז מיין שאלה, איז ער טאקע גערעכט אז קיינעם אינטערעסירט עס שוין היינט נישט, און איך בין פשוט צוריקגעבליבן? אדער איז נאך יא דא אידן אנ"ש וואס במסתרים תבכו, אין זיי לעכצן און בענקען צו פארצייטישע לידער?


לעכטיג געשריבן! מען לעכצט און מען בענקט,
אפשר איז טאקע אייועלט די פלאץ ווי דער עולם זאל לאזן הערן דעם דעת הקהל צו אלע וואס טוען אין סידיס, אז מיר ווארטן אויף אזא פריאעקט,


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט