איז נאך דא אן אינטערעסע אין פארצייטישע ניגונים?‎

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » זונטאג מארטש 19, 2017 6:55 pm

שטריימעל, דארפסט נישט מער ווי קוקן ווי שטארק מ'האט באוויינט די פארלוסט פון ר' בנציון שענקער ע"ה, צו האבן אן ענפטער אויף אייער פראגע.
בכביש אל תהיה צודק, תהיה חכם!


ואפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה, בוודאי גם שם נמצא השם יתברך, גם אחרי הדברים הקשים העוברים עליך, אני עומד

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » זונטאג מארטש 19, 2017 7:32 pm

א"כ איז די שאלה, וואס\אויב קען מען טוען, אז ס'זאל אנהייבן ארויסקומען אזעלכע סידי'ס?

אוועטאר
יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » זונטאג מארטש 19, 2017 7:35 pm

טרעפן א אינוועסטירער און א באזע קליענטן, און א קאפיטל תהלים, א צוואנציגער פאר צדקה, און היידע...
בכביש אל תהיה צודק, תהיה חכם!


ואפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה, בוודאי גם שם נמצא השם יתברך, גם אחרי הדברים הקשים העוברים עליך, אני עומד

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » זונטאג מארטש 19, 2017 7:40 pm

יאסעלע האט געשריבן:טרעפן א אינוועסטירער און א באזע קליענטן, און א קאפיטל תהלים, א צוואנציגער פאר צדקה, און היידע...

אן אינוועסטירער איז נאר גרייט ווען עס איז דא באזע קליענטן,
מיין שאלה איז וויאזוי קען מען טאקע פארזיכערן א באזע קליענטן?
(אדער קען מען טאקע נישט, ווי די טענה פון יענער אלבום פראדאצירער,)

אוועטאר
יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » זונטאג מארטש 19, 2017 7:44 pm

געווענליך די וואס גלייכן די אלטע ניגונים, גלייכן נישט צו קאפירן, ודו"ק.
וואס איך וואלט מציע געווען, פרובירט קודם אויס אויף א ביליגערע בודזשעט ארויסצוקומען מיט א אלבום פון פארצייטישע ניגונים, אזוי וועט מען לויט די שפעטערדיגע דימענד וויסן צו שאצן אויב עס לוינט בכלל - און אויב יא וויפיל - אין די קומענדיגע אלבום.
בכביש אל תהיה צודק, תהיה חכם!


ואפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה, בוודאי גם שם נמצא השם יתברך, גם אחרי הדברים הקשים העוברים עליך, אני עומד

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » זונטאג מארטש 19, 2017 7:49 pm

די שאלה איז וואס מיינט א ביליגערע בודזשעט. ווייל אויב וועט די קוואלעטי זיין שוואך דאן וועט שוין קיינער נישט קויפן די ווייטערדיגע סידיס.

אוועטאר
יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » זונטאג מארטש 19, 2017 7:50 pm

נפתלי משה שניצלער (איך בין נישט קיין אגענט אבער איך ווייס וואס איך רעד) מאכט שיינע זאכן פאר ביליג, אידיש נחת ומחשבות יוכיח.
בכביש אל תהיה צודק, תהיה חכם!


ואפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה, בוודאי גם שם נמצא השם יתברך, גם אחרי הדברים הקשים העוברים עליך, אני עומד

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » זונטאג מארטש 19, 2017 7:58 pm

אפשר קען מען נעמען מעות קדימה, א בחינה ווי א קיק-סטארטער קאמפיין.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » זונטאג מארטש 19, 2017 10:48 pm

לדעתי, יעדער איד האט עפעס א געפיל צו אמאליגע ערליכע נגינה. (ווי איר קענט זען אז ס'קומט ארויס ביי כמעט יעדן איד, יעדער ביי אן אנדערן מצב - אמאל פורים, אמאל ביים חתונה מאכן א קינד, און אמאל יום טוב ביי הלל אין בית המדרש וכדו'.)

אבער ארויסצוגעבן א סידי מיט אן אמאליגן חן וואס זאל זיין שוה לכל נפש איז גאר א שווערע ארבעט. עס איז דא אסאך סיבות פארוואס (וואס איך וויל נישט יעצט אריינגיין דערין).

אבער למעשה זע איך אז דער ארויסגעבער פון די אלבום איש חסיד איז ארויסגעקומען שפעטער מיט נאך איינס, וואס לכאורה זע איך פון דעם צוויי זאכן:
1) עפעס האט זיך עס פארקויפט.
2) דער עולם זוכט דאס.
(אגב איז דאס געווען עכט א high quality אלבום)

עס איז זיכער דא א וועג ארויסצוגעבן פארצייטישע נגינה און עס זאל זיין געשמאק און אינטערעסאנט.
צב''ש נעמען מונה רוזנבלום צו מאכן מוזיק (וואס כידוע ליודעי חן פארשטייט ער צו אמאליגע נגינה),
ווי אויך אריינלייגן לעבעדיגע ניגונים, צב''ש אזעלכע סארט ווי דער לעצטיגער אויפגעכאפטער ניגון פון קדושת ציון (באבוב) וכדו',
און עס גאר גוט אדווערטייזן.
מיין איך אז דער עולם וועט זיך צוכאפן דערצו.

איך האף נאר אז מיין חלום וועט נאך אמאל מקוים ווערן...

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג מארטש 20, 2017 12:00 am

איך קען קוים ווארטן.

איך מיין אז אזא סטייל אזוי ווי סוכות אין ויזניץ איז פונקט גוט. איך גלייב אז ס'ליגט נישט אין דעם א מורא'דיגע ארבייט.

אויך איז גאר וויכטיג אז מ'זאל ארויס שרייבן די מקורות פון ווי יעדער ניגון שטאמט און און וועלכע הויפן מ'האט עס אלץ געזינגן, און אויף וועלכע פיוטים.
אוי וועט דאס ווערן צוכאפט!

פלאחותיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מאנטאג מארטש 20, 2017 12:43 am

ס'זיכער יא דא אן אינטערעסע

די עצה פון מעות קדימה אויף א go fund me איז א וואזשנער איינפאל

א גוטע באלאנס פון קוואלעטי איבער קאסט פעלט זיך אויס

ווי אויך אן אויסוואהל פון קנאקעדיגע ניגונים מובחר שבמובחרים וואס זאל כאפן און איבערנעמען דעם צוהערער
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

להודיע
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג מארטש 20, 2017 2:23 pm

אין ארץ ישראל זאגט מען "מיצטער לקלקל לכם את החגיגה" אבער האמת ניתן להיאמר אז ניין. עס איז קלאר נישט דא קיין ערנסטע אינטערעסע אין פארצייטישע ניגונים. און די גרעסטע ראי' דערצו איז די מציאות הפשוט אז מען פראדוצירט עס מער נישט...

א זאך וואס האט א פארלאנג האט פראדוצירער און אז עס קומט מער נישט ארויס איז פשט אז דער עולם ברויך עס נישט. סיבות קען מען זאגן טויזנט און איינס אבער דאס איז די פאקטאר, יאסי גרין און פינקי וועבער זענען שלאגערס און ראזוואדאוו און מאזדיץ גייט נישט.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג מארטש 20, 2017 2:38 pm

ווי געשמועסט ווייסט יעדער פון דעם סוד וואס איר זענט מגלה.
אבער מיר מיעוט האלטן זיך נישט ביים ברעכן, און פונקט ווי אנדערע זאכן וואס ווערן פאבריצירט פאר אונזער מיעוט, ווי דרוקן ספרי קודש.. וועט מען דאס אויך אהערשטעלן אי"ה פאר דעם אומבויגזאמען המעט מכל העמים.

להודיע
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג מארטש 20, 2017 2:43 pm

מיינסטעס

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17681
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 20, 2017 3:30 pm

ויתן לך האט געשריבן:צום קעפל" יא מיט א גרויסן א'.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3921
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מארטש 20, 2017 3:33 pm

ס'דא א אינטערעסע ביי א טייל עולם, אבער ווייט נישט גענוג צו קענען דעקן די גרויסע הוצאת פון א פראפעסינעל סי.די.

אמאל האביך געהערט אז הרבני הנגיד רא"ש ג' פון טאראנטע איז זיך גרייט צו לאזן קאסטן פאר ווארימע אוטענטישע נגינה.

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » מאנטאג מארטש 20, 2017 5:40 pm

להודיע האט געשריבן:אין ארץ ישראל זאגט מען "מיצטער לקלקל לכם את החגיגה" אבער האמת ניתן להיאמר אז ניין. עס איז קלאר נישט דא קיין ערנסטע אינטערעסע אין פארצייטישע ניגונים. און די גרעסטע ראי' דערצו איז די מציאות הפשוט אז מען פראדוצירט עס מער נישט...

א זאך וואס האט א פארלאנג האט פראדוצירער און אז עס קומט מער נישט ארויס איז פשט אז דער עולם ברויך עס נישט. סיבות קען מען זאגן טויזנט און איינס אבער דאס איז די פאקטאר, יאסי גרין און פינקי וועבער זענען שלאגערס און ראזוואדאוו און מאזדיץ גייט נישט.


אוודאי דארפסט מיר נישט פארציילן אז יעדע זינגער - וואס געבט ארויס זיין סידי מיטן ציל צו ווערן עדווערטייזט און באקומען גרויסמאכט ביי די בחורים און חתנים - גייט נאר צושטעלן וואס זיינע קליענטן זוכן, און דאס איז די סיבה וואס אלטע ניגונים זענען איינגעשלאפן, ווייל עס איז נישט דא ווער עס זאל זיך מטפל זיין דערמיט, נאך וואס אלע אין די ליין זענען פאר אינגאנצן עפעס אנדערש,
מיין שאלה איז נאר געווען, אז נאך וואס אזויפיל יאר וואס די מארקעט פון אידישע ניגונים איז בעיקר טאקע ווי דו זאגסט 'לערעסט' סטייל, צו ס'איז נאך געבליבן א ציבור וואס זוכט יא \ און זענען גרייט צו קויפן אלטע אידישע ניגונים,

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » מאנטאג מארטש 20, 2017 5:48 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:אפשר קען מען נעמען מעות קדימה, א בחינה ווי א קיק-סטארטער קאמפיין.

זעט אויס גאר אן אינטערעסאנטע עצה, וואס אויב זאל זיך עס אויסארבעטן דארף עס לכאורה צו לעזן די פראבלעם,
די פראגע איז נאר, אויב ס'איז בכלל אין ריאלעטעיט צו טון אזא זאך, איך פארשטיי אז מען קען נישט אריינקומען אין כוללים מיט א סידי און אויסקלאפן פאר מעות קדימה,

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג מארטש 20, 2017 5:51 pm

מ'דארף אויך אכטונג געבן נישט צו פארלירן דעם היימישקייט אונטערוועגנס אין די ארענדזשמענטס

נועם פון סקולען: די ווארימע ניגונים זענען צום באלעקן, אבער די לעבעדיגע זענען צו ווילד געווען. אפשר איז דער ארענדזשער געווען דער פראבלעם.
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מאנטאג מארטש 20, 2017 5:51 pm

אפשר אנהויבן מיט א סינגל?
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » מאנטאג מארטש 20, 2017 6:21 pm

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:אפשר אנהויבן מיט א סינגל?

און דאן?

חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 31, 2016 10:52 pm

תגובהדורך חרש וחושב » מאנטאג מארטש 20, 2017 6:25 pm

פארצייטישער שטריימל האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:אפשר אנהויבן מיט א סינגל?

און דאן?


א דאבל און דערנאך א טריפל וכו'

אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:17 am

תגובהדורך פארצייטישער שטריימל » מאנטאג מארטש 20, 2017 6:32 pm

חרש וחושב האט געשריבן:
פארצייטישער שטריימל האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:אפשר אנהויבן מיט א סינגל?

און דאן?


א דאבל און דערנאך א טריפל וכו'


געמיינט צו פרעגן וואס גייט די סינגל אויפטון? ממה נפשך, אויב איז טאקע פארהאן אסאך וואס זוכן עס, דארף מען זען אן עצה וויאזוי עס ארויסצוברענגען מכח אל הפועל, צו דורכ'ן איבערווייזן פאר די פראדאצירער \ אדער טאקע גאר שאפן מעות קדימה, אדער איז אפשר טאקע נישט דא קיין עצה, אויב עס איז נאר אפאר יחידים וואס זענען נאך פאראינטערסירט,

אוועטאר
סטרונעס
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 5:22 pm

תגובהדורך סטרונעס » מאנטאג מארטש 20, 2017 6:49 pm

פארצייטישער שטריימל האט געשריבן:
יואל שווארטץ האט געשריבן:אפשר קען מען נעמען מעות קדימה, א בחינה ווי א קיק-סטארטער קאמפיין.

זעט אויס גאר אן אינטערעסאנטע עצה, וואס אויב זאל זיך עס אויסארבעטן דארף עס לכאורה צו לעזן די פראבלעם,
די פראגע איז נאר, אויב ס'איז בכלל אין ריאלעטעיט צו טון אזא זאך, איך פארשטיי אז מען קען נישט אריינקומען אין כוללים מיט א סידי און אויסקלאפן פאר מעות קדימה,


אפשר עפענען אן אנקעטע, צו מען וואלט געווען גרייט צו קויפן א סידי מיט פארצייטישע ניגונים פון פאראויס, (נאך א געדאנק, אז טאקע דא אין אייוועלט זאל מען אויך קלויבן די ניגונים, יעדער וועט אריינשיקן זיינע פארשלאגן און מען זאל אויסקלויבן פון אלע סארטן)

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2001
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג מארטש 20, 2017 9:13 pm

דער ענטפער איז זיכער אז יא.
קוקט ווי יאסלע רויזנבלאט'ס זאכן גייען, ווי יו"ט ערליך'ס זאכן לאזן נישט נאך, און ווי ב"צ שענקער איז נאכאלץ פון די הייסטע אייטעם'ס.
וואס איז דער פראבלעם לעניות דעתי?
עטליכע זאכן.
1. פארשטייט זיך אז מיר הייבן אן מיט אסאך א קלענערען עולם, ממילא אויב פארלירסטו אויך דיין קליינע קלייענטעל, פארלירסטו כמעט אלעס.
2. אסאך פון די וואס זענען אינטערסירט אין אלטע נגינה גייען אבער נישט אריינגעיין אין מוזיק געשעפט, מיט "אנדערע נגינה ליבהאבער" און זוכן צו קויפן דעם CD. בכלל, גייען זיי ווייניגער אויסגעבן געלט און טירחא אויף איינצוהאנדלען דעם CD . עצה: די דיסטריביושן דארף זיין אנדערש ווי ביי געווענטליכע CDס.
3. צווישן אונז קליינע הייפעלע אלטע-נגינה ליבהאבער, איז אליינס דא פארשידנע גרופעס. און וויבאלד מיר זענען לכתחילה נישט אזוי צוהיצט צו קויפן, אויב איז דאס נישט ממש וואס מיר זוכן גייען מיר דאס נישט קויפן.
דאס איז א ספעשילטי אייטעם, ממילא ווערן אונזערע אינטערעסן פונאנדערגטיילט זייער שטארק.
פאראן אזוינע וועלכע ווילן הערן קאמפאזיציעס פון אלטע חזנים לאנגע פאמעליכע ניגונים וכדומה, ביי אנדערע איז דער עיקר פון א געוויסע גזע פון צדיקים; דער וויל פון ראפשיץ, דער וויל פון דינוב, דער פון ריזין ובניו און אן אנדערער פון פריערדיגע תלמיד בע"שוכו'. אזא איינער וויל הערן אלעס פון ראפשיץ ביי אנדערע איז דאס אלטע נוסחאות פון פארשידענע מקומות - א נוסח ונתנה תוקף פון א אלטע גאליציענע שטעטל, א נוסח פון המלך פון אלטע אשכז'ישע קהילות, ברכת יוצר בשבת חתן אין פראנפורט וכדומה. ממילא איינער וואס וויל הערן אריגענעלע ראפשיצע-דזשיקובע תנועות און נגונים, וויל איצט נישט עפעס הערן א לאנגער ובכן תן פחדך וואס עפעס א וורשאווער חזן פלעגט זינגן. דאס איז שוין א מיעוטא דמיעוטא וואס וועלן זיין אין אלע סארט אלטע נגינה, אבי ס'איז אלט.
ווידעראום, דער וואס האט א אינטערעסע אין דינובע ניגונים, קען זיין אז ער וועט זיין גרייט צו צאלן גאר א הויכע פרייז אויף צו קענען איינהאנדלען אלע אדער רוב באקאנטע ניגונים פון דער הויף.
4. טייל פון אונז ווילן בעיקר דעם דיוק, עס איז נישט וויכטיג און לפעמים מאכט קאליע, די אלע הארמאניעס און קאפעליעס און באגלייטוכסער. ביי אנדערע סתם א גוטער זינגער א דייקן איז נישט אינטערסאנט. ער וויל שפילן אין זיין קאר דעם טעיפ, עס זאל זיין אינטערסאנט. ער זאל קענען קאנווינסן זיינע חברים אז "דאס" איז ריכטיגע נגינה, נישט די היינטיגע "גארדבעדזש"...
5. נאך א גרופע צווישן אונז, וויל נישט בדווקא הערן קיין נגינה פון דא אדער פון דארט, זיי ווילן בלויז הערן זייערע משפחה נגונים וועלכע זיין עלטער זיידע פלעגט זינגען אויף שלום עליכם אדער כל מקדש. עס האט א נאסטאלגישע טעם אין זיינע אויערן און איז גרייט צו שפענדן א פאר דאלער דאס איינצוהאנדלען. עס איז איהם אויך אינטערסאנט צו וויסן אז זיין זיידענס ניגון איז גאר א באבובער אדער ראזוואדובער זאך.
אסאך מענטשן וואלט געוואלט פאראייביגן זייערע משפחה ניגונים, און זענען גרייט זיך צו לאזן קאסטן דאס ארויסצוגעבן. בעצם איז דאס א גרויסע אוצר אויפצוזוכן נגונים וועלכע געפונען זיך אין פריוואטע אוצרות פון משפחות, בפרט ווען עס איז אויך באקאנט דער יחוס פון דעם ניגון.
דא ליגט א שטיקל עצה, רוב מיטגלידער פון אזא משפחה וועט קויפן דעם CD, בנוסף אנדערע אלטע-נגינה ליבהאבער.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט