זונטאג יוני 05, 2011 6:00 pm
דינסטאג יוני 07, 2011 6:41 pm
מאנטאג יוני 13, 2011 12:44 am
אשר ווילבער האט געשריבן:[="איזעי"]ר' יו"ט עהרליך האט גענומען זייער אסאך ניגונים וואס קומען נישט פון קיין אידישע מקורות.
איך ווייס נישט צו ער האט מקדש געווען זיינע ניגונים, אבער זיי זענען אלע ריינע ניגונים, אמאל זענען די גוים געווען אביסל איידעלער ווי היינט, און אפי' היינט מיין איך, אז ערגעץ וואו איז נאך פארהאנען גוי'אישע נגינה, וואס איז נארמאל, און אקצעפטירבאר
איך בין אמאל אריין אין בית רחל חתונה זאל נאך אלס בחור, פאר די קבלת פנים ווען ס'געזעסן דארט א רוסישן גיטאר שפילער, אזוי שמוסען דיג מיט עם האט ער זיך אינער געשפילט די כל נדרי ניגון פון ר' יו"ט ערליך, און איך פרעג עם וויזוי קענסטו דעם ניגון,
קוקט ער מיך אן, וויזוי "קענסטו" דעם ניגון? זאגט ער אז סיז אן אלטן רוסישן ניגון, און זייטס נישט סופרייזט אז ווען כהאב אונגעהויבן צו זינגען יאקאב ניגון, האט ער עס שיין צו גענדיגט ווי א זקן ורגיל, אויך א רוסישן ניגון זאגט ער מיר,
נו זעהט מען שוין, אבער ווי מהאט שוין געשריבן אז די גוים זענען געווען נארמאלער און די תנועות זענען נישט ציווילדעוועטע תנועות
מאנטאג יוני 13, 2011 3:39 pm
דינסטאג יוני 14, 2011 12:03 am
איזעי האט געשריבן:א רוסישער וואס איז מעיד
דינסטאג יוני 14, 2011 12:15 am
קרעפלקאפ האט געשריבן:איזעי האט געשריבן:א רוסישער וואס איז מעיד
האב'זעך דערמאנט פונעם קול מבשר אינטערוויו מיט א עלטערער רוסישער איד (פסח תשע"א) וויאזוי ס'געווען פסח אינדערהיים אין קאמוניסטישן רוסלאנד.
דרעזנער: וואס קענט איר אונז דערציילן פון שבת הגדול?
עדות: יע, זעהר שעהן געווען.
דרעזנער: מ'האט פארקויפט די חמץ ביים רב?
עדות: יע, אוודאי.
דרעזנער: יא?! פארציילט אונז וויאזוי איז עס צוגעגאנגען?
עדות: נו, אלע זיינען געקומען און מ'האט געבראכט דעם חמץ און אנידערגעשטעלט אין שוהל.
מי כעמך ישראל.
דאנערשטאג יוני 16, 2011 8:09 am
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 11:08 am
דאנערשטאג דצמבר 22, 2011 11:25 am
דינסטאג מרץ 06, 2012 12:11 pm
דינסטאג מרץ 06, 2012 12:45 pm
לובלין האט געשריבן:ביי די rccs מושב, האט יצחק פוקס געזינגען "זיין" נייע ניגון וואס וועט זיין אויף "זיין" נייע טעיפ וואס גייט ארויסקומען פורים צייט, יא... די ניגון ווי ער האט געהיסט און געשליקעצט אינטענשענלי,
דא האט איר די עכטע מקור פון די פאראראראראם פאראראראם חלק:
לינק
הערט נאר די ערשטע מינוט
דינסטאג מרץ 06, 2012 9:18 pm
קליקו האט געשריבן:ניגון מירון בהפגנות סיריא
מיטוואך מרץ 07, 2012 12:09 pm
מיטוואך מרץ 07, 2012 12:12 pm
פרייטאג מרץ 09, 2012 12:07 am
אשר ווילבער האט געשריבן:[="איזעי"]ר' יו"ט עהרליך האט גענומען זייער אסאך ניגונים וואס קומען נישט פון קיין אידישע מקורות.
איך ווייס נישט צו ער האט מקדש געווען זיינע ניגונים, אבער זיי זענען אלע ריינע ניגונים, אמאל זענען די גוים געווען אביסל איידעלער ווי היינט, און אפי' היינט מיין איך, אז ערגעץ וואו איז נאך פארהאנען גוי'אישע נגינה, וואס איז נארמאל, און אקצעפטירבאר
איך בין אמאל אריין אין בית רחל חתונה זאל נאך אלס בחור, פאר די קבלת פנים ווען ס'געזעסן דארט א רוסישן גיטאר שפילער, אזוי שמוסען דיג מיט עם האט ער זיך אינער געשפילט די כל נדרי ניגון פון ר' יו"ט ערליך, און איך פרעג עם וויזוי קענסטו דעם ניגון,
קוקט ער מיך אן, וויזוי "קענסטו" דעם ניגון? זאגט ער אז סיז אן אלטן רוסישן ניגון, און זייטס נישט סופרייזט אז ווען כהאב אונגעהויבן צו זינגען יאקאב ניגון, האט ער עס שיין צו גענדיגט ווי א זקן ורגיל, אויך א רוסישן ניגון זאגט ער מיר,
נו זעהט מען שוין, אבער ווי מהאט שוין געשריבן אז די גוים זענען געווען נארמאלער און די תנועות זענען נישט ציווילדעוועטע תנועות
מיטוואך דצמבר 04, 2013 2:54 pm
מיטוואך דצמבר 04, 2013 2:59 pm
מיטוואך דצמבר 04, 2013 3:50 pm
אלטן דור האט געשריבן:איך עפען דא אויף די אשכול ווייל איך האב געהערט אז עס איז איינגעפירט ביי כלל ישראל זעלעכע ניגונים וואס קומען פון גוים
למשל די באקאנטע מעוז ציר זאגט מען אז עס איז א גויאיש ניגון ווייסט איינער דערפון?
מיטוואך דצמבר 04, 2013 5:39 pm
מיטוואך דצמבר 04, 2013 6:24 pm
דאנערשטאג דצמבר 05, 2013 1:08 am
א גראם מיט טעם האט געשריבן:אדער יודען! יודען! פין מ.ב.ד.
דאנערשטאג דצמבר 05, 2013 8:31 am
בעאבאכטער האט געשריבן:הערט מען פון צייט צו צייט ביי מאנכע די פראגע, מיר ווייסן דאך אז צדיקים האבן אריינגעברענגט ניגונים פון די אומות העולם און זיי פארהייליגט, ווערן אויך ערציילט עובדות אז צדיקים פלעגן אפצוקויפן דעם ניגון פון דער ערל, און דער גוי האט עס באלד פארגעסן.
פרעגט זיך די קושיא מדוע לא כן גם אנו? וואס איז דער איבערקערעניש ארום ניגוני הערלים, ומה חטאנו אז אונז קענען נישט זינגען מיט אונזערע קינדערלעך ליל שבת קודש אויף "כל מקדש" דעם ניגון וואס דער ניגער האט נעכטן נאכט געהוליעט אין די גאסן מיטן ליידיגן באטל אין די הענט, אויסשיסנדיג פון זיין אנגעדאופטן פיסק אלע חלאים רעים?... פארוואס זאל מען נישט זינגען חנוכה ביים רבי'ן אויף "מזמור שיר חנוכת הבית" דעם ווילדן טאנץ תנועה וואס דער שייגעץ ופמלייתו האבן אויפגעטריבן דעם היציגן המון צו שפרינגען איינער אויפן אנדערן, רייסן און שטויסן ביז שווער פארוואונדן?...
ווייסט איר וואס? ניין, נישט די ווילדע שטיק, אבער פארוואס נישט די געלאסענע סאלידערע ניגוני האומות זאל מען נישט מעגן אריינברענגען אזוי ווי ביי צדיקים?...
דער תירוץ איז אזוי פשוט אז גאר א וואונדער פאר די וואס פרעגן די קושיא.
ראשית דאס באלאנגט פאר צדיקים וואס האבן געקענט אראפגיין למקומות נמוכים, און מוציא זיין פון דארט ניצוצות קדושות וואס זענען פארבלאנדזשעט ליידער בין ה... דער צדיק האט דערקענט דעם ניצוץ קדוש, און דאס מעלה געוועהן, כי היכא וואס מען טרעפט אין די תוה"ק בחינות פון מעלה זיין ממקומות רחוקים על ידי אופנים שונים, וואס נאר א צדיק האט דאס געקענט, און נאר באופנים ותנאים מסויימים.
ווען דער צדיק האט געהערט א תנועה, א ניגון, און מרגיש געווען אז דער צירוף איז אן אור וואס איז נאבד געווארן, און איז תועה בין שוביה, האט ער בכח קדושתו אויסגעלייזט דעם ניגון און דאס אריינגעברענגט לקדושה. אפילו ווען דער גוי זעלבסט האט מחבר געוועהן דעם ניגון, וואס דאס איז דאך ממש עצמותו פונעם ערל, אבער כידוע, קען דאך פארפאלן ווערן ח"ו ניצוצות קדושות בין הגויים, דער צדיק האט מרגיש געוועהן ברוח קדשו, אז די השראה און דער צירוף הניגון וואס דער גוי האט מיט דעם געשאפן דעם ניגון, איז געוועהן על ידי ניצוץ הקדוש הנבלע באותו גוף טמא פון דעם גוי, און מרגיש געוועהן א שעת הכושר און גואל געוועהן דעם ניגון.
מובן אז דאס איז תמיד געוועהן אז דער גוי מער קיין שייכות נישט געהאט מיט דער, ועל אחת כמה וכמה אז עס איז געוועהן א בחינה פון "והסירה את שמלת שביה" דער ניגון האט גארנישט 'מיטגעברעגט' פון איר "גוי'איש היים" קיין משהו. דער צדיק וואס האט גואל געוועהן דעם ניגון האט עס גואל געוועהן לקדושה וטהרה.
יא? קען איינער פון די פוסטע כארכלערס די מלאכה?
דאנערשטאג דצמבר 05, 2013 8:36 am
קליקו האט געשריבן:הרב בן ציון גאלדמאן שליטא האט א הערליכע ארטיקל אין די גליון זיינע [מסתמא יש לדאנלאוד בלדעת] איבער די פיוטים אז סקומט פון גלות נאכ'ן חורבן, משא"כ אשר הניא איז נתייסד געווארן דורך אנשכנה"ג ע"כ אינו הולך בדרך חרוזים, מאמר נפלא כדרכו
דאנערשטאג דצמבר 05, 2013 9:34 am
בעאבאכטער האט געשריבן:בעאבאכטער האט געשריבן:הערט מען פון צייט צו צייט ביי מאנכע די פראגע, מיר ווייסן דאך אז צדיקים האבן אריינגעברענגט ניגונים פון די אומות העולם און זיי פארהייליגט, ווערן אויך ערציילט עובדות אז צדיקים פלעגן אפצוקויפן דעם ניגון פון דער ערל, און דער גוי האט עס באלד פארגעסן.
פרעגט זיך די קושיא מדוע לא כן גם אנו? וואס איז דער איבערקערעניש ארום ניגוני הערלים, ומה חטאנו אז אונז קענען נישט זינגען מיט אונזערע קינדערלעך ליל שבת קודש אויף "כל מקדש" דעם ניגון וואס דער ניגער האט נעכטן נאכט געהוליעט אין די גאסן מיטן ליידיגן באטל אין די הענט, אויסשיסנדיג פון זיין אנגעדאופטן פיסק אלע חלאים רעים?... פארוואס זאל מען נישט זינגען חנוכה ביים רבי'ן אויף "מזמור שיר חנוכת הבית" דעם ווילדן טאנץ תנועה וואס דער שייגעץ ופמלייתו האבן אויפגעטריבן דעם היציגן המון צו שפרינגען איינער אויפן אנדערן, רייסן און שטויסן ביז שווער פארוואונדן?...
ווייסט איר וואס? ניין, נישט די ווילדע שטיק, אבער פארוואס נישט די געלאסענע סאלידערע ניגוני האומות זאל מען נישט מעגן אריינברענגען אזוי ווי ביי צדיקים?...
דער תירוץ איז אזוי פשוט אז גאר א וואונדער פאר די וואס פרעגן די קושיא.
ראשית דאס באלאנגט פאר צדיקים וואס האבן געקענט אראפגיין למקומות נמוכים, און מוציא זיין פון דארט ניצוצות קדושות וואס זענען פארבלאנדזשעט ליידער בין ה... דער צדיק האט דערקענט דעם ניצוץ קדוש, און דאס מעלה געוועהן, כי היכא וואס מען טרעפט אין די תוה"ק בחינות פון מעלה זיין ממקומות רחוקים על ידי אופנים שונים, וואס נאר א צדיק האט דאס געקענט, און נאר באופנים ותנאים מסויימים.
ווען דער צדיק האט געהערט א תנועה, א ניגון, און מרגיש געווען אז דער צירוף איז אן אור וואס איז נאבד געווארן, און איז תועה בין שוביה, האט ער בכח קדושתו אויסגעלייזט דעם ניגון און דאס אריינגעברענגט לקדושה. אפילו ווען דער גוי זעלבסט האט מחבר געוועהן דעם ניגון, וואס דאס איז דאך ממש עצמותו פונעם ערל, אבער כידוע, קען דאך פארפאלן ווערן ח"ו ניצוצות קדושות בין הגויים, דער צדיק האט מרגיש געוועהן ברוח קדשו, אז די השראה און דער צירוף הניגון וואס דער גוי האט מיט דעם געשאפן דעם ניגון, איז געוועהן על ידי ניצוץ הקדוש הנבלע באותו גוף טמא פון דעם גוי, און מרגיש געוועהן א שעת הכושר און גואל געוועהן דעם ניגון.
מובן אז דאס איז תמיד געוועהן אז דער גוי מער קיין שייכות נישט געהאט מיט דער, ועל אחת כמה וכמה אז עס איז געוועהן א בחינה פון "והסירה את שמלת שביה" דער ניגון האט גארנישט 'מיטגעברעגט' פון איר "גוי'איש היים" קיין משהו. דער צדיק וואס האט גואל געוועהן דעם ניגון האט עס גואל געוועהן לקדושה וטהרה.
יא? קען איינער פון די פוסטע כארכלערס די מלאכה?
היינט?... ברענגט מען אריין... אין קודש הקדשים! אויף די ספר תורה!...