כשרונות גראמען 3# - אנקעטע און אפדעיטס

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

וועלכע דריי ניגונים האט איר אממערסטענס ליב?

די וואלן האבן זיך פארמאכט פרייטאג מארטש 10, 2017 4:53 pm

ניגון 1: כשרונות - נוץ עס ריכטיג! (ניגון באבוב, לעצטיגע היט!)
19
29%
ניגון 2: שלא עשני גוי (ניגון ?)
2
3%
ניגון 3: די וויכטיגסטע וואלן (ניגון: שמחה, מיכאל)
4
6%
ניגון 4: כשרונות - א געוואונער ביסטו סייווי! (ניגון ?)
2
3%
ניגון 5: אב הרחמים (ניגון ?)
2
3%
ניגון 6: מגילת אסתר (ניגון ליהודים)
10
15%
ניגון 7: חסד ארגאניזאציעס (ניגון יאקאב)
21
32%
ניגון 8: אני מאמין (ניגון)
4
6%
ניגון 9: מזל טוב, חתן כלה. (ניגון גראמען, מאטי אילאוויטש)
2
3%
 
סך הכול שטימען: 66

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » פרייטאג מארטש 10, 2017 1:35 am

איך האב באקומען א טעקסט די וואך צו וואויטען פאר א ניגון....


איך האב מיך איינגעהאלטן פון צוריק שרייבען:

רבי איד
איך ווייס נישט ווער איר זענט, אבער דאס איז אום יושר צו טוהן. עס איז דא נאך 8 אידען וואס האלטן אז זייער ניגון איז די שענסטע, פארן אויסהערן איז נישט יושר צו וואויטען.

אגב די גראמען פראגראם האלט איך נישט מיט אבער די ניגונים האב איך יא, געווען איינע פון די וואכען וואס מען האט מיר געבעטן צו וואויטען פאר איין ניגון, אבער איך האב געהאלטן אז א אנדערער איז מער חידוש און דאס האב איך געטאהן

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » פרייטאג מארטש 10, 2017 7:54 am

ממנו ילמדו וכן יעשו.

מר. שטערן
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 19, 2011 9:14 pm

תגובהדורך מר. שטערן » פרייטאג מארטש 10, 2017 12:51 pm

דברים אלו האט געשריבן:איך האב באקומען 3 מעסעדזשעס צו טוהן א חסד און וואוטן פאר נומבער 7

קומט דאך אויס אז די שטימעס אויף קול מבשר, איז ווייט ווייט פון די עכטע מיינונג פונעם עולם...

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג מארטש 13, 2017 2:35 pm

טא ווען קומט די נענקסטע פענאל ?
-----
שוין ! יעצט ארויף
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » מאנטאג מארטש 13, 2017 3:25 pm

ווער זענען די געווינער?

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג מארטש 13, 2017 3:55 pm

טאלאנטי האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
טאלאנטי האט געשריבן:
Kishronos Song.jpg

https://www.dropbox.com/s/jooj5f0x37mu7 ... g.mp3?dl=0

שלום עליכם ! מאך דיר באקוועם דא אויפן וועלטעל !.
זאג מיר נישט אז די האסט עס געמאכט אויב יא שטעל איך מיר אויך מלא קמיתו פאר אייך
אזא טאלאנטפולע ניגון . גאר אסאך ארבעט טוט דא ליגען. די בעסטע רעטונג טוט עס פון מיר קריגען .
גראד פון אנפאנג בין איך עס בוחן. צוליב די גאר רייכע תוכן . אויף א לעוואל א הויכען.
און ווער רעדט נאך פון די גראמען . אזוי קונצליך צוזאמען . כ'גיי ממש ארויס פון די ראמען.
און אוודאי די הערליכע טאן ... וואס דאס גייט מיך שטארק אן . בקיצור גאר א הערליכע ארבעט געטאן !!!

מ'זעט פון די אנקעטע דא, אז מען ברויך זיין א ריכטיגע מבין אויף דעם ניגון...

הערענדיג די פענעל זענען אלע מבינים אז אזא ניגון איז עפעס סאמטונג ספעשיל !
מרדכי דוד עסטרייכער זאגט דארט אז דאס איז זיין שענסטע ניגון פון אלע פאריגע וואכען.....
כ'ווייס נישט צו איר זענט די מחבר אבער ער זאגט דארט אז דאס איז די ברודער מיט דער וואס האט געמאכט די הערליכע ניגון פון כאיל תערוג ...(גראדע האב איך זייער שטארק געהאלטען פון יענע ניגון ) פארפאלן א געלונגענע משפחה ..
טא זארגט אייך נישט די וואס פארשטייען טאנען אז דאס איז א גאר גרויסע מעסטער פיעס ...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » מאנטאג מארטש 13, 2017 4:48 pm

און ווידער זענען די וואלן אויף איי וועלט געגאנגען שלעכט.

עס מאכט אסאך סענס אז זיין ניגון זאל ארויסקומען דער געווינער. ס'איז אזוי ווי דו שרייבסט א מעסטער פיס

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג מארטש 13, 2017 5:49 pm

די מבינים האבן אנדערש געוועלט ווי די ציבור?

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג מארטש 13, 2017 5:51 pm

קאץ און מויז האט געשריבן:
וואס זאגסטי האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/y9t48v3tyeaxdpp/Volunteers%20for%20life%20-.mp3?dl=0

דאס איז נומבער 7
ס'איז זייער שיין & צו קענען גראמען אויף די יאקאב איז א גוטע איידיע


נאכן ליינען די תגובה האב איך ספעשל צוגעהערט צו 7 און מסכים געווען צו קאץ און מויז
דאס איז די סיבה פארוואס דא קומען אנדערש ארויס די תוצאות

אוועטאר
טיכטיגער
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm

תגובהדורך טיכטיגער » דינסטאג מארטש 14, 2017 9:08 am

יא די וואך פאנעל איז אסאך אסאך שענער און אויסגעהאלטענער.
זיצן דארט דריי "פארגינערישע געשמאקע בדחנים", איך זע אז קריטיק "דא" העלפט, וועט א קאמפלימענט זיכער נישט שאטן.. ממש געוואלדיג! פאר יעדע ווארט קריטיק וואס זיי זאגן ארויס קומט א ים מיט מעלות וואס יענער פארמאגט יא ממש אז מ'דערקענט עס נישט ארויס! (מ'זעט אז מ'מוז נישט אראפרייסן יענעם צו זאגן זיינע שוואכקייטן אלעס גייט צו בדרכי נועם, כ'מיין אז קיינער פון די אריינשיקערס וועט נישט האבן קיין תרעומות אז אויב ער איז נאר 80% און מ'רעדט אים 'נעבעך' איין אז ער איז 95% גוט..איך מיין אז יעדער הערט וואס ער דארף הערן אבער ער דארף נישט פילן ווי א נעבעך פארן בכלל זיך איינרעדן אז ער קען..!)
א פארגעניגן געווען אויסצוהערן, אזוי קען מען (אויך) ארויסנעמען טאלאנטן ביי אידן.
טיכטיגער? ווייט דערפון...
tichtiger246@gmail.com

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג מארטש 14, 2017 12:41 pm

ב"ה מען קען אויף אייוועלט בויען די כשרונות פון די בדחנים,
לערנען זיך וויאזוי צו זיין מבינים.

רמ"ד ברענגט אראפ דעם סטאטוס פון קול מבשר, עס איז כאילו א שפיטאל פאר צובראכענע אידן.

חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 29, 2015 1:46 pm

תגובהדורך חזרה » דינסטאג מארטש 14, 2017 3:22 pm

סתם זיך אנגעכאפט אויף א לויזע שטריק ר' מ"ד האט בכלל ניט מכוון געווען צו דעם

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4726
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג מארטש 14, 2017 3:34 pm

געהערעט אביסל דעם פענעל (ביי אייך האט אויך געשנייט?), גאנץ געשמאק, מען היט אויף כבוד הבריות זיער שטארק. געשמייכלט צום סוף פון רמ"ד גראמען אויף דערציילונג פון צדיקים...

איין שאק וואס כהאב געהאט אז רמ"ד האט אוועקגעמאכט ניגון 9 אויף די גראמען, וואס לדעתי איז עס א מעסטער פיעס. נישט קיין גרויסע חידוש, באט די ניגון און די ליינס זענען עכט עכט גוט. רב ראזענפעלד האט יא עפעס געזאגט א גוט וווארט דערויף.

און די געווינער איז דאך פשוט, נומער איינס. א מעגא שטארקע פאוערפול געלונגענע ניגון! טאלאנט מיט אלע קליפערלעך.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
מפתח צו מיינע אשכולות

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג מארטש 14, 2017 3:35 pm

חזרה האט געשריבן:סתם זיך אנגעכאפט אויף א לויזע שטריק ר' מ"ד האט בכלל ניט מכוון געווען צו דעם


אה"נ נישט אז ער האט עס געוואלט אזוי אנסטעמפלן, עס האט נאר משמע געווען אז זיין געפיל צו העלפן דעם פראגראם איז ווייל ס'איז א ביקור חולים אקציע.

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג מארטש 14, 2017 3:37 pm

רצון טוב האט געשריבן:
חזרה האט געשריבן:סתם זיך אנגעכאפט אויף א לויזע שטריק ר' מ"ד האט בכלל ניט מכוון געווען צו דעם


אה"נ נישט אז ער האט עס געוואלט אזוי אנסטעמפלן, עס האט נאר משמע געווען אז זיין געפיל צו העלפן דעם פראגראם איז ווייל ס'איז א ביקור חולים אקציע.

מיך האט עס אויסגעקוקט אזוי
האסט דאך געהערט ווי ר'וועלוועל פארענטפערט זיך אזוי..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

הערשקא
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

כשרונות גראמען #4 - אנקעטע און אפדעיטס

תגובהדורך הערשקא » דינסטאג מארטש 14, 2017 9:00 pm

שוין צייט צו עפענען א פרישע אנקעטע פאר כשרונות #4

גר תושב
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 12:48 pm

תגובהדורך גר תושב » מיטוואך מארטש 15, 2017 1:06 pm

דע מה שתשיב האט געשריבן:און ווידער זענען די וואלן אויף איי וועלט געגאנגען שלעכט.

עס מאכט אסאך סענס אז זיין ניגון זאל ארויסקומען דער געווינער. ס'איז אזוי ווי דו שרייבסט א מעסטער פיס

נומבער 7 האט געווינען די פאפולער וואוטס אבער נומבער 1 די עלעקטארעלס
גר ותושב אנכי עמכם: אם תרצו - הריני גר, ואם לאו - אהיה תושב ואטלנה מן הדין, שאמר לי הקב"ה 'לזרעך אתן את הארץ הזאת'(רש"י חי' שרה)

אוועטאר
טיכטיגער
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm

תגובהדורך טיכטיגער » מיטוואך מארטש 15, 2017 2:16 pm

זייער גוט! איך האב שטארק געהאפט אז ער וועט נישט געווינען! ס'איז נישט קיין "כשרון" צו ארומגיין בעטן אלע קרובים ידידים... צו וואוטען פאר א ניגון..
טיכטיגער? ווייט דערפון...
tichtiger246@gmail.com

מר. שטערן
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 19, 2011 9:14 pm

תגובהדורך מר. שטערן » מיטוואך מארטש 15, 2017 6:04 pm

גר תושב האט געשריבן:
דע מה שתשיב האט געשריבן:און ווידער זענען די וואלן אויף איי וועלט געגאנגען שלעכט.

עס מאכט אסאך סענס אז זיין ניגון זאל ארויסקומען דער געווינער. ס'איז אזוי ווי דו שרייבסט א מעסטער פיס

נומבער 7 האט געווינען די פאפולער וואוטס אבער נומבער 1 די עלעקטארעלס

נישט ריכטיג, נומבער 1 האט געווינען ביידע...

זאג א דעה
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 9:56 pm

תגובהדורך זאג א דעה » מאנטאג מארטש 20, 2017 10:59 pm

בד"וו די ניגון וואס זיי ווייסן נישט פון וואנעט ס'שטאמט, איז ר' מיכאל זז"ג'ס ניגון גוט מארגן שעפעלע מיינע - די צווייטע פאל
קען זיין איך חלום - אבער איך שלאף ניט!
(הגאון מ'פאנאוויזש ז"ל)

אוועטאר
וואס זאגסטי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 25, 2014 6:15 pm

תגובהדורך וואס זאגסטי » דינסטאג מארטש 21, 2017 12:31 am

צו מיינע טייערע חברים דא אויף אייועלט
אני הקטן האב נומער זיבן צאמגעשטעלט
צו ארויסברענגען די חסד אן קיין גבול
פון וואלינטערן וואס זייער טאג איז ב"ה פיל

און זיי געבן זיך אוועק
אן דעם צו באקומען א פלעק
קיינער טיט פון דעם נישט וויסן
נאר ווען עס קימט צוריק די גיטע גריסן

דאס טיט זיי ווייטער טרייבן
ביי די גיטע וועגן צו פארבלייבן
איצט ציריק צום ענין
פארוואס איך בוי דא דעם גאנצען בנין

דא אויף אייוועלט האט זיך געטוען א מהפכה
צו איך בין געגאנגען אויף די וועג די גלייכע
צו א מעססעדזש שיקן ממעג
אדער סאיז נישט קיין כשר'ע וועג

איך האב געטראכט און געקלערט
צו מיין ניגון האט עפעס א ווערט
מיט אזא נומער איין'ס אכט אין ניין
וואספארע ווערד האט די ניגון מיין

און ווייל געווענליך וועלן שטימען פאר דיר דיינע חברים
אן קיין שום הסברים
דערפאר איין מעסעדזש האב איך געטוען שיקן
מיינע חברים מיט זייער שטימע זאלן מיר דערקוויקען

די מערסטע וואס איך האב הנאה
אז איך האב חברים כי לו נאה כי לו יאה
זיי טיען זיך דא דרייען
ווי איידער אויף די וועלט די פרייען

והא ראיה סאיז געווארן א מדובר
און מהאט זיך גענומען צו מיין חיבור
איך פארקריך שוין צו ווייט
נישט פארדעם האב איך מיך יעצט געמאכט די צייט

נאר צו ענטפערן אויף די קריטיק
נישט אז איך פליק איינעם צוריק
נאר אביסל הבנה
און יענעם'ס כוונה
איידער די פליסט דערמיט ביז צו די לבנה

הרב אלט מאנרא במחילה

וועם איך האב געפרעגט ווייסט נישט אפילו
אז אזא אימעיל איז געווען
אין פרייועט האב איך עס אויך נישט געזען

געבעטן א טובה א קליינע
צו ווייזן די אימעיל די איינע
אבער סאיז ליידיג אין שטיל
מיין אישי מיט דיין מעססעדזש נישט געווארן פיל

און דברים אלו איז עס געוואקסען צו דריי
איך האף אז די זעלבע ווערטער נישט איך איבער איך קריי
אז די האלסט עס איז נישט יושר
ווערט נישט קיין שעת הכושר

אזוי עס צו מאכן גרויס
ווי א שטיקל איז דא געטוען געווארן זעט עס אויס
און אמת'ן איז עס מיין מיסטעיק אויך
פון מיין נומער צו שיקן וואלט געווען א געברוך

נאר אזוי ווי עס האט די משומר זיגל
איז ביי איין מעסעדזש שוין פיל די קריגל
דערפאר האב איך עס געשיקט פון א צווייטען פאון
און עטס האטס נישט געוויסט ווער איז דער פערזאן

סהאט ענק געטוען אויף רודערן
און כדאי ענק אביסל אראפ נידערן
געקומען דא אהער
די מוח זאל ווערן אביסל CLEAR

לאמיר בלייבן חברים מיט הארץ
אבער א ביטע בלאז נישט אויף א מעשה מער שווארץ
ביסט גערעכט הינדערט פערצענט
אז די בלוט און דיר ברענט
אבער לייג עס אפ אויף א שפעטערן מאמענט

און א ברכה פאר כבוד האכסניא
מזעהט די געוואלדיגע הארוואניע
וואס מען שטעלט אהער
זאל העלפן דער באשפער
אז אויך אויף ווייטער
קענען דעליווערן אן קיין שטער
ביז סוועט זיין יראו עינינו וישמח לבנו ותגל נפשנו
מיט משיח צדקינו
דיין וועט ער אויף די ווינקל ווייזן
ווי די גדר איז שטארק ווי אייזן
די שטן המשחית האט נישט קיין דריסה
און ווי אידן באלעקן זיך מיט די ארטיקלן די זיסע

מיינע ווערטער שוין זיין מסיים
אויפן גוישען קען מען שוין זאגן יום שלשי דעם היום
האטס מיר א גיטע נאכט.....................

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דינסטאג מארטש 21, 2017 11:43 am

וואס זאגסטי האט געשריבן:צו מיינע טייערע חברים דא אויף אייועלט
אני הקטן האב נומער זיבן צאמגעשטעלט
צו ארויסברענגען די חסד אן קיין גבול
פון וואלינטערן וואס זייער טאג איז ב"ה פיל

און זיי געבן זיך אוועק
אן דעם צו באקומען א פלעק
קיינער טיט פון דעם נישט וויסן
נאר ווען עס קימט צוריק די גיטע גריסן

דאס טיט זיי ווייטער טרייבן
ביי די גיטע וועגן צו פארבלייבן
איצט ציריק צום ענין
פארוואס איך בוי דא דעם גאנצען בנין

דא אויף אייוועלט האט זיך געטוען א מהפכה
צו איך בין געגאנגען אויף די וועג די גלייכע
צו א מעססעדזש שיקן ממעג
אדער סאיז נישט קיין כשר'ע וועג

איך האב געטראכט און געקלערט
צו מיין ניגון האט עפעס א ווערט
מיט אזא נומער איין'ס אכט אין ניין
וואספארע ווערד האט די ניגון מיין

און ווייל געווענליך וועלן שטימען פאר דיר דיינע חברים
אן קיין שום הסברים
דערפאר איין מעסעדזש האב איך געטוען שיקן
מיינע חברים מיט זייער שטימע זאלן מיר דערקוויקען

די מערסטע וואס איך האב הנאה
אז איך האב חברים כי לו נאה כי לו יאה
זיי טיען זיך דא דרייען
ווי איידער אויף די וועלט די פרייען

והא ראיה סאיז געווארן א מדובר
און מהאט זיך גענומען צו מיין חיבור
איך פארקריך שוין צו ווייט
נישט פארדעם האב איך מיך יעצט געמאכט די צייט

נאר צו ענטפערן אויף די קריטיק
נישט אז איך פליק איינעם צוריק
נאר אביסל הבנה
און יענעם'ס כוונה
איידער די פליסט דערמיט ביז צו די לבנה

הרב אלט מאנרא במחילה

וועם איך האב געפרעגט ווייסט נישט אפילו
אז אזא אימעיל איז געווען
אין פרייועט האב איך עס אויך נישט געזען

געבעטן א טובה א קליינע
צו ווייזן די אימעיל די איינע
אבער סאיז ליידיג אין שטיל
מיין אישי מיט דיין מעססעדזש נישט געווארן פיל

און דברים אלו איז עס געוואקסען צו דריי
איך האף אז די זעלבע ווערטער נישט איך איבער איך קריי
אז די האלסט עס איז נישט יושר
ווערט נישט קיין שעת הכושר

אזוי עס צו מאכן גרויס
ווי א שטיקל איז דא געטוען געווארן זעט עס אויס
און אמת'ן איז עס מיין מיסטעיק אויך
פון מיין נומער צו שיקן וואלט געווען א געברוך

נאר אזוי ווי עס האט די משומר זיגל
איז ביי איין מעסעדזש שוין פיל די קריגל
דערפאר האב איך עס געשיקט פון א צווייטען פאון
און עטס האטס נישט געוויסט ווער איז דער פערזאן

סהאט ענק געטוען אויף רודערן
און כדאי ענק אביסל אראפ נידערן
געקומען דא אהער
די מוח זאל ווערן אביסל CLEAR

לאמיר בלייבן חברים מיט הארץ
אבער א ביטע בלאז נישט אויף א מעשה מער שווארץ
ביסט גערעכט הינדערט פערצענט
אז די בלוט און דיר ברענט
אבער לייג עס אפ אויף א שפעטערן מאמענט

און א ברכה פאר כבוד האכסניא
מזעהט די געוואלדיגע הארוואניע
וואס מען שטעלט אהער
זאל העלפן דער באשפער
אז אויך אויף ווייטער
קענען דעליווערן אן קיין שטער
ביז סוועט זיין יראו עינינו וישמח לבנו ותגל נפשנו
מיט משיח צדקינו
דיין וועט ער אויף די ווינקל ווייזן
ווי די גדר איז שטארק ווי אייזן
די שטן המשחית האט נישט קיין דריסה
און ווי אידן באלעקן זיך מיט די ארטיקלן די זיסע

מיינע ווערטער שוין זיין מסיים
אויפן גוישען קען מען שוין זאגן יום שלשי דעם היום
האטס מיר א גיטע נאכט.....................

WOW
נישט דא קיין ווערטער פאר די גראמען !

די טויגסט דאך יא, סא לאז די הערן עפטער!

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג מארטש 21, 2017 3:06 pm

וואס זאגסטי האט געשריבן:צו מיינע טייערע חברים דא אויף אייועלט


WOWYE
הרב וואס זאגסטו
נאכן זעהן די תגובעלע פון דו
האב איך זיך גענומען די מי
צו שרייבן פאר דיר טא הערט אייך צו
איר האט די טאלאנט אבער נאך ווי
איר קענט זיך פארשטעקן פון די
וואס האבן געהאט טענות אזויווי
אייביג די וואס ווילן נישט זעהן
אז איינער מאכט עפעס נישט פלעין
וועט אייביג געשעהן
אז נאר קריטיק טרעפט מען אין אזוי איז טאקע דא געווען
טא פאר דיר מיין פריינט
איר האט זיך יעצט געמאכט באקאנט
אז איר האט די אויסערגעווענליכע טאלאנט
עפעס ספעשיל יניק . גאר אינטערסאנט
טא כ'ווייס נישט צו אזוי איר געפלאנט
אבער אייער טאלאנט שיינט
נעמט די פערדערל (מייזעלע) אין די האנט
אין הייבט אן צו שרייבן דא
מיר וועלן האבן גאר שטארק הנאה
עס וועט אויך לאזן פאר אנדערע די השפעה
צו ארויסגעבן זייער באהאלטענע טאלאנטען כראוי
נעמט אייך ביטע דעם עול
און זייט אזוי גיט און וואויל
דא נישט ווייט ארויפציר איז דא די גראמען אשכול
ביטע קומט צוגיסען אביסל געז און אויל
און ברענגט ארויס מכח אל הפועל
אייער הערליכע גראמען און שורות
יענע אשכול ספעציעל פאר דיר איז

אין אז מ'רעדט שוין האב איך געוואלט פרעגן אינפארמאציע
האסט דאך אזוי שיין אראפגעלייגט די אלע ארגענעזאציע
פון גמ"ח הצלה מיט זייער טראמספעטאציע
טא פארוואס האסטו נישט דערמאנט די אפעראציע
פון מקימי מיט זייער הייליגע סענזאציע ?
זיי טוען דאך אויך מצות אן א צאל
סיי אינדערהיים אין סיי אין שפיטאל
ארויסצוהעלפן חולי ישראל
ס'קומט זיך זיי דאס מאל
אז מ'זאל כאשט דערמאנען איבעראל
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
וואס זאגסטי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 25, 2014 6:15 pm

תגובהדורך וואס זאגסטי » מיטוואך מארטש 22, 2017 2:47 pm

איך פלעג אמאל שרייבן
אין די מעשה אשכול גראמען
מיינע געפילען ארויף טרייבן
עס האט טאקע געהאט אלע טעמים

איך האב שוין נישט היינט קיין קענעקשען
נעם איך שוין נישט די עקשען
צו שרייבן מער
נאר איך כאפ אריין צו ליינען וואס מער

צו דיין פראגע וועגן מקמי האב איך געטראכט
איז די זעלבע ווי ידידים די זעלבע חסד מען מאכט
נישט די נאמען וויאזוי די ארגענזישען הייסט
נאר דער יונגערמאן וואס פון זיך אוועק ער רייסט

פאר א איד אפילו עס איז שווער
דאס איז געווען מיין דערהער
א גרויסן שכוח
דיין קאמפליענט איז געווען לריח ניחוח

גיי אן מיט א לעבדיגקייט
פאל אריין ווען די האסט נאר צייט
איך האב ליב דיין שפראך
ווייל אייביג איז עס צו די זאך
לעצט פאראכטן דורך וואס זאגסטי אום מיטוואך מארטש 22, 2017 9:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך מארטש 22, 2017 3:03 pm

א דאנק אייך
נאר מקימי איז איינס פון די גרעסטע וואלאונטירישע ארגענעזאציע איז געווען אינטערסאנט פארוואס איר האט עס נישט ערווענט.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך און 7 געסט