ניגוני הרה"ח ר' בן ציון שנקר ז"ל

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

גר תושב
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 12:48 pm

תגובהדורך גר תושב » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 11:10 am

די טעיפס "שבת אין מוזדשיץ" איז זיינע אייגענע ניגונים אדער אלעס פון מוזדשיץ?
גר ותושב אנכי עמכם: אם תרצו - הריני גר, ואם לאו - אהיה תושב ואטלנה מן הדין, שאמר לי הקב"ה 'לזרעך אתן את הארץ הזאת'(רש"י חי' שרה)

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 11:12 am

מאשקע האט געשריבן:דא האט איר דעם אשת חיל געזונגען מיט פילע יארן צוריק, נישט פון אן אפיציעלן אלבום. דעם ניגון האט ער גאמאכט אויף זיין חתונה בשנת 1949. כך מונח בזכרוני.

https://www.dropbox.com/s/42f9jhawtfy05 ... 9.mp3?dl=0

רב"צ ז"ל האט פארציילט, אז די ניגון האט ער גימאכט ביים סעודות שבת ביי אים און שטוב, נאך זיין חתונה.
ער האט איין וואך געזינגען איין פאל
א וואך שפעטער נאך איינס...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 11:19 am

גר תושב האט געשריבן:די טעיפס "שבת אין מוזדשיץ" איז זיינע אייגענע ניגונים אדער אלעס פון מוזדשיץ?


מאדזיץ.
צוגעלייגטע
shabbos.JPG
shabbos.JPG (33.74 KiB) געזעהן 2533 מאל
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 11:20 am

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:דא האט איר דעם אשת חיל געזונגען מיט פילע יארן צוריק, נישט פון אן אפיציעלן אלבום. דעם ניגון האט ער גאמאכט אויף זיין חתונה בשנת 1949. כך מונח בזכרוני.

https://www.dropbox.com/s/42f9jhawtfy05 ... 9.mp3?dl=0

רב"צ ז"ל האט פארציילט, אז די ניגון האט ער גימאכט ביים סעודות שבת ביי אים און שטוב, נאך זיין חתונה.
ער האט איין וואך געזינגען איין פאל
א וואך שפעטער נאך איינס...


אינטרעסאנט. איך זינג יעדע וואך אלע פעלער...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 11:24 am

ער האט פארציילט, אז די ניגון האט ער נישט גימאכט אויף איין מאל..
נאר איין וואך איין פאל, דערנאך נאך א פאל, ביז עס איז גיווארן א גאנצע ניגון.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 11:27 am

די גאנצע ניגון באשטייט פון צוויי פעלער.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 11:30 am

מאשקע האט געשריבן:די גאנצע ניגון באשטייט פון צוויי פעלער.

נו, נישט סותר...

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 11:31 am

בהזדמנות, וועל איך אויף זוכן ביי מיר, ווי האט ער עס פארציילט.
לפיע וואס איך גידענק, דארף אחיך עס האבן אויפגעכאפט.

גר תושב
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 12:48 pm

תגובהדורך גר תושב » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 11:39 am

מאשקע האט געשריבן:
גר תושב האט געשריבן:די טעיפס "שבת אין מוזדשיץ" איז זיינע אייגענע ניגונים אדער אלעס פון מוזדשיץ?


מאדזיץ.

די אמר ד' ליעקב וואס ער זינגט דארט (וואס אייזיק האניג זינגט אויף מנוחה ושמחה,טייל זינגען עס ביי אודה ביי של"ס) בין איך נייגעריג אויב עס איז פון אים
גר ותושב אנכי עמכם: אם תרצו - הריני גר, ואם לאו - אהיה תושב ואטלנה מן הדין, שאמר לי הקב"ה 'לזרעך אתן את הארץ הזאת'(רש"י חי' שרה)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 11:48 am

גר תושב האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:
גר תושב האט געשריבן:די טעיפס "שבת אין מוזדשיץ" איז זיינע אייגענע ניגונים אדער אלעס פון מוזדשיץ?


מאדזיץ.

די אמר ד' ליעקב וואס ער זינגט דארט (וואס אייזיק האניג זינגט אויף מנוחה ושמחה,טייל זינגען עס ביי אודה ביי של"ס) בין איך נייגעריג אויב עס איז פון אים


וואו זינגט עס אייזיק האניג?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
hamenagen
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 27, 2015 10:11 pm

תגובהדורך hamenagen » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 1:06 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
your friend האט געשריבן:סיד דא צו קויפן 4 סידיס פון די סעריע פון ״לדור ודור״ ארויסגעגעבן דורך ר׳ בנציון ז״ל יארן צוריק.

אה, דאס וויל איך טאקע וויסן, זענען די ניגונים זיינע אדער אלטע מודזיץ'ע ניגונים?
איך מיין אז עס איז פארהאן פון ביידע, אפשר קען זיך איינער מרחם זיין און אנצייגן גענוי וועלכע זענען זיינע אייגענע קאמפאזיציעס?

אביסעל קלאר מאכען וועגען די סיטי סטים
ר' בן ציון האט ארויסגעגבען דריי סט'ס פון סידי'ס, יעדער סט האט 4 סידי'ס. די ערשטע סט מודז'יץ חי איז א ליקוט פון די פארשידענע מודז'יץ רעקארדס וואס ר' בן ציון האט ארויסגעגבען דארך די יאהרען, מסודר לפי זמני השנה. די ערשטע סידי-ניגוני חגים וזמנים פרמאגט ניגוני ימים נוראים און יו" ט ניגונים. די צווייטע שבת מלכתא-שבת ניגונים. די דריטע איז ניגוני שלש רגלים אין די לעצטער הייסט ניגונים שכולם אהובים.אלע ניגונים זענען פארפאסט געווארען דארך די אדמורי"ם לבית מודזי"ץ אדער די מלחינים אין פולין (ר' עזריאל דוד פאסטאג,ר' קויפמאן יידל וכו')

די צווייטע סדרה-מדור לדור איז א ליקוט פון די פארשידענע רעקורדס פון ניגוני ר' בן ציון ז"ל וואס ער האט ארויסגעגבען דארך די יאהרען

די דריטע סדרה הייסט שבת במודזי'ץ. די 1 דיסק וביום השבת איז נישט א ליקוט נאר מען האט ארויסגעגבען די טעיפ - א שבת אין מודז'יץ ( די לעצטער טעיפ וואס ר' בן ציון האט ארויסגעגבען פון ניגוני מודז'יץ (בערך תש"נ) אויף סידי. די צווייטע און די דריטע דיסק -מעין עולם הבא און כי בא מועד זענען יא אלע ניגונים פון ר' בן ציון(פון אלטע רעקורדס). אין די לעצטע דיסק מלוה מלכה (ניגונים מאדמורי בית מודז'יץ)איז די אלטע רעקורד מודז'יץ מלוה מלכה ארויסגעגבען אויף סידי.

כפי ידיעתי האט ר' בן ציון מפריד געווען ציווישען די ניגונים פון די אדמורי"ם, אין זיינע אייגענע ניגונים ביים ארויסגעבען די רעקורדס אין טעיפ'ס. עס איז געוועהן אדער כולו ניגוני האדמור"ם אדער כולו ניגוני ר' בן ציון( פארשטייט זיך אז אין שטיבעל ,אין ביים רבי'ן האט מען אלעס געזינגען,אין ר' בן ציון'ס ניגונים איז נכלל אין ניגוני בית מודז'יץ)

יהא זכרו ברוך
לעצט פאראכטן דורך hamenagen אום מיטוואך נובעמבער 23, 2016 8:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 1:49 pm

המנגן, האסט אויסגעלאזט מבשר טוב, דער מקור פונעם "הטוב".
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 1:56 pm

און אויב רעדסטו פון ליקוטים, איז אויך געווען timeless treasures צוויי חלקים, די סמעטענע פון זיינע ניגונים.
An article a day keeps the babies away

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 2:00 pm

גר תושב האט געשריבן:די אמר ד' ליעקב וואס ער זינגט דארט (וואס אייזיק האניג זינגט אויף מנוחה ושמחה,טייל זינגען עס ביי אודה ביי של"ס) בין איך נייגעריג אויב עס איז פון אים

איך ווייס נישט וואו ער זינגט עס, און וואו אייזיק האט עס, אבער ער האט געמאכט דעם שיינעם שטייטן אמר ה' ליעקב.
איך האב עס געהערט פון מיין רב זינגען אויף חמול ביי נעילה יום הקדוש.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 2:03 pm

שמעתי, אז דער ניגון זכור אהבת קדומים איז נתחבר געווארן ע"י האדמו"ר שליט"א, געבויעט אויף דעם ניגון 'ועל הכל' פון רבי בנציון.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
hamenagen
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 27, 2015 10:11 pm

תגובהדורך hamenagen » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 2:25 pm

מאשקע האט געשריבן:המנגן, האסט אויסגעלאזט מבשר טוב, דער מקור פונעם "הטוב".

די אלע ניגונים פון מבשר טוב איז נכלל אין די מדור לדור סעריע

אוועטאר
hamenagen
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 27, 2015 10:11 pm

תגובהדורך hamenagen » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 2:29 pm

מאשקע האט געשריבן:און אויב רעדסטו פון ליקוטים, איז אויך געווען timeless treasures צוויי חלקים, די סמעטענע פון זיינע ניגונים.

דאס איז געוועהן א ליקוט פון די רעקורדס ארויסגעגעבען אויף טעיפ. די אלע ניגונים האט מען שפעטער ארויסגעגעבען אויף די מדור לדור סידי סעריע

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 5:20 pm

hamenagen האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:און אויב רעדסטו פון ליקוטים, איז אויך געווען timeless treasures צוויי חלקים, די סמעטענע פון זיינע ניגונים.

דאס איז געוועהן א ליקוט פון די רעקורדס ארויסגעגעבען אויף טעיפ. די אלע ניגונים האט מען שפעטער ארויסגעגעבען אויף די מדור לדור סידי סעריע

צ"ל פּלאָטן פּלעיער. ווער געדענקט!?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 6:29 pm

כ'האב אינדערהיים אן ארגינעלן "רעקארד" פון מאדזיצער מלוה מלכה, די ערשטע רעקארד פון ר' בנציון. כ'דארף נאר א רעקארד פלעיער...
An article a day keeps the babies away

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 7:15 pm

מאשקע האט געשריבן:כ'האב אינדערהיים אן ארגינעלן "רעקארד" פון מאדזיצער מלוה מלכה, די ערשטע רעקארד פון ר' בנציון. כ'דארף נאר א רעקארד פלעיער...

https://www.walmart.com/c/kp/record-players
http://www.bestbuy.com/site/cd-players- ... cat0202007
http://ebay.com/sch/Record-Players/4864 ... 070/i.html
https://www.amazon.com/Audio-Video-Turn ... de=3003611

אוהב ציון
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

ניגון הידוע "אזכרה"

תגובהדורך אוהב ציון » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 2:48 am

קען איינער ברענגען א לינק פון דער ניגון אזכרה ווי ר' בן ציון זינגט עס

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 11:09 am

אוהב ציון האט געשריבן:קען איינער ברענגען א לינק פון דער ניגון אזכרה ווי ר' בן ציון זינגט עס

http://web.nli.org.il/sites/nlis/he/Son ... 3,2486,165

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 2:03 pm

https://www.dropbox.com/s/u7bjf1lh87b9u ... 4.mp4?dl=0

הערליכע ניגון בואו שעריו בתודה פון ר' בנציון ז"ל געזינגען דורך מקהלת חסידי סקווירא בניצוח יוסי גליק פון שבח סטודיאו. מוזיק ביי מאיר אדלער.

פאליטקלי קארעקט
שר האלף
תגובות: 1665
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 2:51 pm

ר`בנציון, חוץ דעם וואס ער איז געווען א געוואלדגיע ווארימע קאמפאוזער, איז ער אויך געווען א גרויסע בעל מידות און ערליכער איד. איין מעשה איז געווען ביי א העסק קאנסערט. מרדכי (בן דוד) ווערדיגער האט זיך געהאט אנגעגרייט א ניגון (דענקן מיר נישט אויף די מינוט וועלעכע), וואס איז פארפאסט געווארן דורך ר`בנציון. ווען מהאט געפרעגט ר בנציון וועלכע ער פלאנט צו זינגן האט ער געזאגט דעם און דעם ניגן. האט מען אים געזאגט אז מרדכי האט זיך שוין אנגעגרייט צו זיגן דעם דאזיגן ניגון. אן קיין ווארט טענות גלייך געזאגט א צווייטן ניגון וואס ער גייט זינגן.

נאך א מעשה, מיט בערך פאר צוואנציג יאר צוריק איז ער געפאלן און ער האט זיך פאר קיינעם געדאכט צובראכן א היפ. די פאל איז געשעהן עטליכע וואכן פאר פסח. אויף פסח האט מען אים אהיים געלאזט פין הישפטאל. די משפחה האט געמאכט א מנין פאר אים אין זיין הויז. ר`בנציון איז נאך דאן געווען היבש שוואך, אבער צו אלעמענס ווינדער האט ער געזאגט אז ער האט חשק צו דאווענען טל. נישט נאר ער וויל דאווענען, ער וויל דאוונען דוקא שטייענדיג. ער האט טאקע געדאוונט שטיינדיג זיך אנכאדיג שטארק אויפן שטענדער. אזוי דאווענענדיג מיט גרויס השתפחות הנפש האט ער ער זיך צופייערט ביז גאר, אזש אז ער פארגעסן אין וועלכע מצב ער געפונט זיך אין ער האט געגעבן א הייב אויף זיינע הענט צום טאטן אין הימל. זייענדיג אזוי שוואך האט ער פארלוירן זיין באלאנס און ער האט אנגעהויבן צו פאלן צורק וועגס. לולי דו משפחה מיטגלידער וואס זענען געשטאנען גלייך אונטער אים, ווייסט איין באשעפער וואס וואלט געשעהן.

חבל על דאבדין

יהי זכרו ברוך

אוהב ציון
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

תגובהדורך אוהב ציון » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 3:15 pm

יענקל פאטאש האט געשריבן:
אוהב ציון האט געשריבן:קען איינער ברענגען א לינק פון דער ניגון אזכרה ווי ר' בן ציון זינגט עס

http://web.nli.org.il/sites/nlis/he/Son ... 3,2486,165


די לינק ארבעט נישט אויף מיין קאמפיוטער , האסט א אנדערע לינק ,


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: עטיש, פרא איי וועלט און 14 געסט