דער ניגון האי האי בית כור לכבוד שבת חנוכה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

דער ניגון האי האי בית כור לכבוד שבת חנוכה

תגובהדורך אלץ-ווייסער » זונטאג דעצמבער 09, 2007 2:48 pm

דער ניגון האי האי בית כור, אויף שבת חנוכה
פון הפייט הגדול רבי אברהם בן מאיר הנקרא "אבן עזרא" זצ"ל
צוגעלייגטע
Hai Hai.jpg
דער ניגון האי האי בית כור
Hai Hai.jpg (75.61 KiB) געזעהן 3830 מאל
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » זונטאג דעצמבער 09, 2007 2:54 pm

די חרוזים הייבן זיך אן מיט "אברהם".

איך פארשטיי נישט גענוי דעם ריכטיגן באדייט פון "האי האי בית כור" תמכור תחכור תשכור בית כור לצורך חנוכה.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » זונטאג דעצמבער 09, 2007 2:57 pm

אונזער חשובער קרעמער, האט שוין פאראיאר חנוכה געהאט א שמועס דערוועגן.

זעה דא, אין דער אשכול, די תגובות פון די תגובה אין ווייטער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 10, 2007 12:37 am

יישר כח זארעך פארן צוצייכענען אן אלטן (זיסן) אשכול, אבער אלץ-ווייסער וועט פון דארטן נישט געוואויר ווערן די טייטש פון האי האי בית כור.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג דעצמבער 21, 2007 9:09 am

פון הרב שלעזינגער האביך געהערט אז עס זענען דא וועלכע זענען מפקפק אינעם אמיתת הדברים צו דער אבן עזרא איז טאקע דער פערפאסער פונעם זמר, עס איז פארהאן א קאנטערווערסיאלער ספר "מאורי אור" פון א תלמיד פונעם שאגת ארי' ווי ער זאגט אז דער זמר האט א 'שיכור' (משרת ענבים, בית היין וכדו') פארפאסט און האט דאס תולה געווען בוקי-סרוקי אונעם גרויסן אבן-עזרא.

דער פירוש הדברים איז אז איר זאל אפי' פארקויפן א שטיקל ריעל-עסטעיט (בית כור) צו קענען פראווען א סעודה אום שבת חנוכה/חנוכה מיט אלע גוטע מאכלים ומעדנים באגלייט מיט א טרינק אונעם קרעטשמע (בית היין), וואס דאס איז מעורר קשיות ווי קען איינער זאגן אז די סעודת חנוכה איז וויכטיגער ווי סעודת שבת וואס דארט שטייט קלאר אז מ'זאל נישט טאן אזעלכע זאכן.

עס איז דא וואס זאגן אז מ'זאל פארקויפן אלעס יוצא צו זיין "נר" חנוכה, דאס האט שוין יא א שטיקל מקור אונעם רמב"ם, ס'איז אבער נדחק אין די פירושי החרוזים.

(נ.ב. ס'איז שוין נאך חנוכה טאקע, אבער מה אעשה אז איך בין הערשט היינט אינדערפרי געוואור געווארן, בעדר לעידער דען פעדער)

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » זונטאג דעצמבער 23, 2007 6:49 pm

פון הרב שלעזינגער איז אלץ גוט צו הערן.
ער איז א ידען נפלא, מיט'ן אמאליגן טעם פון א מגיד.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 23, 2007 9:46 pm

אלץ-ווייסער האט געשריבן:פון הרב שלעזינגער איז אלץ גוט צו הערן.
ער איז א ידען נפלא, מיט'ן אמאליגן טעם פון א מגיד.


יא ווייסער,
ער איז מיין פעיוואריט מגיד, איך רעקעמאנדיר אים פאר יעדן צו הערן, איין שעה פון זיינס א שיעור איז כולל א שלל מיט ידיעות ואס קען אריבערגיין יארן וואס 'זאל נישט וויסן דערפון.

zamel
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2007 11:30 am
לאקאציע: אינעם בלעקבערי

תגובהדורך zamel » זונטאג דעצמבער 23, 2007 9:52 pm

איך וויל הערן די ניגון סא אפשר קען עס איינער ארויף לייגען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 23, 2007 10:00 pm

zamel האט געשריבן:איך וויל הערן די ניגון סא אפשר קען עס איינער ארויף לייגען


וועלכע ניגון ווילסטו הערן? דאס איז א פיוט וזמר אזוי ווי כל מקדש, מנוחה ושמחה, קענסט עס זינגען אויפן ידיד נפש/קל אדון ניגון, אדער אויפן שטאטן אודה ניגון, אויב ביסטו א קארלבאך פען, פרוביר עס אויף והיו למשסה אדער פערהעפס ממקומך.

נאכן מחליט זיין זעמל, לייג עס ארויף אויף דו-טוב אדער דו-שיק-עס און גיב א לינק אין היכל הנגינה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג דעצמבער 23, 2007 10:43 pm

ניין מיללער, ס'איז דא א באקאנטער ניגון דערויף, דאכט זיך אז פון באבוב.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 23, 2007 10:43 pm

מיללער;

ביסט גערעכט און אומגערעכט, ווייל למעשה איז דא דערויף א הערליכע ניגון פארפאסט דורך דעם קדושת ציון מ'באבוב זצ"ל.

וואלט מיין פידל געווען גע'TUNE'ט, און מען וואלט געקענט קלארערהייט ארויפשטעלן א ניגון'דל, און דאס געדולד וואלט געווען מיט מיר, וואלט איך עס אויפגעשפילט און ארויפגעשטעלט.

דערווייל קענט איר זיך ווענדן צו "באבוב בראודקעסט" און דארט אויפזוכן. (אין זייער אינדקס http://www.kolbobov.com/download/index.html פון אלע ניגונים וואס מען קען הערן האב איך נישט געטראפן דעם ניגון גראדע)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 23, 2007 10:44 pm

וברוך שכוונתי במקצת לדברי מאשקע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 21, 2008 2:48 pm

אויפן פארלאנג פון חברינו שאיני מכירו, ברענג איך אפיר דעם אשכול לבכוד חנוכה.

אוועטאר
קענסט מיך?
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 12:45 am

תגובהדורך קענסט מיך? » זונטאג דעצמבער 21, 2008 2:51 pm

א אמת'דיגן הארציגן יישר כח, גאט זאל דיר באצאלן מיט אלדעס גוטס, לעולמי עד.

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 2:22 am

לעצט פאראכטן דורך זעליג אום דינסטאג דעצמבער 23, 2008 4:07 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 10:01 am

מיללער האט געשריבן:פון הרב שלעזינגער האביך געהערט אז עס זענען דא וועלכע זענען מפקפק אינעם אמיתת הדברים צו דער אבן עזרא איז טאקע דער פערפאסער פונעם זמר, עס איז פארהאן א קאנטערווערסיאלער ספר "מאורי אור" פון א תלמיד פונעם שאגת ארי' ווי ער זאגט אז דער זמר האט א 'שיכור' (משרת ענבים, בית היין וכדו') פארפאסט און האט דאס תולה געווען בוקי-סרוקי אונעם גרויסן אבן-עזרא.

דער פירוש הדברים איז אז איר זאל אפי' פארקויפן א שטיקל ריעל-עסטעיט (בית כור) צו קענען פראווען א סעודה אום שבת חנוכה/חנוכה מיט אלע גוטע מאכלים ומעדנים באגלייט מיט א טרינק אונעם קרעטשמע (בית היין), וואס דאס איז מעורר קשיות ווי קען איינער זאגן אז די סעודת חנוכה איז וויכטיגער ווי סעודת שבת וואס דארט שטייט קלאר אז מ'זאל נישט טאן אזעלכע זאכן.

עס איז דא וואס זאגן אז מ'זאל פארקויפן אלעס יוצא צו זיין "נר" חנוכה, דאס האט שוין יא א שטיקל מקור אונעם רמב"ם, ס'איז אבער נדחק אין די פירושי החרוזים.

(נ.ב. ס'איז שוין נאך חנוכה טאקע, אבער מה אעשה אז איך בין הערשט היינט אינדערפרי געוואור געווארן, בעדר לעידער דען פעדער)


איך האב נעכטן ביים חנוכה ליכט צינדן באמערקט, אז דער ניגון ווערט אויך אראפגעברענגט אינעם 'עמדין' סידור ביי חנוכה בשם דאם אבן עזרא.

ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם ספר 'מאורי אור' וואס איך האב אויבן אראפגעברענגט בשם ר' ישראל דוד שליט"א?

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 10:57 am

א לינק צום קובץ "אור ישראל" גליון ל' (וואס אלעקסיי דערמאנט אטא דא אין דעם אשכול) וואו עס ווערט באהאנדלט באריכות דער גאנצער פולמוס ארום דעם זמר. (ער ברענגט דאר אויך דעם 'מאורי אור' וואס מיללער וויל וויסן ווער דאס איז).

אגב, ווערט שוין אויך דארט ארומגערעדט איבער דעם לעמבערגער דרוק פונעם סידור היעב"ץ, הנקרא 'בית יעקב', וואס כידוע לכל באי שערי "בית פליטתינו" האבן מיר לעצטענס דארט בארירט דעם ענין. עיין שם ותמצא נחת.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 11:31 am

א גרויסן ישר-כח ר' זארעך פאר די לינק, עס איז באמת זייער גוט אדורכגענומען און אינדערצווישן האב איך שוין געזעהן אביסל מער איבער דעם מאורי-אור פון ר' אהרן וירמש.

אגב, האב איך נישט געוואוסט איז די קובצים אור ישראל זענען פארהאן אנליין ביי היברו-בוקס, עס איז באמת זייער אינהאלטסרייכע קובצים, תחזקנה ידיהם של מערכת היברו-בוקס!

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 12:34 pm

איינע פון די עיקר פראבלעמען מיטן ניגון איז דאס וואס דער ס'איז משמע אז ס'איז א גרויסער מצוה צו מאכן א סעודת חנוכה, ווארום למעשה איז דאך סעודת חנוכה נישט קיין מצוה,
האב איך געהערט אמאל פונעם טאלנער רבי פון אשדוד, אז זיין זיידע דער טאלנער רבי ז"ל פון ירושלים האט זיך געהאלטן פאר א שטארקער חסיד פונעם בית ישראל, איינמאל אין חנוכה איז דער טאלנער רבי פארביי געגאנגען דעם גערער ישיבה און ס'האט זיך ארויס געהערט ווי די בחורים פארברענגען מיט סעודות, איז אויך דארט אריבער געגאנגען איינע פון דעם בריסקער רב'ס קינדער, און ער פרעגט דעם טאלנער רבי, היתכן מ'פארברענגט חנוכה מיט סעודות, דער לשון אין רמ"א איז דאך אז ס'איז נאר 'קצת מצוה'? עס האט שטארק פארדראסן פארן טאלנער רבי, ווייל לכאורה איז דער בריסקער געווען גערעכט, האט ער געפרעגט דערוועגן פונעם בית ישראל, האט דער בית ישראל געענטפערט, מיינע בחורים ווען ס'קומט צו 'קצת עבירה' מאכן זיי דערפון אן 'עבירה גדולה' דערפאר ווען ס'קומט צו א 'קצת מצוה' מאכן זיי דערפון א 'מצוה גדולה' ודפח"ח ושפתים ישק.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

ווער האט מחבר געווען דעם זמר "אכלו משמנים"

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 5:24 pm

אין די זמירות ווערט געדריקט א זמר אויף שבת חנוכה "אכלו משמנים". דער זמר אנטהאלט אין זיך פארשידענארטיגס.
עס זענען פארהאן מפקפקים אויף דעם זמר און אויף ווער דער מחבר איז געווען, איז פארהאן בתוכינו איינער וואס האט ידיעות דערויף? ביטע אפיר קומען אין בייסמעדרעש
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 5:30 pm

הי' פעם מאמר מאחד בשם שפיגל בקובץ אור ישראל, כמדומה קובץ ל', והוא לקט הרבה על זה
ובזמירות של סקווער יש ג"כ בענין זה,
ו
למה זה תשאל לשמי...

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 9:32 pm

בבאבוב מזמרים אכלו משמנים בששבת חנוכה, בפשטות מיחסים את השיר להאבן עזרא, אולם ידוע שהאבן עזרא הי' דייקן גדול בשירות וגם דיבר קשות על הפייטנים שאינם כה מדקדקדים, וכפי הדייקנים אין השיר מדיוק כל כך, וזאת הוא הערעור הכי גדול על המיחסים אותה להאבן עזרא.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 1:44 am

והוא פלאי האט געשריבן:הי' פעם מאמר מאחד בשם שפיגל בקובץ אור ישראל, כמדומה קובץ ל', והוא לקט הרבה על זה
ובזמירות של סקווער יש ג"כ בענין זה,
ו

קענסט עס ליינען ביים שכן אין אוצר של היברו-בוקס דא.

איך האב עס נישט אדורכגעליינט, אבל כמדומני שהמנח"א לא הי' רוחו נוחה מהשיר.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 12:52 pm

צוזאמגעשטעלט 2 אשכולות וואס רעדן פון זעלבן זמר (דאס ערשטע האט זיך געפונען אין ידיעות התורה, אריבערגעברענגט צו היכל נגינה).

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » זונטאג אוגוסט 30, 2009 11:42 am

קרעמער האט געשריבן:צוזאמגעשטעלט 2 אשכולות וואס רעדן פון זעלבן זמר (דאס ערשטע האט זיך געפונען אין ידיעות התורה, אריבערגעברענגט צו היכל נגינה).


יישר כח אייך, עס איז מיר נישט איינגעפאלן צו קלערן אז מען דארף האבן ידיעות התורה, צו וויסן די היסטורי' אויף געוויסע ניגונים
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט