בלאט 4 פון 20

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:30 am
דורך איסר האטלקי
מים שלנו האט געשריבן:ליגט מיר אין קאפ אז אויף איינע פין די שפילען עקט ער קאמעדי און סהאט מיר בכלל נישט פרייליך געמאכט. איינע פין די וויצען געדענק איך איז א ליידיגע פאפיר פאר קריאת ים סוף אבער כגעדענק נישט אויפן מינוט ביי וועלכע

איך געדענק אוך אזא זאך! ער האט דאס געזאגט פאר מאמענט ביים אינטערוויו לעצטן פסח. עס איז טאקע נישט געווען צום לאכן האב איך דאן געטראכט ביים עס ליינען.
(די וויץ מיט קריאת ים סוף האט וועלוול פעלדמאן איבערגענוצט אויף זיין ערשטער בדחנות פובליקאציע, דער שווער פארהערט א בחור).

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:33 am
דורך יוראפ
ביי מאפילה לאורה, און גראדע האט ער עס נישט געזאגט דארט, נאר מ'האט עס אים געזאגט [א צווייטער עלבויגן, א ברודער?]

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 1:06 am
דורך ריטער טויערדאנק
רעכטע האנט האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:א כלל אין עקטען א גיטע עקטער קען טון אלעס סיי וויינען און סיי לאכן


יש דברים בגו


ביסט גערעכט. אבער פאר דאס וואס ארי קען ערנסט ץ איז דא צו ווייניג אז מ'זאל אים ניצן פאר קאמעדי וואס מערערע קאנען

רעכטער מיינע ווערטער! וואס איך האב נישט געזאגט ווייל די האסט עס פונקט גוט ארויסגעברענגט! יעדער קען טוהן קאמעדי אויב ער האט א גוטן סקריפט, אבער נישט יעדער קען קאמעדי פארשטיי-סט? פיינע נייעס איי לאוו יו טו דעט באט יור ראנג, די כלל איז נישט אז יעדער קען ווייל אפילו א גוטער עקטער וואס קען מאכן דעם עולם וויינען אדער מאכן דער עולם זאל פילן דעם העיט קאנעקשען ווען ער וואקט נאר ארויף אויף סטעידזש, יוסי פרענקל א שטייגער, דאס מיינט נאכנישט אז דער קען מאכן לאכן אויך, מאכן לאכן אין די לאבי פון רעלי האטעל איז צווייטע מין געלעכטער ווי אויף סטעידזש די פארשטייסט? נעם ארי מינץ אלס יחצל אדער אלס מיכל ביי אויווען די האסט עפעס געזעהן אין אים וואס די האסט דיך דערשטיקט דעם אטעם? א מאמענט ווי די האסט געפילט wow this man is good נעווער! און אין א ווילען קערעקטער אן איוועל קערעקטער איז דער ריזיג! ס'איז נישט קיין טו וועי סטריט אבסעלוטלי נישט. איך קען טוהן די זעלבע איך קען פאלויען ליינס און איך מיין מ'וועט מער לאכן פון מיר ווי פון אים, יעדער מענטש קען אמאל דעליווערן א גוטס אז וועסט נישט קענען קומען צו זיך פאר פינף מינוט אבער דאס מאכט אים נאכנישט קיין קאמידיען רעדי צו גיין אויף סטעידזש דאס איז די אינטערשיד!

אפילו אויב א דיירעקטער אין האליוואד וואלט מיר עס געזאגט וואלט איך אים שווער געגלייבט קאם אן! ריטער די קאמפעירסט אונז אידעלעך צו די האליוואד שישקעס? ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן מיט וואס זעמיר אונז ווייניגער פון האליוואד? איין זאך מיט טרענינג און אויך זיי לעבן דערפון און אונז הממ נישט ממש.. אדערווייז קומט דער ספאנישער און דער שווארצער און דער מוזלום אויך אן דארט.. הקיצור ווייטער פארפארן.. און די תגובה ווערט מיר לענגער און לענגער א נייע מחלה וואס טוה איך? עניוועי אויב א מאווי דיירעקטער זאגט מיר מר. ריטער ס'איז דא אזא זאך ס'איז א מעגליכקייט, אים הער איך אויס אבער נישט דאס מאכט דעם קוואליפקעישן פונעם עקטער ס'איז מער ווי א 100+ אה ער? ער קען אלעס, אזוי ווי א מאלל דא איז דא אלעס! אבער צו זאגן אז יעדער גוטער עקטער איז ווי ער איז נאאאר ווייל ער קען אלעס, און נאר דאס מיינט א גוטער עקטער דאס איז נישט ריכטיג און ס'איז נישט מעגליך.

נאכדעם איז דא א דריטער דרגא וואס הייסט סטענד אף קאמעדי און אונזער יואלי איז טאקע גאר גוט אין דעם, ליפא שטויבער איז אייזערנע נייעס אין דעם, ארי עלבויגן אויך זייער געלונגען אין דעם פשוט דער וואקט ארויף אויף סטעידזש און ס'נעמט זיך גיסן ווי די דזשייענט באקעט אין די וואטער פארק, אן קיין סקריפט אן גארנישט ער דזשאסט שיסט ארויס הומער פון זיך, דאס ברויך מען זיין אן עכטער מומחה. אבער היינט וויל מען שוין נישט דעס וויבאלד מ'איז מער פראפעשינעל און מ'קען זיך שוין נישט ערלויבן איינער זאל איבערנעמען די מצב אן קיין סקריפט און אן קיין טיימליין, אבער איך גלייב אז יעדער דא וואלט געקענט באשטיין צו גיין א מוצ"ש ערגעץ פאר א צוויי שעה סטרעיט קוקן אזא סארט לייוו קאמעדי שאו אן קיין סקריפט פלעין און פראסט פערל ווערטער פון ליפא'ן אפשר מיט ארי צוזאמען צו עקסטער אלעס אבי געהאקט פארשטייט זיך נאר ריינע מאטריאל אוודאי... און איך וויל שוין אפשטעלן דער וואס וואלט צוגעשריבן אז דער קאמעדי איווענט גייט זיין א לעצטע געדאנק סטייל ווייל לעצטע געדאנק איז געווען א פארגעשריבענע סקריפט מער ווינציגער אלעס די חילוק איז נאר געווען ווי קאפי פארציילט אין מאמענט אז דער היינטיגער פילטער איז נישט געווען דעמאלטס לכאורה נאר צוליב קינדער ביי א פלעי איז נישט געווען קיין מציאות סא מעיבי לעצטע געדאנק סקריפטלעסס הא איז אין?

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 1:13 am
דורך ריטער טויערדאנק
מים שלנו האט געשריבן:ליגט מיר אין קאפ אז אויף איינע פין די שפילען עקט ער קאמעדי און סהאט מיר בכלל נישט פרייליך געמאכט. איינע פין די וויצען געדענק איך איז א ליידיגע פאפיר פאר קריאת ים סוף אבער כגעדענק נישט אויפן מינוט ביי וועלכע

א בליק אויף צוריק תשנ"ד.
קאפי אין ארי זענען ביידע געווען ערנסט אויף יענע פלעי באט זיי האבן געמאכט א קורצן סקיט צווישן די סינס וויבאלד דעמאלטס איז די פראסעס פון טוישן צענעס נישט צוגעגאנגען אזוי שנעל, צו ווייל די עקטערס האבן געדארפט א ברעיק, טו מעיק עי שארט סטארי לאנג ארי איז מער געווען דער לץ אויף יענער סקיט איך האב עס גראדע יא געגליכן. די רעדסט אזוי פון וועלווי זאגט עס איבער איך האב א שטארקע חשד אז די גאנצע איידיע פון דער בעשאו וואס וועלווי פעלדמאן און לאנגזאם נוצן האבן זיי אויפגעפיקט פון דא, זייער סימילער. קאפי שפילט נישט אלס לץ ער איז מער דער ערנסטער מחותן דער בחור איז דער שוטה און אזוי שפילט וועלווי אויך רוב סקיטס
איך קען עס אין חלום
וויפיל געלט מאכסטו?
פופ פ פ פפ פ וציג טאלער
א טאג?
ניין א יאר
און אזוי וועסטו אויסהאלטן דיין ווייב?
ווען איך וועל חתונה האבן וועט מיין ווייב דארפן אויסהאלטן פון מיר..
עפעס לערנען קענסטו?
כ'האב געלערנט וועגן שווער שנגח את הפערע
וואס טיישט?
א שווער שטויסט אן איידעם איז ער א שור
נו גוט שור אבער פארוואס איז דער איידעם א פרה?
הע ווייל ער לאזט זיך...

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 3:57 am
דורך רעכטע האנט
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:
רעכטע האנט האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:א כלל אין עקטען א גיטע עקטער קען טון אלעס סיי וויינען און סיי לאכן


יש דברים בגו


ביסט גערעכט. אבער פאר דאס וואס ארי קען ערנסט ץ איז דא צו ווייניג אז מ'זאל אים ניצן פאר קאמעדי וואס מערערע קאנען

רעכטער מיינע ווערטער! וואס איך האב נישט געזאגט ווייל די האסט עס פונקט גוט ארויסגעברענגט! יעדער קען טוהן קאמעדי אויב ער האט א גוטן סקריפט, אבער נישט יעדער קען קאמעדי פארשטיי-סט? פיינע נייעס איי לאוו יו טו דעט באט יור ראנג, די כלל איז נישט אז יעדער קען ווייל אפילו א גוטער עקטער וואס קען מאכן דעם עולם וויינען אדער מאכן דער עולם זאל פילן דעם העיט קאנעקשען ווען ער וואקט נאר ארויף אויף סטעידזש, יוסי פרענקל א שטייגער, דאס מיינט נאכנישט אז דער קען מאכן לאכן אויך, מאכן לאכן אין די לאבי פון רעלי האטעל איז צווייטע מין געלעכטער ווי אויף סטעידזש די פארשטייסט? נעם ארי מינץ אלס יחצל אדער אלס מיכל ביי אויווען די האסט עפעס געזעהן אין אים וואס די האסט דיך דערשטיקט דעם אטעם? א מאמענט ווי די האסט געפילט wow this man is good נעווער! און אין א ווילען קערעקטער אן איוועל קערעקטער איז דער ריזיג! ס'איז נישט קיין טו וועי סטריט אבסעלוטלי נישט. איך קען טוהן די זעלבע איך קען פאלויען ליינס און איך מיין מ'וועט מער לאכן פון מיר ווי פון אים, יעדער מענטש קען אמאל דעליווערן א גוטס אז וועסט נישט קענען קומען צו זיך פאר פינף מינוט אבער דאס מאכט אים נאכנישט קיין קאמידיען רעדי צו גיין אויף סטעידזש דאס איז די אינטערשיד!

אפילו אויב א דיירעקטער אין האליוואד וואלט מיר עס געזאגט וואלט איך אים שווער געגלייבט קאם אן! ריטער די קאמפעירסט אונז אידעלעך צו די האליוואד שישקעס? ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן מיט וואס זעמיר אונז ווייניגער פון האליוואד? איין זאך מיט טרענינג און אויך זיי לעבן דערפון און אונז הממ נישט ממש.. אדערווייז קומט דער ספאנישער און דער שווארצער און דער מוזלום אויך אן דארט.. הקיצור ווייטער פארפארן.. און די תגובה ווערט מיר לענגער און לענגער א נייע מחלה וואס טוה איך? עניוועי אויב א מאווי דיירעקטער זאגט מיר מר. ריטער ס'איז דא אזא זאך ס'איז א מעגליכקייט, אים הער איך אויס אבער נישט דאס מאכט דעם קוואליפקעישן פונעם עקטער ס'איז מער ווי א 100+ אה ער? ער קען אלעס, אזוי ווי א מאלל דא איז דא אלעס! אבער צו זאגן אז יעדער גוטער עקטער איז ווי ער איז נאאאר ווייל ער קען אלעס, און נאר דאס מיינט א גוטער עקטער דאס איז נישט ריכטיג און ס'איז נישט מעגליך.

נאכדעם איז דא א דריטער דרגא וואס הייסט סטענד אף קאמעדי און אונזער יואלי איז טאקע גאר גוט אין דעם, ליפא שטויבער איז אייזערנע נייעס אין דעם, ארי עלבויגן אויך זייער געלונגען אין דעם פשוט דער וואקט ארויף אויף סטעידזש און ס'נעמט זיך גיסן ווי די דזשייענט באקעט אין די וואטער פארק, אן קיין סקריפט אן גארנישט ער דזשאסט שיסט ארויס הומער פון זיך, דאס ברויך מען זיין אן עכטער מומחה. אבער היינט וויל מען שוין נישט דעס וויבאלד מ'איז מער פראפעשינעל און מ'קען זיך שוין נישט ערלויבן איינער זאל איבערנעמען די מצב אן קיין סקריפט און אן קיין טיימליין, אבער איך גלייב אז יעדער דא וואלט געקענט באשטיין צו גיין א מוצ"ש ערגעץ פאר א צוויי שעה סטרעיט קוקן אזא סארט לייוו קאמעדי שאו אן קיין סקריפט פלעין און פראסט פערל ווערטער פון ליפא'ן אפשר מיט ארי צוזאמען צו עקסטער אלעס אבי געהאקט פארשטייט זיך נאר ריינע מאטריאל אוודאי... און איך וויל שוין אפשטעלן דער וואס וואלט צוגעשריבן אז דער קאמעדי איווענט גייט זיין א לעצטע געדאנק סטייל ווייל לעצטע געדאנק איז געווען א פארגעשריבענע סקריפט מער ווינציגער אלעס די חילוק איז נאר געווען ווי קאפי פארציילט אין מאמענט אז דער היינטיגער פילטער איז נישט געווען דעמאלטס לכאורה נאר צוליב קינדער ביי א פלעי איז נישט געווען קיין מציאות סא מעיבי לעצטע געדאנק סקריפטלעסס הא איז אין?


אדער האב איך נישט געכאפט וואס די מיינסט אדער האסטו נישט גיט פארשטאנען.
דאס וואס ארי קען ערנסט איז דא נאר צוויי דריי וואס קענען.
דאס וואס ארי קען אין קאמעדי איז דא פינעף זעקס וואס קענען. . .

אגב וועגן לאוו העיט קאנעקשן האלט איך אז סאיז דא ווייניג ביי אינז וואס קאנען עס דעליווערן אז די זאלסט ממש פיינט האבן דעם עקטאר אדער למשל דאס הארץ זאל דיר צוריסן ווערן פאר יענעם עקטאר וואס האט זיך פארפלאנטערט

איך שטעל נישט קיין פאקטן און איך בין אפן צו ווערן אפגעפרעגט (שיינע זאך פון מיין זייט האאא???)

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 2:11 pm
דורך fiena nieas
ריטער איי לאו יו טו ענד יו העוו עי פאוינט, דאך יש דברים בגוי ווייל דו זעהסט דאך שלומי פערל האט יא גענימען ארי מינץ פאר קאמעדי. א זאך וואס איך ווינדער מיר נאך אלטץ...אבער דאך האט ער פארשטאנען אז ער קען דאס אויך. דו האסט א נקודה ווען די רעדע איז פון די חילוק פון קאמעדי, אבער שטרענג און ווייעך, איז עס יא א כלל. א גיטע עקטאר קען ביידע ויוסי פרענקל יוכיחו ביי אונטערן פענסטער.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 5:14 pm
דורך ריטער טויערדאנק
fiena nieas האט געשריבן:ריטער איי לאו יו טו ענד יו העוו עי פאוינט, דאך יש דברים בגוי ווייל דו זעהסט דאך שלומי פערל האט יא גענימען ארי מינץ פאר קאמעדי. א זאך וואס איך ווינדער מיר נאך אלטץ...אבער דאך האט ער פארשטאנען אז ער קען דאס אויך. דו האסט א נקודה ווען די רעדע איז פון די חילוק פון קאמעדי, אבער שטרענג און ווייעך, איז עס יא א כלל. א גיטע עקטאר קען ביידע ויוסי פרענקל יוכיחו ביי אונטערן פענסטער.

נעמען ארי מינץ פאר יחצל איז געווען א ריזיגע מיסטעיק פון שלמה'ס זייט, ממש יעדער פה אחד האט עס נישט געגליכן, דאס איז נישט נאר מיין מיינונג ס'איז די מיינונג פון 95% אויב נישט מער פון די מענטשן וואס האבן עס געזעהן. און שלמה קען נאך אלס האלטן אז ער האט געטאן א גוטן דזשאב מיט וואס ער האט געוואלט ער זאל טאן; פאלויען דיירעקשען, דעליווערן ליינס ווי ס'ברויך צו זיין אא"וו, פאנפעקט; מאכן לאכן דעם עולם ווי א קאמידיען קען האט ער נישט! אפשר דא און דארט איז עס אים געלונגען, גענוג געלונגען אז ער רעדט זיך שוין היינט איין אז ער טויג צו דעם אבער די פאקט איז אז ער איז אויסדריקליך נישט קיין קאמידיען. פיריעד. און שלמה אליין האט עס באשטעיטיגט ווען ארי האט באקומען דעם פארט אדרבה קאל ארי און פרעג אים וועט ער דיר אויך זאגן די זעלבע, שלמה האט אים געזאגט די ווערטער: אהרן די ביסט א גוטער עקטער, יא די קענסט שפילן יחצל אבער באלטאזער ביסטו און דאס איז דער חילוק. די אמת איז אז ס'לייגט זיך אויפן שכל אז מ'האט געזוכט א בעסערן קאנדידאט און למעשה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט, איך ווייס אז מרדכי הערש האט נישט געדארפט שפילן פרעה אין אנפאנג זייער מעגליך ער האט גאר געדארפט זיין יחצל, וויאזוי נאר ארי מינץ אלס יחצל איז געווען פריטי מאטש א דורכפאל ביי איין פלעי האט מען אפילו אריינגעבאאט ווען ער האט פרובירט נאכצומאכן ליפא'ס נסיעה ווי ער רעדט 90 מייל א שעה פון 70 שטעט ווי ער איז אלס געפארן ודי פאר מער הער יוסף שפיל נ"א.
יעצט שטרענג און ווייעך איז ווייטער נישט קיין כלל, נישט יעדער קען און וועט שפילן יעדע סארט. הגם קאפי למשל האט שוין געשפילט שטרענג, אין מונקאטש איז דא 1-2 פלעיס ווי ער איז אנפאנג א הארטנעקיגער און שפעטער צוריק צו גוט. ס'געווען א פלעי עליס איילענד כדאי צו שאפן דזשאסט פאר די קאמעדי שבו מתוק מדבש, קאפי און ארי זענען קריגס געליטענע, קאפי א יונגער בחור נאך די מלחמה קומט קיין אמעריקע און ווערט אריינגעדרייט אין א גענג פון גנבים ער באגנב'עט זיין טאטנס הויז ווי ער טרעפט זיין טאטנס טלית נאך פון קריג און ער כאפט א הרהור תשובה, ס'געווען משפיל גאים ווי ער שפילט אן עושר וואס פילט ווי די וועלט איז זיינס ער ווערט א גוי נאכן זיך אנשאשקענען.. בקיצור דער קאפי פלעגט אין די יוגנט טוהן זאכן וואס איך טראכט נישט ער וועט נאך טוהן כ'מיין הלוואי זאל ער, ווען דער נייהויז זאל ווען וויסן וויפיל מארלברא ציגערעטן ווערן פארויכערט יעדעס מאל קאפי עפענט זיך דאס מויל צו זינגען און בכלל מענטשן זענען אזוי סיק פון אים אז ס'איז איבער אלע גרעניצן, טיים פאר עי ריעל טשעינדזש איז נאו!! עכ"פ איך זאג אז נעמען א ווייעכער מאכן פאר א רשע איז נישט קיין לכתחילה ווען יא וואלט מען נישט געזעהן אזויפיל פרישע עקטערס ארויפשווימען יעדע סיזן פארוואס פעלט עס אויס? אונז 10 קען מיר דאך אלעס זיין?? מ'דארף עפעס פרישע קרידענשעלס? ס'איז נישט קיין כלל ס'איז מער א 'טשעלענדש' און ביי די וועי אונז זאג מיר א גאנצן צייט שטרענג/ווייעך רשע/צדיק די האסט אן השגה וויפיל קערעקטערס מ'קען אלס אויפקומען וואס זענען צווישן די קאטעגאריעס? נעם לייבי ווידער ביים לעצטן פלעי ווי ווייט איך געדענק נאכנישט געווען אזא סארט מין מענטש אין היסטאריע! א בחורל א וואנע בי ער לויפט ער טוט ער כאפט קלעפ פון די אידן, די גוים, ער איז אינדיפענדענט איינער אליין אויף א מישאן... און אזוי ווייטער און ווייטער...
די אונטערשטע שורה: יעדער קען זיך אריינשטעלן אין א מצב און זאגן ליינס און טרייען ארויסצוברענגען די בעסטע פאסיבל אבער נישט יעדער איז וואס ער שפילט און דאס איז די עצם סוד פון א גוטער אקטיאר, מ'שפילט נישט נאך א פערסאנעליטי מ'איז דעם פערסאנעליטי!
יוסי פרענקל אלס סטעפאן איז געווען זייער סוקסעספול און טאקע יוסי האט דעם עקסטער קרעדיט וואס קען שפילן רוב זאכן (אלעס ביז קאמעדי) און אהרן מינץ האלט אויך אז ער קען טוהן יעדע סארט, באט ארי האב איך לויף פון זיין קעריר געזעהן טוהן ווייניגער פארטס ווי יוסי וואס איז אפילו יונגער, יוסי האט שוין געשפילט; שמעון, דער מהר"ל, חנניה, (זיין ערשטער פארט אלס טו פעיסער) ער האט שוין געשפילט מר חנינה, און שפעטער ביי די אונטערן קריסטאף, דער ראזשאן דער גלח וכהנה, אנלייק מינץ וואס כ'האב נאכנישט געזעהן שפילן דער רב דער ערנסטער איד סא נאופ נישט קיין לכתחילה.

און פיינער פרוביר אפילו נישט צו אפילען דעם פסק! :lol: :lol:

געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 11:51 pm
דורך רעכטע האנט
שיקט מיר איינער פריוואט אז אני שאד אז אין ארץ הקודש איז נישטא קיינע שפילן?
מיין פראגע איז צו ס'איז פארפאלן די בני א"י טויגן נישט דערצו אדער די רבנים וועלן נישט לאזן.
איך קלער אז טאלאנט איז פארהאנען איבעראל.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 02, 2016 3:15 am
דורך שטייט

געשריבן: זונטאג אקטאבער 02, 2016 11:52 am
דורך חושב מחשבות...
שכח פארן ארויפלייגן

געשריבן: זונטאג אקטאבער 02, 2016 12:12 pm
דורך בנימין
דער וועבערמאן איז דאך ממש צוקער. שטיק טאלאנט. סארא קערעקטאר.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 02, 2016 2:56 pm
דורך ריטער טויערדאנק
רעכטע האנט האט געשריבן:שיקט מיר איינער פריוואט אז אני שאד אז אין ארץ הקודש איז נישטא קיינע שפילן?
מיין פראגע איז צו ס'איז פארפאלן די בני א"י טויגן נישט דערצו אדער די רבנים וועלן נישט לאזן.
איך קלער אז טאלאנט איז פארהאנען איבעראל.

אבי געזונט אין ארץ קומען פאר צענדליגע פורים שפילן יעדעס יאר נישט סתם קורצע סקיטס מיט א דאטשיק און א שמוציגע רעקל ווי טייל פורים שפילן דאהי, ערנסטע שפילן פון 4-5 שעה לאנג מיט קאסטיומס, מעיקאפ, מוזיק, און אלע פיטשעווקעס, אין ביידע וויזניצע הויפן איז דא גאנץ פראפעיסיאנלע סארט און נאך אסאך אנדערע חצרות האדמורים מאכן, אונזערע ברודער פון ארה"ק ווערן געבעטן צוצולייגן צום ליסטע פון שפילן ביי די טישן.
אבער דאס איז נאכנישט אלעס! די לעצטע יאר צוויי, האבן זיך די ישראלים זיך גענומען מאכן מעדזשער גרויסע שפילן אין חוה"מ אוודאי נישט אויף אזא הויעכן סטאנדארט ווי ביי אונז, קאנקורענץ מיין איך איז נאכנישט דא אבער אין איין ווארט זיי האבן זיך גענומען דערצו! אפילו דא אויפן וועלט איז שוין געווען אן אפיציעלע עד איך מיין די פלעי האט 'געהייסן א געוויין ביים פענסטער' ווי נאר כ'האב געזעהן דיין תגובה האב איך מיר גענומען זוכן יענע עד אבער היות די סורטש ענדזשען איז דא נישט מסודר האב איך עס נישט געקאנט געפינען,
כ'וויל טאקע בעטן די מנהלים צו פארעכטן דעם פראבלעם וואספארא קיווארד מ'לייגט נאר אריין געט ער מיר אלס א צווייטן תירוץ פארוואס ער לאזט מיר נישט זוכן דעם ווארט/ווערטער צו ווייניג אותיות צו פיל ווערטער ס'איז א סומעטאכע...

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 04, 2016 10:39 pm
דורך רעכטע האנט
די אימגלויבליך האט ארויסגעגעבן א ביזנעס קארד מיט א פיקטשער פון א אמבולנס דאס שיינע אויף עפעס דרמאטיש עמיצער ווייסט מער ?
לכוראה ר'ריטער וועט וויסן. ער דרייט זיך אין די קארידארן פון די פראדאקשנס'ער.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 1:21 pm
דורך Intern Tish
.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 3:20 pm
דורך eller
בנימין האט געשריבן:דער וועבערמאן איז דאך ממש צוקער. שטיק טאלאנט. סארא קערעקטאר.

ווער איז וועבערמאן ??? איך זעה נישט זיין נאמען אויך די פראמא..

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 4:48 pm
דורך אסותא
די אינגל.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 5:21 pm
דורך חושב מחשבות...
The talented make up specialist Moshe Greenfeld hard at work for the #MysteriaPlay

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 6:26 pm
דורך טשאלענט
וויפיל זיצן איז דא אינעם זאל?

(איך וויל פשוט וויסן צו ער האט מער ווי אונטערן אדער די זעלבע, אדער גאר ווייניגער)

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 6:55 pm
דורך מצב כללי
איז דאס די זעלבע פראדאקשען פון די פלעי ווי עס איז נישט געווען קיין עיר קאנדישען?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 8:05 pm
דורך זינגער
מצב כללי האט געשריבן:איז דאס די זעלבע פראדאקשען פון די פלעי ווי עס איז נישט געווען קיין עיר קאנדישען?

ניין, יענס איז געוועהן שלמה פערל, ווארשע

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 10:19 pm
דורך אדיר איום
טשאלענט האט געשריבן:וויפיל זיצן איז דא אינעם זאל?

(איך וויל פשוט וויסן צו ער האט מער ווי אונטערן אדער די זעלבע, אדער גאר ווייניגער)

עס האט 3000 זיצן

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 12:15 am
דורך ריטער טויערדאנק
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:
רעכטע האנט האט געשריבן:שיקט מיר איינער פריוואט אז אני שאד אז אין ארץ הקודש איז נישטא קיינע שפילן?
מיין פראגע איז צו ס'איז פארפאלן די בני א"י טויגן נישט דערצו אדער די רבנים וועלן נישט לאזן.
איך קלער אז טאלאנט איז פארהאנען איבעראל.

אבי געזונט אין ארץ קומען פאר צענדליגע פורים שפילן יעדעס יאר נישט סתם קורצע סקיטס מיט א דאטשיק און א שמוציגע רעקל ווי טייל פורים שפילן דאהי, ערנסטע שפילן פון 4-5 שעה לאנג מיט קאסטיומס, מעיקאפ, מוזיק, און אלע פיטשעווקעס, אין ביידע וויזניצע הויפן איז דא גאנץ פראפעיסיאנלע סארט און נאך אסאך אנדערע חצרות האדמורים מאכן, אונזערע ברודער פון ארה"ק ווערן געבעטן צוצולייגן צום ליסטע פון שפילן ביי די טישן.
אבער דאס איז נאכנישט אלעס! די לעצטע יאר צוויי, האבן זיך די ישראלים זיך גענומען מאכן מעדזשער גרויסע שפילן אין חוה"מ אוודאי נישט אויף אזא הויעכן סטאנדארט ווי ביי אונז, קאנקורענץ מיין איך איז נאכנישט דא אבער אין איין ווארט זיי האבן זיך גענומען דערצו! אפילו דא אויפן וועלט איז שוין געווען אן אפיציעלע עד איך מיין די פלעי האט 'געהייסן א געוויין ביים פענסטער' ווי נאר כ'האב געזעהן דיין תגובה האב איך מיר גענומען זוכן יענע עד אבער היות די סורטש ענדזשען איז דא נישט מסודר האב איך עס נישט געקאנט געפינען,
כ'וויל טאקע בעטן די מנהלים צו פארעכטן דעם פראבלעם וואספארא קיווארד מ'לייגט נאר אריין געט ער מיר אלס א צווייטן תירוץ פארוואס ער לאזט מיר נישט זוכן דעם ווארט/ווערטער צו ווייניג אותיות צו פיל ווערטער ס'איז א סומעטאכע...


viewtopic.php?p=1211012#p1211012

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 8:59 am
דורך רעכטע האנט
דער וועבערמאן איז פאריאר געווארן אויפגעפיקט נאכדעם וואס ער האט דעליווערט א סופער דשאב צוברעכנדיג קליין און גרויס.
האט מושי קרויז געזעהן אז ער זינגט שיין האט ער אים געמאכט פאר א סטאר.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:22 am
דורך חרש וחושב
info seeker האט געשריבן:
Intern Tish האט געשריבן:ערשטע פראמא ווידאו
A Call To Action

#מיסטעריע

https://www.dropbox.com/s/8dveydo87ezai ... M.mp4?dl=0


nice

who made it?


פילמד ביי בען העש

עדיטעד ביי ארי אבראמאוויטש

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 11:34 am
דורך Intern Tish
ביים אויסארבעטן די דיטעילס אין די זאל

מערקט מענדי לענעראוויטש (מסתם גייט ער כאפן די ווידאו)