שלומי גערטנערֹ - מנחה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

שלומי גערטנערֹ - מנחה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

סקימען ארויס יעדן טאג נייע אלבומס מוויל קוים אנהייבן אויסצוהערן איין סידי איז שוין ארויסגעקימען נאך א צווייטע סידי.נו אבער וואס קען מען טוהן אזוי גייט עס.סאו חברה טיטס ענק אן די סיט בעלטס מגיימיר פארען ווייטער דא גייט מען נישט רעדן פון נאך א סידי וואס קימט ארויס יעדן טאג דא גייט מען רעדן פון שלומי גערטנער וואס גייט זיך אויפרייסן מיט אִִִִִ $120.000 דיגע סידי
נו סאו לאמיר גיין שטייטלעך און ווער עס האט מער אינפערמעישן ווערט געבעטן מיטצוטיילן

די סידי גייט האבן 13ֹֹ- 14 ניגונים און די גאנצע מוזיק איז געשריבען געווארן דורך דעם לייב אין אידישע מוזיק דער סופער ארעינדזשער ר" מונה ראזענבלום.און לויט ווי זיין זיהן שניאור האט מיר איבערגעגעבן האט ער פארקויפט זיין ניגון שלא עשנו גו וואס סאיז ארימגעפארן קליפס דערפון פאר שלומי גערטנער פאר צעהן אלפים(איך פראזענדליך זעה נישט די מורהדיגע גדלות פון די ניגון) פון יוסי גרין האט ער אויך צוויי ניגונים אויך האט ער א ניגון מגייט שוין דאווענען מנחה פון מענדל ראטה.די וואקעלס איז ריקארדעט געווארן אין לאנדאן ביי איינעם לייזער ליווי ער איז דער וואס האט ארעינדזשד די לעצטע צוויי פרחי לאנדאן סידיס ער האט פיר יאר צוריק געעפענט א סטודיאו אין לאנדאן און לויט ווי די יודעי דבר זאגן האט נאך קיינער פארדעם נישט אזוי גיט ארויסגעברענגט שלומי גערטנערס שטימע אזוי ווי עם .די סידי איז שוין אין די מיקסינג און ווערט געמיקסט אין א"י דורך מונה"ס רעכטע האנט חיים גאטעסמאן .ווי סהייסט יעצט איז די פלאן אז סזאל ארויקימען גלייך נאך סוכות.וועלן מיר נישט האבן קיין ברירה נאר מיזן אויסווארטן
אוועטאר
פון_צייט_צו_צייט
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2016 1:33 am
לאקאציע: עיר הקודש מאנרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון_צייט_צו_צייט »

געקלערט האט געשריבן:דא גייט מען נישט רעדן פון נאך א סידי וואס קימט ארויס יעדן טאג דא גייט מען רעדן פון שלומי גערטנער וואס גייט זיך אויפרייסן מיט אִִִִִ $120.000 דיגע סידי
איך מאך עס ח"ו נישט אוועק אבער לפי ידיעתי איז מאה ועשרים אלף די עווריג' פרייז.
שיתברר ויתאמץ אצל האדם מה חובתו בעולמו: שהאדם לא נברא אלא להתענג על השם (מסילת ישרים)
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

דאכט זיך אז נישט. נארמאל איז צווישן זיבעציג אכציג.
ווענד זיך אויף די ניגונים, ווייל אלע איבריגע הוצאות קומען נישט צו צו קיין מאה.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

די לעצטע מאל איך האב געהערט איינער זאל צאלן $120.000 פאר א סידי איז געווען יודל ווערדיגער ביי זיין סידי א ווערדיגער איד.רוב היינטיגע סידיס קאסטן ניטאמאל $80.000 סקאסט אפשר $50.000 ווייל ווי סגייט היינט האבן רוב זינגערס א פראדוסער לאמיר זאגן נפתלי משה שניטצלער יוחי בריסקמאן רולי אזרחי.מענדי הערשקאוויטש (איז יעטס אריין אין די ליין)און זיי באצאלן פארן זינגער א געוויסע סכום לאמיר זאגן צוואנציג טויזענט דאלאר און פון דא און ווייטער האט שוין די זינגער גארנישט מיטן סידי די פראדוסער איז דער וואס אינוועסט אין די סידי און איז דער וואס מאכט די פראפיט פונעם סידי און דאס לוינט זיך סיי פארן זינגער און סיי פארן פראדוסער.פארן זינגער ווייל ער מאכט זיך אפ זיין געלט און גייט זיך ווייטער און דערלייגט נישט קיין געלט.פארן פראדוסער לוינט זיך עס ווייל פאר עם קאסט עס נישט אזוי סאך געלט.ווייל פארן סטודיאו דארף ער נישט צאלן ווייל סאיז זיין אייגענע סטודיאו.ער שרייבט די מוזיק אויף האלב פון די סידי די איבריגע מוזיק געט ער צו שרייבן פאר משה לאופער וכו" כדי צו מאכן די סידי אויסקיקן גיט.נאכדעם שנייט ער פון אלע זייטן ער לייגט נאר צעהן ניגונים אויפן סידי.אפאהר ניגונים מאכט ער עלעקטריק מוזיק(וואס דאס שפילט ער אויך אליין אריין) סטרינגס לייגט ער כמעט נישט ועוד ועוד ועוד.אזוי קימט אויס אז ער דערלייגט אויך נישט קיין געלט.

וועגן דעם א סידי וואס איז געמאכט געווארן ביי א פראדוסער וועט על פי רוב זיין מער א לאו קוואליטי ווייל די פראדוסער וועט זיך שפארן געלט ווי ער קען.חוץ אויב די זינגער איז מער א גרעסערע זינגער און ער קען מאכן מער געלט דעמאלס וועט ער אינוועסטן מער געלט וויל דעמאלס לוינט זיך עס עם.און נאר דאס איז די איינציסטע וועג אז סזאל זיך לוינן היינטיגע צייטן ארויסצוגעבן א סידי. מה שאין כן די זינגערס וואס האבן נישט קיין פראדוסערס אזוי ווי אייזיק האניג לוי פאלקאוויטש ישראל ווערדיגער וכו" פאר זיי קאסט יא צו מאכן א סידי אכציג אלפים און זיי דערלייגן טאקע די הויזן(חוץ אויב זיי פארקויפן גאר אסאך סידיס)אבער למעשה זענען זייערע סידיס נישט קיין גארבידזש נאר גיטע סחורה
אוועטאר
פון_צייט_צו_צייט
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2016 1:33 am
לאקאציע: עיר הקודש מאנרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון_צייט_צו_צייט »

איסר האטלקי האט געשריבן:דאכט זיך אז נישט. נארמאל איז צווישן זיבעציג אכציג.
ווענד זיך אויף די ניגונים, ווייל אלע איבריגע הוצאות קומען נישט צו צו קיין מאה.

גערעכט ! טעיתי !
אויב סאיז אזוי מיין איך אז עטץ קענטס ענק רישען אויף מיינס א סידי..
שיתברר ויתאמץ אצל האדם מה חובתו בעולמו: שהאדם לא נברא אלא להתענג על השם (מסילת ישרים)
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

פון_צייט_צו_צייט האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:דאכט זיך אז נישט. נארמאל איז צווישן זיבעציג אכציג.
ווענד זיך אויף די ניגונים, ווייל אלע איבריגע הוצאות קומען נישט צו צו קיין מאה.

גערעכט ! טעיתי !
אויב סאיז אזוי מיין איך אז עטץ קענטס ענק רישען אויף מיינס א סידי..

ניין האסט אויסדריקליך נישט קיין טעות געמאכט! יודל איז נישט דער איינציגסטער וואס אינוועסט הונדערט אלפים מאיר דוד (שוין יא ביי נפתלי משה) האט אויך אריינגעלייגט ארום דעם סכום. גענוג און נאך וואס ספענדן די נומבערס, מ'קען גיין אויף 70-80 פונקט אזוי אבער צו באטיטלען אלס "אויפרייסעריש" איז וועי וועי אן אווערסטעיטמענט, רעדנדיג פון אווער און אנדער, היינט ליידער איז שוין אן אויפרייס צו נעמען המלך "מונה" ווען מיט 20 יארע צוריק האבן נאך אסאך געקענט זיך ערלויבן.
די לעצטע מאל איך האב געהערט איינער זאל צאלן $120.000 פאר א סידי איז געווען יודל ווערדיגער ביי זיין סידי א ווערדיגער איד.רוב היינטיגע סידיס קאסטן ניטאמאל $80.000 סקאסט אפשר $50.000

רוב? מען קען זאגן א גרויס חלק רוב שווער צו זאגן אבער לאמיר נישט רעדן פון די ביליגע ווייל ביליג איז יעדער אנדערש אין נומבערס און צוליב אנדערע סיבות

ווייל ווי סגייט היינט האבן רוב זינגערס א פראדוסער לאמיר זאגן נפתלי משה שניטצלער יוחי בריסקמאן רולי אזרחי.מענדי הערשקאוויטש (איז יעטס אריין אין די ליין)און זיי באצאלן פארן זינגער א געוויסע סכום לאמיר זאגן צוואנציג טויזענט דאלאר און פון דא און ווייטער האט שוין די זינגער גארנישט מיטן סידי די פראדוסער איז דער וואס אינוועסט אין די סידי און איז דער וואס מאכט די פראפיט פונעם סידי און דאס לוינט זיך סיי פארן זינגער און סיי פארן פראדוסער.פארן זינגער ווייל ער מאכט זיך אפ זיין געלט און גייט זיך ווייטער און דערלייגט נישט קיין געלט.פארן פראדוסער לוינט זיך עס ווייל פאר עם קאסט עס נישט אזוי סאך געלט.ווייל פארן סטודיאו דארף ער נישט צאלן ווייל סאיז זיין אייגענע סטודיאו.ער שרייבט די מוזיק אויף האלב פון די סידי די איבריגע מוזיק געט ער צו שרייבן פאר משה לאופער וכו" כדי צו מאכן די סידי אויסקיקן גיט.נאכדעם שנייט ער פון אלע זייטן ער לייגט נאר צעהן ניגונים אויפן סידי.אפאהר ניגונים מאכט ער עלעקטריק מוזיק(וואס דאס שפילט ער אויך אליין אריין) סטרינגס לייגט ער כמעט נישט ועוד ועוד ועוד.אזוי קימט אויס אז ער דערלייגט אויך נישט קיין געלט.
די ווילסט מיר זאגן פון וואו די נעמסט דאס אז דער פראדוסער גייט ארויס מיט פראפיט??? ער איז דער אינוועסטער וואס? ווען? קען זיין די זאגסט אמת קוקט אויס פון דיין ערשטע תגובה ווי די ביסט גאנץ באהאוונט, קומסט מיט אינסייד אינפא פורסט הענד, אבער א פראדוסער א אינוועסטער? ס'שטימט נישט פארוואס זאל א פראדוסער אינוועסטן אין יענעמס פראדזשעקט ווען יעדער ווייסט אז פון יאר צו יאר ווערט די ספק גרעסער אז מ'גייט פארדינען פראפיט? 98% מאכן נישט קיין פראפיט פון סידיס נישט די וואס שפארן און זיכער נישט די ספענדערס ווי מאכט דער פראדוסער פראפיט? און וואס עפעס זאל ער פארדינען מיטן זינגער ווי א שותף? לאמיר זיך נישט פאפן אויב איז אמת וואס די זאגסט דאן דארף דער זינגער זיין פאריקט צו מאכן אן אלבום מיט א צווייטן אויב מאכט דער פראדוסער אזויפיל וויפיל דער זינגער מאכט פארוואס עפעס איז נפתלי משה אין ביזנעס?? אלא מאי.. אז לא זו הדרך און די ביזט אביסל אומריכטיג אינפארמירט (נישט נעמען פערזענליך)

וועגן דעם א סידי וואס איז געמאכט געווארן ביי א פראדוסער וועט על פי רוב זיין מער א לאו קוואליטי ווייל די פראדוסער וועט זיך שפארן געלט ווי ער קען.חוץ אויב די זינגער איז מער א גרעסערע זינגער און ער קען מאכן מער געלט דעמאלס וועט ער אינוועסטן מער געלט וויל דעמאלס לוינט זיך עס עם.און נאר דאס איז די איינציסטע וועג אז סזאל זיך לוינן היינטיגע צייטן ארויסצוגעבן א סידי. מה שאין כן די זינגערס וואס האבן נישט קיין פראדוסערס אזוי ווי אייזיק האניג לוי פאלקאוויטש ישראל ווערדיגער וכו" פאר זיי קאסט יא צו מאכן א סידי אכציג אלפים און זיי דערלייגן טאקע די הויזן(חוץ אויב זיי פארקויפן גאר אסאך סידיס)אבער למעשה זענען זייערע סידיס נישט קיין גארבידזש נאר גיטע סחורה

נאכאמאל די זעלבע זאך לאו קוואליטי האט נישט מיט קיין פראדוסער! גיין טייער מיט א פראדוסער ביליג אן קיין פראדוסער על פי רוב איז עס נישט קיין 50-50 שותפות דער זינגער צאלט פארן פראדוסער אויפן שעה און דערנאך וואס קומט צוריק מאכט דער זינגער א פראצענט און דער דיסטריביטער א פראצענט, ווי ווייט איך ווייס ביי שניצלער למשל איז דא א פרייז נישט ער אינוועסט, דער זינגער איז אלס דער וואס אינוועסט, דער פראדוסער מאכט זיין געלט פון סטודיא טיים און קען זיין אז ער מאכט אויך א פראצענט פונעם אלבום שפעטער דאס ווייס איך נישט, קיין גרויסע פארדינסטן איז עס נישט סייווי, אלעס ווענדט זיך וויאזוי דער קאסטומער האט זיך אויסגענומען פאראויס, לאו באדזשעט היי באדזשעט דער ארענדזשער יענער קאמפאוזער, דער זינגער האט די לעצט ווארט נארמאל נישט דער פראדוסער.
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:נאכאמאל די זעלבע זאך לאו קוואליטי האט נישט מיט קיין פראדוסער! גיין טייער מיט א פראדוסער ביליג אן קיין פראדוסער על פי רוב איז עס נישט קיין 50-50 שותפות דער זינגער צאלט פארן פראדוסער אויפן שעה און דערנאך וואס קומט צוריק מאכט דער זינגער א פראצענט און דער דיסטריביטער א פראצענט, ווי ווייט איך ווייס ביי שניצלער למשל איז דא א פרייז נישט ער אינוועסט, דער זינגער איז אלס דער וואס אינוועסט, דער פראדוסער מאכט זיין געלט פון סטודיא טיים און קען זיין אז ער מאכט אויך א פראצענט פונעם אלבום שפעטער דאס ווייס איך נישט, קיין גרויסע פארדינסטן איז עס נישט סייווי, אלעס ווענדט זיך וויאזוי דער קאסטומער האט זיך אויסגענומען פאראויס, לאו באדזשעט היי באדזשעט דער ארענדזשער יענער קאמפאוזער, דער זינגער האט די לעצט ווארט נארמאל נישט דער פראדוסער.
קודם שלום עליכם ר" ריטער! איך בין דא א נייע גאסט אויפן וועלטל און איך האף נאך אסאך צו פארברענגן מיט דיר דא
בעזהשי"ת

צום ערשט דאס זענען נישט מיינע אייגן געמאכטע תורות דאס האט מיר א זינגער וואס גייט צו נפתלי משה מסביר געווען. צווייטנס מסתם ביסטו אויך גערעכט און ער ארבעט מיט א יעדע זינגער אנדערש.יענער זינגער האט מיר מסביר געווען אז ער האט בעצם לכתחילה געוואלט גיין צו a team נאר זיי האבן אים פארוואס וואס ווען ווי געבעטן אראפצולייגן 80 אלפים.נישט האבענדיג דאס געלט איז ער געגאנגען צו נפתלי משה און די דיעל איז געווען אז ער באקימט פון עם 20 אלפים און נפתלי משה מאכט די גאנצע פראפיט! פרעג איך אים צו נפתלי משה האט למעשה געמאכט געלט פון זיין פראדזעקט זאגט ער מיר אז יא ווייל פאר אים קאסט עס נישט אזוי סאך געלט ווייל האלב פון די ארבעט טיט ער אליין

דאס וואס די פרעגסט פארוואס ער זאל פארדינען מיטן זינגער ווי א שותף? זייער פשוט אזוי מאכט כאטש די זינגער אפאהר דאלער און דערלייגט נישט קיין געלט חוץ פון דעם וואס א סידי איז פאר עדווטייזמענט און נישט פאר ביזנעס(אזוי ווי א זינגער האט זיך מיר אמאהל אויסגעדריקט אז געלט מאכט ער נישט פון דעם און עדווטייזמענט דארף ער אויך נישט ווייל ער איז געניג פאפולער נאר ער טיט עס סתם אויסצוגעבן זיין טאלאנט)און כווייס גראדע נאך א זינגער מיט וועם ער ארבעט אויך אזוי.און מסתם ארבעט ער טאקע מיט געוויסע זינגערס אנדערש למשל ביי איינע פון ליפא"ס סידיס האב איך געזעהן אין בעק אז די קאפירייט איז פאר ליפא און נפתלי משה וואס איך האב אפגעלערנט (מיז נישט זיין) אז זיי זענען ביידע גלייכע שותפים אין די סידי און ביידע מאכן צוזאמען א געוויסע פראצענט
לעצט פארראכטן דורך געקלערט אום דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

געקלערט האט געשריבן:
ריטער טויערדאנק האט געשריבן:נאכאמאל די זעלבע זאך לאו קוואליטי האט נישט מיט קיין פראדוסער! גיין טייער מיט א פראדוסער ביליג אן קיין פראדוסער על פי רוב איז עס נישט קיין 50-50 שותפות דער זינגער צאלט פארן פראדוסער אויפן שעה און דערנאך וואס קומט צוריק מאכט דער זינגער א פראצענט און דער דיסטריביטער א פראצענט, ווי ווייט איך ווייס ביי שניצלער למשל איז דא א פרייז נישט ער אינוועסט, דער זינגער איז אלס דער וואס אינוועסט, דער פראדוסער מאכט זיין געלט פון סטודיא טיים און קען זיין אז ער מאכט אויך א פראצענט פונעם אלבום שפעטער דאס ווייס איך נישט, קיין גרויסע פארדינסטן איז עס נישט סייווי, אלעס ווענדט זיך וויאזוי דער קאסטומער האט זיך אויסגענומען פאראויס, לאו באדזשעט היי באדזשעט דער ארענדזשער יענער קאמפאוזער, דער זינגער האט די לעצט ווארט נארמאל נישט דער פראדוסער.
קודם שלום עליכם ר" ריטער! איך בין דא א נייע גאסט אויפן וועלטל און איך האף נאך אסאך צו פארברענגן מיט דיר דא
בעזהשי"ת

צום ערשט דאס זענען נישט מיינע אייגן געמאכטע תורות דאס האט מיר א זינגער וואס גייט צו נפתלי משה מסביר געווען. צווייטנס מסתם ביסטו אויך גערעכט און ער ארבעט מיט א יעדע זינגער אנדערש.יענער זינגער האט מיר מסביר געווען אז ער האט בעצם לכתחילה געוואלט גיין צו a team נאר זיי האבן אים פארוואס וואס ווען ווי געבעטן אראפצולייגן 80 אלפים.נישט האבענדיג דאס געלט איז ער געגאנגען צו נפתלי משה און די דיעל איז געווען אז ער באקימט פון עם 20 אלפים און נפתלי משה מאכט די גאנצע פראפיט! פרעג איך אים צו נפתלי משה האט למעשה געמאכט געלט פון זיין פראדזעקט זאגט ער מיר אז יא ווייל פאר אים קאסט עס נישט אזוי סאך געלט ווייל האלב פון די ארבעט טיט ער אליין

דאס וואס די פרעגסט פארוואס ער זאל פארדינען מיטן זינגער ווי א שותף? זייער פשוט אזוי מאכט כאטש די זינגער אפאהר דאלער און דערלייגט נישט קיין געלט חוץ פון דעם וואס א סידי איז פאר עדווטייזמענט און נישט פאר ביזנעס(אזוי ווי א זינגער האט זיך מיר אמאהל אויסגעדריקט אז געלט מאכט ער נישט פון דעם און עדווטייזמענט דארף ער אויך נישט ער איז געניג פאפולער נאר ער טיט עס סתם אויסצוגעבן זיין טאלאנט)און כווייס גראדע נאך א זינגער מיט וועם ער ארבעט אויך אזוי.און מסתם ארבעט ער טאקע מיט געוויסע זינגערס אנדערש למשל ביי איינע פון ליפא"ס סידיס האב איך געזעהן אין בעק אז די קאפירייט איז פאר ליפא און נפתלי משה וואס איך האב אפגעלערנט (מיז נישט זיין) אז זיי זענען ביידע גלייכע שותפים אין די סידי און ביידע מאכן צוזאמען א געוויסע פראצענט
[quote="ריטער טויערדאנק"]
ניין האסט אויסדריקליך נישט קיין טעות געמאכט! יודל איז נישט דער איינציגסטער וואס אינוועסט הונדערט אלפים מאיר דוד (שוין יא ביי נפתלי משה) האט אויך אריינגעלייגט ארום דעם סכום. גענוג און נאך וואס ספענדן די נומבערס, מ'קען גיין אויף 70-80 פונקט אזוי אבער צו באטיטלען אלס "אויפרייסעריש" איז וועי וועי אן אווערסטעיטמענט, רעדנדיג פון אווער און אנדער, היינט ליידער איז שוין אן אויפרייס צו נעמען המלך "מונה" ווען מיט 20 יארע צוריק האבן נאך אסאך געקענט זיך ערלויבן.
[quote] גראדע לויט מיין אינפארמעישן צאלט שלומי פאר מונה אליין אכציג אלפים איך ווייס אבער נישט ווי קראנט די מקור איז.זאג די מיר צו עס מאכט סענס. גראדע סתם אזוי רעדנדיג גייט מונה אויך קימען די קומענדיגע כ"א כסליו קיין סאטמאר
ריטער טויערדאנק
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריטער טויערדאנק »

ס'מאכט שוין איינמאל סענס!

ס'מוז זיין אז נמ"ש ארבעט מיט יעדן אנדערש אז די קענסט קומען אין אישי מיר זאגן וועלכע זינגער די רעדסט פון וואלט מיר קלארער געווארן דאס בילד. עניהא איז עס אן אומגעלונגענע סטראטעיגיע פאר די צוהערערס און איך בתוכם, אז שניצלער איז אינגאנצן באלבאס, וואס מיינט אז אלעס איז ביליג געמאכט נישט צופיל געפאטשקעט, 0 רובי 0 מונה און 0 ,,,,, 70% שוואכערע קוואליטי און צו דעם אלעם איז ער דער לעצטער מבין און ער דארף נאך האבן די לעצטע ווארט אויף אלעס און פארשטייט זיך די ניגונים. און דאס איז וואס מענטשן האבן פיינט שניצלער איז געגאנגען און געמאכט שבת פאר זיך און געוויסע זינגערס זייט שניצלער איז אין ביזנעס זענען ארויף אויף שניצלער מעדיקעיד פלענס און די וואס נישט האבן אזא אפשען לאו דוקא ביי אים, פאר זיינע צייטן זענען די זאכן נישט געגאנגען ווייל דער עולם האט זיך נישט אזוי געלאזט פון טשיפ ארבעט, און בשעתו איז געווארן קאפיען א אישאו וואס איז א נושא בפני עצמו.

• • •
צו מונה וועט זיין היי יאר א דריטע מאל? די פרעגסט אדער די זאגסט?
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-
אוועטאר
פון_צייט_צו_צייט
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2016 1:33 am
לאקאציע: עיר הקודש מאנרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון_צייט_צו_צייט »

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:ס'מאכט שוין איינמאל סענס!

ס'מוז זיין אז נמ"ש ארבעט מיט יעדן אנדערש אז די קענסט קומען אין אישי מיר זאגן וועלכע זינגער די רעדסט פון וואלט מיר קלארער געווארן דאס בילד. עניהא איז עס אן אומגעלונגענע סטראטעיגיע פאר די צוהערערס און איך בתוכם, אז שניצלער איז אינגאנצן באלבאס, וואס מיינט אז אלעס איז ביליג געמאכט נישט צופיל געפאטשקעט, 0 רובי 0 מונה און 0 ,,,,, 70% שוואכערע קוואליטי און צו דעם אלעם איז ער דער לעצטער מבין און ער דארף נאך האבן די לעצטע ווארט אויף אלעס און פארשטייט זיך די ניגונים. און דאס איז וואס מענטשן האבן פיינט שניצלער איז געגאנגען און געמאכט שבת פאר זיך און געוויסע זינגערס זייט שניצלער איז אין ביזנעס זענען ארויף אויף שניצלער מעדיקעיד פלענס און די וואס נישט האבן אזא אפשען לאו דוקא ביי אים, פאר זיינע צייטן זענען די זאכן נישט געגאנגען ווייל דער עולם האט זיך נישט אזוי געלאזט פון טשיפ ארבעט, און בשעתו איז געווארן קאפיען א אישאו וואס איז א נושא בפני עצמו.

• • •
צו מונה וועט זיין היי יאר א דריטע מאל? די פרעגסט אדער די זאגסט?

אגוטען הרב ריטער קודם האב איך הנאה אז איך בין נישט אינגאנצען משוגע ביים זאגען אז מאה ועשרים אלף איז נישט אזוי סאך, אבער פון דער אנדערער זייט פארוואס ברויזט דו אזוי אויף נמ"ש ? הלא ער האט א רעכט צו פארקויפען א באטעל מילעך פאר א דאלער בשעת אלע גראסעריס בעטען דערפאר דריי פיר מאל אזוי סאך ! איי ער ברענגט אראפ די וועליו , איז אזוי קודם כל א גרויס חלק עולם פארשטייט טאקע די חילוק און ס'נישט אז מ'פאפט דעם ציבור, צווייטענס איך האלט אז סקומט אים א כה לחי ! אז איינער וואס האט נאר 20 אלף אראפ צו לייגען זאל אויך האבען די רעכט זיך אויס/ארויס געבען זיינע טאלאנטען וואס דער אייבערשטער האט אים באשאנקען !
אדרבה ! זאג מיר צו איך בין נישט גערעכט , (עכ"פ א פוינט..)
שיתברר ויתאמץ אצל האדם מה חובתו בעולמו: שהאדם לא נברא אלא להתענג על השם (מסילת ישרים)
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

ריטער טויערדאנק האט געשריבן:
• • •
צו מונה וועט זיין היי יאר א דריטע מאל? די פרעגסט אדער די זאגסט?
איך זאג
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

איך האב באקימען א באריכט אז עס גייט זיין א געסט סולו אויפן סידי ושמו אהרן רוזאל וואס גייט מיטזינגען אויף א ניגון וואס ער האט פארקויפט פאר שלומי'ן
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

געקלערט האט געשריבן:איך האב באקימען א באריכט אז עס גייט זיין א געסט סולו אויפן סידי ושמו אהרן רוזאל וואס גייט מיטזינגען אויף א ניגון וואס ער האט פארקויפט פאר שלומי'ן

ווער איז דער רוזאל? עפעס א נייע שטערן אינעם עולם הנגינה?
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
געקלערט האט געשריבן:איך האב באקימען א באריכט אז עס גייט זיין א געסט סולו אויפן סידי ושמו אהרן רוזאל וואס גייט מיטזינגען אויף א ניגון וואס ער האט פארקויפט פאר שלומי'ן

ווער איז דער רוזאל? עפעס א נייע שטערן אינעם עולם הנגינה?
ווייט פון נייע, געמאכט שוואקי והוא שעמדה, יודל'ס לב אחד, קטנתי און נאך אסאך
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
געקלערט האט געשריבן:איך האב באקימען א באריכט אז עס גייט זיין א געסט סולו אויפן סידי ושמו אהרן רוזאל וואס גייט מיטזינגען אויף א ניגון וואס ער האט פארקויפט פאר שלומי'ן

ווער איז דער רוזאל? עפעס א נייע שטערן אינעם עולם הנגינה?
ער איז א זינגער א בעל תשובה אין א"י און ער איז דארט גאנץ פיקט אפ,ער האט שוין ארויסגעגעבן עטליכע סידיס פון זיינע ניגונים,זיינע ניגונים זענען זייער יוניק און דיפרענט און גאר גאר מוקאליש ער האט ניגונים וואס זענען געבויט אויף פאריקטע סקעילס און האבן צודרייטע קארדס, ער האט שוין פארקויפט ניגונים פאר געוויסע זינגערס אריינגערעכנט מ.ב.ד און יודל ווערדיגער און זינגט עס מיט צוזאמען מיט זיי, לדוגמא "בענין השמחה" און "את אחי" אויף מ.ב.ד סידי כולם אהובים "לב אחד" אויף יודל"ס סידי לב אחד "שוש תשיש" אויף יודל"ס סידי א ווערדיגער איד
לעצט פארראכטן דורך געקלערט אום דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 6:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

אור האט געשריבן:
משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
געקלערט האט געשריבן:איך האב באקימען א באריכט אז עס גייט זיין א געסט סולו אויפן סידי ושמו אהרן רוזאל וואס גייט מיטזינגען אויף א ניגון וואס ער האט פארקויפט פאר שלומי'ן

ווער איז דער רוזאל? עפעס א נייע שטערן אינעם עולם הנגינה?
ווייט פון נייע, געמאכט שוואקי והוא שעמדה, יודל'ס לב אחד, קטנתי און נאך אסאך
די מישט זיך אויס מיט זיין ברידער יונתן רוזאל וואס איז אויך א זינגער און האט געמאכט שוואקיס והוא שעמדה און קטנתי,יונתן איז אויך א אויסערגעווענדליכע גאון אין מוזיק ער זינגט און שפילט piano צוזאמען(שפילט הערליך)ער איז א משיגענע בעל הרגש און איז נישט אויף דעם עולם ווען ער זינגט
ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ha ha »

אונז ווארטן מיט שפאנונג
ופסי
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 4:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ופסי »

ער האט געקויפט א ניגון פון "מונה רויזנבלום" "שלא עשני גוי" וואס שירה מיט שלום לעממער האבן געזונגען ביי כ"א כסליו
גיי שוין גיי
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

ופסי האט געשריבן:ער האט געקויפט א ניגון פון "מונה רויזנבלום" "שלא עשני גוי" וואס שירה מיט שלום לעממער האבן געזונגען ביי כ"א כסליו
פאר מער אינפארמעישן ליין ביטע אדורך די ערשטע תגובה אינעם אשכול
ופסי
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 4:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ופסי »

געקלערט האט געשריבן:
אור האט געשריבן:
משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
געקלערט האט געשריבן:איך האב באקימען א באריכט אז עס גייט זיין א געסט סולו אויפן סידי ושמו אהרן רוזאל וואס גייט מיטזינגען אויף א ניגון וואס ער האט פארקויפט פאר שלומי'ן

ווער איז דער רוזאל? עפעס א נייע שטערן אינעם עולם הנגינה?
ווייט פון נייע, געמאכט שוואקי והוא שעמדה, יודל'ס לב אחד, קטנתי און נאך אסאך
די מישט זיך אויס מיט זיין ברידער יונתן רוזאל וואס איז אויך א זינגער און האט געמאכט שוואקיס והוא שעמדה און קטנתי,יונתן איז אויך א אויסערגעווענדליכע גאון אין מוזיק ער זינגט און שפילט piano צוזאמען(שפילט הערליך)ער איז א משיגענע בעל הרגש און איז נישט אויף דעם עולם ווען ער זינגט

גראדע מישט ער נישט בכלל ווייל "את אחי" "בענין השמחה" וכו'....... האט ער יא געמאכט
און ער מאכט מאשוגענע טיפע ניגונים ממש געגועים......
(אסאך נישט בעלי תשובה(אויב איז בכלל אמת אז ער איז א ב"ת) וואלטן זיך געקענט גיין לערנען ביי אים וויאזוי אריינצולייגען תוכן אין א ניגון) :roll:
גיי שוין גיי
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

ופסי האט געשריבן:
געקלערט האט געשריבן:
אור האט געשריבן:
משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
געקלערט האט געשריבן:איך האב באקימען א באריכט אז עס גייט זיין א געסט סולו אויפן סידי ושמו אהרן רוזאל וואס גייט מיטזינגען אויף א ניגון וואס ער האט פארקויפט פאר שלומי'ן

ווער איז דער רוזאל? עפעס א נייע שטערן אינעם עולם הנגינה?
ווייט פון נייע, געמאכט שוואקי והוא שעמדה, יודל'ס לב אחד, קטנתי און נאך אסאך
די מישט זיך אויס מיט זיין ברידער יונתן רוזאל וואס איז אויך א זינגער און האט געמאכט שוואקיס והוא שעמדה און קטנתי,יונתן איז אויך א אויסערגעווענדליכע גאון אין מוזיק ער זינגט און שפילט piano צוזאמען(שפילט הערליך)ער איז א משיגענע בעל הרגש און איז נישט אויף דעם עולם ווען ער זינגט

גראדע מישט ער נישט בכלל ווייל "את אחי" "בענין השמחה" וכו'....... האט ער יא געמאכט
און ער מאכט מאשוגענע טיפע ניגונים ממש געגועים......
(אסאך נישט בעלי תשובה(אויב איז בכלל אמת אז ער איז א ב"ת) וואלטן זיך געקענט גיין לערנען ביי אים וויאזוי אריינצולייגען תוכן אין א ניגון) :roll:
כפארשטיי נישט געהעריג וואס די שרייבסט די דארפסט דיר קלארער ארויסברענגען(שרייבסט נישט פון וועם די רעדטס),לויט ווי איך פארשטיי טענה"סטו אז נישט אהרן רוזאל האט געמאכט את אחי און בענין השמחה נאר יונתן רוזאל,אויב זאגסטו אזוי ביסטו נישט ריכטיג,כברענג דיר דא אראפ די music sheets דערפון און איבערצייג דיר אליינס(כוועל עס באלד ארויפלייגן)
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

כיהודה ועןד לקרא
איז דער אהרן רזאל א טיפער בעל מחדש

זיינע קאמפאזיציע'ס זענען נורא נוראות ,אין פולען זינען פון ווארט טייטשט ער אפ יעדעס ווארט פונעם ניגון מיט גאר מוזיקאלישע תנועות וואס ניש יעדער גלייכט
אוםן אז מ'רעדט שוין האט ער געמאכט פאר שוועקי עשרה בני אדם א הערליכע ראק ניגון
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

זיין ברודער יונתן האט שוין מער טיפיקעל ניגונים
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
קארעקט
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארעקט »

אהרן רזאל איז אויך דער מחבר פון דעם "שלאגער" ניגון "אבל אני קבעתי". זייער קיוט יוניק ניגון וואס איז זייער פאפולער.
ופסי
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 4:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ופסי »

געקלערט האט געשריבן:
ופסי האט געשריבן:
געקלערט האט געשריבן:
אור האט געשריבן:
משה מאשקאוויטש האט געשריבן:
ווער איז דער רוזאל? עפעס א נייע שטערן אינעם עולם הנגינה?
ווייט פון נייע, געמאכט שוואקי והוא שעמדה, יודל'ס לב אחד, קטנתי און נאך אסאך
די מישט זיך אויס מיט זיין ברידער יונתן רוזאל וואס איז אויך א זינגער און האט געמאכט שוואקיס והוא שעמדה און קטנתי,יונתן איז אויך א אויסערגעווענדליכע גאון אין מוזיק ער זינגט און שפילט piano צוזאמען(שפילט הערליך)ער איז א משיגענע בעל הרגש און איז נישט אויף דעם עולם ווען ער זינגט

גראדע מישט ער נישט בכלל ווייל "את אחי" "בענין השמחה" וכו'....... האט ער יא געמאכט
און ער מאכט מאשוגענע טיפע ניגונים ממש געגועים......
(אסאך נישט בעלי תשובה(אויב איז בכלל אמת אז ער איז א ב"ת) וואלטן זיך געקענט גיין לערנען ביי אים וויאזוי אריינצולייגען תוכן אין א ניגון) :roll:
כפארשטיי נישט געהעריג וואס די שרייבסט די דארפסט דיר קלארער ארויסברענגען(שרייבסט נישט פון וועם די רעדטס),לויט ווי איך פארשטיי טענה"סטו אז נישט אהרן רוזאל האט געמאכט את אחי און בענין השמחה נאר יונתן רוזאל,אויב זאגסטו אזוי ביסטו נישט ריכטיג,כברענג דיר דא אראפ די music sheets דערפון און איבערצייג דיר אליינס(כוועל עס באלד ארויפלייגן)

i m sorry אבער כ'האב פארגעסן צו שרייבן "אהרן" my bad :P
גיי שוין גיי
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”