יוסי גרין - יודיש נחת #3

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי


הרב_שלום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » פרייטאג יוני 22, 2018 12:36 am

די סי די קען מען בלויז הערן ווען עס ליגט אין א סי די פלעיאר
אויב וויל מען עס ארויף לייגען אויף א סענסע (אין קאר איז שוין נישט דא קיין סי די פלעיאר ווי אויך ביי מיר אינדערהיים פארמאגט יעדע קינד א סענסע. אז נישט איז מען פארנומען זיך ארום צורייסען וועלכע טרעק צו הערן ) אדער סיי וואס פאר MP3 וועט עס נישט ארבייטען
ווייל עס איז א CDA פייל

18 דאללער געגאנגען אין מיסט
ווען איר קויפט אויף עמעזאן גייט דורך די לינק https://amzn.to/2LunflG ביטע טוט עס בוקמארקן
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג יוני 22, 2018 11:07 am

הרב_שלום האט געשריבן:די סי די קען מען בלויז הערן ווען עס ליגט אין א סי די פלעיאר
אויב וויל מען עס ארויף לייגען אויף א סענסע (אין קאר איז שוין נישט דא קיין סי די פלעיאר ווי אויך ביי מיר אינדערהיים פארמאגט יעדע קינד א סענסע. אז נישט איז מען פארנומען זיך ארום צורייסען וועלכע טרעק צו הערן ) אדער סיי וואס פאר MP3 וועט עס נישט ארבייטען
ווייל עס איז א CDA פייל

18 דאללער געגאנגען אין מיסט

what is a CDA file ?

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » פרייטאג יוני 22, 2018 6:34 pm

הרב_שלום האט געשריבן:די סי די קען מען בלויז הערן ווען עס ליגט אין א סי די פלעיאר
אויב וויל מען עס ארויף לייגען אויף א סענסע (אין קאר איז שוין נישט דא קיין סי די פלעיאר ווי אויך ביי מיר אינדערהיים פארמאגט יעדע קינד א סענסע. אז נישט איז מען פארנומען זיך ארום צורייסען וועלכע טרעק צו הערן ) אדער סיי וואס פאר MP3 וועט עס נישט ארבייטען
ווייל עס איז א CDA פייל

18 דאללער געגאנגען אין מיסט

אקעי לאמיר דיר געבן א שיעור אין הלכות סידיס.
אגב דיין שאלה באלאנגט ענדערש אין א טעכנעלאגיע אשכול ווי אין יוסי גרין'ס סידי אשכול, אבער כ'עב מוחל זיין דאס מאל.

קיין איין סידי קען נישט ארויפגיין אויף א סענסע. פינטל.
פאר דו הייבסט אן שרייען לאמיך אויסרעדן.

יעדע סידי איז במציאות א cda פייל, א cda פייל איז נאר א שארטקאט, דהיינו עס איז נישט די עצם פייל. אויף אן עמפיטרי פלעיער ווי דיין סענסע גייט נאר ארויף עמפיטרי פיילס.
דאס מיינט אז דו דארפסט א וועג צו איבערטייטשן די cda פייל צו א mp3 פייל.
דא קומט אריין 'ריפ'ען
ריפ איז פשט אז מען שלעפט ארויס די פשוטע אודיא פונעם סידי, און מען טייטשט עס איבער פאר אן mp3 פייל.
וויאזוי צו ריפן איז גאנץ פשוט.
אויב נוצטו ווינדאוס מידיע פלעיער ווען דו לייגט אריין א סידי און דו עפענסט די פראגרעם די געהעריגע וועג וועט ארויפקומען דיין סידי, עס וועט אבער נישט האבן די טרעק נעמען נאר Track 1, Track 2 וכדו, דאס וועסטו אליין דארפן אריינשרייבן און אזוי אויך די ארטיסט און אלבום נעמען.
גאנץ אויבן פונעם סקרין איז דא א קנעפל וואס שטייט 'ריפ סידי'. נעבן דעם איז דא א קליינע עררא וואס ווען מ'קליקט דאס עפענט זיך די סעטטינגס, דארט קען מען אנשטעלן וויפיהל kbps עס זאל זיין (192 איז געווענדליך גוט) וועלעכע פארמעט (mp3 איז די בעסטע) און וואו די פייל זאל געסעיווט ווערן ווען עס איז פארטיג מיטן ריפן.
ווען דו האסט אלעס געסעט דרוק אקעי. און דרוק די 'ריפ סידי' אייקאן און די סידי וועט אריינקומען אין די פאלדער וואס דו האסט אנגעצייכענט און מיט די נעמען וואס דו האסט פארגעשריבן
(מען קען אויסלאזן די חלק פון אריינלייגן די נעמען און מאכן די סבעטטינגס אבער איך רעקאמענדיר דאס הייס).

אויף אייטונס איז עס בערך די זעלבע אויב נישט גרינגער.

18 דאלער ארויס פון גארבידזש....
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » פרייטאג יוני 22, 2018 6:51 pm

טעם וריח האט געשריבן:כבין אמאל געווען אויפן וועג ארויסצופארן צו מרחקים בינעך אריין אין געשעפעט זיכן א סידי איז מיר אינטערגעקומען שמחה מתוך שמחה פרחי שיר ושבח כהאב געטראכט וואס קען שוין זיין, וואס זאל איך ענק זאגן,
די סידי האט געארבעט הונדערטער מאל בלי גוזמא אין מיין קאר!
כהאב נישט געוויסט אז ער האט ארויס געגעבן א קול מבשר העמיר זיך גיין בל״נ איינהאנדלען.

פליז מיש נישט אויס די צוויי קווייערס!

שיר ושבח איז וואויל, אבער ווייט נישט אזוי פראפעסיאנאל ווי יפה, און נישט ווי די שפיץ פונגער פון אידיש נחת...
נאך א זאך ער האט זייער קוויטשיגע קינדער, זעהט אויס אז 'בעיס' שפילט נישט קיין ראלע ביי איהם און סוף פסוק הערט זיך די קווייער כאילו איינער האט ארויסגענומען אלע לאו פריקווענסי פון זיי.... (אפשר איז דאס טאקע זיין טעות? ווער וויסט). און אונטערשטע שורה איז עס אומפראפעשאנעל.

משא"כ יפה איז טאפ אף די ליין!

סא ווען איינער פרעגט וואס איז אזוי ספעציעל וועגן אידיש נחת, איז די ענטפער אביסל טיפער און ס'שווער אראפ צו שטעלן וואס פונקטליך פאר איינער וואס פארשטייט נישט צו מוזיק און קווייער אבער אפילו אזא איינער דערשפירט די חילוק! יעדער קען טאפן די פראפעשאנאליזם פון מושי!

שוין... כ'מיין כ'עב מוזן מאכן א לאנגע באריכט....
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1854
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג יוני 22, 2018 7:03 pm

אבער די ניגונים איז פיין?

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » פרייטאג יוני 22, 2018 7:35 pm

איך זעה מען רעדט דא פון פרחי יפה מוז איך זאגן, אז איך בין אויך צוגענאגעלט צו די סידי. עס איז אן אויסטערלישע הערליכע סידי מיט א גאר רייכע קינדער קווייער. אזאנס וואס עס איז נישט געווען בעפאר און נאכנישט געווען נאכדעם.

און פון אידיש נחת האב איך געזעהן איז דא אן אינטערוויא אין ״די וואך״ מאגאזין מיט די ילדי הפלא פון אידיש נחת, עס איז העכסט אינטערעסאנט.

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » זונטאג יוני 24, 2018 1:08 am

fiena nieas האט געשריבן:אבער די ניגונים איז פיין?

כ'ווייס נישט פון וועם דו רעדסט, אבער לאמיר עס מאכן אזוי: שיר ושבח האט א פשוטע קאלעקשאן. משא"כ יפה האט ארגיניעלע ניגונים.

אויב ביסטו א קאלעקשאן מענטש אפשר איז שיר ושבח בעסער פאר דיר, אבער אויב ביטסו איינער וואס עפרישיעט און פארשטייט צו מוזיק, אזויווי מיר, איז זיכער יפה די וועי טו גאו!
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » זונטאג יוני 24, 2018 6:47 am

איך קען נישט יעצט איבער גיין די גאנצע סידי, אבער אזא סידי איז נאך נישט געווען און די לעצטע יאר הונדרעט.
אנגעהויבן ביי די ניגונים עס הערט זיך ווי און די צייטן פון אברהם פריד חזק קנאקעדיג איינס ביי איינס, די לעבעדיגע זענען נישט בלויז אויף צו טאנצען אזווי יעדער זוכט היינט, עס איז שיין און גוט אויכט, די שטאטע זענען הערליך, אנגעהויבן ביי ותשפיע, שלום, אורות, סלח, און וואס נישט.
מוזיק, ענדליך הערט מען שוין אידיש נחת מיט א פילע בענד, עכטע סטרינגס, וואוו דער גלילי איז מוראדיג,
און צום ענדע דעי קינדער, דער מושי ברענגט אפיר א קאללער וואס איז צום שטוינען, אפגערעדט די סאלאס, איך האב נאך נישט ארוסגענומען די סידי זייט איך האב עס אריין געלייגט, דאס איז וואס איך הער שוין פאר די לעצטע וואך א האלב נאר דאס
איך בין נישט קיין שרייבער, ניין ניין!!!

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

איז יעצט קען מען שוין ארויס געבן די סוד

תגובהדורך מקווה איד » זונטאג יוני 24, 2018 7:26 am

אלץ איינער וואס פראבירט צו קענען יעדע יוסי גרין ניגון, זיך איך זייער אסאך ארום און פארווארפענע זייטלעך וואס לייגען סינגעלס, ווייל אסאך מאל געבן פריוואטע מענטשען ארויס ניגונים פון יוסי וואס פארט נישט ארום, אבער און די פארשטופטע פלעצער קען מען אסאך מאל טרעפען, האב איך שוין געטראפען פיל, און 2 דערפון האב איך געוויסט וועט ליגן אויף אידיש נחת 3, האב איך געפרעגט יוסי אויב זאל איך עס ארום שיקן, האט ער מיר געבעטן אז אפילו עס ליגט שוין אינדערויסן זאל איך עס נישט זאגן פאר קיינעם פאר די סידי איז אינדערויסן,
און יעצט, אז תתחזק איז ארויס געגעבן געווארען און 2015 דורך פיני פאללאק פאר פרדזשעקט רפואה,
און ותשפיע איז ארויס געגעבן געווארען דורך עמיר בעניון און 2016 אלץ א סינגעל,
הערטס און האטס הנאה

https://drive.google.com/drive/u/1/fold ... 7f8IW8rtfJ
איך בין נישט קיין שרייבער, ניין ניין!!!

אוועטאר
לבלוב
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 7:07 am

תגובהדורך לבלוב » זונטאג יוני 24, 2018 9:47 am

איך האב ליב דא נאר איין ניגון "קול ברמה"
אבער דאס איז ממש צום זאך
(פארשטייט זיך אז אלא ניגונים זענען הערליך שיין געזינגען, אבער די ניגון אליין איז נישט צום זאך)
מי האיש החפץ חיים.... נצור לשונך מרע

ילד הפלא
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:21 pm

תגובהדורך ילד הפלא » זונטאג יוני 24, 2018 12:55 pm

.
לעצט פאראכטן דורך ילד הפלא אום מאנטאג יוני 25, 2018 4:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אליעזר מארקס
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 09, 2018 7:28 am

תגובהדורך אליעזר מארקס » זונטאג יוני 24, 2018 1:15 pm

חיים לעבאוויטש איז די בעסט.
"זאג:"איש דברים אנוכי, גם היום, גם מחר"" (מוטי אילאויטש, מחשבות, לא איש דברים)

אוועטאר
פרינדזשעס..
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

תגובהדורך פרינדזשעס.. » זונטאג יוני 24, 2018 1:32 pm

ילד הפלא האט געשריבן:בס"ד

ווי פארשטענדליך איז איינע פון די אייגנשאפטען אויפ'ן נייעם סידי די הערליכע קינדער קווייער און סאלא'ס, דעריבער איז כדאי דער עולם זאל זיך אנרופן מיט זייער מיינונג איבער די ילדי הפלא אויפ'ן סידי, וועלכע פון זיי האבן אייך מהנה געווען און איבעראשט.

וועלכע פון די ילדי הפלאים טוסטו רעפרעזענטירן?
זאג איך צו אייך מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא
איר קאנט האלטן שבת!!! (הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצוקללה"ה)

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1854
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג יוני 24, 2018 3:14 pm

חיים לעבעוויטש איז גיט אבער אביסל צו סקוויקי דער גרין יונגעל ווער איך משוגע ער האט אלע מעלות פאר א ילד הפלא

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » דינסטאג יוני 26, 2018 1:28 am

ותשפיע איז געוואלדיג..

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » דינסטאג יוני 26, 2018 12:20 pm

א גוטן טייערע חבירים דא אין קרעמל! אזויווי איך זעה אז קיינער האט זיך נאכנישט גענומען צו שרייבן א דעטאלירטע באריכט איבער די סידי, האב איך דיסיידעד אז אפשר איז שוין מיין צייט עס צו געבן נאכן צוזאגן אזוי לאנג...

איך ווייס אפילו נישט ווי אנצוהייבן... דאס איז עפעס א מין סידי!... איך וויל נישט איבערטרייבן מיט גזמאות און סתם שיסן קאמפלימענטס אן קיין פשט, אבער איי רילי טינק אז דעי סידי איז סאמטיג ספעשל!!

די מציאות איז אז היינטיגע טעג, ווען עס זענען שוין דא אזוי פיהל זינגערס, אזוי פיהל טעלענט, און עס איז שוין נישט ממש אזוי אזוי שווער ארויסצוגעבן אן אלבום (סארי פאר אלע זינגערס וואס וויינען ממש מיט קראקעדייל טרערן אויף קאלמע וואסער צו וועלוול ווי שווער עס איז, אבער ניין, איר גייט אויסדריקליך נישט דורך וואס מען איז דורכגעגאנגען ביים ארויסגעבן א סידי אין די 1990 יארן...) און פאר א זעכציג אלפים איז שוין במציאות ארויסצוגעבן, וואס געשעהט איז אז ביי יעדע נייע סיזאן, ווי חנוכה, פאר פורים, פאר שבועות, נאך תשעה באב נעמען זיך וואקסן סידי'ס ווי שוואמען נאך א רעגן, און אפילו אויב מען וויל איז זייער שווער צו נאכיאגן און אויסהערן געהעריג אלע אלע סידיס און סינגלס, און פאר מען הערט עפעס אויס דארף מען מאכן זיכער אז מען האט נישט פונקט עפעס וויכטיגערס אויצוהערן. וואס ס'איז געשעהן מיט די צייט איז, אז די פאר פראפעאנעלס ריקן זיך ארויף צום שפיץ און שטעלן יעדעם אין שאטן. א שטייגער ווי ווען עמבידי געבט עפעס ארויס ווייסט מען רואיג אז מען קען אלעס לייגן אין א זייט און זיך רואיג זעצן אויסהערן וואס 'דער קעניג' האט ארויסגעשטעלט. ווען אברעמל לייגט ארויס, בעני פרידמאן, און אלע פון יענעם קאליבאר (פארשטייט זיך נאר די גענוג היימישע) ווייסט מען אז דאס איז עפעס וואס איך וויל קויפן און אויסהערן ווייל דא ליגט קוואלעטי, דא ליגט טעלענט און פראפעשאנעליזם וואס מיינט אז בדרך כלל גיי איך ליב האב כמעט יעדע איינציגסטע ניגון אויף דעם אלבום. משא"כ אנדערע, קען זיין איך וועל למעשה ליב האבן א גרויס חלק פון די קאפאזיציעס, אררענדזשמענטס, קווייערס וכדו', איז עס אבער נישט א פארזיכערטע שפיל.

איך מיין מען קען זאגן מיט א ריזן מאס זיכערקייט אז 'אידיש נחת' אי קלאר און דייטליך אריין אין די העכסטע קאטעגאריע. ביי נאו ווייסט מען שוין מיט א זיכערקייט אז אויב אידיש נחת האט עפעס ארויסגעגעבן, איז עס ווערד. איז דא וואס צו ערווארטן. נישט אומזינסט איז געווען אזא פארלאנג פאר די ריליעס דעיט פון אט דעם אלבום...

אגב, רעדנדיג פונעם ריליעס דעיט, האלט איך פערזענליך אז דא איז געווען עפעס א מין דזשאמבא פלאפ וואס מען הערט נישט געווענדליך. נעמליך, איינער האט זיך אויפגעשטעלט בעפאר 1500 מענטשן און צוגעזאגט א זאך און פשוט נישט מקיים געווען די צוזאג!!! מושי האט שטיל געמאכט מעסטער אדאטאריום, און מיט א נידריגע אנרייצענדע טאן פראקלעמירט " אידיש נחת דריי גייט זיין אינדערויסן....... אסרו חג שבועות!!!!!" און פופצן הונדערט פאר הענט האבן זיך צוקלאטשט. אסרו חג איז געקומען און געגאנגען און קיין סידי האבן מיר נישט באקומען... קוים עפעס א באלי אויף טעלעגרעם מיט א האלבע תירוץ... מילא דו זאגסט נישט און ס'פארשלעפט זיך, פיין. דו לייגסט אדויס אויף סאשעל מידיע א דעיט און דו מאכסט עס נישט, שוין געהערט אזאנס. אבער נאכן פראקלימירן אזוי הויעך, און דאך נישט דעליווערן ביז דריי וואכן שפעטער?? זהו הנקרא 'פלאפ'!! למעשה איז די תירוץ געווען 'קוואליטי' ממילא גיי איך קיינע גרויסע טענות נישט האבן...

פאר איך הייב אן וויל איך זאגן אז אווער אלל ווער איך ממש משוגה פאר דעם אלבום!! איך האב שוין אויסגעהערט דעם סידי א גוטע זעקס מאל מתחילתו ועד סופו אין די ערשטע טאג אליין. ס'עפעס נישט נארמאל שיין! אשוי ווי כ'האב פריער געזאגט, מאר לעס האב איך ליב יעדע ניגון דארט. מושי, איך בין דיר נישט מקנא. איך בין נישט מקנא די שעות אויף שעות וואס דו האסט געמוזט אריינלייגן אין דעם פראיעקט. צו באקומען אזא שטארקע זאך מוז זיין אז דא ליגט שווערע שווערע טעג וואכן און יארן מיט ארבעט!! און אויס קווענקלסטו צו ס'האט זיך אויסגעצאלט, ווי איך דיר זאגן אז אויב מאכסטו נישט קיין געלט, זאלסטו וויסן אז דו האסט זיך ביי אונז אלע איינגעקויפט א שטארקע שם טוב – וואס איז אמאל וויכטיגער ווי געלט...

איך וועל פראבירן דורך צו גיין די סידי ניגון ביי ניגון, און אריינווארפן מיינע פאר צענט...

***

די ערשטע ניגון, הני תפילין, איז ממש א געשמאק פון א לעבעדיגע הארא ניגון וואס הערט זיך גרינג, נאכדערצו מיט אזעלעכע סאליד אררענדזשמענט וואס נפתלי משה האט אונז צוגעשטעלט... איך קען שוין הערן ביי די קומענדיגע חתונות ווי שיע בערקא אדער שמואלי אריירייסן מיט אימפעט "עם נושע באשעעעעעעם!!!! ומי כעמך ישראאאאל, גוי ע חאד בא ארעץ!!..." אוווווף! ס'טאנצט זיך מיר יעצט...

סאיז געווען צוקער זיס די קליפ ווי מושי הייסט דעם קליינעם יענקי גרין איבערמאכן דעם 'ישראל' אין דעם לעצטן מינוט... מושי זאגט וואס, ער כאפט אויפן סקונדע, און ווי נאר ער הערט די מוזיק הייבט ער שוין אן מאכן מיט די הענט מיטטאנצענדיג מיט די ריטם, ממש מען זעהט בחוש די 'מושי טרעינינג' פון זיכערקייט, גרייטקייט, און קאנפידענס וואס ליגט אין זיי אריינגעבאקן... א נחת!

איך ווער עפעס נישט איבריג אנציקט פון די עחאאאאאאד צום סוף... אין אנהייב האב איך בכלל נישט געכאפט וואס ער וויל מיט דעם, אבער די צווייטע מאל, נאכן לייענען די בוקלעט, האב איך געזעהן אז דא ליגט א גאנצע פשט פון די אייבערשטער וואס ציהט כביכול אויס די ווארט 'אחד' אזוי ווי מיר טוען ביי קרי"ש, האב איך פארשטאנען אז ער מיינט מסתם דעם איידיע. וואס זאל איך אבער זאגן? גוטע איידיע, קומט אבער נישט אריין צו ענדיגן א ניגון מיט א אינגל סאלא דעראויף. די איין מאל וואס יוסי טוט עס אינמיטן די ניגון איז שוין גענוג פאר דעם חלק פונעם איידיע, די צווייטע מאל איז סתם איבערגעטריבן.

***

די צווייטע ניגון, אז תתחזק, איז איינע פון מיינע פעיוואריטס, אגב ס'איז באמת נישט שייך צו זאגן פעיוואריט אויב כ'האב ליב 90% פונעם סידי אויף כמעט די זעלבע פארנעם, אבער ווי געשמועסט איז ביי מוזיק און גרעפיקס דא אזא זאך ווי דיב האבן מער ווי איין אפציע אלץ די בעסטע... אבער דאס שטארצט אביסל ארויס... ס'איז זייער טאנצעדיג (א שטיקל די געפיהל וואס מ'באקומט ביים הערן א שנעלע דזשעזז) און טראגט מיט זיך א זעלבסט פרייליכקייט. די אררענדזשמענטס וואס די זטערן יהודה גלילי האט געמאכט דערמאנט מיר שטארק פון משה לאופער'ס אררענדזשמענטס אויף שמואלי'ס לולי האמנתי/קוה, זייער שיין, רואיג מיט אסאך סטרינגס און ברעסס, און יוסי'ס הארמאניס שמעקן מיר זייער שטארק, און דער אייזמאן אינגעלע זינגט ב"ה קע"ה זייער זיס...

איין זאך וואס באדערט מיר געפערליך מיט די טרעק איז, וואס אויף די וועלט האט קל נא, די תפילה וואס משה רבינו האט געבעטן פאר מרים ווען זי איז קרעציג געווארן אין מדבר, וואס ווערט אראפגעברענגט טאקע אין ידיד נפש, מיט אידיש נחת??? איך בין געווען זיכער אז אין די פי די עף וועט ער רעדן דערוועגן, אבער גאאארניש!! און וועם איך פרעג האט אויך נישט קיין שום ענטפער... די איינציגסטע זאך וואס איך קען טראכטן איז אז מושי האט למעשה געדארפט א 'דזשינגל' פאר אידיש נחת, און די ניגון האט ממילא פונקט געפעהלט א דריטע פאל, האט ער עס דא אריינגעריקט. שוין, האב איך שוין אויך מקיים געווען הוי דן אויך...

***

די דריטע ניגון, אמר הקב"ה.. אני ואתם נלך ניאור לציון איז ווידער זייער א שיינס, און דזשאנרא גערעדט איז דאס א חידוש אויך, נעמענדיג די אררענדזשמענטס אין באטראכט. וואוו נמש!!! כ'מיין אז ס'איז א חידוש פון אן אררעדזשמענט פאר דיר ניין? האסט שוין געמאכט אזאנס וואס איך ווייס נישט פון? די פוסטריט צום סוף איז אויך א שטיקל מיסטעריע, אבער קען זיין אז ער גייט שוין 'נאור לציון'... אבער ס'וואלט געראפט זיין צוויי פאר פוסטריט, ניין? און די קרעכץ פון חיים לעבאוויטש איז קעש!!

דא קען מאן אויך זעהן איינע פון יוסי'ס שטארקקייטן, אז ער נוצט בדרך כלל נישט קיין אויסגעדראשענע ווערטער. ער קומט אפט אריין מיט אזעלכע ניגונים פון מדרשים וכדו'. ביי אנדערע, אפילו עס איז נאכניט געווען קיין ניגון אויף די ווערטער, איז עס דאך נישט די סורפרייז וואס יוסי געבט אונז ווען ער קומט מיט זיינע פרישע ווערטער.

איך האב גראדע בכלל א שטיקל אישו מיט די ריווערב אויף די סידי. איך האלט אז אין זייער אסאך פלעצער איז עס פשוט מיאוס איבערגעטריבן. סיי פון די מיקס און אין צוויי דריי פלעצער אויך אויף די מעסטער. אינטרעסאנט איז אז עם. קעי. סטודיאס האט ארויס געלייגט א קליפ ווי גערשי שווארץ מיקסט די סידי, ער האלט פונקט ביי 'ואורכם הוא אורי', און ער שטעלט אפ פאר א סקונדע, און מ'הערט עפעס א מין גערויש פון ריווערב און עקקא אז ס'ניש פשוט... איך האלט אז מ'האט אביסט איבערגעטריבן אויף די ריווערב אויף די סידי. אבער חוץ מזה איז עס זייער זייער קלאר געמיקסט און גע מעסטערט. (---- דארפסט נישט קויפן קיינע נייע עירפאנס דאס מאל...)

גראדע איז דא איין מין פלאץ ווי איך גיי משוגה פאר ריווערב, און זיי מאכן דעם שטיקל א גוטע פאר מאל דורכאויס די סידי. דאס איז ווען די ריווערב נעמט ממש איבער די זינגערס שטימע סוף פון א פאל, עד כדי כך אז מ'קען אפילו נישט הערן די לעצטע סילעבל פון די סאלא. (למשל חיים לעבאוויטש ביי שלום ביי 4:16).

***

די פערדע ניגון, זמירות שבת, איז זייער שמייכל'דיג , און וואלט מעגליך אפילו געווארן א הארא היט ווען די צווייטע פאל איז ווען אויך לשון קודש'דיגע ווערטער, אבער ס'זייער גוט אז ס'איז א נידון וואס מ'קען זינגען מיט די קינדער. די שטערקסע חלק פון די ניגון איז לדעתי די אינטערלוד (אנגעהויבן ביי 2:34) צוזאמען... א יעדן טאג... אויש!! און די הארמאניעס... די פערקאשן צום סוף... און איך גיי ממש פאר די איידיע פון אריינרוקן די אלטע איי איי איי שבת אין די קינדער'ס בעקאפ וואקעלס. וואט ען איידיע!!

***

די פיפטע ניגון, סלח לנו, איז ווידער א מייסטער שטיקל. שיע'לע מענדעלאוויטש'עס שארפע העברה ביים אות ש ימנית קומט אויך אריין, און מאכט עס זייער תמימות'דיג – וואס איז זייער א וויכטיגע פאקטאר ביי אזא ניגון.און יוסי האט זיך ווייזט אויס זייער שיין אן עצה געגעבן מיט די די ניגון וואס ער האט גע'טענה'עט אז ער ווייסט נישט וויאזוי ער וועט מאכן א ניגון דעראויף... די זאך איז טאקע אז ס'שווער איבערצוזינגען מיט אן עולם סתם אזוי, און יום כיפור גייסטו עס דאך נישט זינגען...

די קודם אבינו און נאכדעם מלכנו שורה איז דאך ממש איין שטיק יוסי'ס השקפה, פאר דער וואס האט שוין אמאל געהערט ווי ער רעדט ווען ער גליטשט זיך אריין אין השקפה מאוד...

***

די זעקסטע ניגון, אין אנחנו, איז זייער א שיינע הארא ניגון, אבער ווידער וועט מן הסתם נישט ווערן אויפגעפיקט וועגן די אידישע ווערטער דערין. אידישע ווערטער זענען א טאלאנט וואס יוסי האט לדעתי נישט. ער איז גוט סתם אזוי אבער הארא ניגונים אידיש איז נישט זיין שטארקקייט. איך ווייס נישט, צו מיר הערט זיך די ניגון זייער ווי א פרי-1-א ברכות פלעי (דערמאן זיך פון די קליפ פון דיין מיידעלע'ס סאלא... יא יא, פון דעם רעד איך...)

די אקוסטיק גיטאר אררענדזשמענטס זענען אייזן. אגב, מיר קוקן אויס ווי די ניגון האט געדארפט צו זיין די ערשטע ניגון אויפן סידי, לויט די אנהייב פון די ניגון וואס האט אזוי פיל קאלירן אינעם אררענדזשמענטס פון אקוסטיק גיטאר סטראמס, פיזיקאטא סטרינגס, סאלא אקוסטיק גיטארס, און איז מאיזה סיבה אווקגעגעבן געוארן פאר הני תפילין.

און איך גיי פאר די גליטש וואס יעקי גרין מאכט ביי האשעעעם ביי 2:59... אייזן!

***

די זיבעטע ניגון, ותשפיע דארף איך קיין סאך נישט מעריך זיין אזוי ווי דער עולם האט שוין ממש ווי אריינגעוואויט די ניגון אלץ אבנארמאל הארציג... ס'האט עפעס אן אמאליגן הימלישן כח. ס'האט עפעס א ווארימקייט וואס מען טרעפט נישט אין געווענליכע ניגונים היינט צוטאגס!...

די אנהייב איז נאך די שטערקסטע פון אלעס, ווי ער קומט אריין מיט א האלבע שטימע... וואוו!! לגבי די וואס טענה'ען אז יואלי גליק קומט אריין צו שטארק, וועל איך זיין אביסל מחולק. יא, ער קומט אריין זייער שטארק, אבער נישט 'צו' שטארק. איך האלט אז עס קומט אזוי. מ'דארף איינער וואס איז גענוג זיכער מיט וואס ער זאגט, מען דארף איינער וואס איז א טראפעלע עלטער, וואס קען האבן עפעס אן השגה אין די ווערטער וואס ער זאגט.

איך מיין אבער אז ביי די שורה 'עלינו או שום אחד' וואלט געדארפט ווערן מער געדרוקט אז די ווארט 'או' איז נישט א פשוטע 'אוי אוי' נאר די ווארט 'או – אדער'.

יוסי'ס געפיהל ווען ער זינגט די אוי אוי חלק איז אויך זייער זייער שטארק, [איך האב גראדע שוין געזעהן אז ס'קומט עפעס מיט הרגש פון די קליפ בערך צוויי יאר צוריק ווי מושי און נמש זיצן אין יוסי'ס הויז און ער זינגט זיי דעם ניגון] און איך ווער ממש משוגה פון די בעקאפ וואקעלס וואס ער מאכט ווען די קינדער זינגען די אוי אוי חלק (אנגעהויבן ביי 6:04), און די קינדערלעך אליין מיט אלע הארמאניע'ס... וואוו!!

איין פיצי הערה, איך וואלט מער אפרישיעיטעד ווען ער טוישט אבעסל די סקעיל, די דריטע נאוט פון די צוויטע חלק פון די אוי אוי חלק למשל ביי 5:15) זאל זיין מיט איין האלבע אראפ. אבער די ניגון איז דאך אזוי שיין (אפילו עס איז ממש קה אכסוף... שששש...) אז איך וויל עס נישט הרג'ענען מיט מיינע שינויים...

***

די אכטע ניגון, ניגון וכלי שיר, (אגב איך האלט אינמיטן א העווי אינוועסטיגעישאן פארוואס אין אי פייל וואס כ'האב דאונלאודעד פון ניגון איז עס גע'נעימד 'ניגון וכלי קודש'... אבער שוין...) איז אויך גאר איינגענעם, אגב די ווערטער שרייען ברסלב, און טאקע דודי קנאפפלער האט איהם געוויזן די ווערטער... אבער ווי לאנג ס'נישט עקסטרעמע ברסלב'ע ברעינוואש (ווי פארקאש'עס 'אני נהר המטהר') בין איך בסדר, ס'איז סך הכל א פראומושאן פאר מוזיק, וואס קען שוין זיין... (קען זיין דא וואלט געווען מער פאסיג אריינצוריקן א 'אידיש נחת' דזשינגל?)

ס'איז אבער זייער א 'ספאנקי' דזשעזז און איך גלייך עס. איך בין געווען זייער עקסייטעד ענדליך צו טרעפן די אאאאאאא נאך די 'על ידי ניגון' ווייל די קליפ ווי מושי ריקארד די דעמא פון די הארמאניס פרא די קינדער, אבער נאר די קליינע חלק, איז ארויסגעקומען גלייך פאר שמואלי'ס סידי איז ארויסגעקומען, און איך בין געווען דיסעפוינטעד עס נישט צו הערן דארט, ממילא בין איך געווארן זייער העפי ווען כ'האב עס דא געהערט, און יא!! הערליך אויסגעקומען!

און וואס איז די שרייעריי ביים צוויטן מאל? ממילא ביי 1:32, פיין. אבער וואס גייט פאר ביי 1:45? וואס איז דא א שרייען קאנטעסט? (אגב, ס'הערט זיך אביסל מושי'ס טאכטער'ל פון קתקבצו קליפ ואכמ"ל)

***

די ניינטע ניגון, שלום, איז מיין פעיוואריט טאפ טאפ. חיים מאכט אן אויסערגעווענליכע דזשאב, ממש ממש! זיין מיטזינגען קאפ-שטימע מיט יוסי ביי 4:04 און זיין דירעקטע קאפ-שטימע ביי 4:14 איז א וואוו פאר זיך! ס'איז דאך אזוי... חיים/מושי...!

אין די קאמפאזיציע חלק גיי איך פאר די צווייטע מאל 'אלא השלום' אינעם אונטערשטן פאל, וואו די תנועה איז די זעלבע נאר די קאורד טוישט זיך. קרעיזי פאר איט! די ברידזש וואס די 'שנאמר' מאכט איז דאך אזוי געטייטשט די ווערטער אז מ'קען נישט גיין בעסער!

גלילי'ס אררענדזשמענטס זענען אויך עקסטער נאט נארמעלי שיין! די הויעכע נאטן פון פיאנא מיט די סטרינגס ביים אינטרא, און ביי 5:10 איז דאך העערליך! די סטאקאטא סטרינגס ביי 2:40 און בכלל די סטרינגס אונטער און איבערזינגען זענען דאך אזוי נשמה'פול!

די קינדער'ס פייפערישע בעקאפ וואקעלס ביי 3:27 זענען אויך נישט פשוט!! אונטערשטע שורה, די ניגון איז זייער זייער שטארק, גוט, שיין, הארציג, איבערזינגבאר, אררענדזשד, תוכן'פול, פעסט געבויעט, און איז מיין היט לגמרי.

***

די צענטע ניגון, תהא השעה, איז אויך זייער גוט, אבער האט מיר נישט אזוי געכאפט... אין קיין עספעקט. גראדע גלייך איך די אררענדזשמענטס פון זושא שניצלער, זייער מימיני מיכאל אריענטירט נאר טויזנט מאל מער פראפעסיאנעל... די אפפביעט אינטערלוד איז אויך א קיוט איידיע. 'ס'פעהלט אונז אלע אווווווווווויס....' איז אויך נאט בעד, איך ווייס אבער נישט פארוואס אפילו איך האב ליב היבש אפאר חלקים, האט עס מיר נישט געכאפט.

***

די עלעפטע ניגון, קול ברמה, די אלדי, גיי איך נישט אריינגיין וועלכע איך האב יא אדער נישט געוואלט זאל ארויפגיין, נאר אויף די ניגון. זייער שיין, און גרינג, די ניגון האט די געפיהל פון אן אלטן מרדכי אדער אברעמל, און איך גלייך די טויש אין די דזשאנרא אינדערמיט, ס'מאכט עס קאלערפול.

גראדע, אויב איין זאך איז אומקלאר אויף די סידי איז עס דעם פארשטיקל. איים סארי, אבער דאס וואלט געדארפט ווערן איבערגעמאכט. פארוואס האט מען נישט געוואטשט אויף קוואלעטי דא? און פארוואס הייבן די קינדער אן אזוי שפעט אריין אין די ניגון? ביז אהין איז עס א דועט פון יוסי מיט דני מענדלאוויטש... ערשט צום סוף קומען די קינדער אריין...

וועגן וואס איינער האט געפרעגט צו ס'איז א נייע סטייל צו מאכן א הקדמה אזויווי אברהם חיים גרין ביי די לעצטיגע קליפ מיט מונה אויף 'לא ברוח ה'', וויל איך פשוט אויפמערקזאם מאכן אז ביידע ניגונים זענען עלטערע ניגונים, און לא ברוח איז שוין אויך פון 2002 און ירחמוח ה'', וויל איך פשוט אויפמערקזאם מאכן אז ביידע ניגונים זענען עלטערע ניגונים, און לא ברוח איז שוין אויך פון 2002 און ירחמאל ביגון האט שוין דאן געמאכט די הקדמה אין ענגליש. און אפילו פאר די וואס קענען נישט די ניגון פון לאנדאן באויז קווייער, איז נאכאלץ קול ברמה ערשט, ווייל חיים לעבאוויטש האט שוין געזינגען די פארשטיקל ביים 'ברכה און נחת' קאנצערט דעם חוה"מ פסח שיין און פרעכטיג!

***

לגבי די דעקל און בוקלעט פון דארט, האלט איך אז די איידיע איז זיכער זייער גוט, און ס'געפעלט מיר זייער די מולטי קאלער גרעידיענט 'טיעם' דורכאוס די אלבום –גענומען פון די אידיש נחת לאגא. און די לעיאוט פון די פעידזשעס, ווי וואו צו לייען די נאמבערס, וויאזוי צו לייגן לי דיריקס, די קרעדיטס, זענען אלע זייער שיין.

דא קומט די אבער... זאכן זענען זייער נישט אין 'פראפארשען' אויף די דעקל ווי די אינגל וואס איז שטייט ביים היכל ווא איז ע"פ חשבון ווייניגסטנס 30 פוס ווייטער פון די אנדערע קינדער, לויט ווי מ'קען חשבונ'ען לויט די פאול וואס די קינדער האלטן, און עס איז דא זעקס שטיק דערפון, און נאכאלץ איז ער די זעלבע סייז ווי די אינגלעך וואס שטייען אין פארנט פונעם בילד.

אפגערעדט ווען מען גייט צו ריפלעקשאנס... שרעקעדיג שלעכט! עד כדע כך אז ס'קוקט אויס ווי געוויסע קינדער מאכן 'טיפי טאויז'... און ווער ס'זוכט שיך קען גיין נעמען די איבערגעדרייטע פאר העכער די אות ל' פון די ווארט 'לבא'... און אויב פעהלט דיר נאר איינס קענסטו עס נעמען פון איין אינטש רעכטס פון די ווארט 'פראדאקשענס'... ממש א חרבן!! אלע ריפלעקשאנס!

גייענדיג צו לעיאוט, געפעלט מיר זייער די פאנטס וואס ער נוצט, סיי אידיש (ProgtextGold פון פאנט ביט) און סיי ענגליש (AkkoRoundedW01) ס'קומט זייער שטארק אריין. אבער למשל ביי טרעקס 4, 8, און 11 וואו די עליינמענט איז רעכטס, אבער די טעקסט לויפט די ענגלישע וועג, וואס צו'מעסט די פינטעלעך, דאס איז שוין סתם בושות!!!

בכלל די בוקלעט... איז... ממש... פול מיט די דריי פינטלעך, אן רחמנות... ס'קוקט ממש אויס ווי אן אייוועלט ארטיקל... העלא!? דאס דארף זיין פראפעסיאנאל!! נישט סתם אבי געשריבן! [און אגב, ווען מ'שרייבט 'יוי' קוקט עס אויס מורא'דיג חוזק און אויסגעפליקט. די בעסערע וועג צו שרייבן איז: 'יאוי'].

די בוקלעט איז זייער א וויכטיגע זאך. קוק למשל אין מאטי אילאוויטש'ס בוקלעט (אגב אויך ביי דארט) איז די ערשטע שכוח פאר וועלוול שמעלצער, ווייל ווער עס האט אמאל געזעהן וויאזוי מאטי ספעלט, ווייסט זייער גוט אז די רייכע אידיש פונעם ביכל איז נישט זיין מעשי ידיו להתפאר... ס'שרייעט וועלווי!...

***

אונטערשטע שורה: מושי האט אונז געשאנקען מיט א מתנה טובה פון אן סידי. די קווייער, פאר דער וואס קען אביסל הארמאני, איז העעערליך! (אפילו ס'געווענליך פשוטע דריטע און פיפטע הארמאניס, איז דאס נאך אסאך מאל די שענסטע, אגב) יעדע ליין, יעדע סאלא, יעדע אונטערגעזינגאכץ, ממש מעסיוו! עמעיזינג!! וואט עי דזשאב!! (מיר ווייסן אלע אז אן מושי וואלט יוסי אינערגעץ נישט אנגעקומען!!)

אויב זוכט איינער א סידי, אויב זוכט איינער א קינדער קווייער סידי, אן אפ-טו-דעיט סידי, א חסיד'ישע סידי, א פראפעסיאנאלע סידי, א היט סידי, א בא'טעמ'טע סידי, א מוזיקאלישע סידי... האט מושי פאר אונז די ענטפער!

אידיש נחת 3!!!

***
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג יוני 26, 2018 12:30 pm

טאקע א גרויסער רעדנער, און אויך גאר א גוטער!

פעשען
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

תגובהדורך פעשען » דינסטאג יולי 03, 2018 4:04 pm

נאכנישט ארויסגעקומען איינע פון די ניגונים אין א ספירה ווערזשען פאר די דריי וואכן?

אוועטאר
א ישיבה בחור
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2017 9:25 am

תגובהדורך א ישיבה בחור » דינסטאג יולי 03, 2018 6:33 pm

פעשען האט געשריבן:נאכנישט ארויסגעקומען איינע פון די ניגונים אין א ספירה ווערזשען פאר די דריי וואכן?

ניין!!
ובחרת החיים! לעב ווי א בחור!!!!

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » דינסטאג יולי 03, 2018 10:30 pm

וואוו רעדנער טענקס פאר די ביוטיפאל רעוויא

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:36 pm

איך וואוט חיים לעבאוויטש ער האט אלע מעלות וואס א יונגעל ברויך,
איינער ווייסט ווען ער האט בר מצוה? ביז ווען ער נעמט נאך אן דזשאבס
איך בין נישט קיין שרייבער, ניין ניין!!!

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » פרייטאג יולי 27, 2018 1:48 am

מקווה איד האט געשריבן:איך וואוט חיים לעבאוויטש ער האט אלע מעלות וואס א יונגעל ברויך,
איינער ווייסט ווען ער האט בר מצוה? ביז ווען ער נעמט נאך אן דזשאבס

ער האט שוין בר מצוה געהאט.
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » פרייטאג יולי 27, 2018 7:43 am

גרויסע רעדנר האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:איך וואוט חיים לעבאוויטש ער האט אלע מעלות וואס א יונגעל ברויך,
איינער ווייסט ווען ער האט בר מצוה? ביז ווען ער נעמט נאך אן דזשאבס

ער האט שוין בר מצוה געהאט.


די וואך דינסטאג
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

תגובהדורך א נעכטיגן טאג » זונטאג יולי 29, 2018 5:21 pm

הערליכע ארבעט, ניגון ותשפוע ביי 450 דאחצעך מיר ער זינגט ושורש למעלה און יוסי'ס וואקעלס נישט צופיל ? , שוין איך האב גארנישט געזאגט .


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מה ידידות און 17 געסט