בלאט 26 פון 62

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:49 am
דורך בית המשתה
ווייסט איינער ווער איז דאס געוועזן חזן לייזערקע וואס האט געשיקט ניגונים צום ערשטן באבובער רב זצ"ל?

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2020 8:51 am
דורך farshlufen
אם איני טועה.

ר' לייזערקע חזן [פערלמוטער] ז"ל פון לאדזש / צאנז, פאטער פון הרבנים הגאונים ר' אברהם צבי ראב"ד ווארשא און ר' משה דיין אין לאדזש.

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: דאנערשטאג יולי 02, 2020 8:55 am
דורך חמרא טבא
לפי זכרוני האט דער לייזערקע געוואונט אין קראקא

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: דינסטאג יולי 07, 2020 9:26 pm
דורך סטאוו יא פיטא
מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן:דא האסטו - ניגון הראשונה של הקדושת ציון - באבוב (נאר מוזיק)

האט מען למעשה מברר געווען אויף זיכער אז דאס איז פונעם קדושת ציון, און פון ווי קומט דאס קיין ברסלב?
דא האט מען געשמועסט דערפון אבער נישטא קיין מסקנות

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:10) נאך א לכה דודי (ווער ס'האט עס פון חיליק זאל ביטע מהנה זיין)

יאפין האט געשריבן:
יאפין האט געשריבן:
יאפין האט געשריבן:
בית המשתה האט געשריבן:
יאפין האט געשריבן:אינטערעסאנט אז אין פשעווארסק זינגט ביי שלש סעודות א ניגון אויף שיר למעלות אשא עיני אל ההרים וואס איז גאנץ ענליך צו דעם ניגון, כ׳מיין ס׳איז מיוחס צו מעזריטש.
https://flat.io/score/5ee6b86abea5ca47c ... ead62fdf20

אויף דער לכה דודי שטייט א דבר נפלא אויף די דיסק דעם רעבינס טיש, אז ווען הגאון ר' מאיר שפירא זצ"ל האט געהערט דעם ניגון אויף לכה דודי פון החזן ר' שלמה יהודה הופמאן ז"ל אין לובלין, האט ער זיך צושריגן פון גרויס התרגשות "גיוואלד! די ליקוטי מוהר"ן אליין דאוונט".

אינטערסאנט איז אבער אז אין באבוב זינגט מען עס טאקע שנעלער אזוי ווי די וועג פון פשעווארסק, און דארט הייסט עס אז דער קדושת ציון זי"ע הי"ד האט דאס מחבר געווען (ס'דא אויף שירי ציון)


כ׳האב גערעדט צו ידידי הידען הנפלא הרב דוד מאיר רוס הי"ו און ער האט מיר אויך געזאגט אז באבוב קלעימט דעם ניגון. (הגם ער איז נישט זיכער אויף הונדערט פראצענט און דעם, און ער האלט נאך אינמיטען מברר זיין).


איך האב געהערט בשם הרה"ח ר' משה דוד שטראם און ר' שלמה ברוך ריגלער אז זיי האבן מייחס געווען דעם ניגון צום קדושת ציון זי"ע הי"ד.

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:ס'איז דאך דער ניגון, ווייסט איינער פון ווי ס'קומט קיין פשעווארסק?

דא ניגון 1 שפילט איהם חיליק..


ווייסט איינער פון ווי ס'קומט קיין ברעסלעוו?

ולסיום הענין...
viewtopic.php?p=1591202#p1591202


ס'איז גאנץ קלאר אז דאס האט מען שוין געזינגען אין ברסלב נאך פארן קריג, ווי מען דערמאנט דא פון הגרמ"ש, די שאלה איז צי ס'איז טאקע נאר געווען באקאנט ביי די ברסלבער חסידים פון פולין אדער אויך אין אוקריינא (אויף אנעווסקי ארכיוון האב איך עס דערווייל נישט געטראפן)

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2020 10:45 am
דורך פייוויש בראדער
דעם ניגון זינגט מען אויך אין סלאנים, דאכט זיך אויף מעוז צור. לכאורה איז דאס אויך א הוכחה שאין זה מהקדושת ציון.

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2020 11:31 am
דורך זעירא
יאך האב קיינמאל נישט געהערט דעם ניגון אלץ קדו"צ'ס א ניגון, אין איך קען באבוב'ע ניגונים...

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2020 5:08 pm
דורך יאפין
פייוויש בראדער האט געשריבן:דעם ניגון זינגט מען אויך אין סלאנים, דאכט זיך אויף מעוז צור. לכאורה איז דאס אויך א הוכחה שאין זה מהקדושת ציון.

וואס איז די הוכחה? (אויב אין באבוב זינגט מען כי הרבת ווערט עס אויס סלאנימער ניגון?)

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: מיטוואך יולי 08, 2020 7:08 pm
דורך פייוויש בראדער
פארשטייט זיך אז די הוכחה איז געבויט אויף די הנחה אז באבוב'ער ניגונים האבן נישט דערגרייכט קיין באראנאוויטש פארן מלחמה.

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 7:26 pm
דורך הרב שעפטיל שליט''א
קען איינער ביטע ארויפשטעלן די פולע טעקסט פון די באבובע ניגון "חדש תחדש שירים עריבים"?
אויב איינער האט אויך די ניגון מיט די מוזיק, זאל ביטע אויך מזכה זיין

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 7:44 pm
דורך גבר ישראל
תחדש שירים ערבים
בפה משכימים ומעריבים

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 4:52 am
דורך זעירא
גבר ישראל האט געשריבן:תחדש שירים ערבים
בפה משכימים ומעריבים

'זולת' לשחרית יום ב' דסוכות.

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 6:50 am
דורך איטשע
יאפין האט געשריבן:
פייוויש בראדער האט געשריבן:דעם ניגון זינגט מען אויך אין סלאנים, דאכט זיך אויף מעוז צור. לכאורה איז דאס אויך א הוכחה שאין זה מהקדושת ציון.

וואס איז די הוכחה? (אויב אין באבוב זינגט מען כי הרבת ווערט עס אויס סלאנימער ניגון?)

ס׳איז א מאנדלבוים נגון

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 2:27 pm
דורך איטשע
איטשע האט געשריבן:
יאפין האט געשריבן:
פייוויש בראדער האט געשריבן:דעם ניגון זינגט מען אויך אין סלאנים, דאכט זיך אויף מעוז צור. לכאורה איז דאס אויך א הוכחה שאין זה מהקדושת ציון.

וואס איז די הוכחה? (אויב אין באבוב זינגט מען כי הרבת ווערט עס אויס סלאנימער ניגון?)

ס׳איז א מאנדלבוים נגון

כ׳צי צוריק, כ׳האב פארשטאנען אז דער שמועס איז איבער אן אנדערן ניגון.
למיטב ידיעתי איז עס פונ׳ם קדושת ציון

איי מע זינגט עס אין בראצלוב, דאס איז נישט קיין שום ריעותא, אפצופרעגן, די פראגע איז ליבערשט ווי אזוי ס׳איז אנגעקומען קיין בראצלב.

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 12:39 am
דורך סטאוו יא פיטא
איטשע האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
יאפין האט געשריבן:
פייוויש בראדער האט געשריבן:דעם ניגון זינגט מען אויך אין סלאנים, דאכט זיך אויף מעוז צור. לכאורה איז דאס אויך א הוכחה שאין זה מהקדושת ציון.

וואס איז די הוכחה? (אויב אין באבוב זינגט מען כי הרבת ווערט עס אויס סלאנימער ניגון?)

ס׳איז א מאנדלבוים נגון

כ׳צי צוריק, כ׳האב פארשטאנען אז דער שמועס איז איבער אן אנדערן ניגון.
למיטב ידיעתי איז עס פונ׳ם קדושת ציון

איי מע זינגט עס אין ברסלב, דאס איז נישט קיין שום ריעותא, אפצופרעגן, די פראגע איז ליבערשט ווי אזוי ס׳איז אנגעקומען קיין ברסלב.

דער ניגון האבן שוין הייליגע ברסלבער חסידים געזינגען אין אוקריינע איבער 100 יאר צוריק. שווער צי זאגן ס'איז דעם קדושת ציון זצוק"ל'ס ניגון.

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 12:47 am
דורך חמרא טבא
סטאוו וואלסט געקענט איבערלייגן דעם ניגון פון וואס די רעדע איז? דראפבאקס ביטע אויב שייך

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 12:58 am
דורך סטאוו יא פיטא
חמרא טבא האט געשריבן:סטאוו וואלסט געקענט איבערלייגן דעם ניגון פון וואס די רעדע איז? דראפבאקס ביטע אויב שייך

מיש ארויף דעם בלאט, איין תגובה פאר @פייוויש בראדער'ס תגובה האט מען מלקט געווען עטליכע לינקס צי דעם ניגון

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 1:07 am
דורך חמרא טבא
אויב פארשטיי איך גוט רעדט מען פון דעם לכה דודי וואס דו האסט געשטעלט וא״כ בלייבט מיר נישט איבער מער ווי צושטימען צו הרב זעירא
זעירא האט געשריבן:יאך האב קיינמאל נישט געהערט דעם ניגון אלץ קדו"צ'ס א ניגון, אין איך קען באבוב'ע ניגונים...

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:43 am
דורך איטשע

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 9:20 am
דורך אייגנארטיג
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
יאפין האט געשריבן:
פייוויש בראדער האט געשריבן:דעם ניגון זינגט מען אויך אין סלאנים, דאכט זיך אויף מעוז צור. לכאורה איז דאס אויך א הוכחה שאין זה מהקדושת ציון.

וואס איז די הוכחה? (אויב אין באבוב זינגט מען כי הרבת ווערט עס אויס סלאנימער ניגון?)

ס׳איז א מאנדלבוים נגון

כ׳צי צוריק, כ׳האב פארשטאנען אז דער שמועס איז איבער אן אנדערן ניגון.
למיטב ידיעתי איז עס פונ׳ם קדושת ציון

איי מע זינגט עס אין ברסלב, דאס איז נישט קיין שום ריעותא, אפצופרעגן, די פראגע איז ליבערשט ווי אזוי ס׳איז אנגעקומען קיין ברסלב.

דער ניגון האבן שוין הייליגע ברסלבער חסידים געזינגען אין אוקריינע איבער 100 יאר צוריק. שווער צי זאגן ס'איז ר' בנציון'ס ניגון.


כ"ק אדמו"ר מבאבוב מהרב"צ שליט"א האט געשמיעסט פון דעם ניגון ביים טיש אז דער קדושת ציון האט געמאכט דעם ניגון יונגערהייט אויפן בקשה פון זיין טאטען כ"ק אדמו"ר מהר"ש זצ"ל, דער ערשטער באבוב'ער רב האט זיך געפירט צו האבן א נייעם ניגון יעדן יום טוב אויף שמחת יום טוב, איין יום טוב איז דער שליח וועלכער האט געזאלט ברענגן א ניגון פון ר' ליזר'קע פון קראקע נישט אנגעקומען, האט דער רב געזאגט צו זיין זוהן "בן ציון, ביסט דאך א בעל מנגן, מאך א ניגון אויף יום טוב" און דער קדושת ציון האט דאן מחבר געוועהן דעם ניגון. (לפי חשבון הזה איז דער ניגון בערך 130-140 יאר אלט)

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 9:37 am
דורך סטאוו יא פיטא
הואהא ייש"כ! ווען איז דאס געווען ממש די וואך? און האט ער עס נאכגעזאגט בשם זיין טאטן זצ"ל?

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 1:09 pm
דורך בית המשתה
אייגנארטיג האט געשריבן:
כ"ק אדמו"ר מבאבוב מהרב"צ שליט"א האט געשמיעסט פון דעם ניגון ביים טיש אז דער קדושת ציון האט געמאכט דעם ניגון יונגערהייט אויפן בקשה פון זיין טאטען כ"ק אדמו"ר מהר"ש זצ"ל, דער ערשטער באבוב'ער רב האט זיך געפירט צו האבן א נייעם ניגון יעדן יום טוב אויף שמחת יום טוב, איין יום טוב איז דער שליח וועלכער האט געזאלט ברענגן א ניגון פון ר' ליזר'קע פון קראקע נישט אנגעקומען, האט דער רב געזאגט צו זיין זוהן "בן ציון, ביסט דאך א בעל מנגן, מאך א ניגון אויף יום טוב" און דער קדושת ציון האט דאן מחבר געוועהן דעם ניגון. (לפי חשבון הזה איז דער ניגון בערך 130-140 יאר אלט)

גערעכט. דאס מיינט נאך זייענדיג א יונג בחור'ל, ערגעץ אין די תר"מ יאר'ן.

די מעשה איז געדרוקט אין פרי הכרם

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 1:21 pm
דורך איטשע
פילייכט נאך גאר אלס יונגל, ווייל ווי באקאנט האט ער געמאכט ביי זיין בר מצוה א ניגון אויף איינע פון די שיר המעלות (נישט אשא עיני).

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 2:14 pm
דורך אייגנארטיג
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:הואהא ייש"כ! ווען איז דאס געווען ממש די וואך? און האט ער עס נאכגעזאגט בשם זיין טאטן זצ"ל?

ניין דאס האט ער געזאגט בערך פופצין יאר צוריק, און אויך מתקן געוועהן א קליינעם קנייטש אנהייב פון'ם ניגון (נשתבש שוב במשך הימים)

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 2:20 pm
דורך אייגנארטיג
איטשע האט געשריבן:פילייכט נאך גאר אלס יונגל, ווייל ווי באקאנט האט ער געמאכט ביי זיין בר מצוה א ניגון אויף איינע פון די שיר המעלות (נישט אשא עיני).

כמדומה לי האט ער אויף די בר מצוה געזינגן אין בעלזא שיר המעלות און דער בעלזא'ער רב האט אריינגעריפען די רעבעצין זאל אויך נהנה זיין.

כ'בין אבער שטארק מסופק צו דאס איז געוועהן אן אייגענע ניגון איך מיין ער האט בלויז געזינגען שיר המעלות.

Re: אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 2:21 pm
דורך איטשע
בין איך אייך פשוט דעם ספק, ס׳איז געווען א נייע קאמפאזיציע.
מען דארף נאכקוקן וועלכע יאר לייזרעקע איז אוועק.