אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5910
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג מארטש 12, 2018 12:59 am

כאפ טויבען האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:1. איינס א שטייטער פונ׳ם קדושת ציון, וואס מען זינגט ביי שלש סעודות.
2. א אזא טאנת ניגון, פונ׳ם רב ז״ל, אויך נישט אויף די גאנצע, בלויז ביז ארור המן, געזינגען במשך פורים.

די שנעלערע שושנת יעקב וואס איר רופט א טאנץ ניגון איז נישט פונם רב ז"ל. דאכציך ס'איז פון הגה"ח ר' עזריאל מאנדעלבוים ז"ל

ניין די רב ז"ל האט געמאכט א טאנץ ניגון אויף שושנת יעקב חוץ מזה איז דא די ניגון וואס די גאנצע וועלט זינגט וואס דאס האט פארפאסט הגה"ח רבי עזריאל מאנדלבוים זצ"ל הי"ד
דביה תחדי נפשא

כאפ טויבען
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 4:53 pm

תגובהדורך כאפ טויבען » מאנטאג מארטש 12, 2018 11:39 am

חמרא טבא האט געשריבן:
כאפ טויבען האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:1. איינס א שטייטער פונ׳ם קדושת ציון, וואס מען זינגט ביי שלש סעודות.
2. א אזא טאנת ניגון, פונ׳ם רב ז״ל, אויך נישט אויף די גאנצע, בלויז ביז ארור המן, געזינגען במשך פורים.

די שנעלערע שושנת יעקב וואס איר רופט א טאנץ ניגון איז נישט פונם רב ז"ל. דאכציך ס'איז פון הגה"ח ר' עזריאל מאנדעלבוים ז"ל

ניין די רב ז"ל האט געמאכט א טאנץ ניגון אויף שושנת יעקב חוץ מזה איז דא די ניגון וואס די גאנצע וועלט זינגט וואס דאס האט פארפאסט הגה"ח רבי עזריאל מאנדלבוים זצ"ל הי"ד

אויב מעגליך ביטע שטעלט ארויף דעם טאנץ ניגון וואס די זאגסט אז די רב ז"ל האט געמאכט אויף שושנת יעקב.

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מאנטאג מארטש 12, 2018 12:02 pm


כאפ טויבען
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 4:53 pm

תגובהדורך כאפ טויבען » מאנטאג מארטש 12, 2018 1:35 pm

דוד משה האט געשריבן:לכאורה דאס
https://www.dropbox.com/s/6sk2v8xepjjks ... v.mp3?dl=0

יא יא. גערעכט. א שיינעם דאנק

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » מאנטאג מארטש 12, 2018 3:32 pm

חסדי אבות האט געשריבן:איך זוך דער באבוב'ער "אדיר הוא". בעסער פון א טיש, ווי אזוי דער רב זצ"ל הויבט אן יעדע שטיקל. זייער א געשמאקע תנועה.

קען איינער ארויפשטעלן?

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג מאי 01, 2018 2:07 pm

ווער האט מחבר געווען דעם ניגון און ווען זינגט מען דאס ?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך מאי 02, 2018 9:27 am

ר׳ חיים דוד׳ס נגון.
דאס א שיינער ניגון אויף קדיש שלם. אדער אויף לכה דודי און הקל הפותח ווען מען יאגט זיך.

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » זונטאג אוקטובער 07, 2018 6:13 pm

1) וועלכע ניגון זינגט מען די ערשטע טעג סוכות אויף אאמיר אותך סלה און אנא הושיעה נא ?

2)
איטשע האט געשריבן:האדרת והאמונה, און אזוי אויך האזורים באהבה, איז פונעם קדושת ציון.

אויף עת רקוד 3 שטייט "a treasured nigun of the ropshitz - dzikover dynasty"

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

תגובהדורך חיי אריכי » זונטאג אוקטובער 07, 2018 9:18 pm

דוד משה האט געשריבן:1) וועלכע ניגון זינגט מען די ערשטע טעג סוכות אויף אאמיר אותך סלה און אנא הושיעה נא ?

2)
איטשע האט געשריבן:האדרת והאמונה, און אזוי אויך האזורים באהבה, איז פונעם קדושת ציון.

אויף עת רקוד 3 שטייט "a treasured nigun of the ropshitz - dzikover dynasty"


אאמיר איז פון צאנז
אנא ד׳ (איך פארשטיי דו מיינסט ביי די הקפות) איז פון ראפשיצער רב, דאס גייט מיט א מעשה, מיט א בדחן
די גלאגובע לייט, מ׳האט דאס שוין דא כמה פעמים אויסגעשמועסט.
האזורים באהב איז נישט פונעם קדושת ציון, דאס איז א דזיקובער ניגון.

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » זונטאג אוקטובער 07, 2018 11:06 pm

חיי אריכי האט געשריבן:אאמיר איז פון צאנז

איך מיין צו פרעגן וועלכע ניגון מען זינגט.
חיי אריכי האט געשריבן:אנא ד׳ (איך פארשטיי דו מיינסט ביי די הקפות) איז פון ראפשיצער רב, דאס גייט מיט א מעשה, מיט א בדחן
די גלאגובע לייט, מ׳האט דאס שוין דא כמה פעמים אויסגעשמועסט.

ניין, איך רעד פון אנא הושיעה נא וואס מען זינגט די ערשטע טעג, עס איז א חלק פון די יוצרות פאר שמו"ע אזויווי אאמיר אותך.

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

תגובהדורך חיי אריכי » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 12:10 am

דוד משה האט געשריבן:
חיי אריכי האט געשריבן:אאמיר איז פון צאנז

איך מיין צו פרעגן וועלכע ניגון מען זינגט.


איך קען דאך נישט אריינזינגען
נאר אזויפיל קען איך דיר זאגן אז דאס איז דער זעלבער ניגון ווי ״אומר שירה״ (די שטיקלעך חרדים וואס מ׳זיגנט שמחת תורה אויף דערנאכט)

אנא ד׳ (דער פיוט) זינגט מען דעם זעלבע ניגון
לעצט פאראכטן דורך חיי אריכי אום מאנטאג אוקטובער 08, 2018 11:11 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

תגובהדורך מַחְכִּימַת פֶּתִי » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 10:54 am

חיי אריכי האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:
חיי אריכי האט געשריבן:אאמיר איז פון צאנז

איך מיין צו פרעגן וועלכע ניגון מען זינגט.


איך קען דאך נישט אריינזינגען
נאר אזויפיל קען איך דיר זאגן אז דאס איז דער זעלבער ניגון ווי ״אומר שירה״ (די שטיקלעך חרדים וואס מ׳זיגנט שמחת תורה אויף דערנאכט)

אאמיר

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 11:02 am

וועלכע ניגון זינגט מען הושענא רבה ביים לעצטען פזמון פאר'ן קלאפען דער הושענות, וואס דער רב דרייעט זיך ארום אין דער עולם זינגט נאך
אין קען אפשר איינע ביטע ארויף שטעלען דא דער ניגון

אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

תגובהדורך מַחְכִּימַת פֶּתִי » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 12:10 pm

יערסלוב האט געשריבן:וועלכע ניגון זינגט מען הושענא רבה ביים לעצטען פזמון פאר'ן קלאפען דער הושענות, וואס דער רב דרייעט זיך ארום אין דער עולם זינגט נאך
אין קען אפשר איינע ביטע ארויף שטעלען דא דער ניגון

כ'מיין ס'איז א דזיקוב/ראפשיצע ניגון
אומץ ישעך/שערי ארמון
די תנועה/ניגון האט א הויכע פאל וואס מען האט לעצטענס צוריק אנגעהובין צו זינגן - הויכע פאל

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

תגובהדורך חיי אריכי » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 12:18 pm

מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן:
יערסלוב האט געשריבן:וועלכע ניגון זינגט מען הושענא רבה ביים לעצטען פזמון פאר'ן קלאפען דער הושענות, וואס דער רב דרייעט זיך ארום אין דער עולם זינגט נאך
אין קען אפשר איינע ביטע ארויף שטעלען דא דער ניגון

כ'מיין ס'איז א דזיקוב/ראפשיצע ניגון
אומץ ישעך/שערי ארמון
די תנועה/ניגון האט א הויכע פאל וואס מען האט לעצטענס צוריק אנגעהובין צו זינגן - הויכע פאל


ס׳איז א צאנזער ניגון

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 4:12 pm

וועלכע פיוטים זינגט מען די צווייטע נאכט יו"ט ביי שמחת בית השואבה ?

זינגט מען שמחת תורה די פיוט אָז בִּקְשׁוֹב עָנָיו פון פאר עזרת אבותינו, אויב יא אויף וועלכע ניגון ?

אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

תגובהדורך מַחְכִּימַת פֶּתִי » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 6:05 pm

דוד משה האט געשריבן:וועלכע פיוטים זינגט מען די צווייטע נאכט יו"ט ביי שמחת בית השואבה ?

זינגט מען שמחת תורה די פיוט אָז בִּקְשׁוֹב עָנָיו פון פאר עזרת אבותינו, אויב יא אויף וועלכע ניגון ?

די צווייטע נאכט יו"ט זינגט מען קודם "אאמיר אותך סלה" די זעלבער ווי ערשטער נאכט.
דערנאך זינגט מען די פיוטים: "האדיר", "התכן", "האמן" און "האדרת והאמונה", און אויף די אלע זינגט מען א לעבעדיג ניגון פונעם קדושת ציון - האדרת
[מיט דעם ניגון זינגט מען אויך הושענא רבה בייטאג ביים טיש אויף די פיוט "האזורים באהב"]

אָז בִּקְשׁוֹב עָנָיו - זינגט מען נישט אין באבוב.

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

תגובהדורך חיי אריכי » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 6:24 pm

מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן:דערנאך זינגט מען די פיוטים: "האדיר", "התכן", "האמן" און "האדרת והאמונה", און אויף די אלע זינגט מען א לעבעדיג ניגון פונעם קדושת ציון -
[מיט דעם ניגון זינגט מען אויך הושענא רבה בייטאג ביים טיש אויף די פיוט "האזורים באהב"]


איך האב עס שוין אפאר מאל געשריבן,
איך העל עס נאך איין מאל איבערזאגן
דער ניגון איז געוועהן אויפן כדור הארץ אסאך פארן קדו״צ, דאס איז א דזיקוב׳ער ניגון

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 6:33 pm

כבוד הרב 'מחכימת' מאין לך זאת אז דער ניגון קומט פונעם קדושת ציון?
מיר דאכט זיך אז דער ניגון איז א אלטע באקאנטע ניגון בחצרות ראפשיץ-צאנז, ואולי נקרא ע"ש של הקדושת ציון דורך אומוויסנדע אידן וועלכע האבן גרינגערהייט געמישט פון איינס צום צווייטן כידוע.
--
זעה איך אז רב 'חיי אריכי' טענה'ט אויך אזוי

אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

תגובהדורך מַחְכִּימַת פֶּתִי » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 6:50 pm

ר' איטשע שרייבט אזוי אויבן, אבער לכאורה זענט עטס גערעכט

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 11:38 pm

מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן:אָז בִּקְשׁוֹב עָנָיו - זינגט מען נישט אין באבוב.

דעם פיוט פונעם צווייטן טאג יו"ט אָנָּא תֶּרֶב עֲלִיצוּתֶךָ זינגט מען יא ? (איך פרעג ווייל דעם פיוט פונעם ערשטן טאג אָנָּא הוֹשִׁיעָה נָּא דוכט זיך אז מען זינגט).

איטשע
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 6:55 am

מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן:ר' איטשע שרייבט אזוי אויבן, אבער לכאורה זענט עטס גערעכט

כנראה טעיתי, ס׳איז טאקע נישט פונ׳ם קדושת ציון.

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 8:07 am

מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן:
יערסלוב האט געשריבן:וועלכע ניגון זינגט מען הושענא רבה ביים לעצטען פזמון פאר'ן קלאפען דער הושענות, וואס דער רב דרייעט זיך ארום אין דער עולם זינגט נאך
אין קען אפשר איינע ביטע ארויף שטעלען דא דער ניגון

כ'מיין ס'איז א דזיקוב/ראפשיצע ניגון
אומץ ישעך/שערי ארמון
די תנועה/ניגון האט א הויכע פאל וואס מען האט לעצטענס צוריק אנגעהובין צו זינגן - הויכע פאל


יישר כוח

אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

תגובהדורך מַחְכִּימַת פֶּתִי » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 12:16 pm

דוד משה האט געשריבן:
מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן:אָז בִּקְשׁוֹב עָנָיו - זינגט מען נישט אין באבוב.

דעם פיוט פונעם צווייטן טאג יו"ט אָנָּא תֶּרֶב עֲלִיצוּתֶךָ זינגט מען יא ? (איך פרעג ווייל דעם פיוט פונעם ערשטן טאג אָנָּא הוֹשִׁיעָה נָּא דוכט זיך אז מען זינגט).

אָנָּא הוֹשִׁיעָה נָּא זינגט מען דעם ערשטן טאג סוכות
אָנָּא תֶּרֶב זינגט מען דעם צווייטן טאג סוכות

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:28 pm

א) אין באבוב דוכנ׳ט מען הושענא רבה?
ב) וואס איז דער מקור/טעם אז חוה״מ פסח זאגט מען די עקדה ביי קרבנות אין חוה״מ סוכות נישט?
(אזוי שטייט אין די צלותי׳ דשלמה סידור)


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שמייכל תמיד און 11 געסט