אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

היצט רעדט איר צום זאך...
א דאנק.

איז אזוי,
ביידע פון קדושת ציון זענען - ווי ביי א גרויס טייל וועלט - וואלץ סטייל.
געפעלט מיר סיי דאס גופא, און זיין דער מהלך כלומר דער mode.
ווער בינעך חצוף זאל מיר געפעלן? אה הא, יעך העיער, אבער וואס זאל איך טוען, ס'געפעלט מיר...

געפעלט מיר אויך ר' יאסעלע ז"ל אויף דער עלטער (כ'האב פון אים כמה וכמה זאכן אויף דער עלטער) ווי ער קאנטראלט פיין.
געפעלט מיר אויך ר' שאול ז"ל מיט זיין חן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מחכימת, יש"כ.

דערמאן איך זיך פון "אה רעביש".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

דורכאויס יו"ט האט זיך מיר אנגעזאמלט עטליכע שאלות, כנהוג האב איך רוב דערפון פארגעסן אבער עפעס געדענק איך נאך.

וויפיל ניגונים איז דא אויף קה קלי און וועלכע זינגט מען ביים דאווענען ?

וואס זינגט מען אויף גשם ? אפשר די תנועה פון טלית לייגן ?
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אויף קה קלי איז דא צוויי, די באקאנטער באבובער קה קלי.
דערנאך איז דא א שנעלערע ניגון, וואס דער קדושת ציון פלעגט [הייסן] זינגען ווען מען האט זיך געיאגט.

דער טלית לייגן נגון, איז דער תנועה פון גשם.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

פון אהרן מילער איז אויך דא א שיינעם קה קלי.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ס׳איז נישט זיינס, ער זינגט עס.
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

איך האב דא 5 ניגונים אויף קה קלי, וועלכע הייסט די שנעלע ? און ווער איז די מחבר פון די איבריגע ?
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

1. איז א פארצייטישע קה קלי, וואס ווערט עזונגען דורך אהרן מילער׳ס אייניקל. ר׳ אהרן אליינס זינדט עס אויף זיין אלבום אויך.
2. איז ר׳ אהרנ׳ס אייגענע קאמפאזיציע
3. איז דער באקאנטער קה קלי פונ׳ם קדושת ציון
4. איז די שנעלער קה קלי פונ׳ם קדושת ציון
5. איז נישט קיין קה קלי, נאר א ניגון אויף אנעים זמירות
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

איך זוך א ליסטע פון די ניגונים וואס ר' יאסעלע מאנדלבוים און ר' חיים דוד בלום האבן געמאכט, איז פארהאן אזא זאך ?
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

וועלוול פון ק"מ (נישט פון די קלאדינג) דערציילט א מעשה פונעם קדושת ציון אז ער איז געווען אויף שבת ביים שינאווער רב זי"ע און ער האט געזונגען דעם ניגון אויף לא תבושי און דער עולם איז געווען אין די לופטן אזש דער שינאווער רב האט זיך געדארפט צוריקהאלטן פון פאטשן מיט די הענט, נאכן דאווענען האט אים דער שינאווער רב געפרעגט וועמענ'ס ניגון דאס איז, האט ער געענטפערט: דעם ניגון האב איך געמאכט לכבוד'ן פעטער.
איז די מעשה קראנט ?
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

די מעשה איז קראנט אבער דעי ניגון איז נישט פונעם קדוש"צ סיז א דזיקובער ניגון
דביה תחדי נפשא
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

אז ס'איז נישט זיין ניגון שטימט דאך נישט די מעשה
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

די מעשה קען זיין אמת אבער מיט אן אנדערע ניגון! (נו ווי זענען די קענערס אין ניגוני באבוב?)
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

קלאר נישט קיין באבובער ניגון, כ׳האב אלעמאל געוואוסט אז דאס שטאמט פון צאנז, כמוז אבער נישט אלעמאל זיין גערעכט.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

איטשע האט געשריבן:קלאר נישט קיין באבובער ניגון, כ׳האב אלעמאל געוואוסט אז דאס שטאמט פון צאנז, כמוז אבער נישט אלעמאל זיין גערעכט.

נישט קיין סתירה אין צאנז האט מען געקענט זינגען א ראפשיצער/דזיקובער ניגון
דביה תחדי נפשא
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ריכטיג.
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

אלזא, ווייסט מען וועלכע ניגון ער האט יעמאלט געזונגען ?
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

וואס זינגט מען אין באבוב אויף "אליהו הנביא"ס מוצש"ק?
עפעס א ניגון וואס איז צוזאמגעשטעלט פון עטליכע ניגונים, ווער ווייסט מער פרטים?
וואסארע ניגונים? ווער האט עס צוזאמגעשטעלט?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אליהו הנביא און איש אשר קינא, זינגט מיט א ליזענסקער תנועה, געפונט זיך אויף דער אלבום איש חסיד.
איש דורות, דער קאלובער תנועה אויף וואלד וואלד.
איש זעף, שבת׳דיגע שלום עליכם.
איש יצא, רימאנוב׳ער תנועה, אויך געזונכען אויף שמו מפארים אין די דריי וואכן.
איש מוסריו, תנועה פון אתקינו סעודתא מלוה מלכה, אויך געזונגען אויף נדיבי עמים (המשך פון שמו מפארים), אין די דריי וואכן.
איש עתיד, תנועה פון אמונים אשר נאספו, פון ראפשיץ דזיקובער חדר.
איש קרא, דינובער תנועה, אויך געזונגען אויף יום שבתון.
איש תשבי, בארדיטשובער תנועה, אום אני חומה.
די רעשט וועך איך לאזן פאר א צווייטער.
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

״תצילנו״ זינגט מען א ניגון פון רבי׳ן ר׳ אלימלך, וואס געפונט זיך אויך אויפן אלבום ׳איש חסיד׳ (דארט איז עס אויף חי׳ ד׳) אין באבוב זינגט מען עס זעהר שנעל (פארשטייט זיך ווערט אויסגעלאזט אפאר תנועות) און נאר דער ערשטער פאל.
דער באבוב׳ער רב ז״ל פלעגט דערציילן אז געציילטע מאל האט דאס דער קדו״צ געזינגען אויף ״מעין עולם הבא״ און אנהייב טיש האט ער שוין געוויסט אז די טאטע גייט עס זינגען, ווייל מ׳האט געזעהן אז ער איז בדיחה דעתיה.

אין סטיטשין זינגט מען דאס אויף אליהו הנביא ביז תצילנו,
און שבת חנוכה זינגט מען דאס אויף ״מעין עולם הבא״

״אשרי מי שראה״ זינגט מען א פארצייטישער ניגון וואס מ׳האט געזינגען אין צאנז.
לעצט פארראכטן דורך חיי אריכי אום מיטוואך יאנואר 10, 2018 10:56 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

א מין קוגל דאס!!
ווער האט עס אזוי צוזאמגעשטעלט, דער מהר"ש זצ"ל?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

יידישע קהילות האט געשריבן:א מין קוגל דאס!!
ווער האט עס אזוי צוזאמגעשטעלט, דער מהר"ש זצ"ל?


ביטע מיש נישט אריין ליובאוויטש, אין א באבובער אשכול.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

איטשע האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:א מין קוגל דאס!!
ווער האט עס אזוי צוזאמגעשטעלט, דער מהר"ש זצ"ל?


ביטע מיש נישט אריין ליובאוויטש, אין א באבובער אשכול.


מ'מיז נישט אריינמישן פאליטיק אין א נארמאלע שמיעס
און אויב די ווייסט טאקע נישט ווער ער האט געמיינט קען איך דיר זאגן אז ער האט געמיינט הרה"ק רבי שלמה הלבערשטאם א זון פון די קדושת ציון זי"ע טאטע פון הרה"ק מהרנ"ץ מבאבוב זי"ע ולהבלח"ט אדמו"ר מבאבוב שליט"א
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אה איך האב געמיינט די כונה איז אז אין ליבאוויטש האט מען געגעסן קוגל
דביה תחדי נפשא
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אזויווי מען מוז זיך רעכענען די מיט חסידי סאטמאר בנוגע ווי אזוי מען שרייבט ענינים בנוגע ארץ ישראל, מען דארף זיין סעניסטיוו צו זייערע געפילן.
מעג מען דא אין א באבובער אשכל, זיין סעניסטיוו צו חסידי באבוב, און זיך נישט באנוצען מיט טיטל׳ן, וואס מאכן באבובער חסידים זיך פילן אומבאקוועם.
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”