אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

rabshi
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 02, 2008 4:27 pm

תגובהדורך rabshi » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 3:57 am

בעאבאכטער האט געשריבן:
rabshi האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:מיר האבן אלע 7 אין באזיץ (ריכטיגער 8, פלאס די 3'טע פון...)


    1. וואס מיינט דאס "די 3'טע פון..."? פון וועמען?
    2. דאס איז דאך אסאך איידעלער, אידיש און חסידיש. דערפאר האב איך עס געוואלט הערן, ווייל ס'האט זיך מיר נישט געגלייבט אז דער הייליגער באבובער האט געמאכט אזא ווילדע ניגון אזוי ווי זאנוויל זינגט עס.
    3. איז דא די אריגינעלע ממש פון עלטערע דיסקס/טעיפס?

ובכן, האט איר דא ווי אידן זינגען דעם ניגון.
נאט אייך אויך פון Time to dance #3 טרעק 7.
נישט זיך דערשרעקן פון דעם אנפאנג, איך האב פשוט 'חרוב געמאכט' און אראפגעשניטן רוב פון די אינטרא, ס'זאל נישט זיין קיין הלכה פראגע.


---
די ערעידזשמעינט, דארט ווי זאנוויל מיט אהרעלע זינגען עס, איז זייער ווילד און גוי'איש, די הארמעניס פון די קווייער איז גראב און פראסט. איך פארשטיי נישט ווי נעמט מען א ניגון פון א צדיק און מען טוט דערמיט אזוי.

אקעי, ווייסט איר וואס? (היינט, א וועלט וואס 'חסד' מידות' 'פאזעטיוו' 'היכל הנגיה' דאמינירן...) ווי איז מענטשהייט? טויזנטער באבוב'ער חסידים האבן א ניגון פון זייער הייליגן רבי'ן, און א ניגון פון א רבי'ן איז פארהייליגט אין הארץ מיט א טיעפן מין התקשרות, און דא קומט איינער פון מארקעט כאפט אויף דעם ניגון ווארפט דאס ארום אויף די גאסן איינגעהילט מיט גאסן גארביטש...
אלס א באבוב'ער חסיד וואלט דאס מיר זייער זייער געווייטאגט (טוט מיר וויי בלאו הכי, באט יו געט דע פוינט..)

אין צוגאב אז איינער פון די צוויי זינגער לייגט און פוצט צום ניגון זייער נישט צום זאך

---
די מעשה מיט די 3'טע פון... איז גארנישט אזוי דראמאטיש, ס'איז פשוט דא צוויי #3, איינער האט ארויגעגעבן אן אלבום... א וואס?... א טעיפ מיטן נאמען "עת רקוד 3" פאר זלמן לייב בלאו (איך ווייס נישט ווי ער שרייבט זיך אויף אידיש) האט ארויס געגעבן #3
ממילא איז דא אכט, מיט "#3 פון..."


יישר כוח פאר די ניגונים. אויף וועלכע טעיפ/אלבום האסטו געטראפען אריגינעלן ניגון געזינגען דורך איינער פון די זקני החסידים?

איך בין נישט מצליח צו פארשטיין וויאזוי האט יוסף משה כהנא צוגעלאזט אזוי צו פארדרייען א הייליגע ניגון און עס מאכן ווי א פראסטע ניגון פון גאס אזוי ווילד און גוי'איש! ער איז דאך דער וואס (טענה'ט) געבט אכטונג אויף די פח שמן הטהור פון חסידישע ניגונים!

זרח'ל
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2017 3:58 pm

תגובהדורך זרח'ל » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 10:02 am

חמרא טבא האט געשריבן:דער ביהמ"ד דארט איז קיינמאל נישט געווען רוב רבי'ס אדער רבנים

קאן זיין, איך הייב אויף דער ווייסער פאן :roll:

זרח'ל
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2017 3:58 pm

תגובהדורך זרח'ל » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 10:12 am

בעאבאכטער האט געשריבן:בלייבט נאך איבער איין זאך קלאר מאכן, "מכלכל חיים". איז וואר, אדער איר האט געענטפערט מיט איין תשובה אויף ביידע פראגעס?

איין תשובה אויף ביידע פראגעס,ווילאנג ס'איז נישט דא עפעס א בעסערע תשובה..[אין אמת'ן דארף מען א תשובה פארוואס מען זינגט נישט יעדער וואך מכלכל חיים אין באבוב :wink:]

בעאבאכטער האט געשריבן:אגב, "ממקומָך" מיטן קמ"ץ איז די איינציגסטע זאך וואס איך שטעל מיך נישט צו בעת איך שטיי פאר א באבוב'ער ברעטל. ס'גייט מיר עפעס נישט ארויס...

ס'נישט רעקאמענדעט צו ציברעכן די ציין וועגן דעם.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 10:19 am

מכלכל חיים, זינגט אלעמאל ווען מ׳זאגט דא יוצרות.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1583
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 10:25 am

ר' איטשע, מיין פראגע איז געוועהן פון וואנען פון וועם איז דער מנהג אין באבוב? (געפעלט גראדע זייער)

זרח'ל
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2017 3:58 pm

תגובהדורך זרח'ל » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 10:26 am

איטשע האט געשריבן:מכלכל חיים, זינגט אלעמאל ווען מ׳זאגט דא יוצרות.

ריכטיג, ער פרעגט פון ווי ס'נעמט זיך דעם מנהג

איטשע
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 10:27 am

די וועלט זינגט נישט מכלכל חיים? ימים נוראים, יום טוב, אויך נישט?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 10:29 am


זרח'ל
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2017 3:58 pm

תגובהדורך זרח'ל » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 10:51 am

איטשע האט געשריבן:די וועלט זינגט נישט מכלכל חיים? ימים נוראים, יום טוב, אויך נישט?

דער שאלה איז [אן אלטער שאלה] ווער דער וועלט איז, זעהט אויס אז אין בעאבאכטער'ס ביהמ"ד זינגט מען נישט
איטשע האט געשריבן:זעה דא:

איינער בני ברקי דארט ברעגט טאקע גוטע סחורה ווי פאלגענד, יישר כח:
ישנו סיפור ידוע שבדחן העיר פראג חיקה את מרן הנוב"י זצ"ל שר מכלכל חיים והוא קיבל רשות ממרן הנוב"י שכתב לו "הריני נותן רשות לפלוני לכלכל את החיים שלו ע"י המכלכל חיים שלי...".
רואים שלשיר מכלכל חיים זה מנהג עתיק יומין שיסדותו בהררי קודש, נראה לי שראיתי שברכה שניה (מכלכל חיים) זה כנגד יצחק וימי הדין זה כנגד יצחק(פחד יצחק) ולכן האריכו בברכה שניה בימים הנוראים יותר מכל ברכה.

מ'זעט אבער נישט אויב ד' פרשיות אין יו"ט זינגט מען אויך, אפשר נאר ימים נוראים

איטשע
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 11:02 am

יעדער זעהט עפעס אנדערש, איך זעה דא אז דער נודע ביהודה איז געווען פארפאסער פון נגונים, דארפ׳ן זיך נעמען אפירזוכן דער נודע ביהודה׳ס א נגון.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 11:06 am

ער מיינט נישט צו זאגן זיין אייגענע ניגון נאר די אופן ווי ער זינגט עס ופשוט הוא

איטשע
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 11:08 am

׳עסט נישט זיין בייז אז כ׳על מיך שפארן מיט דיר...

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1583
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 11:56 am

זרח'ל האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:די וועלט זינגט נישט מכלכל חיים? ימים נוראים, יום טוב, אויך נישט?

דער שאלה איז [אן אלטער שאלה] ווער דער וועלט איז, זעהט אויס אז אין בעאבאכטער'ס ביהמ"ד זינגט מען נישט
איטשע האט געשריבן:זעה דא:

איינער בני ברקי דארט ברעגט טאקע גוטע סחורה ווי פאלגענד, יישר כח:
ישנו סיפור ידוע שבדחן העיר פראג חיקה את מרן הנוב"י זצ"ל שר מכלכל חיים והוא קיבל רשות ממרן הנוב"י שכתב לו "הריני נותן רשות לפלוני לכלכל את החיים שלו ע"י המכלכל חיים שלי...".
רואים שלשיר מכלכל חיים זה מנהג עתיק יומין שיסדותו בהררי קודש, נראה לי שראיתי שברכה שניה (מכלכל חיים) זה כנגד יצחק וימי הדין זה כנגד יצחק(פחד יצחק) ולכן האריכו בברכה שניה בימים הנוראים יותר מכל ברכה.

מ'זעט אבער נישט אויב ד' פרשיות אין יו"ט זינגט מען אויך, אפשר נאר ימים נוראים

רבותי ס'איז אין ארדענוג אלעס, איך וויל נאר וויסן דעם מקור וואס באבוב זינט מכלכל חיים ביי ד' פרשיות (און היצט ווייס איך שוין ביי יעדע יוצרות)

ביי מיין ביהמ"ד זינגט מכלכל חיים אויף ימים נוראים, יו"ט נישט.
"די וועלט", וואס איך ווייס און קען, זינגט מכלכל חיים נאר ימים נוראים.
ס'איז נאך א וועלט וואס זינגט כלל נישט, און כמעט כלל נישט ביי קיין תפילה כולל ימים נוראים.


---
פון די פטפטנים דארט אין אוצר החכמה פארום איז קיין ראי' אויף גארנישט (אריינגערעכנט די מכלכל חיים פון נוב"י)

אוועטאר
דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » פרייטאג מארטש 10, 2017 10:37 am

האט איינער א רעקארדינג פון די ניגונים וואס מזינגט אויף למנצח על אילת השחר ?
.You are what you eat, And you are what you read

זרח'ל
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2017 3:58 pm

רימפלען און שושן פורים

תגובהדורך זרח'ל » מיטוואך מארטש 15, 2017 12:01 pm

ס'האט זיך ערווארבען א שיינער שמועס איבערן באבאבווער מנהג פון רימפלען און שושן פורים, עיי"ש..
viewtopic.php?f=21&t=175&start=5519

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך מארטש 15, 2017 4:28 pm

אנטשולדיג פארן זיין אומוויסנד; וואס איז דאס 'רומפלען'?
עס איז דא מענטשן וואס זענען ווי וואלקענס. ווען זיי קומען אן ווערט א שפע...

(קרעדיט: מ"ק)

זוכט איר אזאפטיגע ארטיקל ארויסצופרינטן? באזוכט דא. האט איר געזעהן? הנאה געהאט? באדאנקט אייך דא.

זרח'ל
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2017 3:58 pm

תגובהדורך זרח'ל » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 12:32 pm

תשל"ה
צוגעלייגטע
589.jpg

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מארטש 16, 2017 12:54 pm

ווערט געזען דער פורים רב רבי שלום קעסלער

איטשע
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג מארטש 20, 2017 11:57 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אנטשולדיג פארן זיין אומוויסנד; וואס איז דאס 'רומפלען'?


דער רב גייט אום שושן פורים אהיים צו די דיינים און חשובי הקהלה, ווי מען טריקנט לחיים, און אויפ׳ן וועג ארויס האט מען אויסגעשאסן א שויב.
נאכ׳ן קריג פלעגט דער רב ז״ל גיין צו די קינדער.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג מארטש 20, 2017 11:59 am

זרח'ל האט געשריבן:תשל"ה

כ׳מיין אז לינקס מיט׳ן קאלפיק, אז חתנו הרה״ג ר׳ בן ציון בלום שליט״א פון לאנדאן.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמש מאות
תגובות: 807
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג מארטש 20, 2017 12:06 pm

יא און רעכטס איז רבי יעקב ישראל מייזליש

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 10482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מארטש 20, 2017 12:30 pm

איטשע האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אנטשולדיג פארן זיין אומוויסנד; וואס איז דאס 'רומפלען'?


דער רב גייט אום שושן פורים אהיים צו די דיינים און חשובי הקהלה, ווי מען טריקנט לחיים, און אויפ׳ן וועג ארויס האט מען אויסגעשאסן א שויב.
נאכ׳ן קריג פלעגט דער רב ז״ל גיין צו די קינדער

???
ביז הרבנית טויבער דאס עלטסטע קינד פון זוו"ש האט געהאט אן אייגענע שטוב האט געדוירט א שיינע פאר יאר
בני אחיו ר' חיים יהושע זי"ע זענען געווען אינגעלעך
דאס איינע מאל וואס איך האב מיטגעהאלטען בערך תשכ"א געדענק איך אז ער איז געווען
ביי הרה"צ ר' ברוך דוד ר' זושא פאלמאן און ר שמוא' האראוויץ און ?
דעם באזוך ביי ר' זושא געדענק איך ווייל דאס איז געווען גלייך נאך וואס ר' זושא'ס ערשטע קינד איז
געבוירען געוואר נאכדעם וואס דער רב זי"ע האט א יאר פריער געמאכט א בורא נפשות ביי אים
לדעתי די וויכטיגסטע פון נקודה למחשבה
"בעפאר איר דרוקט "שלח" קוקט נאכאמאל איבער ..........................צו איר וואלט געווען באקוועם דאס צו אויסרופן ברבים."

אוועטאר
דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מאנטאג מארטש 20, 2017 11:38 pm

דוד משה האט געשריבן:האט איינער א רעקארדינג פון די ניגונים וואס מזינגט אויף למנצח על אילת השחר ?

כבין שוין געוואר געווארן
פון אנהייב קאפיטל ביז אספרה זינגט מען א דזיקובע תנועה (וואס איך האב נישט קיין געהעריגע רעקארינג דערפון), פון אספרה זינגט מען דעם ניגון.

ווער ווער איז מחבר פון די ניגון ידיד נפש מיט די אידישע ווערטער ?
.You are what you eat, And you are what you read

איטשע
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך מארטש 22, 2017 7:25 am

דער תנועה פון ידיד נפש איז דאכציך במקורו פון צאנז

אוועטאר
דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מיטוואך מארטש 22, 2017 12:34 pm

און די ניגון פון אשר הניא קומט פון וואו ?
.You are what you eat, And you are what you read


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט