אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

איטשע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג יוני 26, 2016 8:39 am

דוד משה האט געשריבן:וויאזוי האט ער דאס געדענקט (קיין ריקארדער איז דאך יעמאלט נישט געווען) און וויאזוי האט מען דאס אויסגעלערנט פארן עולם ?


אין באבוב איז געווען א בחור׳ל מיט געוואלדיגער חוש, וואס האט אויפגעכאפט די נגונים, און געדענקט.
ווען דער קדושת ציון האט עם גערופען, האט מען געוואוסטף אז ס׳קומט א ניי ניגון.
דאכט זיך אזי שוין ביים ערשטן וועלטס קריג איז ער פארשוואונדען, למעשה האט מען נאכ׳ן צווייטן קריג געפונען אין קאנאדא.

דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » זונטאג יוני 26, 2016 5:57 pm

שמדריך האט געשריבן:* האט נאך דער רב געמאכט ניגונים אינדערהיים אין באבוב ?
ניין,ער האט נישט געהאט קיין שום שייכות מיט נגינה. ס׳איז א לאנגע שמועס פאר זיך....

עפעס אויפן שפיץ גאפל ביטע ?

און וואס טוט זיך מיט מיין דריטע שאלה ?
.You are what you eat, And you are what you read

שמדריך
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

תגובהדורך שמדריך » זונטאג יוני 26, 2016 11:37 pm

ס׳קומט מיר פשוט אן ציפיהל צייט צי טייפען אידיש אויפען טעלעפאון, ממילא בין איך זיך מונע

איטשע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג יוני 27, 2016 8:40 am

דער רב זכרונו לברכה, האט ניטאמאל געקענט האלטן א גלייכע טאן ווען ער האט גערעדט מיט איינעם! ווער רעדט נאך פון האלטן א טאן און קאמפאזירן א ניגון.
נאכ׳ן קריג, משום מעשה שהיה, דער טאטע - דער קדושת ציון - איז עם געקומען אין חלום, אז ער זאל ממשיך זיין זיין דרך אין עבודת ה׳ און נגינה, האט ער געמאכט דער ערשטע לאנגע קאמפאזיציע זיינע, הללוי׳ עבדי ה׳, וואס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך מיט א תנועה פונעם רבי רבי הערש.

אוועטאר
ריקוד
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

תגובהדורך ריקוד » מאנטאג יוני 27, 2016 1:46 pm

דוד משה האט געשריבן: פון מהר"ש השני איז דא אומצאליגע הערליכע גאונישע קאמפאזיציעס, שנעלע און שטאטע, קורצע און גאר לאנגע. סאיז מיר אינטערעסאנט צו וויסן וויאזוי איז צוגעגאנגען ביים רב זצ"ל די פראצעדור פון מאכן א ניגון:

    ער האט זיך געזעצט מאכן א ניגון אדער סאיז איינגעפאלן ?

    ביי וועלכע מאורעות האט ער געמאכט ניגונים ?

    וויאזוי האט ער דאס געדענקט (קיין ריקארדער איז דאך יעמאלט נישט געווען) און וויאזוי האט מען דאס אויסגעלערנט פארן עולם ?

    האט נאך דער רב געמאכט ניגונים אינדערהיים אין באבוב ?

מערכת בית צדיקים האט ארויסגעגעבן פאריאהר א ספר 'קדושה ומלכות' וועלכע פארמאגט א פרק פון קרוב צו 100 זייטן מיט'ן נאמען 'השירים אשר לשלמה' אין וועלכע עס ווערט הערליך באשריבען די גאנצע באציאונג פונ'ם רב זי"ע צו זיין עבודת הנגינה אזוי אויך באשרייבן זיי אויף יעדע ניגון וועלכע יאהר עס איז פארפאסט געווארען מיט פילע אנפערמאציע וועגן די חיבורים
לעצט פאראכטן דורך ריקוד אום מאנטאג יוני 27, 2016 3:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן

שמדריך
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

תגובהדורך שמדריך » מאנטאג יוני 27, 2016 2:40 pm

ועל אלה אני בוכיה....

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1587
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג יולי 07, 2016 3:37 pm

ווייס איך נישט צו דאס באלאנגט ממש אהער, אבער איך האב נישט וואו עס מיטטיילן וועל איך אהער שטעלן.
דעם קה ריבון עלם איז דאך באבוב, טא פארוואס ווערט דאס נישט געזונגען ביי די באבוב'ער? איך האב שוין געפרעגט דא דעם עולם אמאהל ואין פותר לי.
עס לויפט מיר איצט אויפן פלעיליסט, מלא חן מלא טעם ווי ר' שאול זינגט, ווער איז דער וואס באגלייט אים?
אן הערליך קאמפאזיציע, נאר דאס לעצטע פאל זינגט מען די לעצטע יארן אין באבוב.
לויט ווי איך האב געטרייעט צו מברר זיין האט דאס ר' עזריאל מחבר געוועהן, אמת?

נאכאמאהל: אט הערט א מעסטער-פיעס פון אן אלטן ניגון, געזונגען דורך עלטערע זקני חסידים, אבער געזונגען!

איטשע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג יולי 08, 2016 6:05 am

דער קדושת ציון האט פארפאסט דער גאר באקאנטער ניגון אויף "י׳ רבון״.
דער ניגון איז געווארן זעהר שטארק אויפגעכאפט, אזש מען איז געוואויר געווארן אז מען זינגט עס שוין אין די יודישע טעאטער׳ס. מני אז אז דער ניגון אראפ פון טיש, מען האט עס אין באבוב נישט מער געזונגען. די וועלט זינגט דער ניגון פאלש, טאקע גענוי ווי אזוי מען האט עס געזונגען און טעאטער!
ווען מען האט אויפגעהערט צו זינגען דער ניגון אין באבוב, האט ר׳ עזריאל פארפאסט זיין ניגון, אבער מען האט עס נישט געזונגען ביים טיש, ס׳איז געווען א ניגון וואס די וואס האבן עס געקענט האבן עס געזונגען.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1587
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » פרייטאג יולי 08, 2016 8:53 am

איטשע האט געשריבן:דער קדושת ציון האט פארפאסט דער גאר באקאנטער ניגון אויף "י׳ רבון״.
דער ניגון איז געווארן זעהר שטארק אויפגעכאפט, אזש מען איז געוואויר געווארן אז מען זינגט עס שוין אין די יודישע טעאטער׳ס. מני אז אז דער ניגון אראפ פון טיש, מען האט עס אין באבוב נישט מער געזונגען. די וועלט זינגט דער ניגון פאלש, טאקע גענוי ווי אזוי מען האט עס געזונגען און טעאטער!
ממש א פליאה, גיי רעדט צום טאטער...
איטשע האט געשריבן:ווען מען האט אויפגעהערט צו זינגען דער ניגון אין באבוב, האט ר׳ עזריאל פארפאסט זיין ניגון, אבער מען האט עס נישט געזונגען ביים טיש, ס׳איז געווען א ניגון וואס די וואס האבן עס געקענט האבן עס געזונגען.
ר איטשע, קומט צו מיר אמאהל פרייטאג צונאכט וועט איר האבן דעם ניגון לייוו און לעבעדיג, באלייט מיט אן הערליך קווייער...
״קההההה ריבון עלם ועלמיא אנת הוא מאאאלכא, אאאנת הוא מאללכאאאא אנת הוא מלכא מלך מלכיא...״
(איך קלאפ א גאנץ 4ער נאוט אויף ״קה״, איר גיט מיר רשות?)

כעת הכל מובן, טאקע פון ר׳ עזריאל׳ן און נישט פון די רבי׳ס.

יישר כחכם פאר די אינפארמאציע.

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » פרייטאג יולי 08, 2016 9:40 am

איטשע האט געשריבן:דער קדושת ציון האט פארפאסט דער גאר באקאנטער ניגון אויף "י׳ רבון״.
דער ניגון איז געווארן זעהר שטארק אויפגעכאפט, אזש מען איז געוואויר געווארן אז מען זינגט עס שוין אין די יודישע טעאטער׳ס. מני אז אז דער ניגון אראפ פון טיש, מען האט עס אין באבוב נישט מער געזונגען. די וועלט זינגט דער ניגון פאלש, טאקע גענוי ווי אזוי מען האט עס געזונגען און טעאטער!
ווען מען האט אויפגעהערט צו זינגען דער ניגון אין באבוב, האט ר׳ עזריאל פארפאסט זיין ניגון, אבער מען האט עס נישט געזונגען ביים טיש, ס׳איז געווען א ניגון וואס די וואס האבן עס געקענט האבן עס געזונגען.

זייט אייך אביסל מער מסביר
ווען האט מען צוריק אנגעהויבן צו זינגען דעם באקאנטן ניגון, נאכ'ן קריג?
איך קען גראדע יא דעם ניגון אויפן ריכטיגן אופן

דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » זונטאג יולי 17, 2016 4:00 pm

ווער איז דער פארפאסער פון די תנועה ? און ווען זינגט מען דאס ?
.You are what you eat, And you are what you read

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » זונטאג יולי 17, 2016 7:26 pm

איטשע האט געשריבן:דער קדושת ציון האט פארפאסט דער גאר באקאנטער ניגון אויף "י׳ רבון״.
דער ניגון איז געווארן זעהר שטארק אויפגעכאפט, אזש מען איז געוואויר געווארן אז מען זינגט עס שוין אין די יודישע טעאטער׳ס. מני אז אז דער ניגון אראפ פון טיש, מען האט עס אין באבוב נישט מער געזונגען. די וועלט זינגט דער ניגון פאלש, טאקע גענוי ווי אזוי מען האט עס געזונגען און טעאטער!
ווען מען האט אויפגעהערט צו זינגען דער ניגון אין באבוב, האט ר׳ עזריאל פארפאסט זיין ניגון, אבער מען האט עס נישט געזונגען ביים טיש, ס׳איז געווען א ניגון וואס די וואס האבן עס געקענט האבן עס געזונגען.


געמוזעכטס!

מען האט, און מען זינגט װייטער דעם ניגון אין באבוב!

ר׳ עזריא-ל ז״ל הי״ד האט עקסטרע געמאכט א ניגון דערויף אזויװי ער האט געמאכט אסאך אנדערע ניגונים אפגעזען צו די קדושת ציון האט געמאכט דערויף א ניגן

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » זונטאג יולי 17, 2016 7:32 pm

איטשע האט געשריבן:דער רב זכרונו לברכה, האט ניטאמאל געקענט האלטן א גלייכע טאן ווען ער האט גערעדט מיט איינעם! ווער רעדט נאך פון האלטן א טאן און קאמפאזירן א ניגון.

אביסעל מגוזם !
געװען א שיינע בעל תפילה און אלמאל געװען א מבין אויף א ניגון כאטש אז מען האט זוך נישט פארגעשטעלט אז ער װעט אמאל מאכען ניגונים.


נאכ׳ן קריג, משום מעשה שהיה, דער טאטע - דער קדושת ציון - איז עם געקומען אין חלום, אז ער זאל ממשיך זיין זיין דרך אין עבודת ה׳ און נגינה,

חידוש עצום!

האט ער געמאכט דער ערשטע לאנגע קאמפאזיציע זיינע, הללוי׳ עבדי ה׳, וואס הייבט זיך אן און ענדיגט זיך מיט א תנועה פונעם רבי רבי הערש.
לעצט פאראכטן דורך verveist אום זונטאג יולי 17, 2016 7:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » זונטאג יולי 17, 2016 7:33 pm

שמדריך האט געשריבן:ועל אלה אני בוכיה....


על שבר בת עמי...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » זונטאג יולי 17, 2016 7:59 pm

דוד משה האט געשריבן:ווער איז דער פארפאסער פון די תנועה ? און ווען זינגט מען דאס ?

דאס איז יעלה, און דער פערטער נענונעים,
דאס האט דער קדושת ציון מחבר געווען נאך בחייו פון זיין טאטען, ווען דער ניגון וואס דער חזן פון לעמבערג (ר' לייזער?) וואס פלעגט שיקען ניגונים אויף יום טוב, איז נישט אנגעקומען, האט דער ערשטער רב, געבעטען זיין זוהן, זאל מאכען א ניגון מיט אן אלטען טעם
בערך אזוי גייט די מעשה
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

תגובהדורך אורייתא » זונטאג יולי 17, 2016 8:02 pm

איך געדענק נישא ווי איך האב געזען א שמועס איבער די רבי ר' מענדעל'ס - ראפשיצער ניגון האב איך באגעגענט היינט די מעשה וועל איך עס דא אראפ ברענגען.
דער ערשטער באבובער רב, איז אמאל געפאהרן אויף ”קור”
קיין בארדיוב. נעבן בארדיוב צווישן די בערג, געפונט זיך א דארף
מיט’ן נאמען ’גלאקוב’, וואס דארט איז דא זייער גוטע לופט.
אין דעם דארף איז דא א ברונע, און ס’איז געווען אנגענומען אז
ווען דער רבי ר’ מענדל’י מרימינוב האט זיך אויפגעהאלטן אין
דעם דארף אין א געוויסן זומער, האט ער זיך גע’טובל’ט פאר’ן
דאווענען איו דעם ברונעם. צדיקים אוו חסידים וואס פלעגן זיין
אין בארדיוב פלעגן צופארן צו דעם דארף צו טרינקען וואסער
פון דעם ברונעם, וואס האט באקומען דעם נאמען, ”דעם רבי’ן
ר’ מענדלי’ס ברונעם”. איינמאל אין די דריי וואכן, איז דער
ערשטער באבובער רב געפארן קייו בארדיוב, זייענדיג דארט איז
ער, ווי געווענליך, צוגעפארן קיין ’גלאקוב’ צום רבי’ן ר’ מענדלי’ס
ברונעם’. אויפ’ן וועג צוריק פונעם דארף האט דער רב זיך אונטער
געזונגען א נינון וועלכער זיין זוהן דער ”קדושת ציון” האט נאך
קיינמאל פריער נישט געהאט געהערט. ווען דער ”קדושת ציון”
האט געהערט דעם ניגון עטליכע מאל, האט ער זיך עס גוט
אויסגעלערנט, און דאס שוין געקענט נאכזינגען.
ווען מ’איז דערנאך אננעקומען אהיים האט דער ”קדושת
ציון” אויסגעלערנט דעם ”נייעם” ניגון, וואס ער האט ערשט יעצט
געהערט, פאר’ן גאנצן עולם. זיין באבע בילא (אשת חבר פון הרה”ק
רבי מאיר נתן, טאכטער פון הרה”ק רבי אליעזר’ל דזיקובער, זי
איז געווען באוואוסט אלס אן אויסגערופענע צדיקת און חכמת,
און אויף דער עלטער פלעגן איר חסידים אפצוגעבן קוויטלעך)
וועלכע איז שוין דעמאלט געווען א זקנה, האט זיך געפונען אין
א שטוב דערנעבן, און זו האט געהערט ווי מ’זינגט דעם ניגון. זי
איז צוגעקומען צו די טיהר, און אויסגערופן פארוואונדערטהייט,
”פון וואנעט קענט איר דעם נינון? דער ראפשיצער זיידע האט
דאך נאך געזונגען דעם ניגון, און ער האט געזאגט אז דאס
איז דעם רב’ן ר’ מענדלי’ס א ניגו ן!” ערשט דעמאלט האט מען
פארשטאנען, אז ווען דער רב האט געשעפט וואסער פון רבי’ן ר’
מענדלי’ס ברונעם, האט ער אויך אנגעשעפט דעם ניגון! אזוי ווי
ס’איז דעמאלט געווען אין די דריי וואכן, האט מען באשטימט צו
זינגען דעם ניגון אויף ”שמו מפארים” וואס מען זינגט אין טייל
פלעצער אין די דריי וואכן. דאס איז דער מקור פון דעם ניגון. וואס
מען זינגט נאך אין באבוב ביז’ן היינטיגן טאג.

גענומען פון: https://telegram.me/sipireim

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 10589
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יולי 17, 2016 8:35 pm

ביי א ברית האב איך געזעהן קלאר דעם פריעדיגען רב זי"ע אויפשניידען די חלה אינגאנצען פאר די ברכה
איך האב דעמאלט געפרעגט ווי אזוי דאס שטימט מיט דעם רמ"א אין קס"ז סעיף א
יחתוך פרוסת הבציעה וצריך לחתוך מעט שאם יאחוז בפרוסה יעלה שאר ככר עמו....

און מען האט מיר געזאגט אז איז דאס לפי שיטת איינעם פון די פריערדיגע פוסקים ווער געדענק איך נישט
לעצטענס געווען ביי א ברית אין 45 האב איך געזעהן אדמו"ר שליט"א אויפשניידען אינגאנצען
איך האב ארויסגעשטעלט א פאר הצעות פאר די וואס שרייבען
אדער ק\פ ענגליש

אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע: מונקאטש, אונגארין

תגובהדורך אברהם שמואל לעמברגער » מאנטאג יולי 18, 2016 7:52 am

והוא פלאי האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:ווער איז דער פארפאסער פון די תנועה ? און ווען זינגט מען דאס ?

דאס איז יעלה, און דער פערטער נענונעים,
דאס האט דער קדושת ציון מחבר געווען נאך בחייו פון זיין טאטען, ווען דער ניגון וואס דער חזן פון לעמבערג (ר' לייזער?) וואס פלעגט שיקען ניגונים אויף יום טוב, איז נישט אנגעקומען, האט דער ערשטער רב, געבעטען זיין זוהן, זאל מאכען א ניגון מיט אן אלטען טעם
בערך אזוי גייט די מעשה

און דער ערשטער רב האט עס געזינגען פון יענע יאר (די מעשה איז געווען שנת תר"ס) אויף "יעלה" ליל יום הקדוש.
און די הייליגע קדושת ציון זי"ע האט געזאגט "אויב דעם ניגון איז אזוי חשוב ביי מיין טאטע עד כדי כך וואס ער זינגט עס ביי "יעלה", קען איך עס זינגען בשעת די הייליגע נענועים"
(כ"ק אדמו"ר מהר"ש האט דערציילט דעם מעשה שבת דברים-חזון ד' אב תשנ"ו)

דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » מאנטאג יולי 18, 2016 1:14 pm

אורייתא האט געשריבן:איך געדענק נישט ווי איך האב געזען א שמועס איבער די רבי ר' מענדעל'ס - ראפשיצער ניגון האב איך באגעגענט היינט די מעשה וועל איך עס דא אראפ ברענגען.

פון וועלכע ניגון רעדסטו ? רעקארדינג ביטע.
.You are what you eat, And you are what you read

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג יולי 19, 2016 2:14 pm

דוד משה האט געשריבן:
אורייתא האט געשריבן:איך געדענק נישט ווי איך האב געזען א שמועס איבער די רבי ר' מענדעל'ס - ראפשיצער ניגון האב איך באגעגענט היינט די מעשה וועל איך עס דא אראפ ברענגען.

פון וועלכע ניגון רעדסטו ? רעקארדינג ביטע.

ביי די ערשטע תגובה, איז דא א רעקארדינג פון אליהו, ביי 1:53 איש יצא למצוא לנפשו נחת, זינגט מען דעם ניגון
למה זה תשאל לשמי...

דוד משה
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » זונטאג יולי 31, 2016 6:56 pm

איך האב מיר בעז"ה איינגעהאנדלט א פרישן שטויס פון ניגוני התעוררות (אן מוזיק) וואס ווערן געזונגען אין באבוב, לאמיר זיי צונעמען אחת לאחת און ווער סקען ארויסהעלפן מיט סיי וועלכע ידיעות, ווער סהאט דאס פארפאסט, ווען מזינגט דאס, און אויב איז דא א געשיכטע אונטער דעם, ווערט געבעטן צו מיטטיילן.

1) א ניגון וואס ווערט געזונגען אין פארשידענע פלעצער ביי שלש סעודות אויף מזמור לדוד ועוד, וויפיל איך ווייס שטאמט דאס פון צאנז, אין די פאללמאן קאלעקציע הייסט דער ניגון "אמונים" לכאורה מיינט דאס אמונים אשר נאספו פון שחרית שמיני עצרת לפני שמו"ע, הייסט דאס אז מזינגט אמונים אויך חול המועד ? (וויבאלד די פאללמאן קאלעקציע איז רעקארדינגס פון די חוה"מ טישן).

2) א ניגון וואס איך געדענק פון די עת רקוד אלבומ'ס, מי הוא מחברו ? האט דאס א ספעציעלע צייט ווען מזינגט דאס ?

3) א ניגון וואס קלינגט זייער ענדליך צו דעם ניגון וואס ר' ירמי' דמן זינגט אויף עתיקא קדישא 3 אויף שיר המעלות, ביטע קלאר מאכן.

4) די זשיקובער טל ניגון, די הויכע פאל ווערט געזינגען אביסל אנדערש אויף די אלבום ניגוני בית דזיקוב 1, זינגט מען דאס אין באבוב אויף טל ?

5) א באקאנטע ניגון וואס מזינגט אין פארשידענע פלעצער, סאיז באקאנט אז ר' שאול פלעגט דאס זינגען, די שאלה איז צו ער האט דאס געברענגט קיין פשעווארסק אדער ער האט דאס אימפארטירט פון פשעווארסק.

6) די ניגון פלעג איך הערן זינגען אין באבוב ביים טיש פרייטיג צונאכטס, דאכט זיך אז דער מחבר איז דער קדושת ציון ?

7) א וועלט בארימטע ניגון, הרב רוס האט אמאל געהאט א שמועס אויף קול מבשר איבער דער מחבר דערפון און איז למעשה נישט צוגעקומען צו קיין החלטה, אין באבוב איז אנגענומען אז דער מחבר איז דער קדושת ציון, ריכטיג ?

8) א ניגון וואס איך געדענק אויך פון עת רקוד, נא לציין המקור.

יישר כח פאר אלע מגיבים.
.You are what you eat, And you are what you read

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 2:37 pm

בנוגע די ניגון #7 וואס די ברענגסט אראפ, האב איך שוין לאנג געקלערט אז די ניגון "יחידתי" וואס עס הייסט אז עס האט מחבר געווען הרה"ק רבי אהרן ראטה, איז ממש א קאפי פון די ניגון, נאר עס איז מיט אביסל מער קרעכטצן, איז דאס טאקע ריכטיג? ווייל אין תולדות אהרן האב איך געהערט אז די ניגון יחידתי האט דער שומרי אמונים רבי אליין מחבר געווען סיי די ווערטער און סיי די ניגון
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע: מונקאטש, אונגארין

תגובהדורך אברהם שמואל לעמברגער » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 4:40 pm

סידיראם האט געשריבן:בנוגע די ניגון #7 וואס די ברענגסט אראפ, האב איך שוין לאנג געקלערט אז די ניגון "יחידתי" וואס עס הייסט אז עס האט מחבר געווען הרה"ק רבי אהרן ראטה, איז ממש א קאפי פון די ניגון, נאר עס איז מיט אביסל מער קרעכטצן, איז דאס טאקע ריכטיג? ווייל אין תולדות אהרן האב איך געהערט אז די ניגון יחידתי האט דער שומרי אמונים רבי אליין מחבר געווען סיי די ווערטער און סיי די ניגון

ס'איז בכלל נישט קאפי. ער האט נאר א פאר קליינע תנועות וואס זענען א ביסל דומה, אבער ס'נישטא קיין דמיון כמעט צווישען די ניגונים עפעס א באמערקטע זאך.
די ניגון יחידתי האט טאקע די שומרי אמונים רבי אליין מחבר געווען, סיי די ווערטער און סיי די ניגון (די ניגון איז געווען שפעטערע און ער האט צוויי אופנים ווי אזוי צוזינגען, שומרי אמונים אופן, און א תו"א אופן). און נאך א זאך, די ניגון 7 דא אויבן איז ממש קארצע ניגון, די ניגון יחידתי איז גרויס פילע מאל פון אים.
למעשה, איך ווייס נישט אויכט די מקור פון דעם ניגון, און איך וועט ליב צו וויסן אויכט.

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 4:29 am

דוד משה האט געשריבן:4) די זשיקובער טל ניגון, די הויכע פאל ווערט געזינגען אביסל אנדערש אויף די אלבום ניגוני בית דזיקוב 1, זינגט מען דאס אין באבוב אויף טל ?


יא, און אויך איינער פון די נענעום

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 4:38 am

דוד משה האט געשריבן:1) א ניגון וואס ווערט געזונגען אין פארשידענע פלעצער ביי שלש סעודות אויף מזמור לדוד ועוד, וויפיל איך ווייס שטאמט דאס פון צאנז, אין די פאללמאן קאלעקציע הייסט דער ניגון "אמונים" לכאורה מיינט דאס אמונים אשר נאספו פון שחרית שמיני עצרת לפני שמו"ע, הייסט דאס אז מזינגט אמונים אויך חול המועד ? (וויבאלד די פאללמאן קאלעקציע איז רעקארדינגס פון די חוה"מ טישן).


מיט דעם ניגון האבען די רבי׳ס זצ״ל פארגעזונגען אמונים ביי די שמיני עצרת נאכט טיש (מיט די װערטער, והיה התעוררות גדול)

די רעקארדינגס איז מסתם לאו דװקא פון חול המעוד.
אין די שפעטערע יארען פֿון כ״ק המהר״ש זצ״ל װען מען האט אנגעהויבען זינגען ביי די האַלבע שעה חנוכה איז דאס געװען איינער פון די נגונים װאס מען האט געזינגען (אן די װערטער)


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט